בלאט 7 פון 850

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 09, 2016 4:37 pm
דורך זאכליך
פרעזידענט עלעקט דאנעלד טראמפ שרייבט אין א טוויט

Capture.PNG

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 09, 2016 4:37 pm
דורך SPUSMN
ירוחם האט געשריבן:
SPUSMN האט געשריבן:דער עיקר (וואס דארף אונז אן גיין), איז ווי עס וועט זיין פאר כלל ישראל, און בתוכם אונז אידען דא אין אמעריקע); מיר דארפען ווייטער מתפלל זיין ווייל לב מלכים ושרים ביד ה'.

דערמאנסט מיר דעם באקאנטן פאעמע

First they came for the communists, and I did not speak out - because I was not a communist;
Then they came for the socialists, and I did not speak out - because I was not a socialist;
Then they came for the trade unionists, and I did not speak out - because I was not a trade unionist;
Then they came for the Jews, and I did not speak out - because I was not a Jew;
Then they came for me - and there was no one left to speak out for me.

פארשטיי נישט.

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 09, 2016 4:38 pm
דורך פרומער יוד
אמביציע האט געשריבן:
פרומער יוד האט געשריבן:
ניס קראכער האט געשריבן:אפשר שוין געווען דא אמאל אויסגעשמועסט
אויב איינער קען מיר מסבר זיין ווי אזוי עס ארבעט די סיסטעם אז אפילו איינער געווינט די פאפילער וואוטס
וויבאלד ער געווינט נישט גענוג עלעקטארלס איז ער די פארלירער
#ריגעט סיסטעם


צו פארשטיין בפשטות אן קיין דיטעילס, די פאראייניגטע שטאטן איז נישט קיין לאנד וואס פארמאגט פופציג שטעט, נאר עס איז פופציג לענדער וואס יעדער האט זיך באזונדערע געזעצן אבער האבן זיך פאראייניגט אונטער איין פעדעראלע רעגירונג.
ממילא יעדער לאנד גיט אריין זיין וואוט אויף די עלעקשענס, אין מען האט עס אויסגעשטעלט אין עלעקטארעלס צו רעכענען וויפיל יעדע לאנד גיבט צום עלעקשען.

#זייער יושר'דיג

גלייב מיר ווען טראמפ וואלט פארלוירן און ער וואלט געהאט מער פאפאלערע שטימען וואלט ער געמאכט א מצב דערפון און אלע זיינע מענטשן וואלטן צוגעשטימט דערצו...


בפשטות וואלט ער טאקע פארפירט, אבער דאס איז די לאגיק פין די עלעקטארעל סיסטעם. אין לעניית דעתי איז עס זייער א ריכטיגע צוגאנג פין די וואס האבען עס אוועק געשטעלט.

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 09, 2016 4:39 pm
דורך אמביציע
פרומער יוד האט געשריבן:
אמביציע האט געשריבן:
פרומער יוד האט געשריבן:
ניס קראכער האט געשריבן:אפשר שוין געווען דא אמאל אויסגעשמועסט
אויב איינער קען מיר מסבר זיין ווי אזוי עס ארבעט די סיסטעם אז אפילו איינער געווינט די פאפילער וואוטס
וויבאלד ער געווינט נישט גענוג עלעקטארלס איז ער די פארלירער
#ריגעט סיסטעם


צו פארשטיין בפשטות אן קיין דיטעילס, די פאראייניגטע שטאטן איז נישט קיין לאנד וואס פארמאגט פופציג שטעט, נאר עס איז פופציג לענדער וואס יעדער האט זיך באזונדערע געזעצן אבער האבן זיך פאראייניגט אונטער איין פעדעראלע רעגירונג.
ממילא יעדער לאנד גיט אריין זיין וואוט אויף די עלעקשענס, אין מען האט עס אויסגעשטעלט אין עלעקטארעלס צו רעכענען וויפיל יעדע לאנד גיבט צום עלעקשען.

#זייער יושר'דיג

גלייב מיר ווען טראמפ וואלט פארלוירן און ער וואלט געהאט מער פאפאלערע שטימען וואלט ער געמאכט א מצב דערפון און אלע זיינע מענטשן וואלטן צוגעשטימט דערצו...


בפשטות וואלט ער טאקע פארפירט, אבער דאס איז די לאגיק פין די עלעקטארעל סיסטעם. אין לעניית דעתי איז עס זייער א ריכטיגע צוגאנג פין די וואס האבען עס אוועק געשטעלט.

ביסט גערעכט און טאקע פאר דעם פארפיר איך נישט, אבער איך זאג דיר וואס טראמפ און זיינע מענטשן וואלטן געטאן.

פיינעל רעזולטאטען פון RCP

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 09, 2016 4:40 pm
דורך פאליק
RCP Daily Poll Wrap-Up
Details can be found at realclearpolitics.com

Presidential Election Results
Donald Trump won the presidential election with 279 electoral votes. Hillary Clinton currently has 228 electoral votes.


Arizona, Michigan and New Hampshire have not been called.


Presidential Election Results: Swing States
Florida: Trump defeated Clinton, 49.1 percent-47.8 percent.
Ohio: Trump defeated Clinton, 52.1 percent-43.5 percent.
Michigan has not been called.
Pennsylvania: Trump defeated Clinton, 48.8 percent-47.6 percent.
New Hampshire has not been called.
Maine Second Congressional District: Trump defeated Clinton, 51.4 percent-41.2 percent.
Maine: Clinton defeated Trump, 48 percent-45 percent.
North Carolina: Trump defeated Clinton, 50.5 percent-46.7 percent.
Virginia: Clinton defeated Trump, 49.9 percent-45 percent.
Georgia: Trump defeated Clinton, 51.3 percent-45.6 percent.
Colorado: Clinton defeated Trump, 46.9 percent-44.8 percent.
Nevada: Clinton defeated Trump, 47.9 percent-45.5 percent.
New Mexico: Clinton defeated Trump, 48.3 percent-40 percent.
Arizona has not been called.
Iowa: Trump defeated Clinton, 51.8 percent-42.2 percent.

Senate Election Results
Republicans retained a majority in the Senate. They hold 52 seats, and Democrats hold 47.

Key Senate Races
Pennsylvania: Republican Sen. Pat Toomey defeated Democrat Katie McGinty, 48.9 percent-47.2 percent.
Indiana: Republican Rep. Todd Young defeated Democrat Evan Bayh, 52.2 percent-42.4 percent.
Wisconsin: Republican Sen. Ron Johnson defeated Democrat Russ Feingold, 50.2 percent-46.8 percent.
Nevada: Democrat Catherine Cortez Masto defeated Republican Rep. Joe Heck, 47.1 ercent-44.7 percent.
Missouri: Republican Sen. Roy Blunt defeated Democrat Jason Kander, 49.4 percent-46.2 percent.
New Hampshire has not been called.
North Carolina: Republican Sen. Richard Burr defeated Democrat Deborah Ross, 51.1 percent-45.3 percent.
Gubernatorial Election Results
Republicans picked up three governorships and now hold 33. Democrats hold 15. North Carolina has not been called yet.

