טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

פארשער
שר האלף
תגובות: 1847
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 16, 2009 7:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשער »

צל עובר האט געשריבן:מולוועיני האט עכט געזאגט וואס עס שטייט דארט?

יא
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

נעכטן האבן די אמעריקאנער און פראנצויזישער פרעזידענטן געמאלדן וועגן א פאראייניגטן פלאן צו פארברייטערן און פארלענגערן די עקזיסטירנדע איראנער אפמאך, א פרואוו געצילט צו פארמיידן פרעזידענט טראמפ פון זיך גענצליך ארויסציען פונעם אפמאך.

מאקראן האט עפנטליך איינגעשטימט מיט טראמפ אז עס פעלט זיך אויס צו פארלענגערן דעם אפמאך און אויך אריינלייגן געוויסע ענדערונגען, אריינגערעכנט אפשטעלן די איראנער באליסטישע מיסיל פראגראם, און אויך פארבאטן איראן פון זיך אריינמישן אין די קאנפליקטן פון די ארומיגע לענדער.

נאכדעם וואס כינע און רוסלאנד האבן נעכטן געזאגט אז זיי וועלן נישט איינגיין אויף צו טוישן די טערמינען פונעם אפמאך האט נעכטן דער איראנער פרעזידענט חאסאן רוחאני זיך אויך באצויגן צו די אנטוויקלונגען און געזאגט אז איראן וועט אין קיין שום פאל נישט איינגיין אויף קיין טויש אינעם אפמאך.

ער האט אין א רעדע אויך געצילט פערזענליכע אטאקעס קעגן פרעזידענט טראמפ זאגנדיג אז ״ער פארשטייט נישט קיין פאליטיק, קיין דיפלאמאטיע, קיין געזעץ, און האט נישט קיין אהאנונג וויאזוי אינטערנאציאנאלע אפמאכן ארבייטן״.

פיינע נייעס
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

דער פראנצויזישער פרעזידענט עמנואל מאקראן האט היינט באקומען די זעלטענע עהרע פון אדרעסירן ביידע הייזער אין קאנגרעס, א רעדע אין וועלכע ער האט ארויסגעלייגט זיין וועלטס אויסקוק און אפעלירט צו קאנגרעס צו באקעמפן די שטייגנדע עפידעמפיע פון נאציאנאליזם און אזוי אויך צו נעמען מער שריט איבער קלימאט טויש.

טראץ וואס מאקראן איז נאנט באפריינדעט מיט פרעזידענט טראמפ האט ער אויסגענוצט זיין רעדע אין קאנגרעס צו אונטערשטרייכן זיינע מיינונגס פארשידענהייטן מיט׳ן פרעזידענט, ספעציעל וואס אנבאלאנגט גלאבאלע האנדל, און האט אפעלירט פאר מער אפנקייט און מולטילעטראלע (פון עטליכע לענדער צוזאם), אנדערש ווי פרעזידענט טראמפ׳ס צוגאנג צו שליסן באזונדערע אפמאכן מיט איטליכע לאנד באזונדער.

א גרויסע טייל פון די רעדע איז געווען געווידמענט צו אונטערשטרייכן און ארויסהייבן די קולטורעלע און היסטארישע בונד צווישן אמעריקע און פראנקרייך, א בונד וועלכע איז באזירט אויף ״פרייהייט, טאלעראנץ, און גלייכע רעכטן״ האט מאקראן ארויסגעהויבן, קריגנדיג ווארימע און הילכיגע אפלאדירונגען פון ביידע פארטייען צוגלייך.

פיינע נייעס
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

Think and Thank האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:ברעיקינג:

א פרישע סקאנדאל איז אויפגעדעקט געווארן איבער דעם טראמפ נאמינירטער VA סעקרעטאר 'ראני זשאקסאן' און די ווייסע הויז איז אונטער שטארקע פרעשור צו אנולירן די נאמינאציע.

