בלאט 645 פון 759

געשריבן: מוצ"ש נובעמבער 17, 2018 10:49 pm
דורך טשאדעלע באדעלע
האבעך הנאה אז ער האט פיינעלי צוזאמגעשמאלצן פעיק נאוז מיט ענעמי און די פיפאל, דאס איז זייער לעצטע נאמען.

געשריבן: מוצ"ש נובעמבער 17, 2018 11:22 pm
דורך קאנסילמאן
דממה דקה האט געשריבן:נ.י. טיימס באריכט אז טראמפ פרעגט זיך נאך ביי זיינע נאנטע אויב זיי האלטן וויצע פרעזידענט פענס איז געטריי צו אים, אין בעפארגרייטונג צום 2020 וואלן.

פענס האט אפגעלאכט דערפון.
און דער פרעזידענט האט אויך געזאגט אז דאס איז פאלש, און אז פענס 100 פראצענט געטריי.


ליבי אומר לי אז די נ"י טיימס באריכט קומט פון טראמפ זייט, און עס איז די ערשטע סטעפ אויפצוטוישען פענס מיט ניקי העלי.

מען שיקט א באריכט, מען לייקענט, מען מאכט א פייט, מען זעט דעת הקהל, און היידא... פענס טרעפט זיך ערגעץ אינדרויסען.

געשריבן: זונטאג נובעמבער 18, 2018 1:47 am
דורך מצב כללי
קאנסילמאן האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:נ.י. טיימס באריכט אז טראמפ פרעגט זיך נאך ביי זיינע נאנטע אויב זיי האלטן וויצע פרעזידענט פענס איז געטריי צו אים, אין בעפארגרייטונג צום 2020 וואלן.

פענס האט אפגעלאכט דערפון.
און דער פרעזידענט האט אויך געזאגט אז דאס איז פאלש, און אז פענס 100 פראצענט געטריי.


ליבי אומר לי אז די נ"י טיימס באריכט קומט פון טראמפ זייט, און עס איז די ערשטע סטעפ אויפצוטוישען פענס מיט ניקי העלי.

מען שיקט א באריכט, מען לייקענט, מען מאכט א פייט, מען זעט דעת הקהל, און היידא... פענס טרעפט זיך ערגעץ אינדרויסען.



איך זעה נישט וואס העילי ברענגט פאר טראמפ מער פון פענס די צוויי זענען שוין צוזאמען פאר א לאנגע וויילע און פענס איז נאך קיינמאל נישט געווען אויף טראמפס שלעכטע זייט

געשריבן: זונטאג נובעמבער 18, 2018 9:43 am
דורך קאנסילמאן
העילי איז א פרוי, רעספעקטירט ביי רפובליקאנער און אינדעפענדעט וויילער, איר אפשטאם געט אויך צו, דערצו איז זי גאר א גיטע קאמפיינער.

געשריבן: זונטאג נובעמבער 18, 2018 10:12 am
דורך הכל הבל
פרעזידענט טראמפ היינט אויף פאקס:

איבער דזשאן קעליס צוקונפט: נאכנישט געקלערט איבער זיין גיין אבער דזשאן וועט ביי א געוויסע פונקט גיין
טראמפ זאגט אז קעליטוט געוויסע זאכן וועלכע איך גלייך נישט און האט זיך זיינע שוואכקייטן אבער אנטזאגט זיך זיי צו אידענטיפיצירן
איבער קירסטען ניעלסאן: דאס פאסירט אין א רעגירונג, דו גייסט, דו בויעסט אויף א נאמען און דערנאך גייסטו, די מענטשן וועלכע האבן פארלאזט די פלאץ האבן זייער גוט אויפגעטוהן

איבער די מולער אויספארשונג און א פערזענליכע אינטערוויו:
מיר וועלן פילייכט נישט אפהאלטן אזא זיצונג, די מכשיפה געיעג איז גענוג און מיר זענען פארטיג דערמיט

איבער די קאשאגי רעקארדירונג:
מיר האבן עס ערהאלטן אבער איך פערזענליך האט עס נישט נישט אויסגעהערט אבער באקומען א רעפעראט איבער דעם
פארוואס נישט? עס איז א רעקארדירונג פון פפין און א שרעקליכע זאך און עס איז נישטא קיין סיבה פאר מיר עס צו הערן

געשריבן: זונטאג נובעמבער 18, 2018 10:22 am
דורך הכל הבל
טראמפ אויף פאקס זאגט אויך אז ער איז געווען אומבאוואוסטזיניג צום פאקט אז וויטעקער האט קריטיקירט מולער ווען ער האט אים געשטעלט אלץ צייטווייליגע אטוירני דזשענעראל
טראמפ זאגט אבער אז ער וועט אים נישט צוריקהאלטן פון באגרעניצן די מולער אויספארשונג

געשריבן: זונטאג נובעמבער 18, 2018 12:55 pm
דורך א. טראכטער
קאנסילמאן האט געשריבן:
ליבי אומר לי אז די נ"י טיימס באריכט קומט פון טראמפ זייט, און עס איז די ערשטע סטעפ אויפצוטוישען פענס מיט ניקי העלי.

