טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 11384
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דינסטאג דעצמבער 17, 2019 7:00 pm

צוקער וואסער האט געשריבן:איינער האט די בריוו וואס טראמפ האט געשיקט פאר פעלאסי.

אז דו וועסט דיר מששתתף זיין ביי די טשאדעלע און דוב החי קאמפיין, לייג איך עס דא....
ביידן האט געווארפן שאקין ווייל שאקין איז געווען קארופטירט, און יעדער האט אים דעמאלטס געוואלט ווארפן, אריינגערעכנט 3 רעפאבליקאנער סענעטארן, און גראדע האט ער דעמאלט "נישט" געפארשט בארימטע.

אוועטאר
צוקער וואסער
שר חמש מאות
תגובות: 589
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

תגובהדורך צוקער וואסער » דינסטאג דעצמבער 17, 2019 7:53 pm

Done

פארשער
שר חמש מאות
תגובות: 971
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 16, 2009 7:20 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך פארשער » דינסטאג דעצמבער 17, 2019 7:57 pm


אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 11384
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דינסטאג דעצמבער 17, 2019 8:19 pm

צוקער וואסער האט געשריבן:Done


יעצט באמערקט, ישר כח.

קודם די ערשטע 3 זייטן, אזויפיל פיט אין א תגובה.
IMG_20191217_201812.jpg
IMG_20191217_201812.jpg (86.66 KiB) געזעהן 1399 מאל
IMG_20191217_201817.jpg
IMG_20191217_201817.jpg (116.08 KiB) געזעהן 1399 מאל
IMG_20191217_201819.jpg
IMG_20191217_201819.jpg (113.99 KiB) געזעהן 1399 מאל
ביידן האט געווארפן שאקין ווייל שאקין איז געווען קארופטירט, און יעדער האט אים דעמאלטס געוואלט ווארפן, אריינגערעכנט 3 רעפאבליקאנער סענעטארן, און גראדע האט ער דעמאלט "נישט" געפארשט בארימטע.

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 11384
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דינסטאג דעצמבער 17, 2019 8:20 pm

און יעצט די אנדערע 3 זייטן.
IMG_20191217_201938.jpg
IMG_20191217_201938.jpg (107.24 KiB) געזעהן 1403 מאל
IMG_20191217_201946.jpg
IMG_20191217_201946.jpg (106.5 KiB) געזעהן 1403 מאל
ביידן האט געווארפן שאקין ווייל שאקין איז געווען קארופטירט, און יעדער האט אים דעמאלטס געוואלט ווארפן, אריינגערעכנט 3 רעפאבליקאנער סענעטארן, און גראדע האט ער דעמאלט "נישט" געפארשט בארימטע.

פאליטקלי קארעקט
שר האלפיים
תגובות: 2892
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 07, 2014 11:36 am

תגובהדורך פאליטקלי קארעקט » דינסטאג דעצמבער 17, 2019 10:40 pm

פון די וועג ווי דער שעלט, זעהט אויס ווי דעמאקראטן מאכן א גוטן דזשאב!

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23798
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מיטוואך דעצמבער 18, 2019 10:56 am

גוטע דזשאב?

ווי ס'קוקט אויס באדערט אים שטארק צו ווערן אימפיעטשד, הגם ס'גייטעם מסתם העלפן פאליטיש, מער און מער אנקעטעס ווייזן אז דער עולם האלט נישט פון אימפיעטשמענט... ווילער אבער נישט אז זיין לעגעסי זאל זיין דאס...