House of Representatives Election Results
Republicans retained their majority in the House of Representatives by winning 238 seats. Democrats hold 193 seats. Races in CA-7, CA-49, LA-3 and LA-4 have not been called

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 09, 2016 4:43 pm
דורך טריסקער
אמביציע האט געשריבן:וואו סאך מער האט זי??

איבער 200,000 וואוטס מער.

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 09, 2016 4:46 pm
דורך אמביציע
טריסקער האט געשריבן:
אמביציע האט געשריבן:וואו סאך מער האט זי??

איבער 200,000 וואוטס מער.

דאס מיינט אז טראמפ האט געווינען ווייניגער וואו א פארצענט מער??

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 09, 2016 4:48 pm
דורך בוידעם
עס איז שוין די צווייטע מאל וואס זי געווינט די פאפולערע שטימען, אבער פארלירט די אלעקשענס, אין 08׳ האט זי געווינען די דעמאקראטישע פרייעמערי אנטקעגן אבאמא אין די פאפולערע וואוטס, מיט בערך 280 טויזענט שטימען, אבער דאך פארלוירן די נאמעני.

נישט קיין גוטע מזל.

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 09, 2016 4:50 pm
דורך טריסקער
אמביציע האט געשריבן:
טריסקער האט געשריבן:
אמביציע האט געשריבן:וואו סאך מער האט זי??

איבער 200,000 וואוטס מער.

דאס מיינט אז טראמפ האט געווינען ווייניגער וואו א פארצענט מער??

יאפ!
טראמפ: 47%
קלינטאן: 48%

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 09, 2016 4:51 pm
דורך פאליק
בוידעם האט געשריבן:עס איז שוין די צווייטע מאל וואס זי געווינט די פאפולערע שטימען, אבער פארלירט די אלעקשענס, אין 08׳ האט זי געווינען די דעמאקראטישע פרייעמערי אנטקעגן אבאמא אין די פאפולערע וואוטס, מיט בערך 280 טויזענט שטימען, אבער דאך פארלוירן די נאמעני.

נישט קיין גוטע מזל.


יא וועגן דעם האבן מענטשן געהאלטן אז זי גייט עס נישט מאכן

דא האסטו א פרוי וואס פשוט עס גייט איר נישט און אפי' אין 12 האט מען עס געדארפט גנבענן פון סאנדערס און פון די אנדער זייט האסטו איינער וואס איז נאך קיינמאל נישט געלאפן און די מזל שיינט אים

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 09, 2016 4:52 pm
דורך אמביציע
טריסקער האט געשריבן:
אמביציע האט געשריבן:
טריסקער האט געשריבן:
אמביציע האט געשריבן:וואו סאך מער האט זי??

איבער 200,000 וואוטס מער.

דאס מיינט אז טראמפ האט געווינען ווייניגער וואו א פארצענט מער??

יאפ!
טראמפ: 47%
קלינטאן: 48%

אזא מזל, אלץ האט זי מער מענטשן אבער געווינט נישט...

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 09, 2016 4:54 pm
דורך פאליק
פרעזידענט טראמפ! פאליטישע "אטאם באמבע" ווען טראמפ ווערט דערקלערט געווינער - לאזט איבעראשט די פאליטישע וועלט און די מידיע - אויספירליכע באריכטן און אנאליזן איבער די היסטארישע געשעעניש


unnamed.jpg


מיט א יאר צוריק וואלט די צוזאמענשטעל פון די ווערטער פרעזידענט דאנאלד טראמפ וואלט עס – אין בעסטן פאל – אויסגערופן געלעכטער, איינגטליך נישט בלויז מיט א יאר צוריק נאר אפילו מיט 24 שעה צוריק, קיינער האט נישט געגלייבט אדער געחלומ'ט אז דאס קען פאסירן, אפילו נישט די טראמפ קאמפיין, אבער די אומגלויבליכע האט פאסירט, און טראמפ האט נישט בלויז געווינען דעם ווייסן הויז, נאר געווינען קעגן אלע אנאליסטן, ספעציאליסטן, און פאליטישע נביאים.
די נאכט האט אנגעהויבן מיט ענטוזיאזאם אין דשאוויץ צענטער אין מאנהעטן, א ריזיגע פאדיום איז געווארן אויפגעשטעלט אונטער דעם גלאזענעם דאך, טויזנטער מענטשן זענען זיך צונויפגעקומען אין א פייערליכע שטימונג, און געפלאטערט אמעריקאנער פענדלעך, זינגער האבן אונטערגעהאלטן די מאסן, און מען האט ארויסגעקוקט ווען עס קומט שוין די זיג רעדע פון מיסיס פרעזידענט הילערי קלינטאן.
אפאר גאסן אוועק אין די הילטאן האטעל איז געזיצן דאנאלד טראמפ מיט זיינע געהילפן און איבערגעגאנגען די לעצטע מאל זיין קאנצעסיע רעדע, ער האט געהאפט אז ער פארלירט בלויז מיט א קליינע אונטערשייד, אבער ער האט געוויסט אז ער האט נישט קיין שטארקע שאנסן צו געווינען, א געווינס איז געווען א האפענונג אבער נישט קיין פלאן.
און דאן האבן די רעזולאטאטן זיך גענומען אריינקומען. פלארידע, ווי מען האט זיך גערישט אז קלינטאן וועט געווינען האט אנגעהויבן נויטן צו טראמפ. דאן אהייא, דאן נארט קאראליינע. די מצב זעהט נישט אויס גוט פאר קלינטאן אבער נאך אלס האבן זיי געהאפט אז ווען עס וועט קומען צו מישיגען, פענסילוועניע, וויסקאנסין, וועט זיך איבערדרייען דאס רעדל.
אבער ווי טיפער אין די נאכט, אלס מער איז די גיסטע אין די דשאוויץ צענטער געפאלן, עס האט אנגעהויבן אויסזעהן מער און מער אז געווינס איז נישט זיכער, און דאן קומט אריין רעזולטאטן, טראמפ איז העכער אלע ערווארטונגען אין יעדע איינציגע סטעיט, און דאן קומט אריין ווירדשיניע ווי עס וואלט געדארפט זיין לייכט פאר קלינטאן, עס איז שמאל, קלינטאן קוועטשט קוים ארויס דארט א זיג.

