טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלף
תגובות: 1544
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

תגובהדורך אלי' מקוה יוד » זונטאג דעצמבער 30, 2018 9:34 pm

שמאטע האט געשריבן:
כתמר יפרח האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:שוואנץ גרעהעם זאגט אז ביים שנים שישבו ואין ביניהם האט אים טראמפ איבערגעגעבן אינפארמאציע בנוגע סיריע וואס ער האט נישט געוויסט, און דאס האט אים געמאכט טראכטן אביסל אנדערש. אויך זאגט גרעהעם אז אייסל, כ׳מיין אייסיס איז נאכנישט אינגאנצן באזיגט.

דראפבאקסגוגל דרייוו

ער ווייסט זייער גוט אז צו פוילן ביים פרעזידענט מיז מען זיך אויפירן ווי א טינעטשער וואס וויל נישט נעמען זיינע ריטעלען.

וויבאלט אויב ער זאל זאגן איין ווארט אז טראמפ האט נישט מושג וואס ער טוט, גייט דער בדד ישבו אנהייבן א מלחמת חרמה מיט אים אויף טוייטער, אלזא מיז ער גיין מורא'דיגע צוווישן די טראפן, ווי ער האט היינט גערעט אויף סי ען ען.

או אפשר לומר, אז טראמפ האט אים אויפגעקלערט אז ווילאנג זיין פארשטארבענער חבר מקעין האט נאך געלעבט, און מקעין זייענדיג די גרעסטע פארדינער פונעם 'מיליטערי אינדאסטריעל קאמפלעקס' (פארדינענדיג פון זיי מיליאנען א יאר!) האט מקעין אלס געשטופט יעדע פרא מלחמה מאוומענט, און מקעין האט לכאורה ציגעווארפן א ביינדל פאר די זיינע מיטשטייער.

האט אבער טראמפ געוויזען און קלארגעשטעלט פאר לינדזי אז 'זיידי מקעין איז דעט!" און די ציקערלעך קומען מער נישט, און לינדזי קען שוין ווערען זעלבסשטענדיג און טראכטן לאגיש אן מורה האבן פון א זיידי מקעין שטרענגע בלעקמעיל פאון קאול...

און כנראה האט לינדזי איינגעזען אז טראמפ זאגט דברים של טעם.... ויצא העגל הזה

#דרעין די סוואמפ
#שעדאו גאווערמענט

@שמאטע, עני בעקינג אויף די ווערטער אז מעיקעין האט געשארט מיליאנען פון די קריגס אינדוסטרי?
קען איך אייך מיט עפעס בייהילפיג זיין? פילט אייך פריי מיר צו קאנטאקטן אויף הענגאוטס elyemikva@gmail.com, כ'וועל פרובירן דאס בעסטע.

אוועטאר
Think and Thank
שר שלשת אלפים
תגובות: 3248
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » זונטאג דעצמבער 30, 2018 9:59 pm

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:@נייער איך ווייס נישט צו עס איז עטיקל אדער נישט, איך האב נאר געוואלט ארויסברענגן אז "די מיליטער" טארן נישט אנטיילנעמען אין פאליטיקס. טראמפ מעג זיכער יא, אצינד האט טראמפ עוסק געווען אין פאליטישע פראפאגאנדע ביי א מיליטערישע באזוך, עס איז עפעס אזוי ... דער פרעזידענט האט פאליטיזירט א מיליטערישע וויזיט, המממ... עפעס שאלה'דיג.

אויב איז מען א טראמפ קעגנער וועט מען שנעל פסק'נען לאיסור חמור, כדרכו של נגעי בני אדם.

וועלכע חלק איז פאליטישאנס', דאס אונטערשרייבן חפצים? דאס איז א געווענליכער ערשיינונג. דאס ברענגען די היטלעך? דאס האט דאך טראמפ נישט געברענגט נאר די סאלדאטן.

אין עי סייד נאוט האט די עירפארס גע'פסק'נט אז די סאלדאטן האבן נישט געבראכן קיין שום רול מיט'ן געבן פאר'ן פרעזידענט די מאג''א היטלעך צו חתמ'ענען, דלא כדערבארימדיגער.
Innocent until proven Republican

Potus
שר חמישים ומאתים
תגובות: 345
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 11, 2017 11:21 pm

תגובהדורך Potus » מאנטאג דעצמבער 31, 2018 12:52 am

2F9D5A35-A813-4BA2-8410-20077949F799.jpeg
2F9D5A35-A813-4BA2-8410-20077949F799.jpeg (302.07 KiB) געזעהן 1640 מאל
יחי אדונינו מלך טראמפ לשמונה שנה

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1805
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » מאנטאג דעצמבער 31, 2018 1:18 am

POTUS איך האף די פארשטייסט אז מאגא היטלעך איז געווען די מדובר

@טינק, איך האב אמאל געזען די מיליטירעשע גיידליינס אז עס איז קלאר נישט ערלויבט צו קומען מיט מאגא היטלעך אין א מיליטערי קאמפלעקס. איך ווייס נישט וואס די מעשה איז אפילו געווען איצט און פארוואס מען האט געפסק'נט להיתר. דאס איז אמאל זיכער אז עס איז נאמאלעררהייט פארבאטן.