די סענאט וועטעראן אפעירס קאמיטע האט געקענסלד זייערע היריענגס פארן סעקרעטאר און אפגעשיקט א רעקאמאנדאציע ארויסצוציען זשאקסאן פונעם פאזיציע.

דער נייער נאמינירטער איז ארויסגעשטעלט געווארן דורך טראמפ נאכן אפזאגן דעם פריערדיגן סעקרעטאר 'דעוויד שולקין' נאך א פלייץ סקאנדאלן.

די ווייסע הויז אנטזאגט זיך דערווייל צו טוישן פלענער.

עי פי באריכטעט אז א וואטשדאג גרופע האט שוין אין 2012 פארלאנגט מען זאל אפזאגן דזשעקסאן פון זיין פאסטן אלס ווייסע הויז דאקטאר צוליב א ביטערע מאכט געראנגל צווישן אים און א צווייטער דאקטאר איבער די פירערשאפט פון די ווייסע הויז מעדיקל טיעם וועלכע האט געעמאכט די איינגעשטעלטע פילן ווי ''קינדער פארכאפט אין א ביטערע גט צווישן די עלטערן "(ל''ע), אבער די אבאמא אדמיניסטראציע האט - אין ליין צו זייער איגנארירן ערנסטע פארברעכנס צוליב די 'לעגעסי - איגנארירט די פרשה, און אים זאגאר אויפגענומען אלס הויפט דאקטאר.

עי פי ציעט צוריק פון כאפצעם'ס 'ברעיקינג', נאט אייך פון די אפיציעלע טוויטער אקאונט:

AP has a deleted a breaking alert tweet that incorrectly attributed allegations that VA nominee Ronny Jackson recklessly prescribed drugs and crashed a car while drunk. A corrected tweet is coming.
אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5672
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Think and Thank »

פעיק נוז האט געשריבן:דער פראנצויזישער פרעזידענט עמנואל מאקראן האט היינט באקומען די זעלטענע עהרע פון אדרעסירן ביידע הייזער אין קאנגרעס, א רעדע אין וועלכע ער האט ארויסגעלייגט זיין וועלטס אויסקוק און אפעלירט צו קאנגרעס צו באקעמפן די שטייגנדע עפידעמפיע פון נאציאנאליזם
]

און וואס איז מיט די עפידעמיע פון וואטערמעלאנס וואס האט לעצטנס פארפלייצט די מארקעט? כ'מיין, וואס איז שלעכט מיט נאציאנאליזם - אזש עס איז אן עפידעמיע וואס מען ברויך באקעמפן - אויסער אז ס'שטימט נישט מיט די ליבעראלנ'ס גלאבאליסטישע שיטות?

אגב, מאקרון הייסט עמאנועל, נישט עמנואל. ער איז א נישט איד
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
כל טוב
שר האלף
תגובות: 1280
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2012 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כל טוב »

Think and Thank האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:דער פראנצויזישער פרעזידענט עמנואל מאקראן האט היינט באקומען די זעלטענע עהרע פון אדרעסירן ביידע הייזער אין קאנגרעס, א רעדע אין וועלכע ער האט ארויסגעלייגט זיין וועלטס אויסקוק און אפעלירט צו קאנגרעס צו באקעמפן די שטייגנדע עפידעמפיע פון נאציאנאליזם
]

און וואס איז מיט די עפידעמיע פון וואטערמעלאנס וואס האט לעצטנס פארפלייצט די מארקעט? כ'מיין, וואס איז שלעכט מיט נאציאנאליזם - אזש עס איז אן עפידעמיע וואס מען ברויך באקעמפן - אויסער אז ס'שטימט נישט מיט די ליבעראלנ'ס גלאבאליסטישע שיטות?