און דאן, ארום 11 אזייגער, פלארידע אפיציעל פאר טראמפ, דאן אהייא, דאן נארט קאראליינע, דשארדשיע, אייאווע. דאן בלויע שטעט איינע נאך די אנדערע, פענסילוועניע, מישיגען, וויסקאנסין, און עס איז געווארן מער און מער קלאר אז וואס מען האט זיך נישט גערישט און נישט געראכטן איז די רעאליטעט, דער 45טער פרעזידענט פון אמעריקע וועט זיין דאנאלד טראמפ.
דורכאויס די נאכט האט מען געזעהן אז קלינטאן געווינט נישט קיין איין איינציגע סטעיט וואס איז נישט טונקל בלוי, און טראמפ בייסט אריין אין ליכטיג בלויע שטאטן איינע נאך די אנדערע, און יעדע מינוט וואס איז אריבער האט מען געזען מער און מער קלאר די בילד וואס קומט ארויס.
די שרייבער פון די שורות איז געווען אין די שעות אין די דשאוויץ צענטער, און עס איז געווען שווער נישט צו מיטשפירן די ווייטאג און די מיטלייד, וואס האט אנגעהויבן מיט אנגעצויגנקייט און נערוועזיגקייט איז פארוואנדלט געווארן אין א היסטעריע, און דאן יאמערליכע געוויינען דורך וואלונטירן און שטיצער. אלט און יונג האבן זיך געהאלזט און געוויינט, זיי האבן נישט געגלייבט וואס פאסירט דא.
די פענדלעך זענען געווארן איבערגעלאזט אויף דער ערד, און מאסן מענטשן האבן אנגעהויבן ארויסשטראמען מיט אראפגעלאזטע נעזער, פילע האבן איבערגעלאזט זייער פלאקאטן און טי-שוירטס און בלויז מיטגענומען טישו'ס זיך צו ווישן די אויגן, די גאסן ארום דעם צענטער האט אויסעזעהן ענליך צו די בילד וואס מיר געדענקן פון סעפטעמבער 11 מאסן מענטשן אין טרויער.
און די זעלבע צייט אין הילטאן האטעל, די טראמפ קאמפיין האט אליין נישט געגלייבט ווי גוט עס וועט זיי גיין, די טראמפ שטיצער האלטן נישט איין זייער פרייד, שאלן און יובעליאום, א נערוועזע שטימונג איז פארוואנדלט געווארן אין א אויפגעהייטערטע און פייערליכע געשעהניש, עס זעהט אויס אז דאס אומגלויבליכע האט פאסירט, און אז וואס זיי האבן בלויז געהאפט און געחלומ'ט איז געווארן א רעאליטעט.

ארום 2:30 איז באשטעטיגט געווארן דורך אלע גרויסע מידיע נעצן אז ער נעקסטער אמעריקאנער פרעזידענט איז דאנעלד טראמפ, און אויב איז דאס נישט גענוג וועט ער האבן מיט זיך די מערהייט אין ביידע הייזער סיי די קאנגרעס און סיי די סענאט ווי ער האט א שמאלע מערהייט פון 51 רעפאבליקאנער.
אין די זעלבע צייט איז דער קאמפיין מענעדשער פון די קלינטאן קאמפיין דשאן פאדעסטע ארויסגעקומען צו די פארבליבענע שטיצער אינעם דשאוויץ צענטער און געזאגט אז סעקערטערי קלינטאן וועט נישט געבן איר רעדע ביי די נאכט, און די לעצטע שטיצער זענען זיך צוגאנגען אין דעמאראליזאציע.
ארום 3 אזייגער האט טראמפ אפגעהאלטן א געשפרעך מיט הילערי קלינטאן, אין וועלכע זי האט אים קאנגראטולירט פאר זיין זיג, און דאן איז ער ארויסגעקומען צו זיינע אויגעהייטערטע שטיצער געבן זיין זיג רעדע, אין וועלכע ער האט גענומען א אנדערע טאן ווי דורכאויס זיין קאמפיין.
אין זיין רעדע האט טראמפ צוגעזאגט אז ער וועט פרובירן צו היילן די שטארקע צוטיילונג וואס הערשט אין לאנד, און האט באגריסט קלינטאן זאגנדיג אז "אמעריקע איז שולדיג אסאך פאר איר געטרייע דינסט פאר דאס לאנד" און האט צוגעזאגט צו ארבעטן אינאיינעם מיט ביידע פארטייען פאר די טובה פון דאס לאנד. זי רעדע האט אריינגעגעבן עטוואס האפענונג אז ער וועט פרובירן אלס פרעזידענט זיך צו צוריקהאלטן פון זיין העסליכע רעטאריק וואס ער האט גענוצט אין די קאמפיין.

די אויסגאנג לויט די ציפערן

שרייבענדיג די שורות האט הילערי קלינטאן א אויבערהאנט אין די פאפולרע וואוט, קלינטאן האט באקומען 59,638,751 שטימען קעגן טראמפ וועלכע האט באקומען 59,434,798 וואס באדייט אז קלינטאן שטייט ביי 47.7% און טראמפ ביי 47.5% פון די פאפולערע וואוט, עס איז מערקווירדיג ווי אייניג צוטיילט אמעריקע איז צווישן די צוויי גרויסע פארטייען.

ווען עס קומט צו די עלעקטאראלע וואלן האט טראמפ געווינען מיט 279 עלעקטארן, און קלינטאן שטייט ביי 228 עלעקטארן

טראמפ האט געווינען קודם כל די שטארק רויטע סטעיטס אלאבאמא (9) 62%. אלאסקא (3) 53%. ארקאנסאס (6) 60%. איידעהא (4) 59%. אינדיאנא (11) 57%. קאנזעס (6) 57%. קענטאקי (8) 62%. לואיזיאנע (8) 58%. מיסיסיפי (6) 58%. מיזורי (10) 57%. מאנטענע (3) 57%. נעבראסקע (5) 60%. נארט דעקאטע (3) מיט 64.1%. אקלאהאמע (7) מיט 65%. סאוט קאראליינע (9) 55%. סאוט דעקאטע (3) 61%. טענעסי (11) 61%. טעקסאס (38) 52%. יוטא (6) 46%. וועסט ווירדשיניע (5) 68%. ווייאמינג (3) 70%.

דאן האט ער צוגעלייגט די סווינג סטעיטס: אריזאנע (11) מיט 49%. פלארידע (29) 49%. דשארדשיע (16) 51%. נארט קאראליינע (15) 50%. אהייא (18) 52%. און דאן צו אלעמענס שאק האט ער אריינגעלייגט עטליכע בלויע שטאטן אין זיין קאלום פענסילוועניע (20) 48%. וויסקאנסין (10) 47%. מישיגען (16) 47%. און דאס האט אים געברענגט צו די שטוינענדע זיג פון 279 עלקטאראטן.

קלינטאן האט נישט געווינען קיין איין רויטע סטעיט, און געווינען שטארק בלויע שטאטן: קאליפארניע (55) 61%. קאנעטיקוט 53%. דעלעוועיר (3) 53%. דיסטריקט אוו קאלאמביע (3) 92%. האוואי (4) 62%. אילינאוי (20) 55%. מערילענד (10) 60%. מאסאטשוסעס (11) 60%. ניו דשערזי (14) 54%. ניו מעקסיקא (5) 48%. ניו יארק (29) 58%. ארעגען (7) 51%. ראד איילענד (4) 54%. ווערמאנט (3) 61%. וואשינגטאן (13) 56%.

זי האט אויך געווינען עטליכע סווינג סטעיטס, אבער מיט קלענערע ציפערן ווי ערווארטעט: ווירדשיניע (13) 49%. ניו העמפשיר (4) 47% מיט עטליכע הונדערט שטימען. נעוואדע (6) 47%. מינעסאטע (10) 46%. מעין (4) 47%. קאלאראדא (9) 46%. אלעס אינאיינעם 228 עלעקטארן.

עס איז נישט די ערשטע מאל וואס א קאנדידאט געווינט די עלעקטארעל קאלעדש און פארלירט די פאפולער וואוט, עס האט שוין פאסירט 4 מאל, אין 1824 און 1876 און 1888, און דאס לעצטע מאל אין 2000 ווען בוש האט באזיגט על גאר מיט די עלעקטאראלע שטימען און פארלוירן די פאפולער וואוט.

