בלאט 647 פון 850

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 21, 2018 8:56 pm
דורך צל עובר
@טינק ענד טענק, איך בין בכלל נישט קיין חלק פון די שמועס דא, אבער איך האב נישט געמיינט צו זאגן אז @שפוזמאן איז נישט בלינד, נאר אסאך מער פון דעם, טראמפ איז בכלל נישט די סיבה פארוואס ער האלט נישט פון די סיסטעם.

ער איז פשוט זייער קעגן די דיעפ סטעיט.

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 21, 2018 8:58 pm
דורך צל עובר
וויכטיג מאכער האט געשריבן:א שאד די טענה'רייען, טראמפ האט א שוואכקייט צו מענטשן וואס אטאקירן אים, ער קען נישט בלייבן שטיל, ער מוז ענטפערן! אמאל איזער גוט, ער ענטפערט צו די זאך, אמאל שיסט ער אין די וועלט אריין!

אבער ביי א גענעראל וכדומה שאדט עס אפילו ביי די אייגענע מענטשן, ווי א אנקעטע צייגט אז זיין סאפורט ביי די טרופן איז געפאלן.

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 21, 2018 9:02 pm
דורך דערבארומדיג'ער
Think and Thank האט געשריבן:
דערבארומדיג'ער האט געשריבן:@SPUSMAN

במחילת כבודך איר זענט בלינד צו סיי וואס טראמפ טוט, מיזט נישט מאכן די גאנצע וועלט פאר משוגעים בכדאי צו פארטיידיגן טראמפ, נעם אן די פאקט אז טראמפ רעדט אסאך שטותים/ איבערגעטריבענע סטעיטמענטס, און נעם אן די פאקט אז טראמפ פירט זיך אויף ווי א קליין קינד ווען איינער קריטיקירט אים.

זאלסט מיר זייער אנטשולדיגן, אבער דו און די אנדערע טראמפ האסער דאהי אטאקירן די טראמפ שטיצער נאנסטאפ, 24/7 ווי א צובראכענע סידי פלעיער, שרייענדיג "זיי מודה אז טראמפ טוט משוגע'נע זאכן, איז משוגע, איז א קינד, וכו וכו וכו'", בו בזמן וואס יעדער איינציגסטער טראמפ שטיצער דאהי (אקעי, אויסער ותיק און פאליק) האט שוין נישט נאר געשריבן טויזנטער מאל אז ער ווייסט דאס און ער לייקנט עס נישט נאר ער גלייכט וואס טראמפ טוט, און כמעט יעדער האט שוין געשריבן אז טראמפ טוט נישט ריכטיג ווען ער האט אזוי געהאלטן, בו בזמן וואס כמעט קיינער פון די אנדערע צד האט נאכנישט געשריבן אויף סיי וואס טראמפ האט געטון אז ער האט געטון ריכטיג (אויסער ביי רובאשקין - און אפי' דארט איז געווען ווער ס'האט אים אראפגעריסן דא אויף אייוועלט!).

אדרבה, זיי דו מודה אז טראץ וואס ער איז א משוגענער, אן עגאאיסט וואס ווערט שרעקליך באליידיגט ווען איינער טשעפעט אים, רעדט ער אסאך מאל צו די זאך, און אסאך מאל טרייבט די מידיע איבער זאכן וואס ער האט געזאגט, פארדרייען זיינע ווערטער, אדער רייסן אים אראפ פאר זאכן אויף וואס זיי האבן געלעקט זייער אפגאט אבאמא. שוין אפגערעדט פון די פאקט אז ער טוט און פירט דורך זאכן וואס ער האט צוגעזאגט אווי יעדער געלונגענער פרעזידענט אדער אפי' מער (אפגעזען צו דו האלטסט אז עס איז א גוטע זאך צו נישט! איך האלט אז אבאמאקעיר איז געווען די דורכפאל פון יארהונדערט).

עפעס א טעות מאכסטו דא איך קען נישט כאפן וואס, עס זעט נישט אויס ווי האסט אפילו געהעריג געליינט מיינע ווערטער.

נאר איין זאך וויל איך זאגן פאר די רעקארד: קענסט ציילן אויף דיינע צען פינגער די פעלער וואס איך האב קריטיקירט טראמפ שטיצער! אדרבה, ווייז אן וויפיל מאל איך האב קריטיקירט טראמפ שטיצער און די לעצטע 30 טעג.

