טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

דערבארומדיג'ער
שר חמש מאות
תגובות: 592
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » מאנטאג אוגוסט 20, 2018 7:25 pm

כאפצעם האט געשריבן:
נאך פונדערהיים האט געשריבן:עוורידזש אינקאם, פאר ווער עס ווייסט נישט, מיינט נישט די אינקאם פון א עוורידזש פארדינער, נאר די גאנצע סטעיט אינקאם דיווייטעד פער קעפיטא, צבש אויף עוורידזש צווישן מיין און ביל געיטס אינקאם מאך איך האלב פון זיין אינקאם, און אסאך ביליאנערן שטופט ארויף די עוורידזש.
ווי שוין אויבן גברענגט, האט עס די העכסטע אינעקוואליטי ראטע, וואס דאס דארף צו זיין די שפוץ ציל פון די ליבעראלן.

אדרבה זאל איינער ברענגען דאטא איבער די קאליפארניע מיטל קלאס.

נישט קיין גרויסע חילוק, פער קעפיטע איז עס נומער 15 אין די פאראייניגטע שטאטן (פון 50 סטעיטס).

Gevald Geshrigen האט געשריבן:https://en.wikipedia.org/wiki/List_of_U.S._states_by_income


https://en.wikipedia.org/wiki/List_of_U ... ita_income

אוועטאר
Think and Thank
שר האלף
תגובות: 1529
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מאנטאג אוגוסט 20, 2018 7:26 pm

כאפצעם האט געשריבן:
נאך פונדערהיים האט געשריבן:טעק, אינטערטעימענט, טוריזם, האט גארנישט מיט די עמך מיטל קלאס.

טעק אינדוסטריה אימפלויט עטליכע הינדערט טויזענט ארבייטער דארט אויפן פלאץ, וכן אינטערטעימענט, וכן טוריזם. כ'גלויב שווער זיי האבן געטראפן אזויפיל מיליאנערן ארבייטער...

טריקל דאון עקאנאמיקס?
אויב פראטעסטירן קעגן אראפנעמען ראבערט לי'ס סטאטוע מאכט דיר פאר א נאצי, ווי גרויס מוז שוין זיין די נאציזם פון קלינטאן וואס האט צאמגעשטעלט ראבערט לי דעי מיט MLK day און דעזיגנירט א שטערן פון די ארקענסאו פלעג פאר די קענפעדערעסי?

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19641
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מאנטאג אוגוסט 20, 2018 8:17 pm

כאפצעם האט געשריבן:
Think and Thank האט געשריבן:ארימקייט נעמט אריין נאך א פאקטאר- די קאסט פון לעבן, און ווען מען רעכנט דאס אריין זאגט די לינקע פאליטיפעקט אז קאליפארניע איז די ארימסטע שטאט אין אמעריקע.

ער טייטלט ספעציפיש אויף זשאבס וועידזשעס, דערויף באציה איך זיך.



עוורידזש מיינט זערא! יעדער איז מודה אז ס'איז דא גאר א רייכע אפער קלעסס אין קאלעפארניע! עוורידזש פון זיי און די ארעמע איז אקעי...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
כאפצעם
שר שמונת אלפים
תגובות: 8564
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מאנטאג אוגוסט 20, 2018 8:36 pm

וויכטיג מאכער האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:
Think and Thank האט געשריבן:ארימקייט נעמט אריין נאך א פאקטאר- די קאסט פון לעבן, און ווען מען רעכנט דאס אריין זאגט די לינקע פאליטיפעקט אז קאליפארניע איז די ארימסטע שטאט אין אמעריקע.

ער טייטלט ספעציפיש אויף זשאבס וועידזשעס, דערויף באציה איך זיך.



עוורידזש מיינט זערא! יעדער איז מודה אז ס'איז דא גאר א רייכע אפער קלעסס אין קאלעפארניע! עוורידזש פון זיי און די ארעמע איז אקעי...