אידיש נייעס

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 09, 2016 4:55 pm
דורך פאליק
די וועלט רעאגירט

גלייך ווען עס האט אנגעהויבן אויסזען אז טראמפ גייט געווינען די פרעזידענטשאפט, האבן אנגעהויבן אריינקומען פארשידענע רעאקציעס פון איבער דער וועלט. צום ערשט האבן די מארקעטס אנגעהויבן טראסקען אין אזיע, ארום 11 אזייגער ווען עס האט אויסגעזעהן אז טראמפ איז אויפ'ן וועג צו נצחון זענען די מארקעטס אין האנג קאנג און אין טאקיא געטראסקעט מיט ארום 4 פראצענט. און איז געווארן נאכגעפאלגט מיט א טראסק פון ארום 11% פאר די מעקסיקאנער פעזא.

די וועלט האט איבעראל רעאגירט ענדליך, מיט שטוינונג, וואס האט פאסירט צו אמעריקע? האט מען געפרעגט איבער די וועלט, פילע רעגירונגען איבער די וועלט האבן פאררופן עמערדשענסי זיצונגען, אריינגערעכנט אמעריקאנער אליאירט ווי דרום קארעא און יאפאן וואס זענען באזארגט אז א טראמפ אדמיניסטראציע וועט זיי לאזן אויפ'ן וואסער, גלייכצייטיג האבן פילע רעגירונגען געפייערט נצחון, אריינגערעכנט רוסלאנד ווי מענטשן האבן געפייערט אין די גאסן אז "זייער" קאנדידאט האט געווינען.
אין פראנקרייך האט מארין לע-פען, פירער פון די עקסטרעם-רעכטע נאציאנאל-פראנט פארטיי וועלכע לויפט פאר פרעזידענט גראטולירט טראמפ. און געזאגט אז דאס געט איר האפענונג אז זי קען אויך נאכגיין דעם ביישפיל און געווינען די פרעזידענטשאפט אין פראנקרייך.
אין מדינת ישראל האבן פילע מיניסטארן אין די רעכטע לאגער נישט איינגעהאלטן זייער פרייד איבער די טראמפ זיג, און דערקלערט אז דאס ברענגט א ענדע צו די "צוויי-שטאטן לעזונג" אזוי אויך איז די ערשטע טעלעפאן רעדע צו א אויסלענדישע פירער פון טראמפ געווען צום מדינת ישראל פרעמיער נתניהו וועמען ער האט געלאנדט צום ווייסן הויז.

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 09, 2016 4:56 pm
דורך SPUSMN
טריסקער האט געשריבן:
אמביציע האט געשריבן:וואו סאך מער האט זי??

איבער 200,000 וואוטס מער.

וויציגסטענס זעכציג מיליאן אמעריקאנער האבען געוואוט פאר טראמפ.

יעצט נעמענדיג אין באטראכט אז עס זענען דא מיליאנען אמעריקאנער וואס וואלטען אויך געוואוט פאר טראמפ (ווען זיי מוזען), נאר נישט עס געטוהן ווייל זייער וואוט וואלט נישט אויס געמאכט (למשל אין א שטאט וואס טראמפ האט נישט געהאט קיין "שום" טשאנס); דעריבער איז קלאר אז די איבערוויגענד פון אמעריקע (דעפלארעבעלס?!) ווילען א שטארקע אמעריקע, און ביי זיי איז אבאמא מיט קלינטאן אפגעפרעגט.

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 09, 2016 4:56 pm
דורך פאליק
אנאליז
א יום הדין פאר די מידיע


וואס איז נעכטן געשען וועט נעמען יארן צו פארשטיין, א פאליטישע "אטאם באמבע" איז ווארשיינליך א אונטערשאצונג, די אויסגאנג נעכטן ביינאכט איז געווען שאקירנד נישט בלויז פאר אמעריקע נאר פאר די גאנצע וועלט, די וועלט שטייט און קוקט זיך צו און קען נישט גלויבן אז אמעריקע! אמעריקע די סימבאל פון פרייהייט און פארשריט האט ערוועלט א פרעזידענט וואס קען קוים ארויסזאגן א גלייכע זאץ פון מויל.

די וועלט שטייט און שטוינט, און די דשורנאליסטן האקן זיך די קעפ און וואנט און פרעגן "וויאזוי האבן מיר דאס פארזעהן?" ווי אזוי קען זיין אז אזא מאסיווע באוועגונג איז פארגעקומען אין אמעריקע און מיר האבן דאס פארזעהן? וואס איז געווען אונזער טעות?
פילע האבן געזאגט אז די אויסגאנג נעכטן צייגט אז אנקעטעס זענען פאלש, אבער די ווארהייט איז אז די ריכטיגע אויסדרוק איז "אלעס איז פאלש" אלעס וואס איז אנגענומען אלס "קאמאן סענס" און יעדע סארט אנאליטישע מעטאד פון שאצן דעם דעת הקהל האט זיך ארויסגעשטעלט פאלש, מען האט געזאגט אז רעפאבליקאנער וועלן בעפארצוגן אמעריקע איבער זייער פארטיי, פאלש. מען האט געזאגט אז איינער וואס ווערט אנגעקלאגט אין געמיינע מעשים קען נישט ווערן פרעזידענט, פאלש.
אלעס וואס מיר ווייסן איבער פאליטיק איז מער נישט גילטיג, פאליטישע אנאליסטן, סטראטעגיסטן, ספעציאליסטן. אלע זענען רעלעוואנט ווי די פאראיעריגע שניי, זיי האבן נישט פארזען עפעס א לייכטע ערדציטערניש נאר א מאסיווע וואלקאנישע אויסברוך וואס האט געקאכט אין אמעריקע פאר יארן, אבער זיי האבן אויסגעוועלט צו קוקן די אנדערע זייט און נישט זעהן וואס גייט פאר.
היינט איז א "יום הדין" פאר די מידיע, זיי וועלן דארפן איבערקלערן זייער ראלע, קודם כל פאר'ן העלפן ערוועלן טראמפ אלס ער נאמינירטער פון די רעפאבליקאנער פארטיי, און נאכדעם מיט'ן פארזען די באוועגונג וואס האט איבערגענומען אמעריקע מיט א שטורעם.

