טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2035
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » דאנארשטאג אוגוסט 15, 2019 12:27 pm

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:עפעס גייט פאר מיט טראמפ'ס אפראוול נומערן לעצטנס.

Screenshot_20190814-211037__01.jpg

מינוס 13 פון פאקס איז 8 פונקטן שוואכער ווי דריי וואכן צוריק, 5-7 פונקטן שוואכער ווי די לעצטע זעקס חדשים, און איין פונקט בעסער ווי זיין ערגסטע ציפער, אוגוסט 2017 גלייך נאך די שארלעטסוויל נאצי מארד.

מינוס ניין פון רעסמיוסען איז כמעט אומדערהערט.

זאגבי

עפראוו 51%
דיסעפראוו 47%
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2035
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » דאנארשטאג אוגוסט 15, 2019 12:32 pm

די טראמפ אדמיניסטראציע וועלכע האט געזוכט צו צוריקדרייען א פעדעראלע געריכט רולינג פון צוויי יאר צוריק אז זיי דארפן צושטעלן בעסערע באדינגונגען פאר די קינדער אין די אימיגראנטן דעטענשאן צענטערס, האט היינט פארלוירן אין אפיעלס קארט.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

אוועטאר
פעיק נוז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4434
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דאנארשטאג אוגוסט 15, 2019 1:07 pm

כאפצעם האט געשריבן:
וויכטיג מאכער האט געשריבן: בארדער פעטראול זאגט אז מ'פינישט יעצט 14 מייל...

די קרעפ וואס מ'גייט פארקויפן איז אז סיז נאר א ריפלעיסמענטס...

יאפ, ריפלעיסמענט. קיין אינטש נייע.

לו יצוייר עס איז אזוי, נו איז וואס? טראמפ האט דען צוגעזאגט נאר צו בויען נייע? ער האט דאך געהאלטן אז די צוים פון ביז איצט איז נישט גוט און מען דארף א וואנט לענגאויס די גאנצע בארדער, נו, אוודאי דארף מען ריפלעיסן, וואסאמין טיפשות פון א טענה אז עס איז נישט קיין נייע? איך רעד נישט פון דיר איך רעד פון די פון וועם דו נעמסט עס..

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11252
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דאנארשטאג אוגוסט 15, 2019 1:10 pm

פעיק נוז האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:
וויכטיג מאכער האט געשריבן: בארדער פעטראול זאגט אז מ'פינישט יעצט 14 מייל...

די קרעפ וואס מ'גייט פארקויפן איז אז סיז נאר א ריפלעיסמענטס...

יאפ, ריפלעיסמענט. קיין אינטש נייע.

לו יצוייר עס איז אזוי, נו איז וואס? טראמפ האט דען צוגעזאגט נאר צו בויען נייע? ער האט דאך געהאלטן אז די צוים פון ביז איצט איז נישט גוט און מען דארף א וואנט לענגאויס די גאנצע בארדער, נו, אוודאי דארף מען ריפלעיסן, וואסאמין טיפשות פון א טענה אז עס איז נישט קיין נייע? איך רעד נישט פון דיר איך רעד פון די פון וועם דו נעמסט עס..

די טיפשות איז דאס צוזאגן צו בויען א וואנט לענגאויס דעם גרעניץ, וואס ווי יעדער זעהט יעצט קען ער בס"ה פאררעכטן אלטע.

און דאסי שויו נאך 2 יאר רעפובליקען קאנגרעס, און עמערזשענסי דערקלעראציעס...

אוועטאר
פעיק נוז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4434
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דאנארשטאג אוגוסט 15, 2019 1:12 pm

וואס איז דאס 'ס"ה'? בויען נייע איז שווערער ווי פארריכטן אלטע? פארריכטן אלטע איז עפעס ווייניגער ווי בויען נייע?...

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11252
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דאנארשטאג אוגוסט 15, 2019 1:26 pm

יאפ, מ'דארף א לאנגע פראסעס פון אפראוולס און אסאך מער געלט.

אוועטאר
מעכטיג גרויס
שר מאה
תגובות: 103
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 20, 2018 10:52 am

תגובהדורך מעכטיג גרויס » דאנארשטאג אוגוסט 15, 2019 1:44 pm

איין זאך איז זעכער אז דארט ווי סאיז שוין דא א געיט איז פשט אז דארט איז עס געווען זייער וויכטיג סאך וויכטיגער ווי דארט וואס סאיז נישט דא
אין אויב איז עס נאר 4 פיס איז עס גארנישט ווערד אז מ'מאכט עס הויעך מיינט אז "מ'מאכט א געיט" דארט ווי סאיז וויכטיג אין פין דעים האט טראמפ גערעט
נישט אז ממיז מאכען נייע
וואס העלפט מיר נייע אויב איז עס אויף א פלאץ ווי קיינער גייט נישט דורך
והדבר פשוט מאוד

אוועטאר
שפיגליצקי
שר חמש מאות
תגובות: 836
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

תגובהדורך שפיגליצקי » דאנארשטאג אוגוסט 15, 2019 2:57 pm

פון די בילדער זעט מיר אויס אז 'פאררעכטן אלטע' מיינט בויען שפאגל נייע הארט נעבן די אלטע.

