טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
פעיק נוז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4432
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 3:09 pm

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:איראק האט נישט געהאט קיין אטאם און זיין קריג האט דעסטאביליזירט דעם גאנצן ראיאן פאר צענליגע יאר.
איראן האט נישט דעם אטאם און האבן איינגעהאלטן דעם אפמאך 100%. ביז יעצט ווען זיי האבן אנגעהויבן צו פארלעצן פילע פונקטן נאכדעם וואס אמעריקע האט פארלעצט דעם גאנצן געשעפט.
אן אטאקע אויף נארט קארעא איז ווייט פון א קינדערשפיל.

א מלחמה אין מיטל מזרח און א אטאקע אויף נ"ק איז נישט די זעלבע זאך, מען דארף וויסן וואו דער חמור שטייט איין, און דערפאר האלט איך טאקע אז אן אטאקע אויף איראן אהן א אויסגערעכנטע פלאן אויף נאכדעם, איז אומזיניג.

און בנוגע איראן לגבי דעם אפמאך, איז איבריג צו זאגן אז די אפמאך האט נישט געברענגט קיין לאנג טערמיניגע רואיגקייט אויפן וועלט.
לעצט פאראכטן דורך פעיק נוז אום דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 3:11 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר חמש מאות
תגובות: 712
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: אויפן לעגאו בארד

תגובהדורך לעגאו מענטשעלע » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 3:10 pm

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:איראק האט נישט געהאט קיין אטאם און זיין קריג האט דעסטאביליזירט דעם גאנצן ראיאן פאר צענליגע יאר.
איראן האט נישט דעם אטאם און האבן איינגעהאלטן דעם אפמאך 100%. ביז יעצט ווען זיי האבן אנגעהויבן צו פארלעצן פילע פונקטן נאכדעם וואס אמעריקע האט פארלעצט דעם גאנצן געשעפט.
אן אטאקע אויף נארט קארעא איז ווייט פון א קינדערשפיל.

איך האף איך בין נישט קיין כופר אויב איך בין נישט אינגאנצן איינשטימיג...
טרעט נישט אויף מיר! ווייל דו וועסט ליידן! און אויב פארשטייסטו דאס נישט, דאן האסטו נאך קיינמאל נישט ארויפגעטרויטן אויף א... לעגאו מענטשעלע!

זארג נישט
שר חמש מאות
תגובות: 633
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

תגובהדורך זארג נישט » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 3:13 pm

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:איראק האט נישט געהאט קיין אטאם און זיין קריג האט דעסטאביליזירט דעם גאנצן ראיאן פאר צענליגע יאר.
איראן האט נישט דעם אטאם און האבן איינגעהאלטן דעם אפמאך 100%. ביז יעצט ווען זיי האבן אנגעהויבן צו פארלעצן פילע פונקטן נאכדעם וואס אמעריקע האט פארלעצט דעם גאנצן געשעפט.
אן אטאקע אויף נארט קארעא איז ווייט פון א קינדערשפיל.

איינגעהאלטן דעם אפמאך 100%?

פאר די זעלבע געלט קענסטו שוין זאגן 1000%

עס קאסט נישט קיין געלט, נאר איין זערא מער.

דממה דקה
שר האלף
תגובות: 1998
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 3:26 pm

זארג נישט האט געשריבן:
פאליטקלי קארעקט האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:וואס די מעשה מיט באלטאן? ער איז פרא טאליבאן? פרא איראן? פארוואס האט מען זיך צוקריגט?

John Bolton's firing shows (again) that Donald Trump has zero plan

https://www.cnn.com/2019/09/10/politics ... index.html

ניין, נאר אז די סטעיט דעפארטמענט האט אים (דאס מאל) אריין געכאפט אין פאסטקע.

זיין פייערן באלטאן קען זיין וועט זיין די "עיקר" סיבה פאר פארלירן דער נעקסטע עלעקשען, און דאס וויל דער סטעיט דעפארטמענט. באלטאן האט נישט מיט גע'ארבעט מיט די סטעיט דעפארטמענט קעגן טראמפ ווי טילערסאן און נאך האבן, אבער איז געפאלן א קרבן זייער נייע אינשורענס פאליסי קעגן טראמפ.

איך בין שוין אינגאנצן צומישט, סא טראמפ ארבעט מיט מיט די אינשורענס פאליסי קעגן זיך ביים פייערן באלטאן?