אגב, מאקרון הייסט עמאנועל, נישט עמנואל. ער איז א נישט איד

האב איך היינט געהאט א שמועס מיט מאקרון'ס נעקסט דאר נעיבער
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5418
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

Nationalism

One of the main causes of World War I (otherwise known as the Great War) was the growing force of nationalism. Nationalism (as of dictionary.com) is “a sentiment based on common cultural characteristics that binds a population and often produces a policy of national independence or separatism.” Nationalism, although it can serve as a unifying force within a country, can also cause intense competition amongst other nations.

In the early 1900s, this nationalism created a fierce competition and rivalry between Europe’s powers. These powers were Germany, Austria-Hungary, Great Britain, Russia, Italy, and France. In order to be the greatest of the great nations, the nation would have to be the best at everything- both militarily and economically.

Due to their late Industrial Revolution, German technology was far more advanced than those of the British, French and Russians. Because of their location and lack of a warm-water port, Russians had the worst technology, and thus, the worst military.

Competition for natural ores and resources was one of the causes for the hatred amongst these nations. Africa had many of these resources that these

nations needed in order to run factories and other industries, being rich in natural resources- such as rubber, gold and diamonds.

Because of this need for national security and pride, territories and colonies were required. Territorial disputes were one of the main causes of World War I.

Austria-Hungary and Russia, at this time, were both trying to dominate in the Balkans (Southeast Europe). Within the Balkans were many groups of Serbs, Bulgarians, Romanians and other ethnic groups demanding independence. Serbia’s intense nationalistic feeling (being mostly Slavic) sided with Russia (which was also formed of many people of Slavic descent). Serbia wished to form one large nation with all of the Slavs in the Balkan Peninsula. Austria-Hungary, unwilling to let Serbia extend its borders, opposed these efforts. It feared that efforts to create a Slavic state would bring about a rebellion.

Eventually, Austria annexed Bosnia and Herzegonina (two large Balkan areas with large Slavic populations). This area happened to be the exact area that Serbia wanted to extend to. They were outraged. Eventually, the different nationalities (Serbian and Austrian) grew to hate one another. The Serbians wanted to take away Bosnia and Herzegonina, and Austria-Hungary vowed to crush any Serbian effort to take over. This eventually led to the shooting of Archduke Franz Ferdinand, which created a domino effect. The Russians came in to help the Serbians and the other alliances came in for a full-fledged world war.
שויתי ה' לנגדי תמיד
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5418
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

Think and Thank האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:דער פראנצויזישער פרעזידענט עמנואל מאקראן האט היינט באקומען די זעלטענע עהרע פון אדרעסירן ביידע הייזער אין קאנגרעס, א רעדע אין וועלכע ער האט ארויסגעלייגט זיין וועלטס אויסקוק און אפעלירט צו קאנגרעס צו באקעמפן די שטייגנדע עפידעמפיע פון נאציאנאליזם
]

און וואס איז מיט די עפידעמיע פון וואטערמעלאנס וואס האט לעצטנס פארפלייצט די מארקעט? כ'מיין, וואס איז שלעכט מיט נאציאנאליזם - אזש עס איז אן עפידעמיע וואס מען ברויך באקעמפן - אויסער אז ס'שטימט נישט מיט די ליבעראלנ'ס גלאבאליסטישע שיטות?

אגב, מאקרון הייסט עמאנועל, נישט עמנואל. ער איז א נישט איד

Plus for yideen, nationalism always end3d in pogroms and destruction as nationalism inspires hate against the law outsiders
שויתי ה' לנגדי תמיד
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5418
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

Think and Thank האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:דער פראנצויזישער פרעזידענט עמנואל מאקראן האט היינט באקומען די זעלטענע עהרע פון אדרעסירן ביידע הייזער אין קאנגרעס, א רעדע אין וועלכע ער האט ארויסגעלייגט זיין וועלטס אויסקוק און אפעלירט צו קאנגרעס צו באקעמפן די שטייגנדע עפידעמפיע פון נאציאנאליזם
]

און וואס איז מיט די עפידעמיע פון וואטערמעלאנס וואס האט לעצטנס פארפלייצט די מארקעט? כ'מיין, וואס איז שלעכט מיט נאציאנאליזם - אזש עס איז אן עפידעמיע וואס מען ברויך באקעמפן - אויסער אז ס'שטימט נישט מיט די ליבעראלנ'ס גלאבאליסטישע שיטות?