און ווי איינער האט ארויסגעברענגט, סוירטש פאר דזשאנסאן אויף גוגל, אלעס איז אבאוט אימפיעטשמענט... הגם סיז נישט עכט קיין פארגלייך, און אויב עפעס סוירטש פאר קלינטאן העסטע זעהן נאך זאכן... איז אבער די פוינט שטארק, טראמפ זוכט נישט צו זיין איינס פון 4 אימפיעטשטע פרעזידענטס... אבער אויף די וועג וויזוי ס'גייט, גייט מסתם יעדע פרעזידענט פון היינט און ווייטער פעיסן אימפיעטשמענט...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23798
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מיטוואך דעצמבער 18, 2019 11:12 am

ואגב, אזוי שמירנישדיר האט טראמפ באקומען נאך 1.3 ביליאן פאר זיין וואנט אין די היי יעריגע ספענדינג בילל...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר האלף
תגובות: 1395
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: אין דזשים

תגובהדורך לעגאו מענטשעלע » מיטוואך דעצמבער 18, 2019 11:15 am

וויכטיג מאכער האט געשריבן:ואגב, אזוי שמירנישדיר האט טראמפ באקומען נאך 1.3 ביליאן פאר זיין וואנט אין די היי יעריגע ספענדינג בילל...

וואנט? וועכע וואנט? מעהההההההה... דו מיינסט די איבערגעבויטע ווענט? עה, דעיס רופט מען נישט "וואנט".... דעיס איז נאר א.. א.... עפעס אנדערש!

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6627
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מיטוואך דעצמבער 18, 2019 11:20 am

וויכטיג מאכער האט געשריבן:ואגב, אזוי שמירנישדיר האט טראמפ באקומען נאך 1.3 ביליאן פאר זיין וואנט אין די היי יעריגע ספענדינג בילל...


יא.. ס׳איז טיפיקל אז ביי די חתונה נאכט טיילן די מחותנים געלט.. זיי זענען אין גוסטע. פעלאוסי איז מלא שמחה, מ׳גייט אימפיטשן טראמפ! די מעקסיקאו קאנאדא דיעל רוקט זיך מיטאמאל ווייטער, טשיינע טרעיד סאפארט, וואנט.. לעבעדיג.

די פראבלעם דא איז אז מ׳האנדלט דא מיט גמליאל׳טע.. זי פארדינט גארנישט, פארקערט ס׳גייט איר ביטע קאסטן, אבער נאכאלטס טיילט׳צע..
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11720
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מיטוואך דעצמבער 18, 2019 12:34 pm

וויכטיג מאכער האט געשריבן:גוטע דזשאב?

ווי ס'קוקט אויס באדערט אים שטארק צו ווערן אימפיעטשד, הגם ס'גייטעם מסתם העלפן פאליטיש, מער און מער אנקעטעס ווייזן אז דער עולם האלט נישט פון אימפיעטשמענט... ווילער אבער נישט אז זיין לעגעסי זאל זיין דאס...

און ווי איינער האט ארויסגעברענגט, סוירטש פאר דזשאנסאן אויף גוגל, אלעס איז אבאוט אימפיעטשמענט... הגם סיז נישט עכט קיין פארגלייך, און אויב עפעס סוירטש פאר קלינטאן העסטע זעהן נאך זאכן... איז אבער די פוינט שטארק, טראמפ זוכט נישט צו זיין איינס פון 4 אימפיעטשטע פרעזידענטס... אבער אויף די וועג וויזוי ס'גייט, גייט מסתם יעדע פרעזידענט פון היינט און ווייטער פעיסן אימפיעטשמענט...

תיקון טעות: איינס פון 3 אומפיטשטע פרעזידענטן
סאך מער יוניק
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23798
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מיטוואך דעצמבער 18, 2019 1:40 pm

איינס פון דריי איז רייט, אבער איך ערווארט אז אויב גייט אדורך די אבסטראקשן אוו קאנגרעסס טשארדזש, גייט אימפיעטשמענט ווערן א עמטליכע זאך... יעדע פרעזידענט וואס האט נישט זיין פארטיי אין קאנגרעסס גייט ווערן געבעטן פון קאנגרעסס זאכן, און אויב גייטער קלעימען עקזעקעטיוו פריווילידזשעס, גייט מענעם אימפיעטשן דערפאר...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

בוחר בשירי זמרה
שר חמש מאות
תגובות: 752
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 26, 2016 10:49 pm

תגובהדורך בוחר בשירי זמרה » מיטוואך דעצמבער 18, 2019 1:56 pm

וויכטיג מאכער האט געשריבן:איינס פון דריי איז רייט, אבער איך ערווארט אז אויב גייט אדורך די אבסטראקשן אוו קאנגרעסס טשארדזש, גייט אימפיעטשמענט ווערן א עמטליכע זאך... יעדע פרעזידענט וואס האט נישט זיין פארטיי אין קאנגרעסס גייט ווערן געבעטן פון קאנגרעסס זאכן, און אויב גייטער קלעימען עקזעקעטיוו פריווילידזשעס, גייט מענעם אימפיעטשן דערפאר...



