טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

שמערלער האט געשריבן:
kosher phone האט געשריבן:איינער ווייסט פארוואס די קעניג איז היינט מזכיר נשמות???
ווי קומט יעצט אריין אסאמא בין לאדין?

ער האט נעכטן אין די פאקס ניוס אינטערוויא גערעדט פון א גענעראל וואס האט געפירט די אקציע פון כאפן בין לאדין יענער איז א קלינטאן פען אין שטארק אראפ געריסען טראמפ האט טראמפ געזאגט אז מוואלט געדארפט כאפן בין לאדין אסאך פריער

ער איז גראדע גערעכט אז עס איז נישט געווען קיין פריאריטי אין די אבאמא אדמיניסטראציע אים צו כאפען; אבער ווען די שפיאנאזש עדזענסיעס האבען שוין געהאט אלע אינפארמאציע, און די ארמיי איז שוין געווען גרייט עס אויס צו פירען, האט מען פרעזענטירט אבאמא מיט די אינפארמאציע און ער האט געדארפט מחליט זיין יא גיין אויף דער מישאן אדער נישט, און פארשטייט זיך אז ער האט מסכים געווען.

עס לייגט זיך נישט אויפען שכל אז אבאמא ווען ער איז געווארען פרעזידענט האט צוזאם גערופען זיין געהיים שטאב און זיי געזאגט, אז מיין ערשטע פריאריטי איז כאפען בין לאדין.

כ'וואלט אויך נישט געווען סורפרייזד אז די שפיאנזש האט שוין לאנג געוויסט ווי ער געפינט זיך (און אפשר אבאמא אויך), נאר די החלטה אים דענמאלט צו כאפען איז געקומען ווען דער מצב האט זיך געטוישט אז אדער כאפט מען אים יעצט אדער עס וועט שוין זיין א סאך שווערער שפעטער.

מען פירט אונז אין גאנצען ביים נאז, און איך גלייב זיי נישט א ווארט. אבער דער שכל זאגט אז מען האט געקענט און געדארפט כאפען בין לאדין פריער.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
א. טראכטער
שר האלף
תגובות: 1377
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 11, 2014 12:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א. טראכטער »

כ'מיין עפעס רעדט ער...

טראמפ האט אינפארמאציע וואס נאר געציילטע פארמאגען
אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאטע »

פרעזידענט טרייבט ליצנות יעצט לייוו ביים פרעזידענשעל טערקי פארדאן!

זאגענדיג: די וואלען איבער וועלכע טערקי סאל געוואונען איז געווען "פעיר" וואלן. הגם, די פארלירערע האט נישט געוואלט אויפגעבען און פארלאנגט א ריקאונט, האט זיך אבער די אויסגאנג נישט געטוישט...
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

א. טראכטער האט געשריבן:כ'מיין עפעס רעדט ער...

טראמפ האט אינפארמאציע וואס נאר געציילטע פארמאגען

דעטס רייט; דעס האביך געמיינט.

ער וויייסט היינט שוין וואס אבאמא האט געוויסט דענמאלט; און אוי ואבוי ווען ער זאל אלעס פארציילען.

די CIA וועט אים ממית'ן.
לעצט פארראכטן דורך SPUSMN אום דינסטאג נאוועמבער 20, 2018 1:26 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאטע »

איך האב געווארענט דעם טערקי, אז ער האט טאקע באקומען א פרעזידענטליכע פארדאן, אבער ס'זאל זיך נישט נער'ן ווייל די דעמאקראטען אין קאנגרעס גייען אים סובפינען...

און ס'קען אפילו זיין א זדי ניינטע סירקוט קאורט וועט אויווער-רולן מיין פארדאן...
Pardon.JPG
Pardon.JPG (55.29 KiB) געזען 2365 מאל
לעצט פארראכטן דורך שמאטע אום דינסטאג נאוועמבער 20, 2018 1:28 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

סירקוס קארט?
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4332
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

SPUSMN האט געשריבן:סירקוס קארט?

