טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן
- פעיק נוז
- שר האלפיים
- תגובות: 2323
- זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
- לאקאציע: אנאנימע סאורסעס
אין א גאר זעלטענע און פרעצדעדענטלאזע סטעיטמענט האט דער העכסטער ריכטער אין אמעריקע ריכטער דשאן ראבערטס שטארק קריטיקירט פרעזידענט טראמפ פאר זיינע אטאקעס קעגן א ריכטער וועלכער האט געאורטיילט קעגן אים.
דאס איז געקומען נאכדעם וואס א פעדעראלער ריכטער האט געאורטיילט אז ער האט נישט די געזעצליכע מאכט צו טוישן דאס געזעץ איבער אזיל-רעכט אן אן אפשטימונג אין קאנגרעס, פרעזידענט טראמפ האט אראפגעריסן דעם אורטייל אלס פאליטיש, און אנגערופן דעם ריכטער ״אן אבאמא ריכטער״ וויבאלד ער איז נאמינירט געווארן דורך פרעזידענט אבאמא.
״מיר האבן נישט קיין אבאמא ריכטער, קלינטאן ריכטער, אדער בוש ריכטער, מיר האבן זעלבסשטענדיגע אויסגעווענליכע ריכטער וועלכע זענען געטריי צום געזעץ און צו יוסטיץ״ האט ראבערטס געזאגט אין זיין סטעיטמענט.
דאס איז העכסט אומגעווענליך אז א סופרים קאורט ריכטער לאזט הערן א פאליטישע קאמענטאר, און קומט נאכדעם וואס טראמפ האט עטליכע מאל אראפגעריסן ריכטער צוליב זייער פאליטישע נייגונגען. טראמפ האט פארשטייט זיך געענטפערט אויף טוויטער און אפגעווארפן די קריטיק און אנגערופן די געריכטליכע אורטיילן א ״שאנדע״ און צוגעלייגט אז ריכטער פארשטייען נישט די זיכערהייט געברויכן פון אמעריקע

-
- שר האלף
- תגובות: 1765
- זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm
SPUSMN האט געשריבן: (אפשר לוינט זיך צו זיין אוועק פאר א שטיק צייט).
נישט אזא גוטע עצה...
רובא דרובא פארשטייען מיר, מער ווי פארשטייען נישט; איז אלזא וועליך אנווייזען דארט ווי מען איז פארקראכען.
נו, בין איך פארקראכן? ביסטו טאקע נוטה אז די ליבערטעריען מהלך איז די ריכטיגע וועג?
וואס האב איך נאר געוואלט זאגן?
-
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 12526
- זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
- לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת
דערבארומדיג'ער האט געשריבן:צו זאגן אז אלע אינסטוטוציעס און די לעצטע דרייסיג יאר דארפן ווערן אראפגעריסן, איז טייטשט אז הינדערטער וויסע הויז קאבינעט מיטגלידער, סענאט און קאנגרעס לידערס, פארזיצער פון צענדליגער קלענערע קאמיטעען, האבן אלע געטון א שלעכטע זשאב! די FDIC פארזיצער האבן שלעכט פארוואלטעט אויף די בענק, די נאסא פארזיצער האבן אלע שלעכט באהאנדעלט די ספעיס מיסיעס וכן כולהו.
עס מאכט דאך נישט קיין סענס אזוי צו רעדן! קיין איינער האט נישט געטויגט?!
די איינציגע הסבר וואס איך פארשטיי איז: "א רעגירונג קען נישט זיין גוט! מענטשן קענען זיך אליין קעיר נעמען און דורכקומען צווישן זיך, במילא זאל די רעגירונג זיין ווי קלענער"
-- --
דאס איז א שטארקע טענה מיט צדדים לכאן ולכאן. שפוזמאן איז לכאורה ליבערטעריען געשטימט, און יעצט מאכט אלעס סענס.
