טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
Think and Thank
שר חמישים ומאתים
תגובות: 415
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » פרייטאג אפריל 20, 2018 3:42 pm

אין די פאקטישע העקינג?

אוועטאר
שמאטע
שר האלפיים
תגובות: 2672
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

תגובהדורך שמאטע » פרייטאג אפריל 20, 2018 4:08 pm

Think and Thank האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:
דאס דערמאט א ענליכע לאו-סוט וואס די דעמאקראטן האבן אריינגעגעבן אין 1972 קעגן פרעזידענט ניקסאן און זיין קאמפיין פאר׳ן זיך אריינברעכן אין די וואטערגעיט הויפטקווארטירן, א זאך וואס האט פון אנהויב אויסגעזען אלס א בלויזע פאליטישע שפיצל, אבער די ניקסאן קאמפיין האט צום סוף געדארפט צאלן 750ֿ,000$ אנטשעדיגונג.

JP Feine Neies

ווי עטליכע האבן שוין ארויסגעברענגט אין אנדערן אשכול איז אביסל נאריש די צושטעל צו וואטערגעיט, וויבאלד דארט האבן ניקסאנ'ס מענטשן זיך איינגעבראכן אין די דעמאקראטישע הויפטקווארטירן, בעת וואס דא איז עס לכל היותר געווען רוסלאנד.

איר פארזעהט די פוינט אז דא קלאגן זיי פאר "געלט שאדן" וואס די רוסישע העקונג מיט די הילף פון די טראמפ קאמפיין האט זיי שאדן געמאכט.
ביי די "וואטערגעיט" קלאגע האט מען געקלאגט אויף געלט שאדן פון 'צוברעכן פענסטערס און טירן". דא קלאגן זיי אויף געלטער וואס זיי האבן שאדן געהאט דורכדעם ןןאס זייערע "דאונערס האבן זיך אפגעהאלטן פון צישטייער געבן" צוליב'ן געפאר אז די דאונערס אינפאו וועט גיין פאבליק.

די שאלב וועט לכאורה זיין וויאזוי מען שאצט "וויפיל" געלט איז אפגעהאלטן געווארן.
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.

אוועטאר
Think and Thank
שר חמישים ומאתים
תגובות: 415
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » פרייטאג אפריל 20, 2018 4:09 pm

די חילוק אין ''ווער' ס'האט דורכגעפירט די פארברעכן איז קאי וקיים. סך הכך לייגסטו צו 'נאך' א חילוק.

אוועטאר
שמאטע
שר האלפיים
תגובות: 2672
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

תגובהדורך שמאטע » פרייטאג אפריל 20, 2018 4:14 pm

וואספארא חילוק?

די קלאגע איז דאך אז די טראמפ קאמפיין איז פונקט אזוי שולדיג פארן "בעטן די רוסן" פונקט ווי די "רוסן אליינס". דהיינו, אז די טראמפ קאמפיין האט כלומר "אויפגענומען" די העקערס.
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.

לייפציק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 262
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 5:55 pm

תגובהדורך לייפציק » פרייטאג אפריל 20, 2018 4:18 pm

די טראמפ קעמפ טענה'ט דאך אבער אז די דעמאקראטן האבן געוויסט פון די רוסישע העקינג, און נישט געטון דערצו גענוג.

און עס איז אנגענומען ליגאל דערווייל אז די טראמפ קאמפיין האט נישט געוויסט פון די רוסישע שטיקלעך און צוזאמענארבעט.

כ'גלייב די גאנצע קלאגע איז קודם די זאך זאל נישט אנשלאפן, דאס הייסט, זיי זעען אז מולער זאך איז פארטיג לגבי קאלאזשן, זיי גייען וועלן אנהאלטן קלאגעס ביז די נעקסטע וואלן, וואס וועט געבן די אומפרעשן פון "איך האב שוין נישט קיין כח" צו אזויפיל סקאנדאלן, כ'ווייס שוין אליין נישט ווער ס'איז גערעכט, סך הכל דארף זיך עס ציען נאך א יאר.

און אויך, אזוי ווי מ'עפנט די קלינטאן קלאגע נאכמאל, זאל טראמפ קלאגע זיין פונקט אזוי אין די נייעס, וועלן זיי איגנארירן אינגאנצן די קלינטאן קעיס, זי איז דאך א פריוואטער בירגער היינט, און רעדן 24-7 פון די טראמפ קלאגע, אים משוגע מאכן מיט פראגען, און ער וועט דאך ענטפערן ווי א.... וועט זיין נייעס.

דשיניעס.

בוידעם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4842
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובהדורך בוידעם » פרייטאג אפריל 20, 2018 5:48 pm

לייפיציק, איר האט א מקור אז די מולער אינוועסטיגעשאן ענדיגט זיך שוין?
דע שיכולים לצעוק בקול דממה דקה

אוועטאר
יעך'בין שוין גרויס
שר האלף
תגובות: 1453
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 04, 2011 10:01 pm

תגובהדורך יעך'בין שוין גרויס » פרייטאג אפריל 20, 2018 6:29 pm

BREAKING: Kim Jong-un says North Korea will stop conducting nuclear tests and shut down nuclear site starting April 21

שכויעך טראמפ
יעך מיין אז מיין ניק האט אמאל געמאכט סענס


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 23 געסט