טעות
די רעפאבליקענס האלטן זיך פאר "רעכטפארטיגע" ס'וועט אייביג זיין שווערער פאר זיי צו געפונען גענוג פון זייערע אייגענע צו אימפיטשן פאר אזעלכע שטותים
בפרט אז זיי וועלן נישט האבן די מידיע צו זייער דיספאזיציע


בדרך אגב איז זייער אינטערעסאנט ווי דער טראמפ וואס [לויט די מידיע שוין פון אנהייב פון זיין קאנדידאטור] האט נישט די פארטיי אונטער זיך. האט די מערסטע מצליח געווען צו האלטן זיין פארטיי אזוי פאראייניגט יעצט. אנגעהויבן ביי די מעסיגע ריפאבליקענס . און אזוי גייענדיג ווייטער ביז די מערסטע "אויפריכטיגע קאנסערוואטיוון" וואס מיינען שוין יארן לאנג אז צו געבן גערעכט פאר די קעגנערישע פארטיי אפילו ווען זיי רעדן שטותים, ווייזט אויף "אינדעפענדענט" טראכטן.
געלט פארלוירן? נישט פארלוירן
צייט פארלוירן? פיל פארלוירן
מוט פארלוירן? אלס פארלוירן

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23798
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מיטוואך דעצמבער 18, 2019 2:10 pm

למעשה לערנען זיי זיי צובילעך... מעקקאנעל טוט היינט דאס וואס ריעד האט געטוהן אפאר יאר צוריק... ס'קען נעמען צייט, אויב אבער גייט מען היינט אימפיעטשן, די אבסטראקשן גייט אדורכגיין, גייט עס בדרך הטבע ווערן די נארם...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

גאלדענע פעדער
שר האלף
תגובות: 1568
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

תגובהדורך גאלדענע פעדער » מיטוואך דעצמבער 18, 2019 3:33 pm

איך טריי דא אביסעל צו פארשטיין וואס מען רעדט:

מען גייט אימפיטשען אלע פרעזידענטען פון יעצט אין ווייטער? פארוואס?

טראמפ (צו זיינע מענטשען) אפי׳ ס׳איז ליגאל, האט קלאר געזיכט שמיץ אויף די ביידענס כדי צו געווינען גרינג 2020

אפי׳ ער האט נישט צוריק געהאלטען קיין געלט פון אקריינע און אפי ס׳איז ליגאל צו זיכן שמיץ, ס׳שמעקט אבער נישט גוט און דערפאר אימפיטשען די דעמיקראטען. צו דערפאר איז אימפיטשמענט געמאכט געווארן? למאי נ״מ, ס׳איז גוט אז קומענדיגע פרעזידענטען זאל מורא האבן צו טוהן אזאלכע זאכן אפי׳ ס׳איז ליגאל. כנלע״ד
מפתחות של זהב
באמעריקא נתבטלה תורת הבאדזשעט

שליו ודגים
שר חמש מאות
תגובות: 858
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 29, 2017 11:00 am

תגובהדורך שליו ודגים » מיטוואך דעצמבער 18, 2019 3:42 pm

גענוג זאכן וואס פרעזידענטן טוען ראנג ווערן פארוואסערט א שטייגער אזא קאראפטירטער מענטש ווי קלינטאן איז געלאפן פאר פרעזידענט וואס זי האט אנגעדרייט א פאלשע דאסיער קעגן איר אפאנענט אזא קאראפטירטער מענטש ווי ביידן וואס האט געסראשעט אפצוהאלטן געלט פון אוקריינע אויב מ'גייט לאזן אין גאנג א אויספארשונג אויף א ביזנעס וואס האט מנדב געווען אומזיסע 50 קעי א חודש פאר זיין פארדראגטע זון

