טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אלעקסיי דער דריטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 284
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » זונטאג נובעמבער 24, 2019 4:42 pm

קלאץ קשיא האט געשריבן:
mmn האט געשריבן:די מעלה פון וויכטיג מאכער און צל איז עפ"ר גייען זיי אלס שרייבן די איפארמעישאן אמתדיג און נאכער זיך אויסטענהן אין די רש"י ותוספות. לאפוקי מאנכע וואס שרייבן ווי די מידיע וואס זיך ווילן יענער זאל טראכטן

וויכטיג מאכער יא, צל נישט. ענדערש יש ברירה.
אלעסקיי דער דריטער מיט קאנסילמעמבער זענען גראדע פון די גוטע שרייבער אויף טראמפ זייט

ייש"כ פאר די דברי חיזוק.
"א מענטש טראכט און ג-ט לאכט"

די ציהל איז נישט צו אטאקירן יענעם - בלויז באקומען "נעים-רעקאגנישאן".

אוועטאר
פעיק נוז
שר חמשת אלפים
תגובות: 5441
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מאנטאג נובעמבער 25, 2019 10:28 am

פעיק נוז האט געשריבן:פרעזידענט טראמפ האט ארויסגעגעבן פארדאנס פאר צוויי אמעריקאנער זעלנער, און האט צוריקגעגעבן דעם ראנג פון נעווי סיעל פאר א דריטן זעלנער.

די דריי זעלנער זענען אלע אויסגעשטאנען קלאגעס אדער זענען שוין געפונען געווארן שולדיג, איבער מלחמה פארברעכנס, פאר פארשידענע אינצידענטן וואס האבן פאסירט אין איראק און אין אפגאניסטאן אין די לעצטערע יארן.

צווישן די קעיסעס איז דער באקאנטער קעיס פון עדווארד גאלעהער, פאר וועמען טראמפ האט זיך שוין עטליכע מאל אנגענומען אין דער עפנטליכקייט.

איד דעילי

די שטורעם ארום דעם נעווי סיעל עדווארד גאלעהער, פאר וועמען טראמפ קאמפיינט אז מ'זאל אים לאזן בלייבן מיט'ן טיטל נעווי סיעל טראץ מלחמה פארברעכנס קלאגעס קעגן אים, איז נעכטן אויסגעברייטערט געווארן, ווען פארטיידיגונגס סעקרעטאר מארק עספער האט פארלאנגט די רעזיגנאציע פון נעווי סעקרעטאר ריטשארד ספענסער.

דאס איז געקומען נאכדעם וואס עספער איז דערגאנגען אז ספענסער האט פריוואט געזאגט פאר טראמפ באאמטע, אז אויב טראמפ הערט אויף רעדן פונעם גאלעהער קעיס אין פובליק, וועט ער פארזיכערן אז גאלעהער בלייבט מיט זיין טיטל נעווי סיעל און קען אזוי רעטייערן.

איד דעילי

אוועטאר
פעיק נוז
שר חמשת אלפים
תגובות: 5441
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דינסטאג נובעמבער 26, 2019 11:38 am

פרעזידענט טראמפ האט נעכטן נאכמיטאג אונטערגעשריבן א געזעץ, וואס דערקלערט אז דאס זיך אויפפירן ברוטאל צו א באשעפעניש איז א פעדעראלע הארבע פעלאני קרימינאלע אקט.

דער געזעץ איז באשטעטיגט געווארן דורכ'ן סענאט און קאנגרעס מיט שטארקע שטיצע פון ביידע פארטייען, און עס נעמט אריין פארשידענע אקטן פון צער פאר באשעפענישן, אריינגערעכנט דערטרענקען און דערשטיקן.

עס איז א געזעץ וואס האט אויך געהאט שטארקע שטיצע פון ליבעראלע צער בעלי חיים גרופעס.

איד דעילי

אוועטאר
פעיק נוז
שר חמשת אלפים
תגובות: 5441
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דינסטאג נובעמבער 26, 2019 11:42 am

אין א זיג פאר פרעזידענט טראמפ האט דער סופרים קאורט האט נעכטן בלאקירט קאנגרעס פון באקומען צוטריט צו זיינע טעקס ריטוירנס, ווילאנג די קארט דעבאטירט אפיציעל די שאלה צו קאנגרעס האט רעכט צו פארלאנגען א פרעזידענטס טעקס ריטורן.