אויב שפוזמאן איז ליבערעטעריען געשטימט, דאן ברויך די שמועס זיין איבער די פיליזאפיע פון טאטאלע פרייהייט ווס. א שטארקע רעגירונג. נישט איבער אינדיווידיועלן וואס האבן געהאט א פירערשאפט ראלע, אדער איבער געשענישן וואס זענען פארגעקומען.
ביזט טאקע זייער קלוג, אבער ביזט נישט גערעכט. האביך דען געזאגט אז קיין איינער האט נישט געטויגט, און אז מען דארף נישט האבען קיין אינסטיטוציעס?
לייג נישט אריין קיין ווערטער אין מיין מויל וועט נישט זיין שווער. קום נישט מיט קיין straw man און red herring ארגומענטען וואס פארפירט דער וויכוח אויף די נישט ריכטיגע פונקטען.
עס דערמאנט אין די וואס באניצען זיך מיט די לשונות פון אלע/קיינער/גארנישט/אלעס צו אויס שטעלען די שלאכטפעלד לויט ווי זיי ווילען. כ'האף ביזט נישט ברוגז, כ'מיין נישט ח"ו פערזענליך.
--
יעצט פלגא לדיבורא
אייער צווייטער חלק תגובה איז בריליענט. יא איר האט צוגעטראפען, איך בין ליבירטעריען געשטימט (ח"ו נישט דאס פארטוישען מיט "ליביראל געשטימט" וואס איז נישט דער זעלבע זאך, און איז היינט צו טאגס שוין ממש דער היפך פון ליבערטעריוניזם).
ממילא איז וואס איז אמאל געווען אהובה בימי האבות, איז עכשיו שנואה ביים באשעפער; ווייל ווילאנג ליבערעליזם האט געמיינט לאזען לעבען ווי א איד און אונז לאזען במנוחה, איז עס געווען אהובה; אבער היינט "מאחר שעשאוה לעבודה זרה" און היינט צו טאגס שטייט עס "נאר" פאר איין צו פירען די געזעצען פון סדום ועמורה אדמה וצבויים (און פאר אלעס וואס איז קראנק אויף דער וועלט); דערובער איז ליבערעליזם א קרענק וואס מען דארף עוקר מן השורש זיין אויב מיר ווילען אז מען זאל אונז לאזען צורוה צו לעבען ווי אידען.
כ'האב שוין פון לאנג געוואלט עפענען א אשכול איבער טאטאלע פרייהייט ווס. א שטארקע רעגירונג, און וועל שוין זאגען מיין מיינונג אז טאטאלע פרייהייט טויג אויך נישט; אבער אז רעגולאציעס איבער אונזער פרייהייט דארף זיין ממש דער מינימום און לימיטעד צו וואס מען מוז ממש רעגיולירען אז עס זאל נישט זיין איש את רעהו חיים בלעו.
עס איז ווערט א אשכול, אבער האב נישט דער צייט פאר דעם, איז זאל עס א אנדערע טוהן.
לעצט פאראכטן דורך SPUSMN אום פרייטאג נובעמבער 23, 2018 12:44 pm, פאראכטן געווארן 3 מאל סך הכל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
- Think and Thank
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3122
- זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm
פעיק נוז האט געשריבן:אין א גאר זעלטענע און פרעצדעדענטלאזע סטעיטמענט האט דער העכסטער ריכטער אין אמעריקע ריכטער דשאן ראבערטס שטארק קריטיקירט פרעזידענט טראמפ פאר זיינע אטאקעס קעגן א ריכטער וועלכער האט געאורטיילט קעגן אים.
דאס איז געקומען נאכדעם וואס א פעדעראלער ריכטער האט געאורטיילט אז ער האט נישט די געזעצליכע מאכט צו טוישן דאס געזעץ איבער אזיל-רעכט אן אן אפשטימונג אין קאנגרעס, פרעזידענט טראמפ האט אראפגעריסן דעם אורטייל אלס פאליטיש, און אנגערופן דעם ריכטער ״אן אבאמא ריכטער״ וויבאלד ער איז נאמינירט געווארן דורך פרעזידענט אבאמא.
