טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4139
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

תגובהדורך אמביציע » דינסטאג ינואר 29, 2019 6:48 pm

צל עובר האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:סימס האט פריער געגעבן א לעבעדיגע אויפטריט אויף סי ען ען אין אינמיטן איז אריינגעקומען די טוויט פון פרעזידענט טראמפ וועלכע רייסט אים ארונטער
סימס האט רעאגירט מיט ביטול אז עס קומערט אים נישט מיט וואס טראמפ האט צו זאגן


דאס ווייזט אז טראמפ הערט עטליעסט טיילמאל CNN.

ער הערט עס אייביג

אוועטאר
כתמר יפרח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 374
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 07, 2018 8:17 pm

תגובהדורך כתמר יפרח » דינסטאג ינואר 29, 2019 6:55 pm

הכל הבל האט געשריבן:סימס האט פריער געגעבן א לעבעדיגע אויפטריט אויף סי ען ען אין אינמיטן איז אריינגעקומען די טוויט פון פרעזידענט טראמפ וועלכע רייסט אים ארונטער
סימס האט רעאגירט מיט ביטול אז עס קומערט אים נישט מיט וואס טראמפ האט צו זאגן

טראמפ האט אים געגעבן זיין בעסטע מתנה, ער געבט אים פרי עדווערטייזמענט פאר זיין ביכל.
2016 - מ'גייט בויען א מעכטיגע וואנט - ארום גאנץ מעקסיקא גרעניץ - מעקסיקא וועט באצאלן
2019- נישט ממש א וואנט - נישט ממש איבעראל - נישט ממש מעקסיקא

הכל הבל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4774
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך ינואר 30, 2019 11:05 am

ווי דער שטייגער מיט הויכע רעגירונג באאמטע צו בעטן געפעפערטע פרייזן פאר אויפטריטן נאכן פארלאזן זייערע פאסטנס פאסירט די זעלביגע איצט מיט געוועזענע טראמפ אדמיניסטראציע באאמטע
זעלבסטפארשטענדליך אז די פארלאנג פאר אזעלכע רעדעס איז אין אלגעמיין מער פאר פערזענליכקייטן וועלכע האבן נאך פאליטישע אדער ביזנעס טרוימען פארן צוקונפט אדער ווייטערדיגע פארבינדונג מיטן פרעזידענט
גערי קאהן לאזט זיך באצאלן ארום 200 אלפים און ניקי העילי רעכנט אויך ענליכע ציפערן אין צוגאב צו א פריוואטע פליגער
מקמעסטער און קעלי נעמען (באקומען) ווייניגער ווי האלב דערפון

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1764
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » מיטוואך ינואר 30, 2019 12:29 pm

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:מער קוילן געטריבענע פאוער פלענטס האבן זיך פארשלאסן דורכאויס טראמפס ערשטע צוויי יאר אין אפיס ווי אלע פלענטס וועלכע האבן זיך פארשלאסן לענגאויס די 8 יאר קאדענץ פון אבאמא

די מידיע האט געזאגט ווען טראמפ האט זיך ארויסגעצויגען פונעם פאריזער אפמאך אז די קוילן ביזנעס איז שוין אינגאנצן צו'מזיקט, אפילו אויב מען וועט אראפנעמען אלע רעגיולאציעס איז שוין צו שפעט עפעס צו טון.

ליין איך היינט א נייעס אז אום 18' למספרם האבן קאמפאניס איינגעקויפט גרינע ענערזשי אין רעקארד נומבערס. מער ווי דאפעלט פון די איינקויפונגען אום 17' למס'

מען רעדט פון קאמפאניס וואס דארפן עלעקטעריק פאר זייער פלענטס / פארבריקן / דאטא סענטערס וכדו'

דאס איז א טשארט וואס ווייזט די נומבערס פון ריינע ענרזשי פארקויפונגען פער יאר.
BLOOMBERG.JPG
BLOOMBERG.JPG (56.19 KiB) געזעהן 1302 מאל
וואס האב איך נאר געוואלט זאגן?