יאנקעל פעדראטשיק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3790
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

תגובהדורך יאנקעל פעדראטשיק » דינסטאג נובעמבער 26, 2019 11:44 am

פעיק נוז האט געשריבן:פרעזידענט טראמפ האט נעכטן נאכמיטאג אונטערגעשריבן א געזעץ, וואס דערקלערט אז דאס זיך אויפפירן ברוטאל צו א באשעפעניש איז א פעדעראלע הארבע פעלאני קרימינאלע אקט.

דער געזעץ איז באשטעטיגט געווארן דורכ'ן סענאט און קאנגרעס מיט שטארקע שטיצע פון ביידע פארטייען, און עס נעמט אריין פארשידענע אקטן פון צער פאר באשעפענישן, אריינגערעכנט דערטרענקען און דערשטיקן.

עס איז א געזעץ וואס האט אויך געהאט שטארקע שטיצע פון ליבעראלע צער בעלי חיים גרופעס.

איד דעילי

אבי מזאגט אז קאנגרעס טוט גארנישט חוץ אומפיטשמענט

אוועטאר
פעיק נוז
שר חמשת אלפים
תגובות: 5441
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דינסטאג נובעמבער 26, 2019 11:45 am

טראמפ האט דא אויך געהאט א געלעגנהייט צו ווייזן אז ער איז גרייט צו ארבעטן מיט דעמאקראטן אויף זייערע 'אישוס'...

יאנקעל פעדראטשיק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3790
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

תגובהדורך יאנקעל פעדראטשיק » דינסטאג נובעמבער 26, 2019 12:10 pm

פעיק נוז האט געשריבן:טראמפ האט דא אויך געהאט א געלעגנהייט צו ווייזן אז ער איז גרייט צו ארבעטן מיט דעמאקראטן אויף זייערע 'אישוס'...

חחחחחחחח

נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2152
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » דינסטאג נובעמבער 26, 2019 2:40 pm

די טורקי'ס זענען שוין געפארדאנט.

אראפ א שטיין פון הארץ.

(ווי די שטייגער איז צו זאגן פארגעשריבענע וויצן בשעת'ן מעמד, האט טראמפ זיך גענומען איבער שיף וסיעתו)
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

אוועטאר
שפיגליצקי
שר חמש מאות
תגובות: 989
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

תגובהדורך שפיגליצקי » דינסטאג נובעמבער 26, 2019 2:50 pm

וואס ווארט מיר יעצט פארן שחט'ן דעם ספיידער אין צווייען?
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).

אוועטאר
פעיק נוז
שר חמשת אלפים
תגובות: 5441
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דינסטאג נובעמבער 26, 2019 2:52 pm

שפיגליצקי האט געשריבן:וואס ווארט מיר יעצט פארן שחט'ן דעם ספיידער אין צווייען?

:lol:

אוועטאר
פעיק נוז
שר חמשת אלפים
תגובות: 5441
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 12:14 pm

פרעזידענט טראמפ האט געלאזט הערן, אז ער פלאנירט צו דעזיגנירן די גרויסע דראג באנדעס אין מעקסיקא אלס אינטערנאציאנאלע טעראר ארגאניזאציעס.

טראמפ האט אנגעצייגט אז די באנדעס זענען פאראנטווארטליך פאר צענדליגער טויזנטער מארדן אין די לעצטערע יארן, און דאס דעזיגנירן זיי אלס טעראריסטן וועט געבן נייע געצייג פאר אמעריקע צו קעמפן קעגן זיי.

די מעקסיקאנער רעגירונג האט אויסגעדרוקט גרויס אויפברויז און קריטיקירט דעם שריט, זאגנדיג אז ס'וועט פארלעצן איר זעלבסטשטענדיגקייט.

איד דעילי

אוועטאר
פעיק נוז
שר חמשת אלפים
תגובות: 5441
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 12:24 pm

די אייס אימיגראציע אגענטור האט ארעסטירט בערך 250 אויסלענדישע סטודענטן זינט יאנואר, פאר אימיגראציע פארלעצונגען, צוליב וואס זיי האבן זיך איינגעשריבן אין א פאלשע אוניווערזיטעט וואס די פעדעראלע רעגירונג האט אליינס געגרינדעט מיט'ן ציהל צו כאפן אזעלכע יונגע וואס זענען אריינגעקומען קיין אמעריקע אומלעגאל צו קענען שטודירן אין די אוניווערזיטעט, נאכ'ן ווערן אנגערייצט פון רעקלאמעס דערוועגן.

די גאנצע אוניווערזיטעט איז געווען איין גרויסע שפיל, און אלע איינגעשטעלטע זענען געווען באהאלטענע אימיגראציע אגענטן.