די נקודה איז אז די אנטי טראמפערס האבן זיך נישט ארויפגעלייגט אויף די לופטן ווייל שקר אין לו רגליים און זיי זוכן נישט צו זיין חוזק יעדן טאג, עפעס סובסטאנץ ליגט אין די וויי געשריי. צו איז עס טאקע א עוולה? מוז בכלל נישט זיין.
דאס איז נאר מיין צייטוויליגע אינטערשריפט.

אוועטאר
Think and Thank
שר שלשת אלפים
תגובות: 3248
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מאנטאג דעצמבער 31, 2018 8:31 am

האסט אבער נישט געענטפערט מיין פראגע - ווער האט געבראכן די רולס? טראמפ פאר'ן אונטערשרייבן אדער די סאלדאטאן פארן ברענגען און האבן מאג"א היטלעך?
Innocent until proven Republican

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5404
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג דעצמבער 31, 2018 11:00 am

דער פרעזידענט האעט איצט ארויסגעשיקט א מעסעדזש אז ער ווארט אינעם אוועל אפיס אויף די דעמאקראטן צו פארהאנדלען אבער קיין מארין געפונט זיך נישט אינדרויסן פונעם וועסט ווינג, אן אנדייטונג אז דער פרעזידענט איז אין פאקט נישט דארט
#געכאפטבייםווארט

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלפיים
תגובות: 2000
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » מאנטאג דעצמבער 31, 2018 11:07 am

Think and Thank האט געשריבן:האסט אבער נישט געענטפערט מיין פראגע - ווער האט געבראכן די רולס? טראמפ פאר'ן אונטערשרייבן אדער די סאלדאטאן פארן ברענגען און האבן מאג"א היטלעך?

ביידעוועי, ווער מאכט די רולס? און ווער איז באפולמעכטיקט צו סוספענדירן די רולס?
די גענעראַל! ווער איז בעלעבאס אויפן גענעראל? דאס איז די קאמאנדיר-אין-טשיף!!
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1805
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » מאנטאג דעצמבער 31, 2018 2:54 pm

האסטו געלייגט מיין ערשטע תגובה ? איך שרייב דאך אז עס איז שאלה'דיג, ( נישט גע'פסק'נט ווי דו שרייבסט) איך ברענג דאך ממש ארויס דיין אסתפקתא, וואס איז דא שווער צו פארשטיין?
דאס איז נאר מיין צייטוויליגע אינטערשריפט.

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1805
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » מאנטאג דעצמבער 31, 2018 2:54 pm

פינטל
דאס איז נאר מיין צייטוויליגע אינטערשריפט.

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1805
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » מאנטאג דעצמבער 31, 2018 2:59 pm

פאראינטערסירט האט געשריבן:
Think and Thank האט געשריבן:האסט אבער נישט געענטפערט מיין פראגע - ווער האט געבראכן די רולס? טראמפ פאר'ן אונטערשרייבן אדער די סאלדאטאן פארן ברענגען און האבן מאג"א היטלעך?

ביידעוועי, ווער מאכט די רולס? און ווער איז באפולמעכטיקט צו סוספענדירן די רולס?
די גענעראַל! ווער איז בעלעבאס אויפן גענעראל? דאס איז די קאמאנדיר-אין-טשיף!!

די רולס איז אין קאמפלייענס מיטן סענאט העטש אקט, איך ווייס נישט אויב דער קאמאנדיר און טשיף קען עס טוישן.
דאס איז נאר מיין צייטוויליגע אינטערשריפט.

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5404
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג דעצמבער 31, 2018 5:36 pm

פענטאגאן ווארטזאגער וועט איבערלאזן איר פאזיציע

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלפיים
תגובות: 2000
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » מאנטאג דעצמבער 31, 2018 7:09 pm

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:
פאראינטערסירט האט געשריבן:
Think and Thank האט געשריבן:האסט אבער נישט געענטפערט מיין פראגע - ווער האט געבראכן די רולס? טראמפ פאר'ן אונטערשרייבן אדער די סאלדאטאן פארן ברענגען און האבן מאג"א היטלעך?