אגב, מאקרון הייסט עמאנועל, נישט עמנואל. ער איז א נישט איד

Plus for yideen, nationalism always ended in pogroms and destruction as nationalism inspires hate against the law outsiders
שויתי ה' לנגדי תמיד
אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5672
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Think and Thank »

בנוגע די לאנגע ארטיקל, ראשית מאכט עס נאכנישט נאציאנאליזם בעצם פאר א שלעכטע זאך. מען דארף עס נאר נוצן ריכטיג.
והשנית, איך וואלט פאראויסגעזאגט אז אויב ה"י עס וועט פאסירן א דריטע וועלט קריג, וועט עס זיין אלס דירעקטע רעזולטאט פון גלאבעליזם. ועוד, די סיבה פארוואס די וועלט מלחמות זענען פארוואנדלט געווארן אין וועלט מלחמות איז אין גרויסן טייל צוליב די דעמאלסדיגע פארעם גלאבעליזם וואס האט געצווינגען איין מדינה זיך אנצונעמען פאר די צווייטע, וואס האט געצווינגען א דריטע זיך אנצונעמען פאר די פערטע, וכו'.

בנוגע די פאגראמעם, רוב היינטיגע אנטיסעמיטישע אטאקעס זענען א דירעקטע רעזולטאט פון די גלאבעליזם וואס האט געברענגט די אנטיסעמיטן פון מיטל מזרח צו אונזער בעק יארד.

פארשטייט זיך אז נאיאנאליזם האט חסרונות - גענוי ווי גלאבעליזם, אבער די עפידעמיע פון גלאבעליזם די לעצטע צען-פופצן יאר האט געברענגט די וועלט צו די חורבן וואס זי איז היינט, און דאס איז דער הויפט גורם צו די לעצטיגע אויפשטייג אין נאציאנאליסטישע באוועגונגען.

צום שלוס, יעדער איד וואס וואס זאגט אתה בחרתנו איז א נאציאנאליסט.
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

Think and Thank האט געשריבן:בנוגע די לאנגע ארטיקל, ראשית מאכט עס נאכנישט נאציאנאליזם בעצם פאר א שלעכטע זאך. מען דארף עס נאר נוצן ריכטיג.
והשנית, איך וואלט פאראויסגעזאגט אז אויב ה"י עס וועט פאסירן א דריטע וועלט קריג, וועט עס זיין אלס דירעקטע רעזולטאט פון גלאבעליזם. ועוד, די סיבה פארוואס די וועלט מלחמות זענען פארוואנדלט געווארן אין וועלט מלחמות איז אין גרויסן טייל צוליב די דעמאלסדיגע פארעם גלאבעליזם וואס האט געצווינגען איין מדינה זיך אנצונעמען פאר די צווייטע, וואס האט געצווינגען א דריטע זיך אנצונעמען פאר די פערטע, וכו'.

בנוגע די פאגראמעם, רוב היינטיגע אנטיסעמיטישע אטאקעס זענען א דירעקטע רעזולטאט פון די גלאבעליזם וואס האט געברענגט די אנטיסעמיטן פון מיטל מזרח צו אונזער בעק יארד.

פארשטייט זיך אז נאיאנאליזם האט חסרונות - גענוי ווי גלאבעליזם, אבער די עפידעמיע פון גלאבעליזם די לעצטע צען-פופצן יאר האט געברענגט די וועלט צו די חורבן וואס זי איז היינט, און דאס איז דער הויפט גורם צו די לעצטיגע אויפשטייג אין נאציאנאליסטישע באוועגונגען.