נו נו, פאר דעם האט מען געברענגט די פער קעפיטע ראטע
!?I REALLY DO CARE, DO YOU

אוועטאר
שכל'דיג
שר האלף
תגובות: 1436
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 06, 2016 2:40 pm

תגובהדורך שכל'דיג » דינסטאג אוגוסט 21, 2018 12:09 pm

טראמפ באקלאגט
זיך איבער פאועל

וואשינגטאן – פרעזידענט טראמפ האט ווידעראמאל זיך באקלאגט איבער דזשעראום פאועל, דער טשעירמאן פון די פעדעראלע רעזערוו, איבער דעם וואס פאועל הייבט די אינטערעסט ראטעס. טראמפ'ס באקלאגעניש איז געקומען ביי א פריוואטן פאנדרעיזינג אווענט פאר רייכע רעפובליקאנער ביישטייערער אין די העמפטאנס אין ניו יארק, און עס איז שוין דאס צווייטע מאל וואס טראמפ באקלאגט זיך איבער דעם, זאגנדיג אז דאס הייבן די ראטעס פארלאנגזאמט דעם עקאנאמישן וואוקס, ווייל עס הייבט די פרייזן פון הלוואות, מארטגעדזשעס און ענליכס. טראמפ האט זיך ביים אווענט אויך געוויצלט אז "ווען איך האב אים גענומען, האב איך געמיינט, אז ער וועט נישט הייבן ראטעס. דערווייל קומט ער אריין און גלייך הייבט ער די ראטעס. דאס קען נאר פאסירן צו טראמפ...".
טראכטן פארן רעדן איז ווי קאכן פארן עסן
טראכט פאראויס וועסטו נישט דארפן טראכטן אויף צוריק
זיין גערעכט איז וויכטיג זיין קליג איז אסאך וויכטיגער
זיי נישט קיין טיפש וואס זיכט די גליק ביי יענעם
זיי נישט קיין נער וואס טרעפט די פעלערס ביי זיך

דערבארומדיג'ער
שר חמש מאות
תגובות: 592
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » דינסטאג אוגוסט 21, 2018 2:28 pm

מייקראסאפט זאגט אז זיי האבן בלאקירט עטליכע וועב זייטלעך פון רוסישע העקערס וועלכע האבן געצילט פאליטישע אקטיוויטעיטן אין אמעריקע. די FBI האט עס האלבוועגס באשטעטיגט.

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19641
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דינסטאג אוגוסט 21, 2018 2:37 pm

אינטערעסאנט, מייקראסאפט האט אויך געזאגט וועם זיי האבן געוואלט העקן... האסטעס נישט פערצופאל באמערקט?

און ביליוו איט אר נאט, ס'איז נישט די דעמעקראטן...

ואגב, פאר קאונטערשפיאנאזש איז דא אן אפטיילונג אין די FBI די ספעשל קאנסיל איז נישט געמאכט פאר דעם, זיי טיען דאס "אויך"...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלף
תגובות: 1270
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

תגובהדורך אלי' מקוה יוד » דינסטאג אוגוסט 21, 2018 2:40 pm

וויכטיג מאכער האט געשריבן:אינטערעסאנט, מייקראסאפט האט אויך געזאגט וועם זיי האבן געוואלט העקן... האסטעס נישט פערצופאל באמערקט?

און ביליוו איט אר נאט, ס'איז נישט די דעמעקראטן...

ואגב, פאר קאונטערשפיאנאזש איז דא אן אפטיילונג אין די FBI די ספעשל קאנסיל איז נישט געמאכט פאר דעם, זיי טיען דאס "אויך"...

ווי איך האב געליינט דא אויף אייוועלט זענען די אטאקעס קעגן קאנסערוואטיווע גרופעס וואס שטערן טראמפ.
קען איך אייך מיט עפעס בייהילפיג זיין? פילט אייך פריי מיר צו קאנטאקטן אויף הענגאוטס elyemikva@gmail.com, כ'וועל פרובירן דאס בעסטע.

דערבארומדיג'ער
שר חמש מאות
תגובות: 592
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » דינסטאג אוגוסט 21, 2018 3:29 pm

צוריקשטעלן געמעקטע תגובות איז נישט ערלויבט.

אזהרה ראשונה.
לעצט פאראכטן דורך אלי' מקוה יוד אום דינסטאג אוגוסט 21, 2018 3:31 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אורזאך: צוריקגעשטעלט געמעקטע תגובה

דערבארומדיג'ער
שר חמש מאות
תגובות: 592
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » דינסטאג אוגוסט 21, 2018 7:40 pm

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:צוריקשטעלן געמעקטע תגובות איז נישט ערלויבט.

אזהרה ראשונה.

איך בין מוכן ומזומן צי אלע תקנות, איך האב באמת נישט געכאפט אז מען האט געמעקט א חלק פון מיין פאריגע תגובה.

אלענפאלס דער פריערדיגער מייקראסאפט נייעס איז נישט דאס וואס איך האב געמיינט צי שרייבן , וויכטיג מאכערס נאכפאלגענדע תגובה באציט זיך נישט צי מיין עיקר נקודה און א ענטפער איז נישט רעלעוואנט.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”