אקיצור ס'איז נארמאל צו פארוואסערן אזא שוואכע שבישוואכע קעיס און פון היינט און ווייטער גייט מען אימפיטשן פאר נאך שוואכערע זאכן פון דעים

די פאון קאלל האט בכלל נישט געדארפט נוצן קיין פייפער ווען ניט די אויסגעהונגערטע דעמאקראטן
לעצט פאראכטן דורך שליו ודגים אום מיטוואך דעצמבער 18, 2019 3:46 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6627
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מיטוואך דעצמבער 18, 2019 3:43 pm

גאלדענע פעדער האט געשריבן:איך טריי דא אביסעל צו פארשטיין וואס מען רעדט:

מען גייט אימפיטשען אלע פרעזידענטען פון יעצט אין ווייטער? פארוואס?

טראמפ (צו זיינע מענטשען) אפי׳ ס׳איז ליגאל, האט קלאר געזיכט שמיץ אויף די ביידענס כדי צו געווינען גרינג 2020

אפי׳ ער האט נישט צוריק געהאלטען קיין געלט פון אקריינע און אפי ס׳איז ליגאל צו זיכן שמיץ, ס׳שמעקט אבער נישט גוט און דערפאר אימפיטשען די דעמיקראטען. צו דערפאר איז אימפיטשמענט געמאכט געווארן? למאי נ״מ, ס׳איז גוט אז קומענדיגע פרעזידענטען זאל מורא האבן צו טוהן אזאלכע זאכן אפי׳ ס׳איז ליגאל. כנלע״ד

גאר גוט געזאגט.

די חילוק איז נאר, אויב ניצט מען טאקע אימפיטשמענט צו קאנווירטן פרינציפל אויף קריימס, אין לדבר סוף. דער קומענדע פרעזידענט קען שוין אומפיטש ווערן פאר ווילדע סטעיטמענטס..

אזוי קוקט אויס ווען מ׳אביוזד עפעס וואס איז עכט געמאכט פאר ערענסטע סיטואציעס. אמאל איז אומפיטשמט געווען א ערענסטע קריזיס. דער פרעזידענט איז באגאנגען א קריים [אפילו א פורים קריים]. היינט ווערט עס שטיק בעלאוני די גאנצע זאך.. גענוי ווי דאס באשטעטיגן סופרים קארט ריכטער איז שוין אפציעל גענוקלער׳ט לדורות עולם.
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

אוועטאר
lebediger berel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4021
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

א שאד

תגובהדורך lebediger berel » מיטוואך דעצמבער 18, 2019 3:45 pm

איך געדענק נאך ווען פרעזידענטן און קאנגרעס האבן געקענט זיין פון קעגנערישע פארטייען און נישט זיין אימפיטשט.
זעט אויס אויב וועט זיין אפאזיציע פארטייען וועט זיין א דעיט פאר יעדן פרעזידענט געוואונען .. אימפיטשט .. וכו'
א שאד אמעריקע וואס איז געווארן פון דיר
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 11384
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך דעצמבער 18, 2019 3:50 pm

איך מיין אז ווען מען אימפיעטשט ווען נישט טראמפ אויף אבסטראקשען אף קאנגרעס, וואלט בטל געווארן דער כח פון קאנגרעס, און א פרעזידענט וואלט מער קיינמאל נישט געגעבן קיין דעם פאר קאנגרעס מער ווי פאר דזשודזשישיעל וואטש.

פארשטייט זיך אז ווען נישט אימפיעטשמענט אויף אביוז אף פאוער וואלט געווארן נארמאל פאר א פרעזידענט צו נוצן זיין פאוער צו באגראבן זיינע קעגנער.

------------------------------

די געלט פאר די וואנט איז בערך וויפיל טראמפ האט באקומען פאריאר, נאך פארן רעידן די קאסע פאר די מיליטערישע און אנדערע געלטער, טראמפ האט געבעטן 8 ביליאן, (אויך דאכציך אז מען האט למעשה יא אריינגעלייגט די לענגווידזש אז טראמפ זאל נישט נאכאמאל קענען רעידן די קאסע.) [למעשה האט מען נישט אריינגעלייגט אזא סעיף.]