מען שיקט א באריכט, מען לייקענט, מען מאכט א פייט, מען זעט דעת הקהל, און היידא... פענס טרעפט זיך ערגעץ אינדרויסען.

אגרי מיט יעדעס ווארט

די סיבה איז פשוט... אין 2016 האט טראמפ געדארפט אפעלירן צו די קאנסארוועטיווער באזע האט ער גענומען פענס

כהיום... דארף ער מער נישט א אפיעל צו די קאנסערוועטיווען נאר ער דארף שטארק אפעלירן צו פרויען וויילער כדאי צו געווינען.

געשריבן: זונטאג נובעמבער 18, 2018 2:17 pm
דורך להגדיל שמו
איז שוין אמאל געווען אז א פרעזידענט זאל טוישען וויצע פרעזידענט ביי מידטערם?

געשריבן: זונטאג נובעמבער 18, 2018 2:40 pm
דורך דממה דקה
ניקסאן

געשריבן: זונטאג נובעמבער 18, 2018 2:46 pm
דורך יואל שרייבער
קאנסילמאן האט געשריבן:העילי איז א פרוי, רעספעקטירט ביי רפובליקאנער און אינדעפענדעט וויילער, איר אפשטאם געט אויך צו, דערצו איז זי גאר א גיטע קאמפיינער.

דער פראבלעם איז אז דעמאלט וועלן שוין דעמאקראטן נישט דארפן מורא האבן אז אויב מען אימפיטשן טראמפ קומט אן ערגערער אויף זיין פלאץ

געשריבן: זונטאג נובעמבער 18, 2018 5:01 pm
דורך אהרן הלוי
דממה דקה האט געשריבן:איינער דארף אים אויסלערנען אז די דריי פינטלעך קומען נאך די תגובה, נישט פארדעם...

איינער דארף אים אויסלערנען צו ספּעלן!
בילד

געשריבן: זונטאג נובעמבער 18, 2018 5:09 pm
דורך להגדיל שמו
דממה דקה האט געשריבן:ניקסאן

וואס איז געווען די סיבה פון זיין טוישען?

געשריבן: זונטאג נובעמבער 18, 2018 5:24 pm
דורך דממה דקה
להגדיל שמו האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:ניקסאן

וואס איז געווען די סיבה פון זיין טוישען?

איך זעה יעצט איך האב געהאט א טעות, פארד איז טאקע געווען זיין צווייטער ווייס פרעזידענט, אבער ער איז נאך געלאפן די צווייטע טערמין מיטן ערשטן ווייס פרעזידענט, וואס האט רעזיגנירט, און דאן האט ער געשטעלט פארד.

געשריבן: זונטאג נובעמבער 18, 2018 5:26 pm
דורך צל עובר
קאנסילמאן האט געשריבן:העילי איז א פרוי, רעספעקטירט ביי רפובליקאנער און אינדעפענדעט וויילער, איר אפשטאם געט אויך צו, דערצו איז זי גאר א גיטע קאמפיינער.

איך האלט מיט דיר, איך זעה נישט וועם פענס ברענגט היינט, ווען טראמפ איז געלאפן די ערשטע מאל האט ער אים געדארפט צו האבן טראסט ביי די רעלידזשעס רייט, היינט האט ער שוין גענוג טראסט ביי זיי.

איך ווייס נישט צו העילי וואלט געווען די בעסטע, צו א צווייטער, אבער איך האלט אז עס לוינט זיך דעפינעטלי פאר טראמפ צו זוכן איינעם וואס וועט אים ברענגען נייע מענטשן.

העילי איז טאקע א גוטע איידיע, אפשר איינס פון די פאפעלער בלויע סטעיט עפאבליקען גאווערנאר'ס, אפשר וואלט דזשאן דזשעימס פון מישיגען געקענט זיין א מעכטיגע זאך, אפשר ברייען סענדאוועל פון נעוועדע, אדער אפילו דאג דוסי פון אריזאנע, פעט טומי פון פענסילוועניע, ראן דזשאנסאן פון וויסקאונסען, וכו'.