צום שלוס, יעדער איד וואס וואס זאגט אתה בחרתנו איז א נאציאנאליסט.

;l;p-
איך ווייס נישט וואס דער מעקרון וויל, אבער אין מיינע אויגן איז ליבעראליזם און גלאבעליזם פול א גרעסערע עפידעמיע ווי נעשענאליזם, די גאנצע נעשענאליזם ווינט פון די לעצטע שטיק צייט איז א פשוטע פרוסטרירונג רעאקציע פון די ליבעראלע פאליסי'ס עפידעמיע.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

מאקראן איז אפעציעל געווען דער אנטי נאציאליסטישער קאנדידאט, קעגן די נאציאליסטישער לע פען.

אויף רוב אישוס איז ער פארקערט ווי טראמפ, ווי טראמפ איז א דעמאקרעט, איך רעד וואס האט געהייסן טרעדישענעל דעמאקראט, איז ער א רעפאבליקאנער וכן להיפך, נאר וואס דען ער האט באוויזן צו ווערן זייער טייט מיט טראמפ.

עניוועי, עס שאט נישט צו הערן אין קאנגרעס אביסל אנטי נאציאליזם.

אידן זענען א רעליגיע לאו דווקא א פאלק, איינער וואס גלייבט נישט אין אייבערשטען האט א הלכה ערגער ווי א גוי, און יעדער שווארצער קען זיך מגייר זיין.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

בד"וו אידישע נאציאליזם = ציוניזם.
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5418
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

.Of course every country needs some national pride but with a balance. History doesn't lie
Its nice as long as the pride doesn't turn into a hate to outsiders
שויתי ה' לנגדי תמיד
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

איר זענט זייער גוט קיפיראפ.

עס וואלט געווען נאך בעסער אויף אידיש.
אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5672
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Think and Thank »

איר זאגט גוט, און איך האב דאס שוין אויך ארויסגעברענגט. אבער זייט ווען מאכט דאס נאציאנאליזם פאר אן עפידעמיע? איך וואלט געזאגט אז די גלאבעליזם די לעצטע צענדליג יאר-צוויי האט געברענגט פיל מער אטאקעס, מלחמות, האס און פאליטישע איבערקערענישן די לעצטיגע תקופה ווי נאציאנאליזם. (ע''ע יו סי בערקלי ראיאטן לדוגמא) די לעצטע נאציאנאליסטישע כוואליע איז א דירעקטע רעזולטאט צו די אטאקע אויף די מענטשהייט און פרייהייט מצד די גלאבאליסטן, וואס אטאקירן פיזיש, פינאנציעל און מאראליש סיי ווער עס טרויעט זיך מחולק צו זיין מיט זייער מיינונג
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

צל עובר האט געשריבן:מאקראן איז אפעציעל געווען דער אנטי נאציאליסטישער קאנדידאט, קעגן די נאציאליסטישער לע פען.

אויף רוב אישוס איז ער פארקערט ווי טראמפ, ווי טראמפ איז א דעמאקרעט, איך רעד וואס האט געהייסן טרעדישענעל דעמאקראט, איז ער א רעפאבליקאנער וכן להיפך, נאר וואס דען ער האט באוויזן צו ווערן זייער טייט מיט טראמפ.

עניוועי, עס שאט נישט צו הערן אין קאנגרעס אביסל אנטי נאציאליזם.

ווען די אזויגערופענע מעסיגע לינקע אנטי נאציאנאליסטן וועלן אויפהערן פארשפרייטן די ליבעראליזם סאושעליזם גלאבעליזם עפידעמיע וועט מען זיך נישט דארפן מער פלאגן מיט קיין נאציאנאליסטישע עפידעמיע'ס, און אלעס וועט זיין גוט און פיין,

זאלן זיי מאכן א חורבן ווי מער זיי קענען, און נאכדעם זאלן זיי שרייען נאצי'ס! ראסיסטן! אנטיסעמיטן!.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

ליבערל מיט גלאבאליזם איז בכלל נישט די זעלבע זאך, בערני סענדערס איז נישט קיין גלאבעליסט, און די זעלבע נאציאליזם מיט קאנסערוואטיזם, ראנעלד רעיגן איז געווען א גלאבעליסט, אדער עכ"פ נישט קיין נאציאליסט.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

היטלער איז געווען פאר ביג גאווערמענט, עס האט געהייסן נאציענאל סאציאליסטישע פארטיי, בעסער באקאנט אלס נאציס.