אלע דיינע אנדערע סטעיטמענטס זענען העכסט ווארשיינליך א מיספארשטענדעניש, ליין איבער רואיג וואס די שמועס איז געווען פאר מיין תגובה, און וואס איך האב געשריבן, וועסטו זען אז דיינע טענות איז נישט אויסגעהאלטן.

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 21, 2018 9:06 pm
דורך דערבארומדיג'ער
צל עובר האט געשריבן:אין @שפוזמאן'ס דיפענס, נישט ווייל ער האלט פון טראמפ רייסט ער אראפ די אינסטעטושענס, נאר ווייל ער האלט נישט פון די אינסטעטושענס שטיצט ער טראמפ, סוי בלינדע טראמפיזם קומט כלל נישט אריין דא.

און שפוזמאנס דעפענס, ער זאל אוועקלייגן זיין לעצטע תגובה דא בכדאי ווייזן פאר זיינע קינדער אז ער איז געווען א נארמאלער מענטש....

אגב, ער זאל אויך ביטע צושיקן די אלע קאמפלימענטן צו מיין רעביצין...

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 21, 2018 9:18 pm
דורך פארשער
אין דערבארומדיג'ער'ס דעפענס, איך האב נאכנישט געטראפן א זיבענער וואס זאל זיין אזוי דורכגעטראכט און באלאנסירט ווי אים. אופס... #ראנג אשכול אלערט.

געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2018 12:36 am
דורך וויכטיג מאכער
צל עובר האט געשריבן:אין @שפוזמאן'ס דיפענס, נישט ווייל ער האלט פון טראמפ רייסט ער אראפ די אינסטעטושענס, נאר ווייל ער האלט נישט פון די אינסטעטושענס שטיצט ער טראמפ, סוי בלינדע טראמפיזם קומט כלל נישט אריין דא.

יאפ! רוב ניקס פארשטייען בכלל נישט במה דברים אמורים... גענוי ווי דו זאגסט עס, הרב שפוזמאן איז נישט קעגן די אינסטעטושענס וועגן טראמפ, ער בעקט טראמפ וועגן די אינסטעטושענס...

געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2018 2:13 pm
דורך צל עובר
SPUSMN האט געשריבן:במח"כ כאפסטע בכלל נישט מיין שרייבען.

כ'בין נישט א באשיצער פון טראמפ אדער פארקויפט פאר אים. הלוואי וואלט געווען בעסערס צו טוהן וואס ער טוהט.

און די אלע פריערדיגע פרעזידענטן (פון די לעצטע 30 יאר) און אלע אינסטעטוציעס זענען ווערט צו ווערען אונטערגעריסן. לאנג אווער-דא.

פארוואס איינער זאל וועלען באשיצען פאלשקייט איז ביאנד-מי.

איך וויל פרובירן מסביר'ן פארוואס איך שטיץ דעם עסטעבלישמענט און די קראוניס, אבער פאר א הקדמה וויל איך פרעגן צו איר פארשטייט פארוואס טראמפ וויל נישט אויפהערן שטיצן סאודי אראביע אפילו ער ווייסט אז דער קרוין פרינץ האט עס געהייסן, איך פרעג ווייל איך וויל צוקומען צו עפעס.

געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2018 2:15 pm
דורך טשאדעלע באדעלע
צל עובר האט געשריבן:

צל, כ׳קען קוים ווארטן פאר דיין הסבר. אזא שמועס וואלט געווען מעכטיג.

כ׳האב נישט מיטגעהאלטן דעם גאנצן שמועס דא, אבער דאס וואס טראמפ זאגט בנוגע די סאודינס איז גארנישט אנדערש ווי רעגעלער פאליטיק. גארנישט איינגעלייגט מיט עפעס אנדערש.

געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2018 2:38 pm
דורך טשאדעלע באדעלע
זייער אין קורצן, איך בין מיט דיר אויפן זעלבן פעידזש לגבי די ריפאבליקאנע עסטעבלישמענט. וואס זאל מען אבער טאן, מ׳שטיימער אין אזא ליבעראלע עפאכע.

א גאלדענע מחרישה איז טאקע זייער שיין, אויפצואקערן א פעלד איז עס אבער ווערדט א רעטעך. ס׳מיז זיין א ראָסטיגע שטיקל אייזן!

געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2018 2:42 pm
דורך פעיק ניוז
וויכטיג מאכער האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:אין @שפוזמאן'ס דיפענס, נישט ווייל ער האלט פון טראמפ רייסט ער אראפ די אינסטעטושענס, נאר ווייל ער האלט נישט פון די אינסטעטושענס שטיצט ער טראמפ, סוי בלינדע טראמפיזם קומט כלל נישט אריין דא.