לעגאו, למעשה בויעט מען יעצט שוין יא כאטש אביסל נייע ווענט.

---------------------------

אויף די נייע נאפט"א איז דאך ווי פעלאוסי זאגט, און רעפאבליקאנער געזעצגעבער וויינען, אז די דיעל איז א פעלאוסי דיעל. טראמפ האט אוועקגעגעבן די גראסערי כדי צו באקומען די נאמען אז ער האט געמאכט א דיעל.

ווי פעלאוסי זאגט "מיר האבן אויפגעגעסן זייער פרישטאג."

------------------------

ניין זיידי לעבעדיגער, דעם פאפולערן פרעזידענט קלינטאן האבן די רעפאבליקאנער יא אימפיעטשד, ווייל זיי האבן געהאט א נארמאלן הסבר, און דעם נישט אזוי פאפולערן אבאמע האבן זיי נישט אימפיעטשד, ווייל זיי האבן נישט געהאט קיין נארמאלן הסבר.

די דעמאקראטן האבן אויך נישט אימפיעטשד דעם זייער אומפאפאלערן בוש.

איך געדענק נאך ווען פרעזידענטן און קאנגרעס האבן געקענט זיין פון קעגנערישע פארטייען און נישט זיין אימפיטשט.

צ"ל ווען נאר איין פארטיי האט אימפיעטשד ביל קלינטאן פאר פערזענליכע סקאנדאלן [אין וואס טראמפ פאקט אים אויך איין.] איר געדענקט נאך פיין ווען אייער פארטיי האט אימפיעטשד א פרעזידענט פאר אסאך אסאך ווייניגער, פערזענליכע חטאים וואס האט נישט אפעקטירט דאס לאנד. וואט גאוס עראונד, קאמס עראונד.

נאכמער זיידי, עס איז יעצט מפורסם געווארן א קליפ, ווי דיין בעלאווד דאנעלד דזשאן טראמפ זאגט פאר וואלף בליצער אז ער האלט אז פעלאוסי האט געזאלט אימפיעטשן און ארויסווארפן בוש פאר די איראקע מלחמה!

קענסט בעטן טשאדעלע זאל עס ברענגן, אויב ער האלט דערביי.
לעצט פאראכטן דורך צל עובר אום זונטאג דעצמבער 22, 2019 3:21 am, פאראכטן געווארן 3 מאל סך הכל.
ביידן האט געווארפן שאקין ווייל שאקין איז געווען קארופטירט, און יעדער האט אים דעמאלטס געוואלט ווארפן, אריינגערעכנט 3 רעפאבליקאנער סענעטארן, און גראדע האט ער דעמאלט "נישט" געפארשט בארימטע.

נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2354
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » מיטוואך דעצמבער 18, 2019 4:15 pm

יאפ, צל החדש, נישטא ווער עס זאל אויסקלאפן ביים בימה יעדן ליגנט, פרי קאנטרי איי געס.

קלינטאן האט מען אימפיטשט פאר ליגנט זאגן אונטער שבועה, און טראמפ האט פארגעשלאגן מען זאל אימפיטשן בוש אויך פאר א ליגנט, נישטא קיין שום געזעץ אין אמעריקע איבער אביוז אוו פאוער אדער אבסטראקשן אוו קאנגרעס, און פעלאוסי האט געזאגט וואס נאר?