געוויסע געריכטן שפילן א פאליטישע סירקוס...
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
אוועטאר
אל תתיאש
שר חמישים
תגובות: 60
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 13, 2018 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אל תתיאש »

איצל פיצל האט געשריבן:ווען וויטעקעיר וואלט ווען געהאט אויסגעדריקט א מיינונג אז עס איז יא געווען א קלוזשען פון טראמפ קאמפיין מיט רוסלאנד, האב איך נישט קיין ספק אז די פיקטשור וואלט זיך איבערגעדרייט. די דעמס וואלטן נישט געהאט קיין פראבלעם מיט אים. איי ער האט דאך שוין געזאגט זיין מיינונג אויף אן אנגייענדע אינוועסטיגעישן? ער דארף זיך דאך ריקיוזען! די זעלבע פארקערט די ריפאבליקענס וואס האלטן זיך יעצט פארמאכט די מויל, וואלטן דעמאלטס פארפירט אז ער דארף זיך ריקיוזען, ער האט דאך געזאגט זיין מיינונג אויף אן אנגייענדע אינוועסטיגעישן! וויאזוי קען ער זיין אויפריכטיג?!

;l;p- געטראכט די זעלבע...
יוד געוואלט טאנצן פון בריק.....
ברסלבר קומט צי אים געשיקט...
אל תתיאש גיט ער א שריי
זאגט די יוד. דאס שוין אויך נישט? 1...2...3
יואל שרייבער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3684
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל שרייבער »

SPUSMN האט געשריבן:
שמערלער האט געשריבן:
kosher phone האט געשריבן:איינער ווייסט פארוואס די קעניג איז היינט מזכיר נשמות???
ווי קומט יעצט אריין אסאמא בין לאדין?

ער האט נעכטן אין די פאקס ניוס אינטערוויא גערעדט פון א גענעראל וואס האט געפירט די אקציע פון כאפן בין לאדין יענער איז א קלינטאן פען אין שטארק אראפ געריסען טראמפ האט טראמפ געזאגט אז מוואלט געדארפט כאפן בין לאדין אסאך פריער

ער איז גראדע גערעכט אז עס איז נישט געווען קיין פריאריטי אין די אבאמא אדמיניסטראציע אים צו כאפען; אבער ווען די שפיאנאזש עדזענסיעס האבען שוין געהאט אלע אינפארמאציע, און די ארמיי איז שוין געווען גרייט עס אויס צו פירען, האט מען פרעזענטירט אבאמא מיט די אינפארמאציע און ער האט געדארפט מחליט זיין יא גיין אויף דער מישאן אדער נישט, און פארשטייט זיך אז ער האט מסכים געווען.

עס לייגט זיך נישט אויפען שכל אז אבאמא ווען ער איז געווארען פרעזידענט האט צוזאם גערופען זיין געהיים שטאב און זיי געזאגט, אז מיין ערשטע פריאריטי איז כאפען בין לאדין.

כ'וואלט אויך נישט געווען סורפרייזד אז די שפיאנזש האט שוין לאנג געוויסט ווי ער געפינט זיך (און אפשר אבאמא אויך), נאר די החלטה אים דענמאלט צו כאפען איז געקומען ווען דער מצב האט זיך געטוישט אז אדער כאפט מען אים יעצט אדער עס וועט שוין זיין א סאך שווערער שפעטער.

מען פירט אונז אין גאנצען ביים נאז, און איך גלייב זיי נישט א ווארט. אבער דער שכל זאגט אז מען האט געקענט און געדארפט כאפען בין לאדין פריער.


אלס פיין און וואויל, אבער טראמפ האט נישט אטאקירט אבאמא, ער האט אטאקירט דעם גענעראל, כאילו ער איז שולדיג פארן אים נישט כאפן פריער.
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

כ'האב נישט מיט געהאלטען נאר דא עס געזעהן און רעאגירט. אויב האט ער אטאקירט דער גענעראל און נישט אבאמא ביזטו גערעכט.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32543
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

א שאד די טענה'רייען, טראמפ האט א שוואכקייט צו מענטשן וואס אטאקירן אים, ער קען נישט בלייבן שטיל, ער מוז ענטפערן! אמאל איזער גוט, ער ענטפערט צו די זאך, אמאל שיסט ער אין די וועלט אריין!
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

וויכטיג מאכער האט געשריבן:א שאד די טענה'רייען, טראמפ האט א שוואכקייט צו מענטשן וואס אטאקירן אים, ער קען נישט בלייבן שטיל, ער מוז ענטפערן! אמאל איזער גוט, ער ענטפערט צו די זאך, אמאל שיסט ער אין די וועלט אריין!