״מיר האבן נישט קיין אבאמא ריכטער, קלינטאן ריכטער, אדער בוש ריכטער, מיר האבן זעלבסשטענדיגע אויסגעווענליכע ריכטער וועלכע זענען געטריי צום געזעץ און צו יוסטיץ״ האט ראבערטס געזאגט אין זיין סטעיטמענט.
דאס איז העכסט אומגעווענליך אז א סופרים קאורט ריכטער לאזט הערן א פאליטישע קאמענטאר, און קומט נאכדעם וואס טראמפ האט עטליכע מאל אראפגעריסן ריכטער צוליב זייער פאליטישע נייגונגען. טראמפ האט פארשטייט זיך געענטפערט אויף טוויטער און אפגעווארפן די קריטיק און אנגערופן די געריכטליכע אורטיילן א ״שאנדע״ און צוגעלייגט אז ריכטער פארשטייען נישט די זיכערהייט געברויכן פון אמעריקע
דער שוטה כאפט נישט אז זיין דאזיגע שריט פון זיך אמפערן מיט א פאליטישאן איבער זיין פאליטישע מיינונג פראווט אז טראמפ איז גערעכט.
Innocent until proven Republican
-
- שר האלף
- תגובות: 1765
- זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm
שפוזמאן די מאכסט מיר ערענסטע פראבלעמען, יעצט וועל איך דארפן אבאכט געבן אויף יעדע ווארט וואס איך זאג אז עס זאל שטימען מיט די טיטול'ן וואס די געבסט מיר.
לאמיר שוין אראפווארפן דעם עול פון דארפן זיין קלוג, מורי ורבותי איך שרייב דא אפט אן אריינטראכטן אין מיינע ווערטער, קיינער זאל זיך נישט פלאגן אפצולערנען מיינע ווערטער!
לאמיר שוין אראפווארפן דעם עול פון דארפן זיין קלוג, מורי ורבותי איך שרייב דא אפט אן אריינטראכטן אין מיינע ווערטער, קיינער זאל זיך נישט פלאגן אפצולערנען מיינע ווערטער!
וואס האב איך נאר געוואלט זאגן?
- כאפצעם
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 10108
- זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
- לאקאציע: לויפט
פעיק נוז האט געשריבן: קומט נאכדעם וואס טראמפ האט עטליכע מאל אראפגעריסן ריכטער צוליב זייער פאליטישע נייגונגען. טראמפ האט פארשטייט זיך געענטפערט אויף טוויטער און אפגעווארפן די קריטיק און אנגערופן די געריכטליכע אורטיילן א ״שאנדע״ און צוגעלייגט אז ריכטער פארשטייען נישט די זיכערהייט געברויכן פון אמעריקע
האט ער מערקוועדיג נישט צוריק אטאקירט ראבערטס! ער ווייסט אז אימפיעטשמענט ליגט אין זיין הענט.
די שאלה צו סאיז נישט צו שפעט שוין, און ראבערטס איז שוין גענוג אויפגערעגט, ווי עס שיינט אין זיין סטעיטמענט.
"וואס איר זעהט און ליינט איז נישט וואס פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)
- Think and Thank
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3122
- זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm
SPUSMN האט געשריבן:דערבארומדיג'ער האט געשריבן:צו זאגן אז אלע אינסטוטוציעס און די לעצטע דרייסיג יאר דארפן ווערן אראפגעריסן, איז טייטשט אז הינדערטער וויסע הויז קאבינעט מיטגלידער, סענאט און קאנגרעס לידערס, פארזיצער פון צענדליגער קלענערע קאמיטעען, האבן אלע געטון א שלעכטע זשאב! די FDIC פארזיצער האבן שלעכט פארוואלטעט אויף די בענק, די נאסא פארזיצער האבן אלע שלעכט באהאנדעלט די ספעיס מיסיעס וכן כולהו.