יאפ! רוב ניקס פארשטייען בכלל נישט במה דברים אמורים... גענוי ווי דו זאגסט עס, הרב שפוזמאן איז נישט קעגן די אינסטעטושענס וועגן טראמפ, ער בעקט טראמפ וועגן די אינסטעטושענס...

און איך וועל דיר זאגן, רוב טראמפ שטיצער זענען נישט טראמפ שטיצער ווייל זיי זענען "טראמפ שטיצער", נאר זיי זענען קעגן די סיסטעם וועגן דעם שטיצן זיי טראמפ וואס האט געגעבן סיי דעם מעסעדזש און סיי דעם אנזעהן אז ער גייט גיין קעגן די סיסטעם און נישט ווערן סטאק אינעם סיסטעם נאר עכט טוהן וואס מען דארף.

געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2018 2:48 pm
דורך צל עובר
@טשאדעלע, איך מיין נישט די GOP איך מיין טאקע די דעיפ סטעיט, ידידינו החשוב @שפוזמאן פארשטייט נישט ווי אזוי מען קען זיי שטיצן.

געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2018 3:04 pm
דורך דערבארומדיג'ער
צו זאגן אז אלע אינסטוטוציעס און די לעצטע דרייסיג יאר דארפן ווערן אראפגעריסן, איז טייטשט אז הינדערטער וויסע הויז קאבינעט מיטגלידער, סענאט און קאנגרעס לידערס, פארזיצער פון צענדליגער קלענערע קאמיטעען, האבן אלע געטון א שלעכטע זשאב! די FDIC פארזיצער האבן שלעכט פארוואלטעט אויף די בענק, די נאסא פארזיצער האבן אלע שלעכט באהאנדעלט די ספעיס מיסיעס וכן כולהו.

עס מאכט דאך נישט קיין סענס אזוי צו רעדן! קיין איינער האט נישט געטויגט?!

די איינציגע הסבר וואס איך פארשטיי איז: "א רעגירונג קען נישט זיין גוט! מענטשן קענען זיך אליין קעיר נעמען און דורכקומען צווישן זיך, במילא זאל די רעגירונג זיין ווי קלענער"
-- --

דאס איז א שטארקע טענה מיט צדדים לכאן ולכאן. שפוזמאן איז לכאורה ליבערטעריען געשטימט, און יעצט מאכט אלעס סענס.
אויב שפוזמאן איז ליבערעטעריען געשטימט, דאן ברויך די שמועס זיין איבער די פיליזאפיע פון טאטאלע פרייהייט ווס. א שטארקע רעגירונג. נישט איבער אינדיווידיועלן וואס האבן געהאט א פירערשאפט ראלע, אדער איבער געשענישן וואס זענען פארגעקומען.

געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2018 3:13 pm
דורך פעיק ניוז
צל עובר האט געשריבן:
SPUSMN האט געשריבן:במח"כ כאפסטע בכלל נישט מיין שרייבען.

כ'בין נישט א באשיצער פון טראמפ אדער פארקויפט פאר אים. הלוואי וואלט געווען בעסערס צו טוהן וואס ער טוהט.

און די אלע פריערדיגע פרעזידענטן (פון די לעצטע 30 יאר) און אלע אינסטעטוציעס זענען ווערט צו ווערען אונטערגעריסן. לאנג אווער-דא.

פארוואס איינער זאל וועלען באשיצען פאלשקייט איז ביאנד-מי.

איך וויל פרובירן מסביר'ן פארוואס איך שטיץ דעם עסטעבלישמענט און די קראוניס, אבער פאר א הקדמה וויל איך פרעגן צו איר פארשטייט פארוואס טראמפ וויל נישט אויפהערן שטיצן סאודי אראביע אפילו ער ווייסט אז דער קרוין פרינץ האט עס געהייסן, איך פרעג ווייל איך וויל צוקומען צו עפעס.

אויב איך מעג אויך ענטפערן לאמיך זאגן וואס איך האלט.

טראמפ איז געווארן 'ערוועלט' דורכן פאלק קעיר צו נעמען פון פראבלעמען וואס פלאגן די וויילער, יעצט, די פראבלעמען זענען פילפאכיג, און צווישן די פראבלעמען רעכענען זיך, איראן, מד"י און פאלעסטינע, חיזבאלא, האנדל, ועוד, און טראמפ ווייסט אז ער איז אריינגעוועלט געווארן צום אמט "דורכצופירן" זאכן פאר "אמעריקע'ס" אינטערעסן.