אבער פון די אנדערע זייט זעהט אויס אז א מחוצף גלייכט ער יא, גיללום'ס חוצפה'דיגע טוויט מיינעך איז אים געפאלן.
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

יואל שרייבער האט געשריבן:
SPUSMN האט געשריבן:
שמערלער האט געשריבן:
kosher phone האט געשריבן:איינער ווייסט פארוואס די קעניג איז היינט מזכיר נשמות???
ווי קומט יעצט אריין אסאמא בין לאדין?

ער האט נעכטן אין די פאקס ניוס אינטערוויא גערעדט פון א גענעראל וואס האט געפירט די אקציע פון כאפן בין לאדין יענער איז א קלינטאן פען אין שטארק אראפ געריסען טראמפ האט טראמפ געזאגט אז מוואלט געדארפט כאפן בין לאדין אסאך פריער

ער איז גראדע גערעכט אז עס איז נישט געווען קיין פריאריטי אין די אבאמא אדמיניסטראציע אים צו כאפען; אבער ווען די שפיאנאזש עדזענסיעס האבען שוין געהאט אלע אינפארמאציע, און די ארמיי איז שוין געווען גרייט עס אויס צו פירען, האט מען פרעזענטירט אבאמא מיט די אינפארמאציע און ער האט געדארפט מחליט זיין יא גיין אויף דער מישאן אדער נישט, און פארשטייט זיך אז ער האט מסכים געווען.

עס לייגט זיך נישט אויפען שכל אז אבאמא ווען ער איז געווארען פרעזידענט האט צוזאם גערופען זיין געהיים שטאב און זיי געזאגט, אז מיין ערשטע פריאריטי איז כאפען בין לאדין.

כ'וואלט אויך נישט געווען סורפרייזד אז די שפיאנזש האט שוין לאנג געוויסט ווי ער געפינט זיך (און אפשר אבאמא אויך), נאר די החלטה אים דענמאלט צו כאפען איז געקומען ווען דער מצב האט זיך געטוישט אז אדער כאפט מען אים יעצט אדער עס וועט שוין זיין א סאך שווערער שפעטער.

מען פירט אונז אין גאנצען ביים נאז, און איך גלייב זיי נישט א ווארט. אבער דער שכל זאגט אז מען האט געקענט און געדארפט כאפען בין לאדין פריער.


אלס פיין און וואויל, אבער טראמפ האט נישט אטאקירט אבאמא, ער האט אטאקירט דעם גענעראל, כאילו ער איז שולדיג פארן אים נישט כאפן פריער.

SPUSMN האט געשריבן:כ'האב נישט מיט געהאלטען נאר דא עס געזעהן און רעאגירט. אויב האט ער אטאקירט דער גענעראל און נישט אבאמא ביזטו גערעכט.

נישט אזוי פשוט און נישט ווי מיר האבען געמיינט.

איך זעה אזא קעפל:
President Donald Trump went after retired four star Admiral William McRaven after he criticized Trump for undermining the media

דאס הייסט אז דער אדמיראל פרובירט מיט זיינע פיר פינעף-עקיגע שטערן צו שטעכען דער פרעזידענט. דער הויכגעשעצטער אדמיראל איז גארנישט אזוי אינעסענט.

כ'זעה יעצט אז ער זאגט דארט אז מען האט געדארפט כאפען בין לאדין נאך איידער 911; און מיט דעם איז ער גערעכט און אין דעם איז אויך שילדיג פרעזידענט בוש דער ערשטע וואס האט פארהוילען פון אמעריקע די עקזיסטענס פון אל-קיידע און זיי במכוון נישט נאך געגאנגען.