אוועטאר
צל עובר
שר שמונת אלפים
תגובות: 8463
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 3:29 pm

זעהט אויס, אזא בחינה ווי מלך אסור ברהטים, וויי וויי געוואלד ווי נידעריג דער דור איז אז אפילו דער כל יכול וואס וועט דרעינען די סוואמפ איז שוין ליידער נכנע פאר זיי.

אוי לו לדור שכך עלתה בימינו.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

וואו ליגט מיין תגובה בנוגע די די קראך אויף די לבנה?

פארשער
שר חמש מאות
תגובות: 890
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 16, 2009 7:20 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך פארשער » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 3:30 pm

איינער האט עפעס אינפא וואס די מעשה איז געווען מיט באלטאן? שפעקולירן קען איך אויך.

זארג נישט
שר חמש מאות
תגובות: 633
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

תגובהדורך זארג נישט » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 3:34 pm

פארשער האט געשריבן:איינער האט עפעס אינפא וואס די מעשה איז געווען מיט באלטאן? שפעקולירן קען איך אויך.

פון דער ניו יארק טיימס

WASHINGTON — President Trump announced on Tuesday that he had fired John R. Bolton, his third national security adviser, amid fundamental disagreements over how to handle major foreign policy challenges like Iran, North Korea and most recently Afghanistan

באקסער בוים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 257
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 12:41 pm

תגובהדורך באקסער בוים » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 3:35 pm

זארג נישט האט געשריבן:
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:איראק האט נישט געהאט קיין אטאם און זיין קריג האט דעסטאביליזירט דעם גאנצן ראיאן פאר צענליגע יאר.
איראן האט נישט דעם אטאם און האבן איינגעהאלטן דעם אפמאך 100%. ביז יעצט ווען זיי האבן אנגעהויבן צו פארלעצן פילע פונקטן נאכדעם וואס אמעריקע האט פארלעצט דעם גאנצן געשעפט.
אן אטאקע אויף נארט קארעא איז ווייט פון א קינדערשפיל.

איינגעהאלטן דעם אפמאך 100%?

פאר די זעלבע געלט קענסטו שוין זאגן 1000%

עס קאסט נישט קיין געלט, נאר איין זערא מער.

ווען טראמפ האט מבטל געווען די אפמאך זענען אלע וואס האבן געהאט א אויפזיכט איבער דעם דיעל געזאגט אז איראן האט עס איינגעהאלטן,
טראמפס מבטל זיין איז נישט געווען אז איראן האלט נישט איין, נאר אז די אפמאך איז נישט גוט.

שפעטער האט די מדנ"י אקציע אויפגעדעקט אז איראן האט געהאט נאך אסאך צענטערס וואס מ'האט קיינמאל נישט געוויסט.
כ'האב באמת נישט קיין מיינונג אויף די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.

פאליטקלי קארעקט
שר האלפיים
תגובות: 2439
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 07, 2014 11:36 am

תגובהדורך פאליטקלי קארעקט » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 3:42 pm

קוואט אוף די דעי...

"ווען 'טראמפ' הייערט ווען 'טראמפ', וואלט ער שוין פון לאנג געווען געפייערט"!

אוועטאר
פעיק נוז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4432
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 3:46 pm

עמוק עמוק מי ימצאנה...

זארג נישט
שר חמש מאות
תגובות: 633
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

תגובהדורך זארג נישט » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 3:52 pm

Charles Kupperman, the deputy national security adviser
נעמט דערווייל איבער.

ער איז 30 יאר געווען דער רעכטע האנט צו באלטאן און באלטאן'ס עדווייזער נאך פון די רעיגן טעג. בערך דער זעלבע עלטער ווי באלטאן.

א איד? (איך האף אז נישט)

דממה דקה
שר האלף
תגובות: 1998
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 3:58 pm

יא, א איד.

פאליטקלי קארעקט
שר האלפיים
תגובות: 2439
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 07, 2014 11:36 am

תגובהדורך פאליטקלי קארעקט » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 4:37 pm

וויכטיג מאכער האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:זאג מיר נישט אז די סי איי עי האט געלייקנט, איי טעק איט אלל בעק...

האקט

אייסעס האט געראונט ריזיגע שטחים. שולעס, שפיטעלער פאליציי, אלעס. אפילו געהאט א הויפטשטאט אין מאסול...



אייסיס איז א טעראר ארגענעזעישן וואס האט איינגענומען שטחים, טאליבאן איז געווען די אפעציעלע רעגירונג פון אפגאניסטאן!


BREAKING NEWS: Explosion heard in Afghan capital near US Embassy, shortly after midnight on 9/11 anniversary.

לכאורה איז נישט שווער צו געסן אז די טאליבאנער זענען געשטאנען אונטער דעם.