די אלע האלט איך ברענגן זיכער מער מענטשן פאר טראמפ ווי פענס.

געשריבן: זונטאג נובעמבער 18, 2018 5:28 pm
דורך צל עובר
להגדיל שמו האט געשריבן:איז שוין אמאל געווען אז א פרעזידענט זאל טוישען וויצע פרעזידענט ביי מידטערם?

ראוזעוועלט איז נישט געלאפן אלע פיר מאל מיטן זעלבן, איך מיין אז ער האט אפילו געהאט דריי.

פארד'ס ווייס פרעזידענט איז געווען נעלסאן ראקעפעלער אבער געלאפן איז ער מיט באב דאול.

האבעכעס איבערגעקוקט, ראוזעוועלט איז די ערשטע צוויי מאל געלאפן מיט דזשאן גארנער, די דריטע מיט הענרי וואלעס, און בלויז די פערטע מאל מיט טרומען.

געשריבן: זונטאג נובעמבער 18, 2018 5:29 pm
דורך קלאפער
פענס האט אבער א שטארקע מעלה פאר טראמפ, אז ער זאגט נישט אייגענע מיינונגען, ער זיצט שטיל אין א זייט און שאקלט מיטן קאפ אמן ווי א יצמח אויף אלעס וואס טראמפ זאגט.

העילי האט שוין עטליכע מאל אויסגעדרוקט אנדערע מיינונגען ווי טראמפ, און טראמפ דארף נישט אזא איינעם.

געשריבן: זונטאג נובעמבער 18, 2018 5:58 pm
דורך צל עובר
איינער כאפט ווי פאני עס איז צו פארגלייכן די קאלטע רעגנדיגע פינלאנד צו די טריקענע הייסע קאליפארניע לגבי וואלדפייערן?

און דער פינישער פרעזידענט ווייסט נישט פון וואס ער רעדט אפילו.

געשריבן: זונטאג נובעמבער 18, 2018 11:10 pm
דורך Think and Thank
שמאטע האט געשריבן:לאמיר גיין על הסדר:
טראמפ האט געקענסלט א גרויסע וועטעראן צערעמאניע אין פאריז, די סיבה: רעגן


מיסלידינג / פעיק נוז / טראמפ דירעינדשמענט סינדראם:

קודם כל איז די צערעמאניע נישט געווען אין פאריז, נאר אינעם "Aisne-Marne American Cemetery and Memorial", דאס איז א בית הקברות פאר אמעריקאנע געפאלענע אינעם ערשטען וועלט מלחמה. און פרעזידענט טראמפ איז געווען געסקעדשולט זיך צו באטייליגען ביים צערעמאניע אינעם אמעריקאנעם סעמעטערי. און די פלאן איז געווען - ווי פארשטענדליך - אז דער פרעזידענט וועט פליען פון פאריז מיטן מארין וואן העליקאפטער.

גארנישט מיט נישט האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:
גארנישט מיט נישט האט געשריבן:מיט א קאר איז נישט מעגליך צי פארן אויב ס'נשט געווען אויסגערעכנט פארדעם. ופשוט הוא.

אזוי? די ווייסע הויז אינסיידערס זאגן אנדערש ווי דיר. ס'איז אלס דא א צוגעגרייטע פלאן פאר א רעגן! ספעציעל היינטיגע צייטן וואס מ'קען זעהן וועטער עטליכע טאג פריער...


אזוי?
די סיבה פארוואס דער פרעזידענט איז נישט געגאנגען איז נישט פשוט צוליב "רעגן" ווי דו לייגסט עס אראפ. ווייל דער פרעזידענט וואלט געקענט פארן מיט די מאטארקאדע!
נאר "דא" קומט אריין די "עכטע סיבה"!
אז די "סיקרעט סערוויס" האט געמאלדן אז צוליב די וועטער קען מען נישט ניצן די מארין וואן העליקאפטער, און די איינציגסטע אנדערע אפשען איז פארן דורך די פראצויזישע ראודס.