איד דעילי
לעצט פאראכטן דורך פעיק נוז אום דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 2:21 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 10635
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 1:00 pm

עין ערך דוועק.
He didn’t want to investigate Burisma,” said Daria Kaleniuk of the Ukrainian Anti-Corruption Action Center. “And Shokin was fired not because he wanted to do that investigation, but quite to the contrary, because he failed that investigation.”

אור
שר האלף
תגובות: 1987
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 12:20 pm

תגובהדורך אור » דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 2:00 pm

טראמפ אין אפגאניסטאן!

אור
שר האלף
תגובות: 1987
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 12:20 pm

surprise Thanksgiving visit

תגובהדורך אור » דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 2:01 pm

WASHINGTON: AP: President Trump is in Afghanistan for a surprise Thanksgiving visit to US troops serving in America’s longest war

אוועטאר
שפיגליצקי
שר חמש מאות
תגובות: 989
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

תגובהדורך שפיגליצקי » דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 2:03 pm

דאס מאל איז יא געלונגען דער סוד.
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).

אור
שר האלף
תגובות: 1987
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 12:20 pm

תגובהדורך אור » דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 2:06 pm

איז עס נישט א יערליכע טענקסגיווינג סוד ?

פאלעסיידס
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2019 5:28 pm

תגובהדורך פאלעסיידס » דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 2:19 pm

אור האט געשריבן:WASHINGTON: AP: President Trump is in Afghanistan for a surprise Thanksgiving visit to US troops serving in America’s longest war

די גרופע פון זעקס, סי ען ען /ען בי סי וכו' שטיפט שוין יארען די סטעיטמענט "אמעריקעס לענגסטע מלחמה"

וואס מאכט עס די לענגסטע מלחמה? סזיצט א געהעריגע ערוועלטע גאווערמענט שוין יארען. דע סטעיטמענט שפילט אריין אין די הענט פון טעראריסטען, אויב די סעיטמענט קומט נישט פון אמעריקעס שונאים גאר, א מלחמה?

נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2152
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 2:20 pm

טראמפ האט אנאנסירט ביים לאנדן אין אפגאניסטאן אז מען האט אנגעהויבן א פרישע רונדע געשפרעכן מיט די טאליבאן.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

פאליטקלי קארעקט
שר האלפיים
תגובות: 2833
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 07, 2014 11:36 am

תגובהדורך פאליטקלי קארעקט » דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 2:35 pm

אור האט געשריבן:WASHINGTON: AP: President Trump is in Afghanistan for a surprise Thanksgiving visit to US troops serving in America’s longest war


ס'וואלט אסאך בעסער געווען ווען ער זיצט אינדערהיים און הערט אויף צו פארדענען מלחמה פארברעכער, וואס מיט דעם רעגט ער אויף די טאפ גענעראלן, און הערט אויף זיך אריינצומישן אין די מיליטערישע אינעליכע אנגעלעגהייטן, פשוט פאר זיין פערזענדליכע פילינגס, און אויך זאל ער אויפהערן רופן די טאליבאנער רוצחים צו וואשינגטאן עטליכע טעג פאר סעפטעמבער 11.

אוועטאר
שפיגליצקי
שר חמש מאות
תגובות: 989
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

תגובהדורך שפיגליצקי » דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 2:57 pm

אזוי אויך וואלט אסאך בעסער געווען ווען ער איז בכלל נישט פרעזידענט וכו' וכו'.
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).

נאר_דאס_נישט
שר העשר
תגובות: 43
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 07, 2019 7:08 am
לאקאציע: עצות-שטובל

תגובהדורך נאר_דאס_נישט » דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 3:01 pm


אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11709
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 3:32 pm

שפיגליצקי האט געשריבן:אזוי אויך וואלט אסאך בעסער געווען ווען ער איז בכלל נישט פרעזידענט וכו' וכו'.

שטייצעך.

נאר_דאס_נישט
שר העשר
תגובות: 43
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 07, 2019 7:08 am
לאקאציע: עצות-שטובל

תגובהדורך נאר_דאס_נישט » דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 3:36 pm

כאפצעם האט געשריבן:
שפיגליצקי האט געשריבן:אזוי אויך וואלט אסאך בעסער געווען ווען ער איז בכלל נישט פרעזידענט וכו' וכו'.

שטייצעך.

;l;p- :lol:

אוועטאר
פעיק נוז
שר חמשת אלפים
תגובות: 5441
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 3:42 pm

;l;p- ;l;p- ;l;p- :lol: :lol: :lol: ;l;p- ;l;p- ;l;p- :lol: :lol:.....................


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot] און 27 געסט