אל-קיידע האט שוין אטאקירט אמעריקע אפשר 10 יאר איידער 911 אבער אמעריקע האט איטערדריקט די אינפארמאציע פונעם פאלק, און געמאכט עס אויס זעהן ווי עפעס איינצעלנע מענטשען האבען אטאקירט אמעריקע אן עס איז בכלל נישט א ארגאניזירטע זאך געשטיצט דורך מדינות.

איך געדענק גוט ווען עס איז געווען א אטאקע ביים ברעק פון תימן, און אויך ווען עס איז געווען א אטאקע אויף א ערעפלאן אין קעניע, ווי די צייטונגען אויפען באפעל פון ווייסען הויז האבען אינטערדרוקט די אינפארמאציע. וואס טראמפ זאגט אז ער האט געשריבען אין זיין ביך, האביך אויך דענמאלט געוויסט. אלע פרעזידענטס די לעצטע 30 יאר זענען שילדיג אין דעם, און דער פעיק ניוס ניו יארק טיימס (ניוספעפער אוו בעד רעקארד) איז געווען דער ראש פון די איטערדרוקערס.

עס איז אינטרעסאנט ווי פאקיסטאן איז אויף גערעגט אויף טראמפ און דער פאקיסטאנער פרעמיער שרייט וואס הייסט פאקיסטאן האט גארנישט געטוהן, ווען זיי האבען אזוי פיל מקריב געווען קעגען טעראר.

אין אנדערע ווערטער זאגען זיי: מיסטער אמעריקע, עס קומט אונז גרויס קרעדיט אז מיר זענען אויך נישט קיין טעראריסטען. (ווייל באמת וואלטען מיר אויך געדארפט זיין, נאר...)

יא, ס'קומט זיי דער נאבעל פרייז פאר שלום פאר נישט זיין טעראריסטען ממש נאר שטילע שטיצערס און ענעיבעלערס דערפון.

אין אזא וועלט לעבען מיר. טראמפ מיט זיין צודרייטקייט דעקט אויף די שלייער.
לעצט פארראכטן דורך SPUSMN אום מיטוואך נאוועמבער 21, 2018 11:17 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

וואלט צו געלייגט, אז אין אזא צודרייטע וועלט, דארף מען נאך אזעליכע צודרייטע ווי טראמפ, ווייל נאר א צודרייטע דערווייגט זיך צו זאגען דער אמת און ליגענט בבת אחת.

עט ליעסט ער זאגט דער אמת אויך (וואס די לינקע זענען נישט נחשד דערין), און דאס איז א געוואלדיגע געווינס אין היינטיגע צייטען ווען אלעס איז שקר.
לעצט פארראכטן דורך SPUSMN אום מיטוואך נאוועמבער 21, 2018 11:26 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
עכט היימיש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4320
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עכט היימיש »

אפשר האט אל קאידאו דאן פארקויפט אויל פאר אמעריקא, ממילא האט מען זיך דאן געמיזט שטארק פארמאכן די אויגן אויף זיי, און זאגן אז זיי טענה'ן אז די טעראר אטאקעס איז נישט זיי, און די אמעריקאנע סי. איי. עי. ווייסט נישט וואס זיי רעדן.
יכול ליהות..
איך האב מיט דעם קיין שיכות, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

נישט דאס איז די סיבה, נאר ווייל אמעריקע האט א א קראנקע פאליסי פון נישט אנרופען איסלאמישע טעראריזם ביים נאמען.

אויך ווייל בוש דער ערשטע האט דעקלערט נאך דער ערשטע איראק קריג א "ניו ווארלד ארדער" און דאס האט נישט געשטימט מיט דער פאלשע צוגאנג וואס ער האט געוואלט איין פירען, א ניו ווארלד ארדער פון שקר וואס זאל איבערנעמען די אלטע ווארלד ארדער פון שקר.

די שקרים פון די רעכטע און די לינקע זענען געווען מעיד-טו-ארדער, ביז עס איז געקומען א טראמפ און איבערגעדרייט דער טיש, און געשטעלט די באנדיטען אוט-אוו-ארדער.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18244
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

ספוזמאן, זיי נישט אזוי פארקויפט פאר דעם טראמפן. מ'ברויך נישט יעצט אונטערריסן גאנץ אמעריקא, אלע פריערדיגע פרעזידענטן און אלע אמעריקאנער אינסטעטוציעס ווייל מ'ברויך באשיצן דעם צעפידעלטן
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

במח"כ כאפסטע בכלל נישט מיין שרייבען.