אבער פארן דורך די ראודס באדייט אז די סיקרעט סערוויס זאל פארלאנגען פון די פראנצויזישע רעגירונג צו "גענצליך אפשפארן" אלע ראודס וואו דעם פרעזידענטס מאטארקעיד וועלן דורכפארן, און די רעדע איז פון "אינטערסטעיט הייוועיס!", נאמבער איינס. און צווייטענס אז דער פרעזידענט וועט דארפן דורכפארן "קאנטריסייד ראודס", וועלכע די סיקרעט סערוויס עפראווד נישט צוליב זיכערהייט סיבות - ריגארדלעס ווער ס'איז דער פרעזידענט...
JR.png

Trump_Paris_Canceled_Ride.JPG


אבער וואס א חילוק.... די עיקר איז אז די מידיע קען יובל'ן "טראמפ קענסל צערעמאניע צוליב רעגן"....

די סיקרעט סערוויס לאזט נישט דעם פרעזידענט פארן מיט א מאטארקאדע מער ווי א באשטימטע צאל מייל פון א לופטפעלד כדי אים צו קענען עוואקואירן אין קעיס אף עמערדזשענסי. היות די סעמעטערי איז ווייטער פון א לופטפעלד ווי די באשטימטע ווייטקייט (די נענטסטע לופטפעלד איז כמעט 70 קילאמעטער ווייט - א שעה צו פארן), האט די סיקרעט סערוויס נישט געלאזט פארן נאר מיט'ן העליקאפטער, און די פלאן פאר רעגן איז געווען: קענסל די וויזיט!
(די זעלבע מוז דער פעזידענט זיין געציילטע מינוטן צו פארן פון א שפיטאל צו יעדע צייט.)

געשריבן: זונטאג נובעמבער 18, 2018 11:28 pm
דורך Think and Thank
הכל הבל האט געשריבן:טראמפ אויף פאקס זאגט אויך אז ער איז געווען אומבאוואוסטזיניג צום פאקט אז וויטעקער האט קריטיקירט מולער ווען ער האט אים געשטעלט אלץ צייטווייליגע אטוירני דזשענעראל
טראמפ זאגט אבער אז ער וועט אים נישט צוריקהאלטן פון באגרעניצן די מולער אויספארשונג

דאס אליינס אז וויטעקער האט קריטיקירט מולער איז פעיק ניוז. ער האט בסך הכל געזאגט אז אויב מולער זאל זיך נעמען איבער טראמפ'ס פינאנצן איז דאס געפעסט א רויטע ליניע.

געשריבן: מאנטאג נובעמבער 19, 2018 8:48 am
דורך כתמר יפרח
Think and Thank האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:טראמפ אויף פאקס זאגט אויך אז ער איז געווען אומבאוואוסטזיניג צום פאקט אז וויטעקער האט קריטיקירט מולער ווען ער האט אים געשטעלט אלץ צייטווייליגע אטוירני דזשענעראל
טראמפ זאגט אבער אז ער וועט אים נישט צוריקהאלטן פון באגרעניצן די מולער אויספארשונג

דאס אליינס אז וויטעקער האט קריטיקירט מולער איז פעיק ניוז. ער האט בסך הכל געזאגט אז אויב מולער זאל זיך נעמען איבער טראמפ'ס פינאנצן איז דאס געפעסט א רויטע ליניע.

אזוי? פעיק ניוז?

דא קענט איר זעהן זיינע קאמפלימענסט אויף די מוללער אינוועסטיגעשן

געשריבן: מאנטאג נובעמבער 19, 2018 9:33 am
דורך איצל פיצל
ווען וויטעקעיר וואלט ווען געהאט אויסגעדריקט א מיינונג אז עס איז יא געווען א קלוזשען פון טראמפ קאמפיין מיט רוסלאנד, האב איך נישט קיין ספק אז די פיקטשור וואלט זיך איבערגעדרייט. די דעמס וואלטן נישט געהאט קיין פראבלעם מיט אים. איי ער האט דאך שוין געזאגט זיין מיינונג אויף אן אנגייענדע אינוועסטיגעישן? ער דארף זיך דאך ריקיוזען! די זעלבע פארקערט די ריפאבליקענס וואס האלטן זיך יעצט פארמאכט די מויל, וואלטן דעמאלטס פארפירט אז ער דארף זיך ריקיוזען, ער האט דאך געזאגט זיין מיינונג אויף אן אנגייענדע אינוועסטיגעישן! וויאזוי קען ער זיין אויפריכטיג?!

פארשטיי איך נישט וויאזוי דער עווערידש אמיריקאנער הערט בכלל אויב די טענות. פארוואס פרעגט נישט איינער דעם צווייטן צוריק אזעלעכע פשוט'ע ארגומענט'ס, און די טענה'ריי דארף זיך דארט סטאפן!!