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 10104
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מיטוואך ינואר 30, 2019 12:39 pm

שמאטע האט געשריבן:פרעזידענט טראמפ האט היינט דאנערשטאג בלק אנטיילגענומען אינעם מעמד הנחת אבן הפינה אין וויסקאנסין פארן נייעם בנין וועלכע ווערט געבויט דורך הנגידים בעלי "פאקסקאן".

נאכן מעמד אבן הפינה האט דער פרעזידענט זיך באטייליגט ביים מעמד לחיים במעמד אלפי רבבות חסידים ואנשי מעשה (ארבייטער...).וואו דער פרעזידענט האט ארויסגעברענגט זיין דאנק פאר די חשובע בעלי בתים וועלכע האבן ברוח נדיבה מסכים געווען צו באצאלן די אויפבוי פונעם נייעם בנין, וואס וועט לויטן פרעזידענט צוברענגען פרישע טויזענטער מעמבערס אין די חשובע קוה'לע.

דער עולם איז זיך ציגאנגען אין פייערדיגע טענץ זינגענדיג - מיטן ארטיגען הבהרה :בורא עולם בבנין, השלם זה הקנקן!"...

Trump-Scott-Walker-etc-Foxconn-groundbreaking-getty-640x480.jpg

שטעלטזעך ארויס אז לא דובים ולא יער. סורפרייז!...
"וואס איר זעהט און ליינט איז נישט וואס פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1764
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » מיטוואך ינואר 30, 2019 12:43 pm

ווארענונג איבער אייסיס און צפון קארעא

וואשינגטאן – אמעריקע'ס העכסטראנגיקע שפיאנאזש און לאו ענפארסמענט באאמטע האבן נעכטן געווארנט אז אייסיס און צפון קארעא זענען נאך אלץ אקטיווע געפארן פאר אמעריקע'ס נאציאנאלע זיכערהייט. די ווארענונג האט מען געהערט ביי אן אויפטריט אינעם סענאט דורך סי-איי-עי דירעקטאר דזשינע העספעל, עף-בי-איי דירעקטאר קריס רעי און נאציאנאלע שפיאנאזש דירעקטאר דען קאוטס, וועלכע האבן געזאגט אז זייער שאצונג איז אז צפון קארעא גייט קיינמאל נישט עכט אויפגעבן זייערע נוקלעארע וואפנס, און אז אייסיס איז ווייטער אן ערנסטע געפאר און איז ווייט פון באזיגט. באזונדער האבן די דריי געזאגט אז איראן זוכט בכלל נישט דערווייל צו אנטוויקלען א נוקלעארן וואפן.
ק: דער איד דעילי

---
פארוואס קען נישט טראמפ הייערן איינמאל פאר אלעמאל לויאל מענטשן? אלעמאל נעמט ער א.ג. עקספערטן וואס זאגן נאכדעם אנדערש ווי אים !!! זיי רודפ'ן אים על לא דבר!
וואס האב איך נאר געוואלט זאגן?

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 10104
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מיטוואך ינואר 30, 2019 12:47 pm

זיי האבן בכלל נישט דערמאנט די "נאציאנאלע עמערזשענסי", דהיינו די דרום גרעניץ קאטאסטראפע?!

א באנדע ענגרי דעמאקראטישע, דיעפ סטעיט, סוואמפער, קאמיוניסטישע, לאו איי קיו קריעטשערס.
"וואס איר זעהט און ליינט איז נישט וואס פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1764
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » מיטוואך ינואר 30, 2019 12:56 pm

הכל הבל האט געשריבן:ו
מקמעסטער און קעלי נעמען (באקומען) ווייניגער ווי האלב דערפון

:lol:

אפשר זעננען זיי נישט קיין גוטע רעדנערס.

ניקי העילי האט א גוט צינגעל, זי איז אינטערעסאנט אויסצוהערן, ברויך זי ווערן גוט באצאלט.
וואס האב איך נאר געוואלט זאגן?

אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4139
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

תגובהדורך אמביציע » מיטוואך ינואר 30, 2019 1:30 pm

זאגט איינער א גוט ווארט.
נעכטן האט טראמפ געטוויט איבער גלאבאלע ווארמינג, ער זאגט אז ער זעט ווי קאלט ס'איז סאו וואו איז גלאבל ווארמינג?''
זאגט איינער אזוי ''מר טראמפ דו האסט היינט געגעסן א פעטע פרישטאג? דאס מיינט אז ס'איז מער נישט דא קיין הינגער אויף דער וועלט?''

אוועטאר
שפיגליצקי
שר מאה
תגובות: 202
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

תגובהדורך שפיגליצקי » מיטוואך ינואר 30, 2019 1:52 pm

טראמפ איז טאקע א משוגע'נער פארן ברענגען א ראי' פון היינט אז ס'איז נישטא קיין גלאבעל ווארמינג, אבער דער ענטפערער איז נאך מער משוגע פארן גלייבן אין די פארריקטע באוועגונג.

און קיין גוט ווארט איז דאס זיכער נישט.
כל הנגעים אדם רואה חוץ מנגעי עצמו (נגעים פ"ב מ"ה)
כל הנגעים אדם רואה חוץ - יעדע פעלער/עולה וואס א מענטש זעהט ביי א צווייטן, מנגעי עצמו - איז א סימן אז ער אליינס האט אויך פון דעם פעלער, אביסל אדער אסאך (בעשה"ק זי"ע)

אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4139
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

תגובהדורך אמביציע » מיטוואך ינואר 30, 2019 1:57 pm

שפיגליצקי האט געשריבן:טראמפ איז טאקע א משוגע'נער פארן ברענגען א ראי' פון היינט אז ס'איז נישטא קיין גלאבעל ווארמינג, אבער דער ענטפערער איז נאך מער משוגע פארן גלייבן אין די פארריקטע באוועגונג.

און קיין גוט ווארט איז דאס זיכער נישט.

כ'האב נישט קיין השגה וואס דו רעדסט, און פון וועלכע באוועגוגנ די ווילדעוועסט ארום דא

אוועטאר
שפיגליצקי
שר מאה
תגובות: 202
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

תגובהדורך שפיגליצקי » מיטוואך ינואר 30, 2019 2:02 pm

גלאבעל ווארמינג.

און איך ווילדעווע נישט, איך בין נאר זייער אויסגעשפראכן קעגן דעם שוגע'ן.
כל הנגעים אדם רואה חוץ מנגעי עצמו (נגעים פ"ב מ"ה)
כל הנגעים אדם רואה חוץ - יעדע פעלער/עולה וואס א מענטש זעהט ביי א צווייטן, מנגעי עצמו - איז א סימן אז ער אליינס האט אויך פון דעם פעלער, אביסל אדער אסאך (בעשה"ק זי"ע)

הכל הבל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4774
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך ינואר 30, 2019 2:33 pm

א פראטעסטירער ארעסטירט נאכן זיין פארמישט אין אן אינצידענט ווען טראמפס מאטארקאדע איז דורכגעפארן

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4505
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מיטוואך ינואר 30, 2019 2:50 pm

א פאליס אפיסער איז פארוונדערט געווארן אינעם אינצידענט.
!!!...Jobs, Jobs, Jobs

הכל הבל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4774
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך ינואר 30, 2019 3:57 pm

גערי קאהן: די אורזאך פארוואס די שטייער שניטן האבן נישט געברענגט די פארשפראכענע קאפיטאל ספענדינג און אינוועסטירונגען איז צוליב די האנדל קריג

יאנקעל פעדראטשיק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3370
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

תגובהדורך יאנקעל פעדראטשיק » מיטוואך ינואר 30, 2019 4:03 pm

שפיגליצקי האט געשריבן:גלאבעל ווארמינג.

און איך ווילדעווע נישט, איך בין נאר זייער אויסגעשפראכן קעגן דעם שוגע'ן.