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6197
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 9:38 pm

באקסער בוים האט געשריבן:
זארג נישט האט געשריבן:
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:איראק האט נישט געהאט קיין אטאם און זיין קריג האט דעסטאביליזירט דעם גאנצן ראיאן פאר צענליגע יאר.
איראן האט נישט דעם אטאם און האבן איינגעהאלטן דעם אפמאך 100%. ביז יעצט ווען זיי האבן אנגעהויבן צו פארלעצן פילע פונקטן נאכדעם וואס אמעריקע האט פארלעצט דעם גאנצן געשעפט.
אן אטאקע אויף נארט קארעא איז ווייט פון א קינדערשפיל.

איינגעהאלטן דעם אפמאך 100%?

פאר די זעלבע געלט קענסטו שוין זאגן 1000%

עס קאסט נישט קיין געלט, נאר איין זערא מער.

ווען טראמפ האט מבטל געווען די אפמאך זענען אלע וואס האבן געהאט א אויפזיכט איבער דעם דיעל געזאגט אז איראן האט עס איינגעהאלטן,
טראמפס מבטל זיין איז נישט געווען אז איראן האלט נישט איין, נאר אז די אפמאך איז נישט גוט.

שפעטער האט די מדנ"י אקציע אויפגעדעקט אז איראן האט געהאט נאך אסאך צענטערס וואס מ'האט קיינמאל נישט געוויסט.


דאכצעך אז די מדנ"י אקציע איז פארגעקומען נאך בעפארן מבטל זיין די דיעל
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5554
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 11:52 pm

וויאזוי זאגט נאר דער וויינבערגער ״ברוך השם הילערי טוהט שוין בעסער״

היינט איז א גוטע טאג פאר אמעריקע ווען דער באלטאן וואס טראמפ האט אריינגעברענגט אין זיין אדמיניסטראציע זשאסט צו מאכען זיכער אז ער פארשטייט די אפאוזינג ארגיומענט פאר ער מאכט עני מעיזשאר דעסיזשען האט שוין נישט געהאט וואס צו צולייגען צום שמועס האט מען אים געקענט איגנארירען ביז ער האט געכאפט די מעסעדזש און געאפפערט זיין רעזיגנאציע.

איך מיין אז עס איז שוין צייט צו זאגען אז טראמפ האט פאנדעמענטעלי געטוישט די רעפובליקאנע פארטיי פון א פרא מלחמה הינגעריגע פארטיי צו זיין אביסעל מער פאסיוו, די צודרייטע מקעין סטייל פאליסיס ווי מלחמה איז די יסוד פאר פארטיי לופט צום אטעמען האט זיך שוין ענדליך אפגעשטעלט.

די רעפובליקאנע פארטיי איז געוועהן פון 2001 ביז 2008 א פארטיי וואס האט געפייט פאר איין זאך: מלחמה!!! פון 2008 ביז 2016 האבען זיי געפייט קעגן איין זאך: אבאמא קעיר. די רעפובליקאנע פארטיי שטייט היינט פאר פעיר טרעיד און אימיגרעישאן! די רעפובליקאנער פארטיי מאכט שיין פראגרעס.

איך מיין אז באלטאן איז א קלוגע מענטש אבער די צודרייטע מענטאליטעט פון ווי מער מלחמות איז א שלעכטע געוואוינהייט וואס מקעין האט ליידער איינגעפיהרט - און עס איז גוט אז זיינע געמיינע געדאנקען האט מער נישט קיין פלאץ אין די רעפובליקאנע פארטיי.

צו מען זאל יא רעדן צו טעראריסטען סלעש דיקטאטורען איז א גרויסע פראגע, טראמפ און אבאמא האלטען ביידע אז עס לוינט זיך, די מידיע האלט.... הו קעירס? זיי זענען טאטעל בייעסד און נישט ווערט קיין דיסקאושען. ראמני טרעפט זיך יעדע שטיק צייט זיין זיסע קארנער יעדעס מאל ווען ער גייט ארויס קעגן די פרעזידענט, זיין רעספעקט לעוועל האלט שוין ביי אינטער נול נאך אביסעל גייט ער טוישען פארטיי.

די טעקניקעל דיטעילס ווי פונקטליך די מיטונג פון די טאליבאן זאל פארקומען אדער וועלכע קאמפעני סעלצער צו לייגען אויפען טיש אדער די מעיזשאר פראגע פון וועלכע קאליר בלומען איינצוהאנדלען דאס העליך לאזען פאר א צווייטען, עס איז דיטעילס און נישט קיין ערענסטע דיסקוסיע.