ביידעוועי, ווער מאכט די רולס? און ווער איז באפולמעכטיקט צו סוספענדירן די רולס?
די גענעראַל! ווער איז בעלעבאס אויפן גענעראל? דאס איז די קאמאנדיר-אין-טשיף!!

די רולס איז אין קאמפלייענס מיטן סענאט העטש אקט, איך ווייס נישט אויב דער קאמאנדיר און טשיף קען עס טוישן.

ווי איך פארשטיי מאכט איהר א קוגל צווישן די העטש עקט און די מיליטערישע רולס!

די העטש עקט דורכגעפירט אין סענאט אין יארע 1939 צוימט איין די פאליטישע אינטערווענץ פון פעדעראלע ארבעטער אריינגערעכנט ארבייטער פארן מיליטער בשעת זיי זענען אן דוטי.
אבער עס עקזעמט דעם פרעזידענט, ווייס פרעזידענט, און געוויסע היי לעוועל אפישעלס אינעם ווייסן הויז.

דאס אפלייעט אבער נישט צו די אקטיוו-סערווינג מיליטערלייט, זיי זענען נישט קיין עמפלויאיס, זיי האבן א סעט אוו רולס געמאכט דורך די דעפארטמענט אוו דעפענס, די רולס זענען בערך א קאפי (Miror) פון די העטש עקט אדער גאר שטרענגער, אבער דאס איז נישט קיין געזעץ.

ועוד ווי דערמאנט זענען די פרעזידענט און די הויכע אפישעלס עקזעמט פונעם העטש עקט!

2018-12-31_19.06.40.jpg
2018-12-31_19.06.40.jpg (321.21 KiB) געזעהן 1050 מאל

זעה דא וואס כ'האב געשריבן.
פאר מער פרטים ארום די מיליטערישע רולס, זעה דא און אויך דא

-----
ביידעוועי שלא מאותו ענין, די טעקס מעסידשעס פון שטרויזאק און זיין חבר'טארען פעידזש זענען לויט פיהלע (רעפובליקענס..) א דירעקטע פארלעצונג פונעם העטש עקט!
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4790
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מאנטאג דעצמבער 31, 2018 7:40 pm

פרעזידענט טראמפ ווינטש א גוט געבענטש יאר פאר יעדעם איינעם.

#חעפּי_נא_יער

דראפבאקסגוגל דרייוו
די קראך פון די פיקל.. יוי..

אוועטאר
Think and Thank
שר שלשת אלפים
תגובות: 3248
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מאנטאג דעצמבער 31, 2018 8:05 pm

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:
Think and Thank האט געשריבן:האסט אבער נישט געענטפערט מיין פראגע - ווער האט געבראכן די רולס? טראמפ פאר'ן אונטערשרייבן אדער די סאלדאטאן פארן ברענגען און האבן מאג"א היטלעך?

האסטו געלייגט מיין ערשטע תגובה ? איך שרייב דאך אז עס איז שאלה'דיג, ( נישט גע'פסק'נט ווי דו שרייבסט) איך ברענג דאך ממש ארויס דיין אסתפקתא, וואס איז דא שווער צו פארשטיין?

האסט זעהט אויס נישט פארשטאנען מיין שאלה. אונטערשרייבן היטלעך איז א נארמאלע ערשיינונג אפי' אין די מיליטער. אויב שאלה'דיג איז עס דאס ברענגען די היטלעך, אבער דאס האט דאך טראמפ נישט געטון. טא מיט וואס באשולדיגט מען טראמפ?
Innocent until proven Republican

הענדימען
שר האלף
תגובות: 1673
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » דינסטאג ינואר 01, 2019 8:22 am

מ'טאר נישט האבן קיין היטלעך? ס'איז ווי א צינדער אין כתה ח?

כ'שטעל מיך פאר אז מ'טאר נאר נישט גיין מיטן היטל אנגעטאן
כ'ווייס נישט אלעס

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

שמערלער
שר חמש מאות
תגובות: 683
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 05, 2017 7:03 am

מורי ורבותי דער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטען.