יעצט טראמפ האט געמאכט זייער אסאך פארשריט נענטער צוברענגען סאודי אראביע צו אמעריקע, אז זיי זאלן ארבעטן האנט ביי האנט קעגן איראן, און די זעלבער זאך בנוגע מד"י און פאלעסטינע האט טראמפ זיי געמאכט מיטארבעטן מיט אמעריקע אויף א פארנעם וואס איז נאך קיינמאל נישט געווען, טראמפ האט שוין געטוהן אזויפיל קאנטראווערסיאלע זאכן קעגן די אינטערעסן פון די פאלעסטינער וואס ס"א וואלט שוין ווען לאנג געדארפט זיין אין שפיץ צו פארדאמען אמעריקע און זיך ארויסשטעלן קעגן אמעריקע, און דערווייל.. קיין פיפס.

יעצט ווען עס איז אינטערגעקומען די מעשה פון קאשוגי ווייסט טראמפ אז אויב וויל ערגעץ אנקומען מיט זיין אגענדע אויף וואס ער איז געלאפן דעמאלטס קען ער נישט ווערן סטאק אויף יעדע אישו, איז ווען עס שטערט אים ווען נישט זיין אגענעדע, מילא, דאן דארף ער זיך ארויסשטעלן אלס דער פירער פון די פרייע וועלט און פארדאמען, און דאס האט ער טאקע געטוהן הגם טאקע זייער לימיטעד און נישט דעם קרוין פרינץ פערזענליך, אבער איינמאל ער פילט אז ער קען דא פארהארגענען זיין אגענעדע, דאס וויל ער און ער ווייסט אז זיינע וויילער ווילן דאס נישט.

משא"כ ווען מען רעדט פון "אומערוועלטע" ביוראקראטן, וואס די פאלק האט זיי קיינמאל נישט געבעטן אז זיי זאלן ארבעטן פאר זיי און זיי פארטרעטן, און זייערער אגענדע'ס זענען בכלל נישט אין איינקלאנג מיטן פאלק, נאר זיי האבן יעדער איינער זייערע 'פריוואטע' חשבונות, אויף דעם זענען מיר שוין נישט מסכים.

אויב האסטו מיך נישט געפרעגט און איך האב קיין רשות נישט געהאט דא צו ענטפערן, דאן זענען מיינע ווערטער לא שרירין ולא קימין...

געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2018 4:26 pm
דורך צל עובר
אודאי איז זייער אינטרעסאנט צו זעהן דיין שיטה, און איך ווייס אויך אז טראמפ האט א שטארקע פוינט לגבי סאודי אראביע [הגם איך כאפ נאכנישט מיט וואס די ציונים'ס אינטערעסן זענען אמעריקאנער אינטערעסן, און אודאי נישט מיט וואס זיי זענען מער ווי קאנאדישע אינטערעסן] איך האב אבער געוואלט זעהן וואס @שפוזמאן וועט זאגן.

אבער אין איין ווארט, מיין שיטה לגבי די קראוניס, איז די זעלבע שיטה ווי טראמפ האט לגבי די אראבישע רוצחים.

זאג מיר נישט אז די דיעפ סטעיט איז נישט ערוויילט, ווייל די אבדולאזיז'ס זענען אויך נישט ערוויילט.

געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2018 4:40 pm
דורך פעיק ניוז
צל עובר האט געשריבן:אודאי איז זייער אינטרעסאנט צו זעהן דיין שיטה, און איך ווייס אויך אז טראמפ האט א שטארקע פוינט לגבי סאודי אראביע [הגם איך כאפ נאכנישט מיט וואס די ציונים'ס אינטערעסן זענען אמעריקאנער אינטערעסן, און אודאי נישט מיט וואס זיי זענען מער ווי קאנאדישע אינטערעסן] איך האב אבער געוואלט זעהן וואס @שפוזמאן וועט זאגן.

אבער אין איין ווארט, מיין שיטה לגבי די קראוניס, איז די זעלבע שיטה ווי טראמפ האט לגבי די אראבישע רוצחים.

זיי זיך מער מסביר
זאג מיר נישט אז די דיעפ סטעיט איז נישט ערוויילט, ווייל די אבדולאזיז'ס זענען אויך נישט ערוויילט.

און ממילא?

געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2018 4:41 pm
דורך צל עובר
פונקט ווי דו פארשטייסט אז מען ברויך זיי האבן.....

געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2018 7:50 pm
דורך Think and Thank
דערבארומדיג'ער האט געשריבן:צו זאגן אז אלע אינסטוטוציעס און די לעצטע דרייסיג יאר דארפן ווערן אראפגעריסן, איז טייטשט אז הינדערטער וויסע הויז קאבינעט מיטגלידער, סענאט און קאנגרעס לידערס, פארזיצער פון צענדליגער קלענערע קאמיטעען, האבן אלע געטון א שלעכטע זשאב! די FDIC פארזיצער האבן שלעכט פארוואלטעט אויף די בענק, די נאסא פארזיצער האבן אלע שלעכט באהאנדעלט די ספעיס מיסיעס וכן כולהו.

עס מאכט דאך נישט קיין סענס אזוי צו רעדן! קיין איינער האט נישט געטויגט?!

די איינציגע הסבר וואס איך פארשטיי איז: "א רעגירונג קען נישט זיין גוט! מענטשן קענען זיך אליין קעיר נעמען און דורכקומען צווישן זיך, במילא זאל די רעגירונג זיין ווי קלענער"
-- --

דאס איז א שטארקע טענה מיט צדדים לכאן ולכאן. שפוזמאן איז לכאורה ליבערטעריען געשטימט, און יעצט מאכט אלעס סענס.
אויב שפוזמאן איז ליבערעטעריען געשטימט, דאן ברויך די שמועס זיין איבער די פיליזאפיע פון טאטאלע פרייהייט ווס. א שטארקע רעגירונג. נישט איבער אינדיווידיועלן וואס האבן געהאט א פירערשאפט ראלע, אדער איבער געשענישן וואס זענען פארגעקומען.

די היפך פון טאטאלער פרייהייט איז טאטאלער דיקטאטור (צ''ק סטייל), נישט א שטארקע רעגירונג.

געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2018 9:14 pm

קיין איין ערענסטע פארטיי אין אמעריקע רופט נישט פאר צוימונגען אינעם פרייהייט פון ווארט וכדו' איז לאמיר עס אנרופן קליינע רעגירונג VS גרויסע רעגירונג.

די ליבעראלע ווילן אז די רעגירונג זאל ווי מער ארויסהעלפן די סאסייעטי, צ.ב.ש. אז די רעגירונג זאל נעמען שריט קעגן זיסע סאודע ווייל עס איז נישט געזינט, מען זאל געבן טיקעטס פאר דרייוון אן סיט בעלטס, וכדו'
רעפאבליקאנער וואלטן קיינמאל נישט מסכים געווען אז די רעגירונג זאל מאכן באשלוסן פארן בירגער וויאזוי ער זאל קעיר נעמען פון זיין פריוואטער געזונט, אבער א סאך רעפאבליקאנער וועלן מסכים זיין אז די FDIC איז א וויכטיגער אגענטור, ווער רעדט נאך פון SEC וואס איז באויפטראגט צו קאנטראלירן ערליכקייט אינעם סטאק מארקעט, אדער די FDA וכדו'

אבער די ליבערטעריען שיטה זאגט אז מען דארף האבן ווי ווייניגער רעגירונג קאנטראל, לויט זיי זענען כמעט אלע אינסטוציעס א געלט פארשווענדעניש, זיי האלטן אז מען ברויך נישט האבן א FDIC בכדאי צו קאנטראלירן די בענק, מען זאל לאזן מענטשן האנדלן לויט ווי זיי פארשטייען, און דער עולם וועט שוין אליין וויסן וועלכע באנק מען קען טראסטן, ווי אויך וועלן די בענק זיך מיזן אויפירן ערליך ווייל זיי וועלן וויסן אז אויב זיי טוען אומריכטיגע זאכן וועלן זיי ווערן באשטראפט פון די קאנסומערס, ועוד, זיי וועלן זיך נישט פארלאזן אז די רעגירונג וועט זיי שוין העלפן בעת צר.

געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2018 9:16 pm
דורך Think and Thank
איך פארשטיי. איך האב בלויז אנגעמערקט אז ביי איין זייט האט איר אנגעכאפט די עקסטרעם, כאטש וואס קיינער אין אמעריקע (אפי' די ליבערטעריענס) ווילן נישט גיין אזוי ווייט.

געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 23, 2018 10:41 am
דורך SPUSMN
א זייער אינטרעסאנט שמועס דא געווען זינט כ'בין געווען דא (אפשר לוינט זיך צו זיין אוועק פאר א שטיק צייט). רובא דרובא פארשטייען מיר, מער ווי פארשטייען נישט; איז אלזא וועליך אנווייזען דארט ווי מען איז פארקראכען.

א יישר כח פאר אלע וואס האבען אויסגעקלארט מיין פאזישען.

געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 23, 2018 11:05 am
דורך SPUSMN
צל עובר האט געשריבן:
וויכטיג מאכער האט געשריבן:א שאד די טענה'רייען, טראמפ האט א שוואכקייט צו מענטשן וואס אטאקירן אים, ער קען נישט בלייבן שטיל, ער מוז ענטפערן! אמאל איזער גוט, ער ענטפערט צו די זאך, אמאל שיסט ער אין די וועלט אריין!

אבער ביי א גענעראל וכדומה שאדט עס אפילו ביי די אייגענע מענטשן, ווי א אנקעטע צייגט אז זיין סאפורט ביי די טרופן איז געפאלן.

קודם א דאנק פאר אייער ידידות'שאפט און גוטע ווערטער. כמותך ירבו באייוועלט ובישראל.

וועגען זיין סופארט האביך געהערט אז ער שטייט (נאך 500 טעג) מיט דאס העכסטע עפראוועל רעיטינד וואס א פרעזידענט האט נאר געהאט פון זיין בעיס, און אפילו העכער ווי ראנעלד רעיגען! און דאס איז ווייל אפילו די אלע וואס גלייכען אים נישט, און אפילו האסען אים, האבען אבער נישט קיין ברירה און מוזען מודה זיין אז ער האט דעליווערט, און איז "דערווייל" דאס איינציגסטע האפענינג פאר דער רעכט צו ווייטער אויספירען די רעכטע אגענדע און שטעלען אמעריקע צוריק אויף דער פיס, מיליטעריש, דיפלאמאטיש, פינאנציעליש, מאראליש, און נאציאנאליסטיש.

אויב ער לויפט אין דער נעקסטע עלעקשען מיט מיסעס העילי פאר ווייס פרעזידענט האט ער גענוג פון די פרויען וואוט און פון די מעסיגע וואוטס צו געווינען אפשר אפילו מיט א לענדסלייד.

און אויב ער מאכט חרוב די דיעפ סטעיט און ווייזט אויף לעיני כל זייער ריכטיגע פרצוף, געווינט ער אפילו פון די לינקע ווואוטס.

מיט מיר האט גע'ארבעט דא צוויי קעפשטיק לינקע (איינער פון זיי האט יעצט ריטייערט); זיי זענען IT פראפעשענעלס אויפען העכסטען פארנעם; האבען ארויס דער NSA מיט אלע פיטשיווקעס; און זיי האבען איין ציל אין לעבען, און דאס איז אינטערצוברענגען די NSA. זיי האלטען נישט אויס אז דער רעגירונג זאל וויסען אלע דיטאלען איבער זיי. איז פון יעדער אזעליכע 10 איז זיכער דא כאטש איינער אויב נישט עטליכע וואס פארדעם אליין וועלען זיי וואוטען פאר טראמפ כאטש זיי האבען אים פיינט בתכלית השנאה.

וואס דער דיעפ סטעיט איז, האביך געלערענט פון די צוויי לינקע נאך מיט 10 יאר צוריק (מסיח לפי תומם).

געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 23, 2018 11:16 am
דורך SPUSMN
דערבארומדיג'ער האט געשריבן:
Think and Thank האט געשריבן:
דערבארומדיג'ער האט געשריבן:@SPUSMAN

במחילת כבודך איר זענט בלינד צו סיי וואס טראמפ טוט, מיזט נישט מאכן די גאנצע וועלט פאר משוגעים בכדאי צו פארטיידיגן טראמפ, נעם אן די פאקט אז טראמפ רעדט אסאך שטותים/ איבערגעטריבענע סטעיטמענטס, און נעם אן די פאקט אז טראמפ פירט זיך אויף ווי א קליין קינד ווען איינער קריטיקירט אים.

זאלסט מיר זייער אנטשולדיגן, אבער דו און די אנדערע טראמפ האסער דאהי אטאקירן די טראמפ שטיצער נאנסטאפ, 24/7 ווי א צובראכענע סידי פלעיער, שרייענדיג "זיי מודה אז טראמפ טוט משוגע'נע זאכן, איז משוגע, איז א קינד, וכו וכו וכו'", בו בזמן וואס יעדער איינציגסטער טראמפ שטיצער דאהי (אקעי, אויסער ותיק און פאליק) האט שוין נישט נאר געשריבן טויזנטער מאל אז ער ווייסט דאס און ער לייקנט עס נישט נאר ער גלייכט וואס טראמפ טוט, און כמעט יעדער האט שוין געשריבן אז טראמפ טוט נישט ריכטיג ווען ער האט אזוי געהאלטן, בו בזמן וואס כמעט קיינער פון די אנדערע צד האט נאכנישט געשריבן אויף סיי וואס טראמפ האט געטון אז ער האט געטון ריכטיג (אויסער ביי רובאשקין - און אפי' דארט איז געווען ווער ס'האט אים אראפגעריסן דא אויף אייוועלט!).