פאריגע וואך איז געווען עפעס א ווערטער אויסטויש אויף טוויטער פון פרעסעס סעקרעטאר סענדערס מיט א פרישע ניו יארקע קאנגרעס פרוי וואס דאכצעך זייט זי איז אריינגעקומען איז זי נאר ביזי מיט אירע צודרייטע ראדיקאלע ליבעראלע זאכן,

די קאנגרעס פרוי איז ביזי אז מדארף ראטעווען די וועלט וועגן קליימעט טשענדזש, שאן העניטי האט געפרעגט סענדערס צו די אדמיניסטראציע האט עפעס צו ענטפערן דערויף האט זי גענטפערט אז די גאווערמענט און די טראמפ אדמיניסטראציע לאזט די קליימעט טשענדזש מיט די גאנצע שטותים פאר סאך א העכערע אטאריטעיט ווי זיי זענען, צולייגענדיג אז מגייט זיכער זיך נישט צוקראצן ווען א פרישע קאנגרעס פרוי זאגט אז די וועלט גייט זיך ענדיגן אין 12 יאר,

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4505
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מיטוואך ינואר 30, 2019 4:22 pm

א שמיציגע שטארק ראדיקאל ליבעראלער קאנגרעס פרוי.

ווען זי האט געזאגט אז ביז 12 יאר איז די וועלט פערטיג האבן אלע אודיענס געקלאטשט.

אוי ווי פאני.
!!!...Jobs, Jobs, Jobs

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4505
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מיטוואך ינואר 30, 2019 5:02 pm

פרעזידענט טראמפ אויף טוויטער מעלדט אז ער האט היינט גערעדט מיטן ווענעזואלע׳ס נייע אנערקענטע פרעזידענט דזשוען גאווידאו, אים באגריסט און שיין אנגעוויטשן. און פארשפראכן אז אמעריקא וועט שטיין צו די זייט פון זיין לאנד צו העלפן אינפארסירן דעמאקראסי.
!!!...Jobs, Jobs, Jobs

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5450
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » מיטוואך ינואר 30, 2019 7:46 pm

הכל הבל האט געשריבן:גערי קאהן: די אורזאך פארוואס די שטייער שניטן האבן נישט געברענגט די פארשפראכענע קאפיטאל ספענדינג און אינוועסטירונגען איז צוליב די האנדל קריג

יש ברירה, דאס איז פאר דיר, מיר האבען שוין געשמועסט דערפון א יאר צוריק.
I REALLY - DON’T - CARE, DO YOU?

אוועטאר
צל עובר
שר שבעת אלפים
תגובות: 7619
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך ינואר 30, 2019 7:51 pm

לפי זה פארלירט אמעריקע פון די טרעיד מלחמה די 130 ביליאן! וואס די רעגירונג מאכט א יאר ווייניגער שטייער.

נאכדעם וואונדערט זיך יאסי פארוואס טשיינע ליידט מער פון די טרעיד וואר.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 20965
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דאנארשטאג ינואר 31, 2019 12:13 am

אמביציע האט געשריבן:זאגט איינער א גוט ווארט.
נעכטן האט טראמפ געטוויט איבער גלאבאלע ווארמינג, ער זאגט אז ער זעט ווי קאלט ס'איז סאו וואו איז גלאבל ווארמינג?''
זאגט איינער אזוי ''מר טראמפ דו האסט היינט געגעסן א פעטע פרישטאג? דאס מיינט אז ס'איז מער נישט דא קיין הינגער אויף דער וועלט?''



דערמאנט מיך פון איינעם ביי די בארדער... #שטא קיין קריזיס...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
פעיק נוז
שר האלפיים
תגובות: 2322
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » פרייטאג פאברואר 01, 2019 12:42 pm