@אידישע נייעס

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 09, 2016 4:57 pm
דורך פאליק
אנאליז
אבאמא און טראמפ: צוויי זייטן פון די זעלבע מטבע

אויסערליך קען נישט זיין קיין גרעסערע אונטערשייד צווישן די צוויי פערזענליכקייטן, איינער איז אינטעליגענט און איינגעהאלטן, עלעקוואנט און אריסטאקראטיש, און דער צווייטער איז אראגאנט און אויסגעשפראכן, א דעמאגאג און א מויל-מאכער.
אבער ווען עס קומט אראפ צו די פאליטישע מאטיוואציע און הצלחה, זענען די צוויי אייגנליך די צוויי זייטן פון די זעלבע מטבע, ביידע האבן גענוצט ענליכע מעטאדן צו אנקומען צו זייער סוקסעס, און ביידע האבן די זעלבע טאלאנט וואס האט זיי געברענגט ביז צום ווייסן הויז.
פאול רייען האט געזאגט אין זיין רעדע היינט "דאנאלד טראמפ האט געהערט א געשריי וואס קיינער האט נישט געהערט, און ער האט גערעדט צו מענטשן וואס קיינער האט צו זיי ביז יעצט נישט גערעדט" און דאס איז ווארשיינליך די איינציגע אנאליז וואס איז ריכטיג.
דאנאלד טראמפ איז א ביזנעס מאן וואס שמעקט געלעגנהייטן, און ער האט געזען א ריזיגע שיכט פון די אמעריקאנער באפעלקערונג איז אויפגערעגט, אנטוישט, און מיואש, און ער האט געזען אין זיי א געלעגענהייט, א לייטער צו אנקומען צום ווייסן הויז.
דאנאלד טראמפ האט אין זיין רעדע געזאגט אז די "מענטשן וואס זענען נישט געהערט געווארן ביז יעצט וועלן יעצט ווערן געהערט" און מיט דעם גערעדט צו די מיליאנען ווייסע מענער, בלוי-קאלנער ארבייטער, וואס שפירן זיך באקריוודעט און בעוול'ט, וואס האבן פארלוירן זייער ארבעט און זייער כבוד, און זייערע האפענונגען און זייערע טרוימען זענען געווארן באגראבן אונטער בערג פון רעגולאציע און הויכע שטייערן.
דאנאלד טראמפ האט ארומגעוואנדערט א יאר צייט איבער שטעט און שטעלעך אין די לענג און די ברייט פון אמעריקע און געמאכט א צוזאג צו די אלע מענטשן "איך וועל ענק צוריקברענגען ענקער פארלויערענע כבוד, ענקער פארלוירענע האפענונג" ער האט צוגעזאגט צוריק צו ברענגען זייער ארבעט, און זייער שטאלץ מיט א לאנד וועלכע זיי האבן זיך אנגעהויבן שפירן פרעמד.
ער האט געזען אין די קארן פעלדער פון אמעריקע א ריזן פאפולאציע פון ווייסע אמעריקאנער וואס זענען פארגעסן און פארלוירן. ער האט געזען דארט מלחמה וועטעראנען וואס שפירן אז דאס לאנד פאר וועם זיי האבן געקעמפט גייט אין א פארקערטע ריכטונג און די ווערדן וואס זיי האלטן טייער ווערט צוטרעטן דורך א נייע גענעראציע וואס האט א נייע פראגרעסיווע אגענדע מיט וועלכע זיי שפירן פרעמד.

דאנאלד טראמפ איז נישט דער קלאסישע ביישפיל פון א געלונגענע פאליטיקאנט, ער איז נישט קיין אטאראט, זיינע רעדעס זענען א געמישעניש פון אומפארשטענליכע זאצן. אבער ער האט א גרויסע הארץ און געזונטע אינסטינקטן, ער האט געוויסט וואס ליגט אויפ'ן הארץ פון די פארמער און קוילן גרעבער, און ער האט זיי געמאכט א צוזאג: טראגט מיר צום ווייסן הויז און איך וועל אייך מאכן שטאלץ מיט אמעריקע.
עס האט אפשר אויסגעקוקט ווי דאנאלד טראמפ האט ארויסגעשארט סלאגענען פון ארבעל מאך אמעריקע "גרעיט" נאכאמאל, אדער ווען ער האט געזאגט "איך וועל אייך מאכן אזוי שטאלץ" און ווען ער האט זיך געאייסערט "מיר וועלן צוריקנעמען אונזער לאנד" אבער ער האט געוויסט וואס ער רעדט, ער האט פארשטאנען די מענטשן צו וועמען ער האט אפעלירט און געוויסט וואס מאכט זיי גוט אויפ'ן הארץ.
און דאס ברענגט אונז צו באראק כוסעין אבאמא:
א יונגער שווארצער סענאטאר האט ארויסגעשפראצט פון די נאכגעלאזטע געגענטער פון שיקאגא אין 2007 און דערקלערט צו מיליאנען יונגע אמעריקאנער און מינאריטעטן "יא, מיר קענען" ער האט גערעדט פון האפענונג און פון טרוימען, פון טויש און פון פראגרעסיווע ווערדן וואס זענען פאר דעם נישט געווארן אויפגעברענגט אין די פאליטישע ארענע.
אזוי ווי דאנעלד טראמפ, אויך באראק אבאמא האט די מידיע אוועקגעמאכט אנהויב, מען האט געהאלטן אז אזא יונגער און אומערפארענער שווארצער קען נישט באזיגען הילערי קלינטאן וואס איז שוין 30 יאר אין וואשינגטאן, אז ער איז בלויז ווי א שיינער ניגון וואס מען זינגט פאר א תקופה ביז עס ווערט פארגעסן, אבער ער האט אויך געהערט א קול אין אמעריקע וואס אנדערע האבן נישט געהערט.
אבאמא האט געהערט די קול פון יונגע אמעריקאנער וואס מוטשענען זיך צו באצאלן פאר קאלעדש, פון מינאריטעטן וואס שפירן זיך באקריוודעט, פון ארבייטער וואס האבן געשפירט אז וואשינגטאן ווייסט נישט איבער זייער עקזיסטענץ, ער האט אזוי ווי טראמפ געזאגט צו מיליאנען מענטשן "איך שפיר ענקער ווייטאג, איך ווייס פונקטליך וואס איר שפירט"
ביידע, סיי אבאמא און סיי טראמפ האבן געווינען מיט די זעלבע סטראטעגיע, מיט'ן ברענגען האפענונג צו מענטשן וואס שפירן האפענונגסלאז, מיט'ן ברענגען אומזעהבארע מענטשן צום אויבענאן, און מיט'ן צוזאגן פאר אנטשויטע אמעריקאנער טויש, און א בעסערע צוקונפט.
אבאמא האט עס געטון מיט'ן אפעלירן צו די הערצער און שכל פון יונגנטליכע און מינטאריטעטן, און טראמפ האט עס געטון מיט'ן אפעלירן צום נייעם מינאריטעט: דער ווייסער אמעריקאנער וויילער. און עס בלייבט איבער צו זעהן אויב טראמפ וועט באווייזן צו דעליווערן צו זיין באזע כאטש אזויפיל ווי אבאמא האט צופרידנגעשטעלט זיינע וויילער.