אדרבה, זיי דו מודה אז טראץ וואס ער איז א משוגענער, אן עגאאיסט וואס ווערט שרעקליך באליידיגט ווען איינער טשעפעט אים, רעדט ער אסאך מאל צו די זאך, און אסאך מאל טרייבט די מידיע איבער זאכן וואס ער האט געזאגט, פארדרייען זיינע ווערטער, אדער רייסן אים אראפ פאר זאכן אויף וואס זיי האבן געלעקט זייער אפגאט אבאמא. שוין אפגערעדט פון די פאקט אז ער טוט און פירט דורך זאכן וואס ער האט צוגעזאגט אווי יעדער געלונגענער פרעזידענט אדער אפי' מער (אפגעזען צו דו האלטסט אז עס איז א גוטע זאך צו נישט! איך האלט אז אבאמאקעיר איז געווען די דורכפאל פון יארהונדערט).

עפעס א טעות מאכסטו דא איך קען נישט כאפן וואס, עס זעט נישט אויס ווי האסט אפילו געהעריג געליינט מיינע ווערטער.

נאר איין זאך וויל איך זאגן פאר די רעקארד: קענסט ציילן אויף דיינע צען פינגער די פעלער וואס איך האב קריטיקירט טראמפ שטיצער! אדרבה, ווייז אן וויפיל מאל איך האב קריטיקירט טראמפ שטיצער און די לעצטע 30 טעג.

אלע דיינע אנדערע סטעיטמענטס זענען העכסט ווארשיינליך א מיספארשטענדעניש, ליין איבער רואיג וואס די שמועס איז געווען פאר מיין תגובה, און וואס איך האב געשריבן, וועסטו זען אז דיינע טענות איז נישט אויסגעהאלטן.

געליינט צוויי מאל (איין מאל פאר שרייבען און איין מאל נאכען שרייבען). זאל מען יעצט נאכאמאל א דריטע מאל אריין ריכען אין די ווערטער; איז עס עבר זמנו בטל קרבנו.

געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 23, 2018 12:13 pm
דורך פעיק ניוז
אין א גאר זעלטענע און פרעצדעדענטלאזע סטעיטמענט האט דער העכסטער ריכטער אין אמעריקע ריכטער דשאן ראבערטס שטארק קריטיקירט פרעזידענט טראמפ פאר זיינע אטאקעס קעגן א ריכטער וועלכער האט געאורטיילט קעגן אים.

דאס איז געקומען נאכדעם וואס א פעדעראלער ריכטער האט געאורטיילט אז ער האט נישט די געזעצליכע מאכט צו טוישן דאס געזעץ איבער אזיל-רעכט אן אן אפשטימונג אין קאנגרעס, פרעזידענט טראמפ האט אראפגעריסן דעם אורטייל אלס פאליטיש, און אנגערופן דעם ריכטער ״אן אבאמא ריכטער״ וויבאלד ער איז נאמינירט געווארן דורך פרעזידענט אבאמא.

״מיר האבן נישט קיין אבאמא ריכטער, קלינטאן ריכטער, אדער בוש ריכטער, מיר האבן זעלבסשטענדיגע אויסגעווענליכע ריכטער וועלכע זענען געטריי צום געזעץ און צו יוסטיץ״ האט ראבערטס געזאגט אין זיין סטעיטמענט.

דאס איז העכסט אומגעווענליך אז א סופרים קאורט ריכטער לאזט הערן א פאליטישע קאמענטאר, און קומט נאכדעם וואס טראמפ האט עטליכע מאל אראפגעריסן ריכטער צוליב זייער פאליטישע נייגונגען. טראמפ האט פארשטייט זיך געענטפערט אויף טוויטער און אפגעווארפן די קריטיק און אנגערופן די געריכטליכע אורטיילן א ״שאנדע״ און צוגעלייגט אז ריכטער פארשטייען נישט די זיכערהייט געברויכן פון אמעריקע

געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 23, 2018 12:23 pm
דורך דערבארומדיג'ער
SPUSMN האט געשריבן: (אפשר לוינט זיך צו זיין אוועק פאר א שטיק צייט).

נישט אזא גוטע עצה...