כ'בין נישט א באשיצער פון טראמפ אדער פארקויפט פאר אים. הלוואי וואלט געווען בעסערס צו טוהן וואס ער טוהט.

און די אלע פריערדיגע פרעזידענטן (פון די לעצטע 30 יאר) און אלע אינסטעטוציעס זענען ווערט צו ווערען אונטערגעריסן. לאנג אווער-דא.

פארוואס איינער זאל וועלען באשיצען פאלשקייט איז ביאנד-מי.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18244
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

SPUSMN האט געשריבן:במח"כ כאפסטע בכלל נישט מיין שרייבען.

כ'בין נישט א באשיצער פון טראמפ אדער פארקויפט פאר אים.

ליידער כאפסטו ניטאמאל ווי אימאושענלי אינוועסטעד דו ביזט אין אים, זיין שגענות איז נישט דיינס און דיין הצלחה איז נישט זיינס.

שטיי אויף און שמעק די קאווע!
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

פארשטיי נישט וואס די זאגסט.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2924
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

@SPUSMAN

במחילת כבודך איר זענט בלינד צו סיי וואס טראמפ טוט, מיזט נישט מאכן די גאנצע וועלט פאר משוגעים בכדאי צו פארטיידיגן טראמפ, נעם אן די פאקט אז טראמפ רעדט אסאך שטותים/ איבערגעטריבענע סטעיטמענטס, און נעם אן די פאקט אז טראמפ פירט זיך אויף ווי א קליין קינד ווען איינער קריטיקירט אים.

- טראמפ האט געשאסן א נערישע סטעיטמענט בלויז ווייל ער איז געוואר געווארן אז דער יעניגער האט אים קריטיקירט, נישט ווייל ער ווייסט עפעס פון די שפיאנאזש אינפא מער ווי דו ווייסט, (אדער ווי אבאמא האט געוויסט ביז די לעצטע מינוט ווען מען האט אים פרעזענטירט די פלענער, געדענגט איך נאך י.ג. דרשות אז אבאמא'ס קליינע פיס הענגן פון די גרויסע בענקל אויף וואס ער זיצט, מען האט אים קוים אריינגענומען אינעם רום ווי מען האט מיטגעהאלטן די פארכאפונג... גיוו מי א ברעיק) דאס איז טיפיקל טראמפ סטייל חוזק צו מאכן פון סיי ווער עס קריטיקירט אים אן פראבירן רעדן צום זאך. אויב דער סוקסעספולער בלומבערג קריטיקירט אים ווערט ער איבערנאכט א "קליינער בלומבערג" וכן כולהו, נישטא קיין סיבה מסביר צו זיין זיינע אומ'רעספעקטפולע אומ'דורכגעטראכטע סטעיטמענטס!

טראמפ סטעיטמענטס איז אפטמאל מער פעיק ווי ני''ט וועם דו האסט אזוי שארף ארפגעריסן, פאר איזה סיבה שהוא האט דער פרעזידענט א געוויסער רעספעקט צו ני''ט (איך ווייס אז מען גייט לאכן פון מיינע לעצטע ווערטער, איך וועל זיך נישט דינגן מיט קיינעם אבער דאס איז וויאזוי איך זע עס, ער פלעגט עס טאקע ליב האבן צו ליינען און די צייטן ווען ער איז נאכנישט געווען די טאפיק) און ביי דע וועי, ני''ט מאכט געלט! זיי זענען נישט קיין פעילינג צייטונג!

אקעי, גענדיגט?

יעצט קען מען ארויסברענגן די מעלות פון א פייטער, די מעלות פון א גרויס מויל, צוזאמען מיט טראמפס אנדערע מעלות. זיין טשאלענזשינג מהות קומט צוניץ ווען מען האט צוטון מיט א קלוגע אויסגערעכנטע טשיינע, מיט צפון קארעא, וכו' מען דארף האבן אמאל אזא סארט משוגענער, נישט ווייל די וועלט איז משוגע, נאר ווייל די וועלט האט זיך אינזין און מען דארף אמאל אינזין האבן די אייגענע רעכטן.