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 09, 2016 4:58 pm
דורך פאליק
קלינטאן געט קאנצעסיע רעדע: איך בין גרייט צו ארבעטן מיט טראמפ

ניין שעה נאכדעם וואס דאנעלד טראמפ איז געווארן ערוועלט אלס דער קומענדיגער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן, האט הילערי קלינטאן ענדליך געגעבן איר קאנצעסיע רעדע, אויפטרעטנדיג פאר א מאסן עולם ווען ביי איר זייט זענען געשטאנען איר מאן, דער געוועזענער פרעזידענט ביל קלינטאן און איר טאכטער. ווישנדיג טרערן פון אירע אויגן, האט זי זיך באדאנקט פאר אירע שטיצער און געזאגט אז זי איז שטאלץ מיט דעם קאמפיין וואס זי האט געפירט.
"נעכטן נאכט האב איך קאנגראטולירט דאנעלד טראמפ און אנגעבאטן צו ארבעטן מיט אים פאר אונזער לאנד." האט פרוי קלינטאן געזאגט. "איך האף אז ער וועט זיין א סוקסעספולער פרעזידענט פאר אלע אמעריקאנער."
"דאנעלד טראמפ וועט זיין אונזער פרעזידענט," האט פרוי קלינטאן געזאגט. "מיר מוזן אים געבן אן אפענעם מוח און א שאנס צו פירן," און דער גאנצער צימער אנגעפילט מיט אירע שטיצער און געהילפן האבן אפלאדירט.
"מיר האבן געזען אז אונזער פאלק איז מער צוטיילט ווי מיר האבן געמיינט. אבער איך גלייב נאכאלס אין אמעריקע, און איך וועל אייביג גלייבן אין אונז. און דערפאר מוזן מיר אננעמען דעם וואלן אויסגאנג."
"דאס איז נישט דער אויסגאנג וואס מיר האבן געוואלט און אויף וועלכן מיר האבן אזוי שווער געארבעט, און עס טוט מיר וויי אז מיר האבן נישט געווינען די וואלן," האט קלינטאן געזאגט.
טראמפ איז געווארן אויפגערופן דורך איר וויצע פרעזידענט קאנדידאט, טים קעין, וועלכער האט ארויסגעברענגט אירע פילע דערגרייכונגען אלס א ציווילע רעכטן לויער, פוירסט לעידי, סענאטאר, און אויסערן סעקרעטאר. ער האט באמערקט אז כאטש קלינטאן האט נישט געווינען די וואלן, איז זי לכל הפחות געווען די ערשטע פרוי אין היסטאריע צו ווערן נאמינירט דורך איינער פון די גרויסע פארטייען אין אמעריקע. אזוי אויך האט ער אנגעמערקט אז פרוי קלינטאן האט געווינען די פאפולערע שטימען, כאטש טראמפ האט באקומען פיל מער דעלעגאטן.
קלינטאן האט קלאר געמאכט אז כאטש גאנץ אמעריקע מוז אננעמען די רעזולטאטן פון די וואלן, און אפהיטן די טראדיציע פון א פרידליכע איבערגאנג פון מאכט, דארף מען קעמפן צו באשיצן די יסודות פון דער אמעריקאנער קאנסטיטוציע, ווי גלייכבארעכטיגונג און פרייהייט, דאס זענען רעכטן וואס די קלינטאן מאשין האט געהאלטן אין איין קאמפיינען אז אונטער טראמפ וועלן זיי צושטערט ווערן.
זי האט דאן גערעדט איבער דעם וואס זי האט פרובירט צו מאכן היסטאריע דורכ'ן ווערן די ערשטע פרוי פרעזידענט פון אמעריקע, זאגנדיג: "איך ווייס אז מיר האבן נאכנישט דורכגעבראכן דעם העכסטן און דיקסטן גלעזערנעם דאך, אבער איין טאג, וועט איינער עס דורכברעכן, און האפנטליך וועט דאס זיין שנעלער ווי מיר מיינען יעצט."
זי האט זיך דאן געוואנדן צו די פרויען פון דאס לאנד.
"צו אלע פרויען, און בפרט די יונגע פרויען וואס האבן געגלויבט אין אונזער קאמפיין און אין מיר, איך וויל איר זאלט וויסן אז קיין שום זאך האט מיר נישט געמאכט שטאלצער ווי צו זיין אייער קעמפער. צו אלע יונגע מיידלעך וואס הערן זיך צו צו מיר, זייט קיינמאל נישט מסופק אז איר זענט ווערדפול און איר פארדינט זיך יעדע געלעגנהייט און יעדן שאנס אין דער וועלט צו דערגרייכן אייערע חלומות."
זי האט אויסגעפירט מיט א מעסעדזש צו דער יוגנט, זאגנדיג: "דער פארלוסט טוט וויי, אבער ביטע הערט נישט אויף גלויבן אז עס לוינט זיך צו קעמפן פאר עפעס וואס איז ווערד."

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 09, 2016 4:58 pm
דורך פאליק
פרעזידענט אבאמא: מיר ווילן טראמפ'ס הצלחה

פרעזידענט אבאמא האט אויפגעטרעטן מיט א רעדע אין וועלכן ער האט באגריסט טראמפ'ס געווינס. מיט אן אפטימיסטישע טאן האט ער פארשפראכן אז פונקט ווי ער האט געהאט גרויסע חילוקי דעות מיט זיין פארגייער, פרעזידענט בוש, און פונדעסטוועגן האט ער סוקסעספול באוויזן צו איבערנעמען די פרעזידענטשאפט מיט געניטשאפט, אזוי אויך וועט ער איבערגעבן די לייצעס פאר טראמפ אויף א פרידליכער אופן.
"עס איז נישט קיין סוד אז דער פרעזידענט עלעקט און איך האבן מערקבארע חילוקי דעות," האט אבאמא געזאגט בשעת וויצע פרעזידענט ביידען איז געשטאנען ביי זיין זייט. "מיר אלע ווילן יעצט אז ער זאל מצליח זיין צו פאראייניגן און פירן דאס לאנד."
זיין טאן איז געווען גאנץ אנדערש ווי אין דעם פארגאנגענעם מאנטאג, ווען אבאמא האט אגרעסיוו קאמפיינט פאר הילערי קלינטאן אין א לעצטן פארזוך צו זיכער מאכן אז זי גייט ארויס א זיגערין. אויף דעם קאמפיין האט ער געזאגט אז טראמפ איז אומצוגעגרייט און אומפאסיג צו זיין פרעזידענט, און ער האט געווארנט אז אויב מען וועט אים ערוועלן וועט אכט יאר פון פראגרעס ווערן אוועקגעווישט.
אום מיטוואך האט אבאמא נישט דערמאנט די פילע פאלעסיס וואס טראמפ האט פארשפראכן צוריקצוציען, אדער די פארשלאגן וואס ער האט געלייגט אויפ'ן טיש, וועלכע אבאמא האט באטראכט אלס געפארפול פאר אמעריקע'ס ווירדן. אזוי אויך האט ער נישט אטאקירט טראמפ'ס פערזענליכע כאראקטער וואס ער האט שטארק פארדאמט דורכאויס דעם קאמפיין. אנשטאט דעם האט ער באטראכט דעם וואל אויסגאנג אלס א נאטורליכע פאליטישע נייג.
"דער וועג וואס אונזער לאנד האט גענומען איז קיינמאל נישט געווען קיין גלייכע ליניע," האט אבאמא געזאגט. "מיר פרובירן שווער צו באאיינפלוסן מענטשן אז מיר זענען גערעכט, און דאן וועלן מענטשן. און אויב מיר פארלירן לערנען מיר זיך פון אונזערע טעותים. מיר טראכטן זיך איבער נאכאמאל, מיר לאזן די וואונדן פארהיילט ווערן, און מיר גייען צוריק צו די ארענא. דעם צווייטן מאל פרובירן מיר נאך שווערער."
"יעדער איינער איז צובראכן ווען זיין זייט פארלירט די וואלן, אבער דעם נעקסטן טאג דארפן מיר געדענקען אז מיר זענען פאקטיש איין געמינדע. מיר זענען נישט דעמאקראטן צום ערשט. מיר זענען נישט רעפובליקאנער צום ערשט. מיר זענען אמעריקאנער צום ערשט. מיר זענען פאטריאטן ערשט." האט אבאמא געזאגט.
"מיר ווילן אלע וואס איז די בעסטע פאר אונזער לאנד," האט ער פארגעזעצט. "דאס איז וואס איך האב געהערט אין מר. טראמפ'ס באמערקונגען נעכטן נאכט. דאס איז וואס איך האב געהערט ווען איך האב גערעדט מיט אים דירעקט. און איך בין שטארק צופרידן דערפון."