תגובהדורך שמערלער » דינסטאג ינואר 01, 2019 8:34 am

.
צוגעלייגטע
Donald J. Trump (@realDonaldTrump).png
Donald J. Trump (@realDonaldTrump).png (22.35 KiB) געזעהן 733 מאל

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלפיים
תגובות: 2000
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » דינסטאג ינואר 01, 2019 9:41 am

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:
פאראינטערסירט האט געשריבן:
Think and Thank האט געשריבן:האסט אבער נישט געענטפערט מיין פראגע - ווער האט געבראכן די רולס? טראמפ פאר'ן אונטערשרייבן אדער די סאלדאטאן פארן ברענגען און האבן מאג"א היטלעך?

ביידעוועי, ווער מאכט די רולס? און ווער איז באפולמעכטיקט צו סוספענדירן די רולס?
די גענעראַל! ווער איז בעלעבאס אויפן גענעראל? דאס איז די קאמאנדיר-אין-טשיף!!

די רולס איז אין קאמפלייענס מיטן סענאט העטש אקט, איך ווייס נישט אויב דער קאמאנדיר און טשיף קען עס טוישן.

זעה דעים PDF די אפיציעלע רולס פונעם מיליטער.

און צום סוף העסטו זעהן אז דאס האט אונטערגעשריבן Gordon England די דעפיוטי סעקרעטערי פון די דעפארטמענט אוו דעפענס אונטער פרעזידענט בוש השני.
צוגעלייגטע
2019-01-01 (1).png
2019-01-01 (1).png (120.75 KiB) געזעהן 670 מאל
2019-01-01.png
2019-01-01.png (76.59 KiB) געזעהן 670 מאל
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1805
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » דינסטאג ינואר 01, 2019 2:05 pm

הענדימען האט געשריבן:מ'טאר נישט האבן קיין היטלעך? ס'איז ווי א צינדער אין כתה ח?

כ'שטעל מיך פאר אז מ'טאר נאר נישט גיין מיטן היטל אנגעטאן

לכאורה.
דאס איז נאר מיין צייטוויליגע אינטערשריפט.

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1805
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » דינסטאג ינואר 01, 2019 2:11 pm

Think and Thank האט געשריבן:
דערבארומדיג'ער האט געשריבן:
Think and Thank האט געשריבן:האסט אבער נישט געענטפערט מיין פראגע - ווער האט געבראכן די רולס? טראמפ פאר'ן אונטערשרייבן אדער די סאלדאטאן פארן ברענגען און האבן מאג"א היטלעך?

האסטו געלייגט מיין ערשטע תגובה ? איך שרייב דאך אז עס איז שאלה'דיג, ( נישט גע'פסק'נט ווי דו שרייבסט) איך ברענג דאך ממש ארויס דיין אסתפקתא, וואס איז דא שווער צו פארשטיין?

האסט זעהט אויס נישט פארשטאנען מיין שאלה. אונטערשרייבן היטלעך איז א נארמאלע ערשיינונג אפי' אין די מיליטער. אויב שאלה'דיג איז עס דאס ברענגען די היטלעך, אבער דאס האט דאך טראמפ נישט געטון. טא מיט וואס באשולדיגט מען טראמפ?

ער האט אנטייל גענומען אין אזא ענין, און ער האט מיטגעשפילט מיט די פארברעך פון פאליטיזירן די מיליטער. גענוג פאר א שונא פון טראמפ צו זען דא א מקום מעורר צו זיין.
דאס איז נאר מיין צייטוויליגע אינטערשריפט.

אוועטאר
Think and Thank
שר שלשת אלפים
תגובות: 3248
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » דינסטאג ינואר 01, 2019 2:18 pm

פון מעורר צו זיין אויף שטותים ביז'ן אראפרייסן עקטיוו דוטי סאלדאטן אין א שלאכטן זאנע וואס זענען זיך מוסר נפש פאר'ן לאנד (אנו עמלים והם עמלים...) פון דיין אנגעפאשעטן זית אויפ'ן קאוטש איז פאלג מיר א גאנג.

דער גאנג הייסט סי ען ען.

ווידער אויף טראמפ האט מען דעך שוין געשריבן אז ער איז דער בעה''ב אויף די רולס.

עניוועיז, לאמיר זיך אפשטעלן דא. מיר וועלן סייווי נישט טוישן קיינעמ'ס מיינונג.
Innocent until proven Republican

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1805
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » דינסטאג ינואר 01, 2019 2:22 pm

פאראינטערסירט האט געשריבן:
דערבארומדיג'ער האט געשריבן:
פאראינטערסירט האט געשריבן:
Think and Thank האט געשריבן:האסט אבער נישט געענטפערט מיין פראגע - ווער האט געבראכן די רולס? טראמפ פאר'ן אונטערשרייבן אדער די סאלדאטאן פארן ברענגען און האבן מאג"א היטלעך?