איך גלויב נישט אז צו דעם דארף מען ווייניגער אפראוועלס און געלט ווי צו בויען עטליכע פוס אהינציר.
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11252
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דאנארשטאג אוגוסט 15, 2019 3:01 pm

שפיגליצקי האט געשריבן:איך גלויב נישט אז צו דעם דארף מען ווייניגער אפראוועלס און געלט ווי צו בויען עטליכע פוס אהינציר.
צוגעלייגטע
Screenshot_20190815-150003_Chrome.jpg
Screenshot_20190815-150003_Chrome.jpg (265.44 KiB) געזעהן 1619 מאל
Screenshot_20190815-145905_Chrome.jpg
Screenshot_20190815-145905_Chrome.jpg (122.68 KiB) געזעהן 1619 מאל

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4284
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » דאנארשטאג אוגוסט 15, 2019 7:29 pm

און פון וואו קומט די טעאריע אז מען דארף מער געלט צו בויען א וואנט ווי אראפצורייסן די אלטע צוימען און בויען א וואנט?
“We choose truth over facts.”

Joe Biden, august 8, 2019

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4414
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דאנארשטאג אוגוסט 15, 2019 11:59 pm

Think and Thank האט געשריבן:און פון וואו קומט די טעאריע אז מען דארף מער געלט צו בויען א וואנט ווי אראפצורייסן די אלטע צוימען און בויען א וואנט?

קוק אויף די בילדער מ'רייסט נישט קיין אלטע. די נייע איז נעבן די אלטע.
אויב ווילט איר נישט צו טוישן אייער מיינונג, דאן האט נישט קיין טענות אז איך האלט נישט ביים טוישן מיין מיינונג.

אוועטאר
שפיגליצקי
שר חמש מאות
תגובות: 836
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

תגובהדורך שפיגליצקי » פרייטאג אוגוסט 16, 2019 12:17 am

מיינסט צו זאגן אז וועגן דעם קאסט דאס די זעלבע, און נישט טייערער וואס וואלט ווען געקאסט דאס רייסן די אלטע.
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).

פאליטקלי קארעקט
שר האלפיים
תגובות: 2439
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 07, 2014 11:36 am

תגובהדורך פאליטקלי קארעקט » פרייטאג אוגוסט 16, 2019 10:19 am

Trump has not built a single mile of new border fence after 30 months in office

https://washingtonexaminer.com/news/tru ... -in-office

אוועטאר
פעיק נוז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4434
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » פרייטאג אוגוסט 16, 2019 10:31 am

יוי..

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 21964
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » פרייטאג אוגוסט 16, 2019 11:15 am

כאפצעם האט געשריבן:יאפ, מ'דארף א לאנגע פראסעס פון אפראוולס און אסאך מער געלט.

חחח, אבי געשאסן! פארעכטן אלטע מיינט נישט צובויען אויף די אלטע, מ'נעמט אוועק די אלטע און מ'לייגט נייע! קוק די בילדער און קליפס, ווייז מיר א שטיקל פון די אלטע געיט אויף די נייע?

גיי ווייס פארוואס איך טענה'מעך בכלל...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 21964
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » פרייטאג אוגוסט 16, 2019 11:19 am

יעצט זעה איך אז אנדערע האבן שוין ערווענט...

בקיצור, דעמעקראטן האבן עפעס א מין שפראך, טראמפ האט נישט געבויעט קיין נייע וואנט מיינט אז מ'האט נישט געבויעט קיין וואנט אויף א נייע פלאץ...

אבאמא האט געשניטן די דעפעציט...

טראמפ האט קעלודעד מיט רוסלאנד...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11252
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » פרייטאג אוגוסט 16, 2019 1:02 pm

פאליטקלי קארעקט האט געשריבן:Trump has not built a single mile of new border fence after 30 months in office

https://washingtonexaminer.com/news/tru ... -in-office

פעיק ניוז. דאס איז די דעמאקראטנס נייע טאלקינג פוינט!

וואס זאגסטו, סאיז די טראמפליבעקאנע וואשינגטאן עקזעמינאר? אה...

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2860
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » פרייטאג אוגוסט 16, 2019 1:39 pm

אין פראג איז דא אן אלט-ניי שול.
אפשר קען מען אזוי רופן דעם אלטן/נייען/איבערגעבויטן/פארראכטענעם/אראפגעווארפענעם ( פיל אין די בלענקס ) דעם אלט-ניי וואנט והכל על מקומו יבא בשלום ?

אוועטאר
שפיגליצקי
שר חמש מאות
תגובות: 836
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

תגובהדורך שפיגליצקי » פרייטאג אוגוסט 16, 2019 4:04 pm

Gevald Geshrigen האט געשריבן:והכל על מקומו יבא בשלום ?