עס מאכט דאך נישט קיין סענס אזוי צו רעדן! קיין איינער האט נישט געטויגט?!
די איינציגע הסבר וואס איך פארשטיי איז: "א רעגירונג קען נישט זיין גוט! מענטשן קענען זיך אליין קעיר נעמען און דורכקומען צווישן זיך, במילא זאל די רעגירונג זיין ווי קלענער"
-- --
דאס איז א שטארקע טענה מיט צדדים לכאן ולכאן. שפוזמאן איז לכאורה ליבערטעריען געשטימט, און יעצט מאכט אלעס סענס.
אויב שפוזמאן איז ליבערעטעריען געשטימט, דאן ברויך די שמועס זיין איבער די פיליזאפיע פון טאטאלע פרייהייט ווס. א שטארקע רעגירונג. נישט איבער אינדיווידיועלן וואס האבן געהאט א פירערשאפט ראלע, אדער איבער געשענישן וואס זענען פארגעקומען.
ביזט טאקע זייער קלוג, אבער ביזט נישט גערעכט. האביך דען געזאגט אז קיין איינער האט נישט געטויגט, און אז מען דארף נישט האבען קיין אינסטיטוציעס?
לייג נישט אריין קיין ווערטער אין מיין מויל וועט נישט זיין שווער. קום נישט מיט קיין straw man און red herring ארגומענטען וואס פארפירט דער וויכוח אויף די נישט ריכטיגע פונקטען.
עס דערמאנט אין די וואס באניצען זיך מיט די לשונות פון אלע/קיינער/גארנישט/אלעס צו אויס שטעלען די שלאכטפעלד לויט ווי זיי ווילען. כ'האף ביזט נישט ברוגז, כ'מיין נישט ח"ו פערזענליך.
--
יעצט פלגא לדיבורא
אייער צווייטער חלק תגובה איז בריליענט. יא איר האט צוגעטראפען, איך בין ליבירטעריען געשטימט (ח"ו נישט דאס פארטוישען מיט "ליביראל געשטימט" וואס איז נישט דער זעלבע זאך, און איז היינט צו טאגס שוין ממש דער היפך פון ליבערטעריוניזם).
ממילא איז וואס איז אמאל געווען אהובה בימי האבות, איז עכשיו שנואה ביים באשעפער; ווייל ווילאנג ליבערעליזם האט געמיינט לאזען לעבען ווי א איד און אונז לאזען במנוחה, איז עס געווען אהובה; אבער היינט "מאחר שעשאוה לעבודה זרה" און היינט צו טאגס שטייט עס "נאר" פאר איין צו פירען די געזעצען פון סדום ועמורה אדמה וצבויים (און פאר אלעס וואס איז קראנק אויף דער וועלט); דערובער איז ליבערעליזם א קרענק וואס מען דארף עוקר מן השורש זיין אויב מיר ווילען אז מען זאל אונז לאזען צורוה צו לעבען ווי אידען.
כ'האב שוין פון לאנג געוואלט עפענען א אשכול איבער טאטאלע פרייהייט ווס. א שטארקע רעגירונג, און וועל שוין זאגען מיין מיינונג אז טאטאלע פרייהייט טויג אויך נישט; אבער אז רעגולאציעס איבער אונזער פרייהייט דארף זיין ממש דער מינימום און לימיטעד צו וואס מען מוז ממש רעגיולירען אז עס זאל נישט זיין איש את רעהו חיים בלעו.
עס איז ווערט א אשכול, אבער האב נישט דער צייט פאר דעם, איז זאל עס א אנדערע טוהן.
אקעי איך האב מיך געמאכט די צייט און געעפענט אן אשכול פאר דעם, יעצט דארפסטו עס בלויז אנפולן.
שטיצט נישט דעם עמעזאן/וואשינגטאן פאוסט!
אבער אויב איר קויפט יא אויף עמעזאן ביטע ניצט דעם לינק. א דאנק.