די פרעזידענט האט ערענסטע פארען פאליסי פראבלעמען אבער זיין פארעין פאליסי איז דערווייל בעסער ווי קלינטאנס איגנארירען אלע וועלטס פראבלעמען און בוש 43 מלחמות און שלאכטען איבער די גאנצע וועלט אדער אבאמאס שפילען באהאלטען אויף די וועלטס סטעידזש - סוקסעספול איז ער אבער אויך נישט.

דאס איז די בעיסיק נייעס פון די טאג אין מיין קליינע מח.
לעצט פאראכטן דורך מטעמים אום מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 2:15 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
איך בין אויסגעלאפען פון איידיעס וואס צו שרייבען

אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלף
תגובות: 1747
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

תגובהדורך ישוב הדעת » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 11:57 pm

מטעמים, לייק!!

באקומט 80 טויזענט Chase פוינטס דורך עפלייען, קליקט דא

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלפיים
תגובות: 2825
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 11:59 pm

מטעמים האט געשריבן:דאס איז די בעיסיק נייעס פון די טאג אין מיין קליינע מח.

איך לאוו דיין בליק איבער די נייעס!!!
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5554
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 12:18 am

טענקס פאר די קאמפלימענטן, עס העלפט פאר די כבוד מיינע. דא לאכט מען אפילו איך מיין עס אמתדיג.
איך בין אויסגעלאפען פון איידיעס וואס צו שרייבען

פינחס
שר מאה
תגובות: 198
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 20, 2017 12:03 am

תגובהדורך פינחס » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 12:34 am

פאראינטערסירט האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן:דאס איז די בעיסיק נייעס פון די טאג אין מיין קליינע מח.

איך לאוו דיין בליק איבער די נייעס!!!

אוועטאר
יש ברירה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7069
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 12:38 am

עדארעבעל ווי די לייגסט אריין א ענטפער פון פאראויס פארוואס טראמפ האט אים אויפגענומען... צו פארשטיין די עפאוזינג וויא...

אגב, אז מען רעדט נאך פון די טאליבאן סאמיט, דא איז א אפהאנדלונג איבער די נושא. ס'איז ווערד א לייען.
https://www.washingtonpost.com/opinions ... oIVurUh1Hj

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5554
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 1:53 am

גוט צו הערן פון דיר יש, איך האב הנאה דיר צו זעהן דא.
איך בין אויסגעלאפען פון איידיעס וואס צו שרייבען

לייפציק
שר חמש מאות
תגובות: 528
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 5:55 pm

תגובהדורך לייפציק » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 2:10 am

אזא תגובה פון מטעמים, איז מטעמים..

זייער שיין צוזאמגענומען, און זייער גוט ארויסגעברענגט.

באלטן האט נישט געקענט דורכגיין קיין באשטעטיגונג צום UN וועגן זיין שארפקייט, און יעדער האט אראפגעריסן טראמפ ביים אים אויפנעמן.
און יעצט רייסט מען פאר'ן אויפזאגן, פונקט ווי ביי בענען..

און די סיבה פארוואס ער האט אים געדארפט איז וואו מטעמים זאגט צו הערן ביידע זייטן, און ער גייט דאס אנהאלטן און טון ווייטער, אויפנעמן פון ביידע לאגערן, און מאכן אליין דעסישאנס, איך זאג נאר איין זאך אנדערש, אז די אויפזאגן איז ווייל יעצט איז געגאנגען פעטש מיט פאמפעיא, וואס יעצט איז ער פאמפעיא די ענליכסטער מיט'ן מהלך צו טראמפ אליין, און פון די צוויי דארף ענדערש גיין באלטן.

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4415
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 6:51 am

זייער צום זאך מטעמים!

דארפסט קומען יעדע נאכט מיט א סך הכל. דער עולם וועט עס אויסלעקן.
אויב ווילט איר נישט צו טוישן אייער מיינונג, דאן האט נישט קיין טענות אז איך האלט נישט ביים טוישן מיין מיינונג.

דממה דקה
שר האלף
תגובות: 1998
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 7:53 am

2020 גיי איך וואוטן טראמפ, נאך נישט געווען קיין פרעזידענט וואס איז געווען אזוי אויסגערעכנט, יעדע ריר מיט א חשבון, סיי ביים הייערן, סיי ביים פייערן. ביים שלום מאכן און ביים צוקריגן...

שמואל בארג
שר האלף
תגובות: 1958
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 9:05 am

דממה ;l;p-


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Kollel, א מוח און 31 געסט