האלטסט אזוי?
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2860
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » זונטאג אוגוסט 18, 2019 11:00 am

שאר
כאפצעם וועט קענען שרייען עס איז נאר א ריפלעיסמענט און ווער עס וועט וועלן וועט קענען שרייען עס איז א ״נייע״

אוועטאר
פעיק נוז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4434
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מאנטאג אוגוסט 19, 2019 11:35 am

דער ווייסער הויז עקאנאמישער ראטגעבער לערי קאדלאו האט געזאגט, אז עס זענען נישטא קיין שום עכטע אנדייטונגען אז א רעסעסיע איז אויפ'ן וועג, פרעזידענט טראמפ האט אויך קאמענטירט, זייענדיג אויפ'ן וועג קיין וואשינגטאן נאך א וויקענד אין ניו דזשערסי, זאגנדיג "איך בין גרייט פאר אלעס, אבער איך גלייב נישט אז מיר האבן א רעסעסיע".

דאס קומט נאכדעם וואס דער מארקעט האט געליטן שווערע פארלוסטן פאריגע וואך אלס רעזולטאט פון א שוואכקייט וואס האט זיך אנגעזען אין די באונדס מארקעט.

אוועטאר
פעיק נוז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4434
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מאנטאג אוגוסט 19, 2019 11:36 am

די טראמפ אדמיניסטראציע גייט זיך פאראויסרוקן אין די קומענדיגע טעג, מיט א פלאן אפצושאפן געוויסע אויסלענדישע הילף צאלונגען, טראץ וואס קאנגרעס האט שוין אויטאריזירט די געלטער.

צווישן די געלטער וואס די אדמיניסטראציע וויל קענסלען, איז געלט פאר א פראיעקט צו אינסטאלירן סאלאר פאנעלן אין די קאריביען, און אויך אוועקצושטעלן "פארזיכערטע ערטער" אין אירלאנד פאר מענטשן וואס ברויזן צוליב'ן ברעקזיט.

מען קען דערווארטן אז די דעמאקראטן אין קאנגרעס וועלן באקעמפן די אדמיניסטראציע איבער דעם, זאגנדיג אז קאנגרעס האט שוין ספעציפיש דעזיגנירט די געלטער.

איד דעילי

אוועטאר
פעיק נוז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4434
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מאנטאג אוגוסט 19, 2019 11:39 am

צדיקים....

אין די לעצטע צוועלף חדשים האט די ניו יארק סיטי פאליציי דעפארטמענט אפגעזאגט אלע ביטעס פון פעדעראלע אימיגראציע באאמטע, צו האלטן ארעסטירטע אומלעגאלע אימיגראנטן לענגער ווי עס איז אויסגעהאלטן.

די רעדע איז פון אומלעגאלע אימיגראנטן וואס ווערן ארעסטירט פאר פארשידענע זייטיגע פארברעכנס, און די פעדעראלע אויטאריטעטן וויל אז די פאליציי זאל זיי האלטן לענגער ווי מען מעג זיי לעגאל האלטן פאר דעם "ספעציפישן פארברעך וואס זיי זענען אריגינעל ארעסטירט געווארן", אז מען זאל קענען פארלאנגען פון א פעדעראלן געריכט אן אורטייל צו דעפארטירן די אומלעגאלע אימיגראנטן.

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4284
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מאנטאג אוגוסט 19, 2019 12:51 pm

פעיק נוז האט געשריבן:די טראמפ אדמיניסטראציע גייט זיך פאראויסרוקן אין די קומענדיגע טעג, מיט א פלאן אפצושאפן געוויסע אויסלענדישע הילף צאלונגען, טראץ וואס קאנגרעס האט שוין אויטאריזירט די געלטער.

צווישן די געלטער וואס די אדמיניסטראציע וויל קענסלען, איז געלט פאר א פראיעקט צו אינסטאלירן סאלאר פאנעלן אין די קאריביען, און אויך אוועקצושטעלן "פארזיכערטע ערטער" אין אירלאנד פאר מענטשן וואס ברויזן צוליב'ן ברעקזיט.
]

סיריעסלי?!?! די אמעריקאנער קאנגרעס האט עכט באשטעטיגט געלט פאר אזא פראיעקט?!?!
“We choose truth over facts.”

Joe Biden, august 8, 2019

אוועטאר
שפיגליצקי
שר חמש מאות
תגובות: 836
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

תגובהדורך שפיגליצקי » מאנטאג אוגוסט 19, 2019 1:03 pm

ברעיקינג: די אלוועטליכע קאנגרעס האט באשטעטיגט, אז אנדערש ווי די פריערדיגע פלענער אז ווער ס'איז אן אמעריקאנער סיטיזאן איז נישט בארעכטיגט צו געניסן פון די אלוועלטליכע מעדיקעיד פראגראם (GMP), וועט מען אין די ענדע נישט אויסשליסן אמעריקאנער פון דעם, נאר אויך אמעריקאנער סיטיזאנס, אויב האבן זיי נישט די מעגליכקייט צו צאלן די הויכע אישונרענס קאסטן, וועלן זיי געדעקט ווערן דורך די אלוועלטליכע קאנגרעס מעדיקעיד פראגראם.

טאקע בדרך צחות, אבער קרוב אל האמת
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).

צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 21 געסט