בכלל איז נישט פארשטענדליך די גאנצע זאך פון זיך ריקיוזען פונעם אינוועסטיגעישן. נישט קיין חילוק וואס ער האלט. ווייל באמת האט יעדער נארמאלע מענטש עפעס א מיינונג פאר ער הייבט בכלל אן זיין אינוועסטיגעישן. עפעס א געפיל, קיינער איז נישט הינדרעט פראצענט אבטשעקטיוו פאר ער הייבט אן אינוועסטיגעיטן, נאר וואס דאן? א רעכטדענקיגער מענטש האט גענוג אן אופען מיינד אז ווען ער זעהט באווייזען אנדערש ווי ער האט געטראכט, וועט ער טוישן זיין מיינונג וואס ער האט שוין פריער געהאלטן אן קיין שום באווייזען לכאן ולכאן
יעצט ווען איינער זאגט הויעך וואס איעדע אנדערע מענטש טראכט מיינט נישט אז ער דארף זיך ריקיוזען. ער האט סך הכל געזאגט וואס ער טראכט אן אינוועסטיגעיטן. עס מיינט אבער נישט אז ווען ער וועט אינוועסטיגטן וועט ער פארדעם פארקוקן באווייזען לכאן או לכאן.

אודאי וואלט געווען בעסער ווען מען קען ווען האבן איינער אן קיין שום מיינונג אויף די נושא. אבער עס לאנג מיר לעבן אויף דעי וועלט ווי די רעגירונג ווערט געפירט דורך באסאר ודאמימ'ס איז נער'יש צו ערווארטן עפעס בעסער

געשריבן: מאנטאג נובעמבער 19, 2018 9:38 am
דורך Think and Thank
כתמר יפרח האט געשריבן:
Think and Thank האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:טראמפ אויף פאקס זאגט אויך אז ער איז געווען אומבאוואוסטזיניג צום פאקט אז וויטעקער האט קריטיקירט מולער ווען ער האט אים געשטעלט אלץ צייטווייליגע אטוירני דזשענעראל
טראמפ זאגט אבער אז ער וועט אים נישט צוריקהאלטן פון באגרעניצן די מולער אויספארשונג

דאס אליינס אז וויטעקער האט קריטיקירט מולער איז פעיק ניוז. ער האט בסך הכל געזאגט אז אויב מולער זאל זיך נעמען איבער טראמפ'ס פינאנצן איז דאס געפעסט א רויטע ליניע.

אזוי? פעיק ניוז?

דא קענט איר זעהן זיינע קאמפלימענסט אויף די מוללער אינוועסטיגעשן

עס זעהט נישט אויס ווי דו האסט געליינט די ארטיקל פאר'ן עס פאוסטן.
פון די לאאאאאנגע ליסטע מיט כלומר'שטע 'קריטיק' קעגן מולער זענען בלויז נאך צוויי זאכן קריטיק - אז די אויספארשונג דויערט צו לאנג, און אז די fbi רעיד אויף מענעפארט'ס הויז איז געווען 'דעזיינד צו אינטימידעיטן'.

געשריבן: מאנטאג נובעמבער 19, 2018 10:00 am
דורך הענדימען
איצל פיצל האט געשריבן:יעצט ווען איינער זאגט הויעך וואס איעדע אנדערע מענטש טראכט מיינט נישט אז ער דארף זיך ריקיוזען. ער האט סך הכל געזאגט וואס ער טראכט אן אינוועסטיגעיטן. עס מיינט אבער נישט אז ווען ער וועט אינוועסטיגטן וועט ער פארדעם פארקוקן באווייזען לכאן או לכאן.

הלכה אין חו"מ: א דיין וואס זאגט א מיינונג ווערט א נוגע

האבן א מיינונג פסל'ט נישט. זאגן יא

האבן א מיינונג וויאזוי איינער פירט אן אינוועסטיגעישן אדער אויפ'ן אינוועסטיגעיטער מיינט נאכנישט אז ער האט א מיינונג אינעם ענין וואס מ'אינוועסטיגעיט

געשריבן: מאנטאג נובעמבער 19, 2018 10:18 am
דורך טשאדעלע באדעלע
כ׳האב אריבערגעפירט דעם שמועס צום רוסלאנד אויספארשונג אשכול

געשריבן: מאנטאג נובעמבער 19, 2018 10:30 am
דורך kosher phone
איינער ווייסט פארוואס די קעניג איז היינט מזכיר נשמות???
ווי קומט יעצט אריין אסאמא בין לאדין?