טראמפ איז גראדע אויך לאו דווקא פאר סמאל גאווערמענט.
פארשער
שר האלף
תגובות: 1847
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 16, 2009 7:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשער »

כאפצעם האט געשריבן:דרעין_די_סוואמפ:

לייענטס מיט הנאה די דברי פי חכם כריין פונעם טראמפ בודזשעט דירעקטאר ווי ער ערקלערט די דעטאלן פונעם סוואמפ דרעינינג (אויף ארויף)..

Mulvaney’s Advice to Bankers: Up Campaign Donations to Diminish Consumer Watchdog

WASHINGTON — Mick Mulvaney, the interim director of the Consumer Financial Protection Bureau, told banking industry executives and lobbyists on Tuesday that they should increase their campaign donations to influence lawmakers, revealing that he would meet only with lobbyists who contributed to his campaign when he served in the House.

“We had a hierarchy in my office in Congress,” Mr. Mulvaney, a former Republican lawmaker from South Carolina, told 1,300 bankers and lobbyists at an American Bankers Association conference in Washington. “If you’re a lobbyist who never gave us money, I didn’t talk to you. If you’re a lobbyist who gave us money, I might talk to you.”

Mr. Mulvaney, who also runs the White House budget office, is a longtime critic of the Obama-era consumer bureau, including while serving in Congress. He was tapped by President Trump in November to temporarily run the bureau, in part because of his promise to sharply curtail its enforcement actions.

Since then, he has frozen all new investigations and slowed down existing inquiries by requiring career employees to produce detailed justifications for their work and by sharply restricting the bureau’s access to bank data, arguing that its investigations created unnecessary online security risks. And he has scaled back the agency’s efforts to go after payday lenders, auto lenders and other financial services companies accused of preying on vulnerable consumers.

But he wants Congress to go further and has urged it to wrest funding of the independent watchdog from the Federal Reserve, a move that would give lawmakers — and those with access to them — more influence on the bureau’s actions. On Tuesday, he implored the financial services industry to help support the legislative changes he has requested to diminish the bureau’s power by increasing campaign donations.

Mr. Mulvaney said that trying to sway legislators that way was one of the “fundamental underpinnings of our representative democracy. And you have to continue to do it.”

In his remarks, Mr. Mulvaney also announced a series of moves intended to reduce the bureau’s power. The agency was championed by Senator Elizabeth Warren, Democratic of Massachusetts, and Richard Cordray, who served as the bureau’s director from its inception until last year.

The consumer bureau was created by the 2010 Dodd-Frank Law as a way to prevent banks and other financial companies from preying on vulnerable consumers. But the bureau has become a target of Republican lawmakers, who complain that it has unchecked power and is too aggressive in trying to punish financial firms.

פאלגענד איז דער פולער ציטאט:
We had a hierarchy in my office in Congress. If you’re a lobbyist who never gave us money, I didn’t talk to you. If you’re a lobbyist who gave us money, I might talk to you. If you came from back home and sat in my lobby, I talk to you without exception, regardless of the financial contributions. People coming from back home, to tell people in Congress what issues are important to them, is one of the fundamental underpinnings of our representative democracy, and you have to continue to do it.
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9082
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

צל עובר האט געשריבן:היטלער איז געווען פאר ביג גאווערמענט, עס האט געהייסן נאציענאל סאציאליסטישע פארטיי, בעסער באקאנט אלס נאציס.