רובא דרובא פארשטייען מיר, מער ווי פארשטייען נישט; איז אלזא וועליך אנווייזען דארט ווי מען איז פארקראכען.

נו, בין איך פארקראכן? ביסטו טאקע נוטה אז די ליבערטעריען מהלך איז די ריכטיגע וועג?

געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 23, 2018 12:24 pm
דורך SPUSMN
דערבארומדיג'ער האט געשריבן:צו זאגן אז אלע אינסטוטוציעס און די לעצטע דרייסיג יאר דארפן ווערן אראפגעריסן, איז טייטשט אז הינדערטער וויסע הויז קאבינעט מיטגלידער, סענאט און קאנגרעס לידערס, פארזיצער פון צענדליגער קלענערע קאמיטעען, האבן אלע געטון א שלעכטע זשאב! די FDIC פארזיצער האבן שלעכט פארוואלטעט אויף די בענק, די נאסא פארזיצער האבן אלע שלעכט באהאנדעלט די ספעיס מיסיעס וכן כולהו.

עס מאכט דאך נישט קיין סענס אזוי צו רעדן! קיין איינער האט נישט געטויגט?!

די איינציגע הסבר וואס איך פארשטיי איז: "א רעגירונג קען נישט זיין גוט! מענטשן קענען זיך אליין קעיר נעמען און דורכקומען צווישן זיך, במילא זאל די רעגירונג זיין ווי קלענער"
-- --

דאס איז א שטארקע טענה מיט צדדים לכאן ולכאן. שפוזמאן איז לכאורה ליבערטעריען געשטימט, און יעצט מאכט אלעס סענס.

אויב שפוזמאן איז ליבערעטעריען געשטימט, דאן ברויך די שמועס זיין איבער די פיליזאפיע פון טאטאלע פרייהייט ווס. א שטארקע רעגירונג. נישט איבער אינדיווידיועלן וואס האבן געהאט א פירערשאפט ראלע, אדער איבער געשענישן וואס זענען פארגעקומען.

ביזט טאקע זייער קלוג, אבער ביזט נישט גערעכט. האביך דען געזאגט אז קיין איינער האט נישט געטויגט, און אז מען דארף נישט האבען קיין אינסטיטוציעס?

לייג נישט אריין קיין ווערטער אין מיין מויל וועט נישט זיין שווער. קום נישט מיט קיין straw man און red herring ארגומענטען וואס פארפירט דער וויכוח אויף די נישט ריכטיגע פונקטען.

עס דערמאנט אין די וואס באניצען זיך מיט די לשונות פון אלע/קיינער/גארנישט/אלעס צו אויס שטעלען די שלאכטפעלד לויט ווי זיי ווילען. כ'האף ביזט נישט ברוגז, כ'מיין נישט ח"ו פערזענליך.
--
יעצט פלגא לדיבורא

אייער צווייטער חלק תגובה איז בריליענט. יא איר האט צוגעטראפען, איך בין ליבירטעריען געשטימט (ח"ו נישט דאס פארטוישען מיט "ליביראל געשטימט" וואס איז נישט דער זעלבע זאך, און איז היינט צו טאגס שוין ממש דער היפך פון ליבערטעריוניזם).

ממילא איז וואס איז אמאל געווען אהובה בימי האבות, איז עכשיו שנואה ביים באשעפער; ווייל ווילאנג ליבערעליזם האט געמיינט לאזען לעבען ווי א איד און אונז לאזען במנוחה, איז עס געווען אהובה; אבער היינט "מאחר שעשאוה לעבודה זרה" און היינט צו טאגס שטייט עס "נאר" פאר איין צו פירען די געזעצען פון סדום ועמורה אדמה וצבויים (און פאר אלעס וואס איז קראנק אויף דער וועלט); דערובער איז ליבערעליזם א קרענק וואס מען דארף עוקר מן השורש זיין אויב מיר ווילען אז מען זאל אונז לאזען צורוה צו לעבען ווי אידען.

כ'האב שוין פון לאנג געוואלט עפענען א אשכול איבער טאטאלע פרייהייט ווס. א שטארקע רעגירונג, און וועל שוין זאגען מיין מיינונג אז טאטאלע פרייהייט טויג אויך נישט; אבער אז רעגולאציעס איבער אונזער פרייהייט דארף זיין ממש דער מינימום און לימיטעד צו וואס מען מוז ממש רעגיולירען אז עס זאל נישט זיין איש את רעהו חיים בלעו.

עס איז ווערט א אשכול, אבער האב נישט דער צייט פאר דעם, איז זאל עס א אנדערע טוהן.