ס'גוט ס'פיין
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

שליו ודגים
שר חמש מאות
תגובות: 858
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 29, 2017 11:00 am

תגובהדורך שליו ודגים » מיטוואך דעצמבער 18, 2019 4:16 pm

עשה עצמו כאילו לא ידע אבאמא אין זיין צייט האט נישט אנגעפיפען אין גרויסן

אוועטאר
lebediger berel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4021
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » מיטוואך דעצמבער 18, 2019 4:21 pm

צל איך נעם עס נישט אזוי ערנסט
אבער, למעשה איז אלעס אויף א גליטשער, איך וויל נישט ווערן דא אריין געשלעפט איך ענדזשוי עס (ליידער) ביז צו א געוויסע לעוול.
למעשה מארק מיי ווארדס וועסטו זען אז פון היינט און ווייטער גייט אזוי זיין, אויב עס וועט זיין א אפאזיציע פארטיי אין קאנגרעס וועט זיין אימפיטשמענט, מיר לעבן היינט אין א גליטשער וואס פארט אויף א עסקעלעטאר.
וואס איך געדענק נאך זייער גוט ווען מאניען און דיאמאטא האבן געארבעט אינאיינעם האנט ביי האנט ווי גוטע ברידער היינט איז עס א בלויזע חלום. און איך בין נישט אזוי אלט ווי עטץ מיינטס.
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 11384
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך דעצמבער 18, 2019 4:47 pm

נאך פונדערהיים האט געשריבן:יאפ, צל החדש, נישטא ווער עס זאל אויסקלאפן ביים בימה יעדן ליגנט, פרי קאנטרי איי געס.

קלינטאן האט מען אימפיטשט פאר ליגנט זאגן אונטער שבועה, און טראמפ האט פארגעשלאגן מען זאל אימפיטשן בוש אויך פאר א ליגנט, נישטא קיין שום געזעץ אין אמעריקע איבער אביוז אוו פאוער אדער אבסטראקשן אוו קאנגרעס, און פעלאוסי האט געזאגט וואס נאר?

ס'גוט ס'פיין


בוש האט ליגענט געזאגט אנדער אויט?!

טראמפ זאגט ווייניגער ליגענטס ווי בוש?!

און בד"וו, אבסטראקשען אף קאנגרעס איז א קריים אן דע בוק, און פערדזשערי איבער פריוואטע ענינים איז קיין היי קריים, לויט די אלע שרייערס קעגן אינוועסטיגעיטן טראמפס טעקס, איז א קל וחומר אז קאנגרעס האט בכלל נישט געהאט קיין רעכט צו פארשן קלינטאן, חוץ פון דעם האב איך די לעצטע פאר יאר אסאך מאל געהערט די ווארט "פראסעס קריימס".

------------------------

זיידי, די רעפאבליקאנער האבן שוין "בעבר" אימפיעטשד פאר קלענערס, איר כאפט?
ביידן האט געווארפן שאקין ווייל שאקין איז געווען קארופטירט, און יעדער האט אים דעמאלטס געוואלט ווארפן, אריינגערעכנט 3 רעפאבליקאנער סענעטארן, און גראדע האט ער דעמאלט "נישט" געפארשט בארימטע.

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23798
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מיטוואך דעצמבער 18, 2019 5:57 pm

גאלדענע פעדער האט געשריבן:איך טריי דא אביסעל צו פארשטיין וואס מען רעדט:

מען גייט אימפיטשען אלע פרעזידענטען פון יעצט אין ווייטער? פארוואס?

טראמפ (צו זיינע מענטשען) אפי׳ ס׳איז ליגאל, האט קלאר געזיכט שמיץ אויף די ביידענס כדי צו געווינען גרינג 2020

אפי׳ ער האט נישט צוריק געהאלטען קיין געלט פון אקריינע און אפי ס׳איז ליגאל צו זיכן שמיץ, ס׳שמעקט אבער נישט גוט און דערפאר אימפיטשען די דעמיקראטען. צו דערפאר איז אימפיטשמענט געמאכט געווארן? למאי נ״מ, ס׳איז גוט אז קומענדיגע פרעזידענטען זאל מורא האבן צו טוהן אזאלכע זאכן אפי׳ ס׳איז ליגאל. כנלע״ד



זייער סימפל... איינע פון די צוויי ארטיקל'ס אוו אימפיעטשמענט איז אבסטראקשן אוו קאנגרעסס... אז קאנגרעסס האט גערופן עדות אדער געבעטן דאקומענטן און טראמפ האט נישט געלאזט גיין אדער גיבן...