טראמפ איז גראדע אויך לאו דווקא פאר סמאל גאווערמענט.

ביג גאווערמענט סמאל געפאווערמענט.. דאס איז סתם פאליטיק. היטלער האט געפראוועט האס און פיינטשאפט אויף אנדערע, און די ליבערעל׳ס און די יאניידעד סטיעטס היינט צוטאג׳ס פראווענען...
רשעות קאלטע סעלצער
אוועטאר
Iphone
שר האלף
תגובות: 1316
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 10, 2013 8:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Iphone »

Think and Thank האט געשריבן: ועוד, די סיבה פארוואס די וועלט מלחמות זענען פארוואנדלט געווארן אין וועלט מלחמות איז אין גרויסן טייל צוליב די דעמאלסדיגע פארעם גלאבעליזם וואס האט געצווינגען איין מדינה זיך אנצונעמען פאר די צווייטע, וואס האט געצווינגען א דריטע זיך אנצונעמען פאר די פערטע, וכו'.

טאקע פון דא זעהט מען וואס פאר א חורבן נאציאנאליזם איז. שטעל זיך פאָר אז ענגלאנד און פראנקרייך נעמען זיך אן פאר פוילן. דער דייטש מארשירט איבער גאנץ אייראפע, אבער אמעריקע מישט זיך נישט אריין. ווייל וואס האט דאס מיט מיר.

עס וואלט נישט לאנג גענומען און די גאנצע וועלט וואלט געווען אינטער היטלער ימ"ש רח"ל
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

אפעציעל פארקויפן די ליבערלס פארשטיין אן אנדערן.

היטלער און להבדיל (פאר ווער עס קען נישט פארנעמען א פארגלייך צו היטלער) טראמפ ביים קאמפיינען, האבן ביידע קאמפיינט קעגן אנדערע ראסעס און רעליגיעס.
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9180
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

און יעצט אז מען האט זיך אנגענימען איז געוועהן זעקס מיליאן קדושים.

טראמפ האט גערעדט פון נעשענאל סעקיורעטי און פון א סטופיד יו עס גאווערמענט להבדיל קלינטאן האט גערעדט פון יאגע און חתונה קליידער.

א קאמפיין קעגן ראסע רופען עס די מענטשען וואס האבען נישט גענימען די מיה זיך צו באקומען מיט מיסטער טראמפ, באט עניוועי.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

Iphone האט געשריבן:
Think and Thank האט געשריבן: ועוד, די סיבה פארוואס די וועלט מלחמות זענען פארוואנדלט געווארן אין וועלט מלחמות איז אין גרויסן טייל צוליב די דעמאלסדיגע פארעם גלאבעליזם וואס האט געצווינגען איין מדינה זיך אנצונעמען פאר די צווייטע, וואס האט געצווינגען א דריטע זיך אנצונעמען פאר די פערטע, וכו'.

טאקע פון דא זעהט מען וואס פאר א חורבן נאציאנאליזם איז. שטעל זיך פאָר אז ענגלאנד און פראנקרייך נעמען זיך אן פאר פוילן. דער דייטש מארשירט איבער גאנץ אייראפע, אבער אמעריקע מישט זיך נישט אריין. ווייל וואס האט דאס מיט מיר.

עס וואלט נישט לאנג גענומען און די גאנצע וועלט וואלט געווען אינטער היטלער ימ"ש רח"ל

און דער נאציאליסטישער דעמאקראט רוזעוועלט האט זיך טאקע נישט אריינגעמישט ביז יאפאן איז באפאלן אמעריקע, ווען א גלאבעליסט למשל דזשאדזש בוש השני וואלט געווען פרעזידענט וואלט ער תיכף אריינגעגאנגען און די קריג וואלט זיך גע'ענדיגט אסאך פריער, און אסאך ווייניגער אידן וואלטן גע'הרג'עט געווארן.
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”