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 09, 2016 4:58 pm
דורך בוידעם
פאליק האט געשריבן:
בוידעם האט געשריבן:עס איז שוין די צווייטע מאל וואס זי געווינט די פאפולערע שטימען, אבער פארלירט די אלעקשענס, אין 08׳ האט זי געווינען די דעמאקראטישע פרייעמערי אנטקעגן אבאמא אין די פאפולערע וואוטס, מיט בערך 280 טויזענט שטימען, אבער דאך פארלוירן די נאמעני.

נישט קיין גוטע מזל.


יא וועגן דעם האבן מענטשן געהאלטן אז זי גייט עס נישט מאכן

דא האסטו א פרוי וואס פשוט עס גייט איר נישט און אפי' אין 12 האט מען עס געדארפט גנבענן פון סאנדערס און פון די אנדער זייט האסטו איינער וואס איז נאך קיינמאל נישט געלאפן און די מזל שיינט אים


מען האט גארנישט גע׳גנב׳ט. זי האט ברייט געווינען די נאמעני, שמאל געווינען די פאפולערע וואוטס ביי די דזשענערל אלעקשענס, און ביטער פארלוירן די פרעזעדענטסי.

אגרי, טראמפ איז א ריזן בר מזל! לאמיר האפן אז דאס וועט אים שיינען ביים פירען דאס לאנד.

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 09, 2016 4:59 pm
דורך SPUSMN
אמביציע האט געשריבן:
טריסקער האט געשריבן:
אמביציע האט געשריבן:וואו סאך מער האט זי??

איבער 200,000 וואוטס מער.

דאס מיינט אז טראמפ האט געווינען ווייניגער וואו א פארצענט מער??

ניין, נאר אז קלינטאן האט פארלוירען מיט היפש פראצענט מער. זעה מיין תגובה.

viewtopic.php?p=1330454#p1330454

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 09, 2016 5:00 pm
דורך פאליק
דאפלטע זיג: רעפאבליקאנער האלטן אן ביידע הייזער
דעם דינסטאג האבן די רעפובליקאנער אנגעהאלטן קאנטראל פונעם סענאט, טראצדעם וואס פילע אנקעטעס האבן געוויזן אז מערערע דעמאקראטן שטייען אויס צו געווינען די וואלן און ארויסרוקן רעפובליקאנער סענאטארן. די רעפובליקאנער זיצנדע סענאטארן זענען געווארן מיטגעשלעפט מיט טראמפ'ס אומערווארטעטע געווינס.
די סענאטארן ראן דזשאנסאן פון וויסקאנסין, ריטשארד בארר פון נארט קאראליינע, און פעטריק טומי פון פענסילוועניע, האבן געווינען ווידערערוויילונג און דערמיט האבן זיי פארזיכערט אז די רעפובליקאנער בלייבן אין מאכט פון דעם סענאט.
סענאטאר מארקא רוביא פון פלארידע, וועלכער האט געהאט געזאגט פאראיאר אז ער וועט נישט לויפן נאך א טערמין, און ער איז אנשטאט דעם געלאפן פאר פרעזידענט, האט למעשה באשלאסן צו לויפן פאר ווידערערוויילונג, וואס ער האט געווינען קעגן זיין דעמאקראטישן קעגנער, פעטריק מורפי.
אנדערע רעפובליקאנער האבן אויך גוט אפגעשניטן, טראצדעם וואס רוב פון די וויילער זענען אומצופרידן מיט די וואשינגטאן עסטאבלישמענט.
סענאטאר ראב פארטמאן פון אהייא, א רעפובליקאנער וועלכער איז געווארן באטראכט אלס א שוואכער קאנדידאט ווען די קאמפיין האט זיך אנגעהויבן, האט גרינג געווינען ווידערערוויילונג, אזוי אויך סענאטאר דזשאן מעקעין פון אריזאנע. די סענאטארן רוי בלאנט פון מיזורי, רענד פאול פון קענטאקי, טים סקאט פון סאוט קאראליינע, און דזשעימס לאנקפארד פון אקלאהאמא, האבן אלע געווינען.
די דעמאקראטן האבן איבערגענומען צוויי זיצן, וואס האט זיי געמאכט אביסל שטערקער אין דעם סענאט, אבער פארט זענען זיי געבליבן אין דעם מינאריטעט. די דעמאקראטן האבן געווינען איין זיץ אין אילינאוי, ווען דער קאנגרעס מאן טאמי דוקווארטה האט באזיגט סענאטאר מארק קירק, א רעפובליקאנער. אין ניו העמפשיר האט גאווערנאר מעגי האסאן געווינען מיט 700 שטימען קעגן קעלי איאטי, די רעפובליקאנער סענאטאר.
אין נעוואדע, האט קעטערין קארטעז מאסטא באזיגט דעם קאנגרעסמאן דזשאו העק, אנהאלטנדיג דערמיט דעם זיץ פאר דעמאקראטן, אויף וועלכע ביז דאן איז געזעצן הערי ריעד, ועלכער רעטייערט איצט. אבער זיי האבן נישט פארדינט קיין עקסטערער זיץ, וויבאלד עוואן באיע, וועלכער האט געדינט צוויי טערמינען אלס גאווערנאר און אלס סענאטאר אין דעם סטעיט, האט פארלוירן צום קאנגרעסמאן טאד יאנג.
מערערע וואל פארמעסטן זענען געקומען גאר שמאל אין די לעצטע וואכן, און אנאליסטן פון ביידע פארטייען האבן פאראויסגעזען אז די סענאט וועט זיין נאנט צוטיילט, נישט קיין חילוק וועלכע פארטיי נעמט איבער קאנטראל פון דעם סענאט.
שוין ביים אנהויב פון די ווואלן, זענען די רעפובליקאנער געווען אויפ'ן דעפענסיווע אין דעם סענאט, וואו זיי האבן געהאט פיל מער קאנקורירנדע זיצן ווי די דעמאקראטן. אין דעם קאנגרעס האט מען יא געהאלטן אז די רעפובליקאנער וועלן בלייבן אין קאנטראל פון דעם קאנגרעס.
אין דעם סענאט האט אויסגעזען אז זיבן רעפובליקאנער וועלכע זענען געווארן ערוועלט אין די טי פארטיי שוואונג אין 10' וועלן גאנץ מעגליך פארלירן, אבער די רעפובליקאנער פארטיי האט שוין געהאט גרויסע געווינסן אין יאר 14', וואס האט זיי געגעבן א מערהייט פון פיר זיצן.