דאס איז א זאך וואס ער קען טוהן לויט די קאנסטעטוציע, און אלע פרעזידענטן נוצן דאס, ס'רופט זיך עקזעקעטיוו פריווילידזשעס... א פרעזידענט האט געוויסע פריוויליגעס וואס האלט אפ קאנגרעסס פון זעהן געוויסע זאכן וואס האט מיטן פרעזידענט...

אויב די פרעזידענט נוצט זיינע רעכטן פאר עקזעקעטיוו פריווילידזשעס און דאס רופן דעמעקראטן אן אבסטראקשן אוו קאנגרעסס, גייט ווערן א נארמאלע זאך אז קאנגרעסס זאל בעטן סיי וואס פונעם פרעזידענט, און אז ער וועט עס נישט גיבן גייטער ווערן אימפיעטשמענט, אלס אבסטראקשן אוו קאנגרעסס...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3468
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » מיטוואך דעצמבער 18, 2019 6:13 pm

צל עובר האט געשריבן:איך מיין אז ווען מען אימפיעטשט ווען נישט טראמפ אויף אבסטראקשען אף קאנגרעס, וואלט בטל געווארן דער כח פון קאנגרעס, און א פרעזידענט וואלט מער קיינמאל נישט געגעבן קיין דעם פאר קאנגרעס מער ווי פאר דזשודזשישיעל וואטש.

פארשטייט זיך אז ווען נישט אימפיעטשמענט אויף אביוז אף פאוער וואלט געווארן נארמאל פאר א פרעזידענט צו נוצן זיין פאוער צו באגראבן זיינע קעגנער.

פארוואס זאל טראמפ נישט האבן קיין רעכט צו לויפן אין געריכט און אנפרעגן דארטן אויב ער מוז קאאפערירן?? פארוואס הייסט דאס אבסטראקטשן אף קאנגרעס?? אויב האט קאנגרעס טאקע א שטערקערע מאכט ווי דזשודישיעל וואוטש ווי דו זאגסט דעמאלטס זאל די סופרים קאורט דאס זאגן!

פארשטייט זיך אז כ'בין מיט דיר אז קאנגרעס האט טאקע א שטערקערע מאכט ווי דזשודישיעל וואוטש, אבער די גדרים פון זייער מאכט לאז פאר די געריכט צו באשליסן.


צל עובר האט געשריבן:די געלט פאר די וואנט איז בערך וויפיל טראמפ האט באקומען פאריאר, נאך פארן רעידן די קאסע פאר די מיליטערישע און אנדערע געלטער, טראמפ האט געבעטן 5 ביליאן, אויך דאכציך אז מען האט למעשה יא אריינגעלייגט די לענגווידזש אז טראמפ זאל נישט נאכאמאל קענען רעידן די קאסע.

לעגאו, למעשה בויעט מען יעצט שוין יא כאטש אביסל נייע ווענט.

ניין, ווי יעך האב פארשטאנען איז אנדערש ווי פאראיאר ווען מ'האט געגעבן געלט בלויז פאר גרעניץ זיכערהייט און קלאר נישט פאר די וואנט, איז דאס מאך גייט די געלט יא דירעקט פארן נייעם וואנט.

און מ'האט (ווי כ'האב פארשטאנען) למעשה נישט אריינגעלייגט קיין רעסטריקשענס פאר טראמפ איבער ווי ער מעג נוצן די געלטער.

צל עובר האט געשריבן:אויף די נייע נאפט"א איז דאך ווי פעלאוסי זאגט, און רעפאבליקאנער געזעצגעבער וויינען, אז די דיעל איז א פעלאוסי דיעל. טראמפ האט אוועקגעגעבן די גראסערי כדי צו באקומען די נאמען אז ער האט געמאכט א דיעל.

ווי פעלאוסי זאגט "מיר האבן אויפגעגעסן זייער פרישטאג."

וואס וויינען די רעפאבליקאנער געזעצגעבער אויפן דיעל?
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot], Mister, Working, א גולם, אור, אידיאט, אמת משיח איז כמעט דא, בארג, בשבילי נברא, ווייס פרעזידענט, יאנקעלע, יישר כח, ליבלעך, לפנות בוקר, משה חי און 82 געסט