abeg האט געשריבן:cookies האט געשריבן:דער נייער מקעין קימט שוין אן צים סענעט
How come he doesn't even know that thy sanctioned already 17 people
Because writing a political statement does not require checking the basic facts and current status of the matter at hand.
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
- אויסגערעכנט
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6840
- זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm
פעיק נוז האט געשריבן:אין א גאר זעלטענע און פרעצדעדענטלאזע סטעיטמענט האט דער העכסטער ריכטער אין אמעריקע ריכטער דשאן ראבערטס שטארק קריטיקירט פרעזידענט טראמפ פאר זיינע אטאקעס קעגן א ריכטער וועלכער האט געאורטיילט קעגן אים.
דאס איז געקומען נאכדעם וואס א פעדעראלער ריכטער האט געאורטיילט אז ער האט נישט די געזעצליכע מאכט צו טוישן דאס געזעץ איבער אזיל-רעכט אן אן אפשטימונג אין קאנגרעס, פרעזידענט טראמפ האט אראפגעריסן דעם אורטייל אלס פאליטיש, און אנגערופן דעם ריכטער ״אן אבאמא ריכטער״ וויבאלד ער איז נאמינירט געווארן דורך פרעזידענט אבאמא.
״מיר האבן נישט קיין אבאמא ריכטער, קלינטאן ריכטער, אדער בוש ריכטער, מיר האבן זעלבסשטענדיגע אויסגעווענליכע ריכטער וועלכע זענען געטריי צום געזעץ און צו יוסטיץ״ האט ראבערטס געזאגט אין זיין סטעיטמענט.
דאס איז העכסט אומגעווענליך אז א סופרים קאורט ריכטער לאזט הערן א פאליטישע קאמענטאר, און קומט נאכדעם וואס טראמפ האט עטליכע מאל אראפגעריסן ריכטער צוליב זייער פאליטישע נייגונגען. טראמפ האט פארשטייט זיך געענטפערט אויף טוויטער און אפגעווארפן די קריטיק און אנגערופן די געריכטליכע אורטיילן א ״שאנדע״ און צוגעלייגט אז ריכטער פארשטייען נישט די זיכערהייט געברויכן פון אמעריקע
שטאק שומער האט צוגעלייגט אז אפילו ראבערטס ״וואס איז א ריכטער מיט פאליטישע מיינונגען ווען ער גיט ארויס זיינע פסקים״ האלט אז טראמפ טאר נישט אטעקירן דזשאדזשעס.. עטץ כאפטס וואס דא גייט פאר???
איטס עי ביזנעס דואינג פלעזשור וויט יו...
קרעדיט: כ׳געדענק נישט.
קרעדיט: כ׳געדענק נישט.
- וואוילע שעפעלע
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6034
- זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
- לאקאציע: אין שטאל
אויסגערעכנט האט געשריבן:שטאק שומער האט צוגעלייגט אז אפילו ראבערטס ״וואס איז א ריכטער מיט פאליטישע מיינונגען ווען ער גיט ארויס זיינע פסקים״ האלט אז טראמפ טאר נישט אטעקירן דזשאדזשעס.. עטץ כאפטס וואס דא גייט פאר???

שטאק טיפשות
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)
#DonaldTrump is losing his "bodyman" #JordanKarem, who plans to resign after less than a year on the job. Karem who accompanies the president on travel and looks after his personal needs. He’s also a Trump confidant, familiar with his moods and thinking. The president relies on him for advice and to relay messages between Trump’s advisers inside and outside the #WhiteHouse
https://t.co/mM7uxG7foN
https://t.co/mM7uxG7foN
-
- שר האלף
- תגובות: 1765
- זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm
די שניטן איז נישט אין רעזולטאט פון שווערע צייטן ביי GM. טאריפ'ס האבן נישט א ערענסטע שייכות צו די ארבעטער שניטן, און טעקס קאטס וועט גארנישט אויסמאכן.