די רעפובליקאנער האבן מורא געהאט פון טראמפ'ס קאנדידאטור אז עס וועט שאטן זייערע אייגענע קאמפיינען. מר. טומי, א רעפובליקאנער פון פענסילוועניע, האט געווארט ביז די לעצטע מינוט צו מעלדן אז ער האט געשטימט פאר טראמפ, נאך וואכן וואס ער האט זיך ארויסגעדרייט פון ענטפערן די שאלה פאר וועמען ער וועט שטימען.
למעשה האט מען געזען אז טייל פון די קאנדידאטן וואס האבן זיך קעגנגעשטעלט טראמפ האבן פארלוירן די וואלן, אנדערע וואס האבן אים איבערגעלאזט האבן געווינען, און די וואס האבן זיך ארויסגעדרייט פון אדרעסירן טראמפ'ס קאנדידאטור האבן גוט אפגעשניטן.
די אויפגאבע פון די רעפובליקאנער פארטיי צו אנהאלטן קאנטראל פון דעם סענאט האט אויסגעזען גאר שווער, נאכדעם וואס די רעפובליקאנער וויילער האבן געשטעלט טראמפ אלס דער קאנדידאט. עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז די קעגנערשאפט צו די רעפובליקאנער סענאטארן איז נישט נאר געקומען פון זייערע פאליטישע קעגנער, נאר אויך פון דעם רעפובליקאנעם נאמינירטן קאנדידאט פאר פרעזידענט, וועלכער האט שארף ארויסגעטרעטן קעגן די "וואשינגטאן עסטאבלישמענט".
רוב סענאט קאנדידאטן האבן אין אנהויב גארנישט געזאגט איבער טראמפ'ס קאנדידאטור, אבער עווענטועל האבן זיי געמוזט רעאגירן צו זיינע פילע קאנטראווערסיעלע סטעיטמענטס.
דזשאן מעקעין און מס. איאטע האבן עווענטועל זיך אפגעשאקלט פון טראמפ, זאגנדיג אז זיי שטיצן נישט זיין קאנדידאטור פאר פרעזידענט. אבער מעקעין האט דאס נישט געטון נאכדעם וואס טראמפ האט אים פערזענליך באליידיגט אדער נאכדעם וואס טראמפ האט באליידיגט די קאן פאמיליע, נאר ערשט נאכדעם וואס מעקעין האט שוין געהאט א באקוועמע אויבערהאנט אין די אנקעטעס. מס. איאטע האט זיך אפגעשאקלט פון טראמפ נאך א לענגערע צייט, און עס האט איר געקאסט שטיצער. ראב פארטמאן האט געשטיצט טראמפ די גאנצע צייט, כאטש ער האט זיך דערווייטערט פון זיינע באמערקונגען.
אין נעוואדע האט דער רעפובליקאנער קאנדידאט, מר. העק, וועלכער איז געלאפן פאר דעם זיץ פון הערי ריעד, פארדאמט טראמפ, אבער דאס האט אנגעהויבן א שווערע ווידערשטאנד פון די טראמפ שטיצער. צום סוף האט דער דעמאקראטישער קאנדידאט, קארטעז מאסטא געווינען, ווערנדיג די ערשטע לאטינא סענאטאר אין לאנד.
די פארמעסטן אין דעם סענאט האבן געהאט א רעקארד הויכע ציפער אין קעש וואס זיי האבן אויסגעגעבן. סופער פעקס און אנדערע דרויסנדיגע גרופעס האבן אויסגעגעבן איבער זעקס הונדערט מיליאן דאלאר אויף די קאנדידאטן דאס יאר, רוב פון דעם איז געווען אין א האלבער טוץ גאר נאנטע פארמעסטן.
די סומע איז מער פון סיי וועלכע ציפער וואס מען האט אויסגעגעבן פון דרויסנדיגע געלטער, זינט די סופרים קאורט האט געאורטיילט אין יאר 10' אז זעלבסטשטענדיגע גרופעס מעגן אויפטרייבן וויפיל געלט זיי ווילן אין פאליטישע קאמפיינס.

אידשע נייעס

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 09, 2016 5:03 pm
דורך אמביציע
א שעים, מ'האט זיך געלאזט אריינכאפן אין רוסלאנד'ס נעץ, און געוויזן פאר די וועלט אז וויקיליקס און רוסלאנד קענען טאן וואס זיי ווילן.

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 09, 2016 5:04 pm
דורך פאליק
בוידעם האט געשריבן:
פאליק האט געשריבן:
בוידעם האט געשריבן:עס איז שוין די צווייטע מאל וואס זי געווינט די פאפולערע שטימען, אבער פארלירט די אלעקשענס, אין 08׳ האט זי געווינען די דעמאקראטישע פרייעמערי אנטקעגן אבאמא אין די פאפולערע וואוטס, מיט בערך 280 טויזענט שטימען, אבער דאך פארלוירן די נאמעני.

נישט קיין גוטע מזל.


יא וועגן דעם האבן מענטשן געהאלטן אז זי גייט עס נישט מאכן

דא האסטו א פרוי וואס פשוט עס גייט איר נישט און אפי' אין 12 האט מען עס געדארפט גנבענן פון סאנדערס און פון די אנדער זייט האסטו איינער וואס איז נאך קיינמאל נישט געלאפן און די מזל שיינט אים


מען האט גארנישט גע׳גנב׳ט. זי האט ברייט געווינען די נאמעני, שמאל געווינען די פאפולערע וואוטס ביי די דזשענערל אלעקשענס, און ביטער פארלוירן די פרעזעדענטסי.

אגרי, טראמפ איז א ריזן בר מזל! לאמיר האפן אז דאס וועט אים שיינען ביים פירען דאס לאנד.


איך גיי נישט אריין צו זי וואלט געווינען אן דעם אדער נישט אבער די פאקט אז די DNC איז געווען אזוי צודרייט אז בערני זאל נישט געווינען ווייזט עס עפעס

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 09, 2016 5:05 pm
דורך פאליק
אמביציע האט געשריבן:א שעים, מ'האט זיך געלאזט אריינכאפן אין רוסלאנד'ס נעץ, און געוויזן פאר די וועלט אז וויקיליקס און רוסלאנד קענען טאן וואס זיי ווילן.


האט גארנישט מיט וויקליעקס און רוסלאנד

די לאנד פארט ראנג און דער עולם דארף א טויש
א אויטסיידער נישט א קארפטוירטע פאליטישען

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 09, 2016 5:09 pm
דורך SPUSMN
אמביציע האט געשריבן:א שעים, מ'האט זיך געלאזט אריינכאפן אין רוסלאנד'ס נעץ, און געוויזן פאר די וועלט אז וויקיליקס און רוסלאנד קענען טאן וואס זיי ווילן.

האט מען געדארפט וואוטען קעגען אונזערע אינטערעסען, כדי צו ווייזען רוסלאנד? (אויב רוסלאנד איז טאקע דער שילדיגע)

#זיך שיסען אין פיס, כדי צו ווייסען פאר רוסלאנד?