אנדערע מענטשן האבן אנדערע מיינונגן ווי מיר לגבי טראמפ, באמת קען איך נישט באשלוסן ביי מיר צו טראמפ איז א פלאס אדער א מיינוס פאר אמעריקע, איך זע נישט קיין טובה פון זיין אמפעריי מיט אייראפע, און איך האלט אז ער ברענגט אראפ די נארמאלקייט און מענטשליכע רעספעקט וואס פעלט אויס פארן ישוב העולם, פון די אנדערע זייט האלט איך אז טעקס שניטן איז זיין קרעדיט, איך פארשטיי אז מען דארף אראפלייגן א פיס פאר טשיינע און זאגן פעסט עד פה תבא! קענסט נישט טון וואס די ווילסט! איך גלייב אז קיינער פון די לעצטע 3 פרעזידענטן וואלטן דאס נישט געטון אזוי ווי טראמפ טוט עס. מיט אייראפע פארשטיי איך אז דארף מען אויך ארבעטן צי טרעפן א בעסערע דיעל, אבער מען קען בכלל נישט פארגלייכן די קלענערע פראבלעמען פון אייראפע'ס טרעיד צו די אגרעסיווע טאקטיקן פון טשיינע, ועוד מען דארף זיי נאך האבן אזוי וויכטיג ווי מען דארף סאודי אראביע, מעג מען פארקוקן אויף קלענערע עוולות, ובכל אופן דארף מען ארבעטן מיט זיי איידעלער.

איך גלייב אז עס איז אפן פאר דעבאטע, מען קען אסאך דעבאטירן טראמפ, אבער איך זע נישט קיין מקום צו דעבאטירן זיינע אטאקעס אויף קריטיקירער.
(און אויף מיין לעצטן סטעיטמענט קען מען זיכער אויך דעבאטירן... אבער איך זע נישט וויאזוי, דער איז פשוט און גראד עקסטרעם סענסעטיוו צי די מינדעסטע קריטיק, ער שיסט לופטיגע סטעיטמענטס, וואס קען מען דא דעבאטירן? )

פיין, יעצט טוט שוין די בויך ווייניגער וויי, וועל מיר גיין עסן מיטאג...
זקן מלא רחמים.
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

דערבארומדיג'ער, כ'וועל דיר גראוטולירען פאר א בריליענט ענטפער און תגובה.

ביזט גערעכט אז איך בין ארובער דער ליין "דא" און זיך אן נעמען פאר טראמפ דארט ווי עס קומט אים נישט זיך אן צו נעמען פאר אים; אבער אין איין וועגענן'ס וויל איך דיר מעלדען אז די וואס אטאקירען דא טראמפ גייען אויך ארובער די ליין און האבען בלינדע האס אויף אים און אויף זיינע דעות. שוין גענוג מיט דעם והבן.

יעצט מיטען צווייטען חלק ביזטו זייער גערעכט אז עס איז דא וואס צו דעבאטירען טראמפס אויפטוהענגען, און צו זיין משוגענע באנעמונג און ליגענטס וועגט אפשר נישט איבער זיינע אויפטוהענגען.

פאר איינער וואס איז נישט באהאווענט אין פאליטיק און אויך ווייסט נישט די היסטאריע פון אמעריקע און דער וועלט 10, 20, 50, 100, 200 יאר צוריק איז עס א באלאנסירטע דעבאטע. אבער מיין אינטערעס אין דעם צוהט זיך שוין פון אלס קינד. האב מיט געהאלטען וואס דער פריעדריגע דור האט געהאט צו זאגען, און צו געזעהן מיט די אייגענע אויגען ווי ערליכע אידען פון פריערדיגען דור האבען געשפיגען בלוט און נישט געקענט פארטראגען די אינטריגעס און פאלשקייט פון דער וועלט און אויך אריין גערעכנט די אויסגעשולטע פרעזידענטען פון אמעריקע.