נעכטן האבן מעיאר די-בלאזיא און דער פעדעראלער האוזינג סעקערטאר בען קארסען אפגעהאלטן א עפנטליכע פרעסע קאנפערענץ אין וועלכע זיי האבן געמאלדן אן אפמאך וואס איז געשלאסן געווארן צווישן די סיטי און דער פעדעראלער רעגירונג אונטער וועלכע די פעדעראלע רעגירונג וועט צוריקטרעטן פון שטרענגע שטריט וואס זי האט געזאלט נעמען קעגן דעם האוזינג אויטאריטעט, און אין אויסטויש וועט די סיטי אינוועסטירן אין די קומענדיג צוויי יאר 2 ביליאן דאלער אין פארריכטן די פראבלעמען וואס פלאגן די פילע האוזינג פראיעקטן, און עס איז באשטימט געווארן א ספעציעלער פארשטייער פון די פעדעראלע רעגירונג וועלכע וועט האבן אן איבערזיכט אויף דעם פראצעס.
For all your typing solutions contact us

lkbestwriting@gmail.com

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4505
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » פרייטאג פאברואר 01, 2019 1:45 pm

כאפצעם האט געשריבן:
שמאטע האט געשריבן:פרעזידענט טראמפ האט היינט דאנערשטאג בלק אנטיילגענומען אינעם מעמד הנחת אבן הפינה אין וויסקאנסין פארן נייעם בנין וועלכע ווערט געבויט דורך הנגידים בעלי "פאקסקאן".

נאכן מעמד אבן הפינה האט דער פרעזידענט זיך באטייליגט ביים מעמד לחיים במעמד אלפי רבבות חסידים ואנשי מעשה (ארבייטער...).וואו דער פרעזידענט האט ארויסגעברענגט זיין דאנק פאר די חשובע בעלי בתים וועלכע האבן ברוח נדיבה מסכים געווען צו באצאלן די אויפבוי פונעם נייעם בנין, וואס וועט לויטן פרעזידענט צוברענגען פרישע טויזענטער מעמבערס אין די חשובע קוה'לע.

דער עולם איז זיך ציגאנגען אין פייערדיגע טענץ זינגענדיג - מיטן ארטיגען הבהרה :בורא עולם בבנין, השלם זה הקנקן!"...

Trump-Scott-Walker-etc-Foxconn-groundbreaking-getty-640x480.jpg

שטעלטזעך ארויס אז לא דובים ולא יער. סורפרייז!...

שטעלטזעך ארויס אז לא דובים ולא יער. סורפרייז!...
!!!...Jobs, Jobs, Jobs

אוועטאר
איש האשכולות
שר האלף
תגובות: 1475
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

תגובהדורך איש האשכולות » פרייטאג פאברואר 01, 2019 1:49 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:
שמאטע האט געשריבן:פרעזידענט טראמפ האט היינט דאנערשטאג בלק אנטיילגענומען אינעם מעמד הנחת אבן הפינה אין וויסקאנסין פארן נייעם בנין וועלכע ווערט געבויט דורך הנגידים בעלי "פאקסקאן".

נאכן מעמד אבן הפינה האט דער פרעזידענט זיך באטייליגט ביים מעמד לחיים במעמד אלפי רבבות חסידים ואנשי מעשה (ארבייטער...).וואו דער פרעזידענט האט ארויסגעברענגט זיין דאנק פאר די חשובע בעלי בתים וועלכע האבן ברוח נדיבה מסכים געווען צו באצאלן די אויפבוי פונעם נייעם בנין, וואס וועט לויטן פרעזידענט צוברענגען פרישע טויזענטער מעמבערס אין די חשובע קוה'לע.

דער עולם איז זיך ציגאנגען אין פייערדיגע טענץ זינגענדיג - מיטן ארטיגען הבהרה :בורא עולם בבנין, השלם זה הקנקן!"...

Trump-Scott-Walker-etc-Foxconn-groundbreaking-getty-640x480.jpg

שטעלטזעך ארויס אז לא דובים ולא יער. סורפרייז!...

שטעלטזעך ארויס אז לא דובים ולא יער. סורפרייז!...

8.)

פארשער
שר חמש מאות
תגובות: 734
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 16, 2009 7:20 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך פארשער » פרייטאג פאברואר 01, 2019 2:06 pm

וואספארא צוקערלעך האט מען זיי צוגעווארפן אויפן חשבון פון די איבריגע שטייערצאלער?


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”