GM וועט ענדיגן פראדוצירן טייל מאדעלס, און זיי מאכן גרעסערע אינוועסטמענטס אין בעטערי קארס און אין סעלף דרייווינג טעכנאלאגיע.
GM וועט ענדיגן פראדוצירן טייל מאדעלס, און זיי מאכן גרעסערע אינוועסטמענטס אין בעטערי קארס און אין סעלף דרייווינג טעכנאלאגיע.
וואס האב איך נאר געוואלט זאגן?
-
- שר האלף
- תגובות: 1765
- זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm
- שמואל אלצווייסער
- שר חמש מאות
- תגובות: 974
- זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 01, 2018 4:19 pm
- לאקאציע: ביים נייעס טישל
אויסגערעכנט האט געשריבן:פעיק נוז האט געשריבן:אין א גאר זעלטענע און פרעצדעדענטלאזע סטעיטמענט האט דער העכסטער ריכטער אין אמעריקע ריכטער דשאן ראבערטס שטארק קריטיקירט פרעזידענט טראמפ פאר זיינע אטאקעס קעגן א ריכטער וועלכער האט געאורטיילט קעגן אים.
דאס איז געקומען נאכדעם וואס א פעדעראלער ריכטער האט געאורטיילט אז ער האט נישט די געזעצליכע מאכט צו טוישן דאס געזעץ איבער אזיל-רעכט אן אן אפשטימונג אין קאנגרעס, פרעזידענט טראמפ האט אראפגעריסן דעם אורטייל אלס פאליטיש, און אנגערופן דעם ריכטער ״אן אבאמא ריכטער״ וויבאלד ער איז נאמינירט געווארן דורך פרעזידענט אבאמא.
״מיר האבן נישט קיין אבאמא ריכטער, קלינטאן ריכטער, אדער בוש ריכטער, מיר האבן זעלבסשטענדיגע אויסגעווענליכע ריכטער וועלכע זענען געטריי צום געזעץ און צו יוסטיץ״ האט ראבערטס געזאגט אין זיין סטעיטמענט.
דאס איז העכסט אומגעווענליך אז א סופרים קאורט ריכטער לאזט הערן א פאליטישע קאמענטאר, און קומט נאכדעם וואס טראמפ האט עטליכע מאל אראפגעריסן ריכטער צוליב זייער פאליטישע נייגונגען. טראמפ האט פארשטייט זיך געענטפערט אויף טוויטער און אפגעווארפן די קריטיק און אנגערופן די געריכטליכע אורטיילן א ״שאנדע״ און צוגעלייגט אז ריכטער פארשטייען נישט די זיכערהייט געברויכן פון אמעריקע
שטאק שומער האט צוגעלייגט אז אפילו ראבערטס ״וואס איז א ריכטער מיט פאליטישע מיינונגען ווען ער גיט ארויס זיינע פסקים״ האלט אז טראמפ טאר נישט אטעקירן דזשאדזשעס.. עטץ כאפטס וואס דא גייט פאר???
איך האב איבערגעליינט זיין סטעיטמענט עטליכע מאל און פשוט געלאכט הויעך. ליינט און האט הנאה:
״איך בין אפטמאל נישט מסכים צו ריכטער ראבערטס, ספעציעל צוליב זיינע פאליטיש-מאטיווירטע פסקים, אבער איך בין דאנקבאר צו אים פארן זיך אויפשטעלן - איינער אליין צעווישן רעפובליקאנער - צו ארויסטרעטן קעגן פרעזידענט טראמפ און צו פארטיידיגן א זעלבסשטענדיגע יוסטיץ סיסטעם״
איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.
-
- שר האלף
- תגובות: 1765
- זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm
-
- שר האלף
- תגובות: 1765
- זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm
צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”
ווער איז אונליין
באנוצערס וואס דרייען זיך דא: איד_איד, אנפין נהירין, בהמה_דקה, דריידל, טשיינע רב, נא_שכל, צווייפעל, קהל עדתינו, ר' זעקל, שמערעל און 79 געסט