און ועל כולם האלט איך זיך דאך פאר א תלמיד פון הג"ר אביגדור מיללער זצ"ל וואס היינט איז קלאר פאר יעדען וואס ער האט געהאלטען און וואס ער וואלט געהאלטען היינט.

דערובער, צו מיר איז קריסטאל קלאר ווער געווינט די דעבאטע און וואס דער ריכטיגע מהלך דארף צו זיין, און ב"ה אז דער באשעפער האט מיר געגעבען דער פעדער און דער מקום עס ארויס צו געבען.

אבער איך פריי זיך אז אייוועלט פארמאגט אזעליכע וואס האבען א אינטעלעקט ווי אייך, און עס איז דא מיט וועם צו גיין צום טיש.

איי ריעלי רעספעקט יו פאר אייער פעירקייט אין אייער פריערדיגע תגובה (און פארשטייט זיך פאר אייער אינטעלעקט). הלוואי זאלען אלע אויף דער לינק נאך טוהן און פרובירען צו זיין פעיר.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5686
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Think and Thank »

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:@SPUSMAN

במחילת כבודך איר זענט בלינד צו סיי וואס טראמפ טוט, מיזט נישט מאכן די גאנצע וועלט פאר משוגעים בכדאי צו פארטיידיגן טראמפ, נעם אן די פאקט אז טראמפ רעדט אסאך שטותים/ איבערגעטריבענע סטעיטמענטס, און נעם אן די פאקט אז טראמפ פירט זיך אויף ווי א קליין קינד ווען איינער קריטיקירט אים.

זאלסט מיר זייער אנטשולדיגן, אבער דו און די אנדערע טראמפ האסער דאהי אטאקירן די טראמפ שטיצער נאנסטאפ, 24/7 ווי א צובראכענע סידי פלעיער, שרייענדיג "זיי מודה אז טראמפ טוט משוגע'נע זאכן, איז משוגע, איז א קינד, וכו וכו וכו'", בו בזמן וואס יעדער איינציגסטער טראמפ שטיצער דאהי (אקעי, אויסער ותיק און פאליק) האט שוין נישט נאר געשריבן טויזנטער מאל אז ער ווייסט דאס און ער לייקנט עס נישט נאר ער גלייכט וואס טראמפ טוט, און כמעט יעדער האט שוין געשריבן אז טראמפ טוט נישט ריכטיג ווען ער האט אזוי געהאלטן, בו בזמן וואס כמעט קיינער פון די אנדערע צד האט נאכנישט געשריבן אויף סיי וואס טראמפ האט געטון אז ער האט געטון ריכטיג (אויסער ביי רובאשקין - און אפי' דארט איז געווען ווער ס'האט אים אראפגעריסן דא אויף אייוועלט!).

אדרבה, זיי דו מודה אז טראץ וואס ער איז א משוגענער, אן עגאאיסט וואס ווערט שרעקליך באליידיגט ווען איינער טשעפעט אים, רעדט ער אסאך מאל צו די זאך, און אסאך מאל טרייבט די מידיע איבער זאכן וואס ער האט געזאגט, פארדרייען זיינע ווערטער, אדער רייסן אים אראפ פאר זאכן אויף וואס זיי האבן געלעקט זייער אפגאט אבאמא. שוין אפגערעדט פון די פאקט אז ער טוט און פירט דורך זאכן וואס ער האט צוגעזאגט אווי יעדער געלונגענער פרעזידענט אדער אפי' מער (אפגעזען צו דו האלטסט אז עס איז א גוטע זאך צו נישט! איך האלט אז אבאמאקעיר איז געווען די דורכפאל פון יארהונדערט).
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29339
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

אין @שפוזמאן'ס דיפענס, נישט ווייל ער האלט פון טראמפ רייסט ער אראפ די אינסטעטושענס, נאר ווייל ער האלט נישט פון די אינסטעטושענס שטיצט ער טראמפ, סוי בלינדע טראמפיזם קומט כלל נישט אריין דא.
אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5686
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Think and Thank »

צו צל'ס דעפענס, ווי איך און אנדערע האבן שוין עטליכע מאל ערווענט איז צל אינגאנצן נישט אין כלל פון די בלינדע אנטי טראמפער.
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”