ביידעוועי, ווער מאכט די רולס? און ווער איז באפולמעכטיקט צו סוספענדירן די רולס?
די גענעראַל! ווער איז בעלעבאס אויפן גענעראל? דאס איז די קאמאנדיר-אין-טשיף!!

די רולס איז אין קאמפלייענס מיטן סענאט העטש אקט, איך ווייס נישט אויב דער קאמאנדיר און טשיף קען עס טוישן.

ווי איך פארשטיי מאכט איהר א קוגל צווישן די העטש עקט און די מיליטערישע רולס!

די העטש עקט דורכגעפירט אין סענאט אין יארע 1939 צוימט איין די פאליטישע אינטערווענץ פון פעדעראלע ארבעטער אריינגערעכנט ארבייטער פארן מיליטער בשעת זיי זענען אן דוטי.
אבער עס עקזעמט דעם פרעזידענט, ווייס פרעזידענט, און געוויסע היי לעוועל אפישעלס אינעם ווייסן הויז.

דאס אפלייעט אבער נישט צו די אקטיוו-סערווינג מיליטערלייט, זיי זענען נישט קיין עמפלויאיס, זיי האבן א סעט אוו רולס געמאכט דורך די דעפארטמענט אוו דעפענס, די רולס זענען בערך א קאפי (Miror) פון די העטש עקט אדער גאר שטרענגער, אבער דאס איז נישט קיין געזעץ.

ועוד ווי דערמאנט זענען די פרעזידענט און די הויכע אפישעלס עקזעמט פונעם העטש עקט!

2018-12-31_19.06.40.jpg

זעה דא וואס כ'האב געשריבן.
פאר מער פרטים ארום די מיליטערישע רולס, זעה דא און אויך דא

-----
ביידעוועי שלא מאותו ענין, די טעקס מעסידשעס פון שטרויזאק און זיין חבר'טארען פעידזש זענען לויט פיהלע (רעפובליקענס..) א דירעקטע פארלעצונג פונעם העטש עקט!

פאראיטערעסירט, איך האב נישט קיין געדולד צו ליינען די מראי מקומות, אין קורצן: ביסטו זיכער אז די מיליטערישע רעגיולאציעס וועגן פאליטיק איז בלויז א רול וואס א גענעראל האט איינגעפירט?

געדענק אז יעדע אפטיילונג אין די רעגירונג האט אירע אייגענע קאמפלייענס און פארשריפטן וויאזוי איינצוהאלטן דאס געזעץ , און די פארשריפטן דארפן אפשפיגלען די ארגיענעלע געזעץ, ליינענדיג שנעל דיין אטעטשמענט פארשטיי איך אז די מיליטערלייט זענען יא געבינדען ביי די העטש עקט.

ביטע לאזן וויסן אמשנעלסטן, איך דארף נאך עסן מיין קוגל פאר עס ווערט קאלט.
דאס איז נאר מיין צייטוויליגע אינטערשריפט.

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1805
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » דינסטאג ינואר 01, 2019 2:23 pm

Think and Thank האט געשריבן:
עניוועיז, לאמיר זיך אפשטעלן דא. מיר וועלן סייווי נישט טוישן קיינעמ'ס מיינונג.

ריכטיג.
דאס איז נאר מיין צייטוויליגע אינטערשריפט.

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5404
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג ינואר 01, 2019 2:23 pm

דער פרעזידענט האט איינגעלאדנט קאנגרעסיאנאלע פירער אויף מארגן צו א זיצונג אינעם ווייסן הויז איבער די רעגירונג פארשליסונג

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1805
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » דינסטאג ינואר 01, 2019 2:38 pm

זעה איך אז פאראינטערעסירט איז לכאורה גערעכט, מיליטער לייט זענען נישט פאררעכנט אלץ פעדעראלע ארבעטערס.
דאס איז נאר מיין צייטוויליגע אינטערשריפט.

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1805
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » דינסטאג ינואר 01, 2019 2:40 pm

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:
הענדימען האט געשריבן:מ'טאר נישט האבן קיין היטלעך? ס'איז ווי א צינדער אין כתה ח?

כ'שטעל מיך פאר אז מ'טאר נאר נישט גיין מיטן היטל אנגעטאן

לכאורה.

המממ, נישט ריכטיג, די העטש געזעץ זאגט אז פעדעראלע ארבעטערס טארן עס נישט "באווייזן"
צוגעלייגטע
Capture.PNG
Capture.PNG (475.4 KiB) געזעהן 381 מאל
דאס איז נאר מיין צייטוויליגע אינטערשריפט.

צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: טראנספארט און 51 געסט