דממה דקה האט געשריבן:וואוילע שעפעלע האט געשריבן:דאס איז וואס ער זאגט..
דה מאנכע מיינען אז בעצם קען קאמוניזם זיין א פיינע זאך, נאר סטאלין איז געווען א שלעכטער און דעריבער האט ער גע'הרג'ט.. אויף דעם זאגט ער אז ניין, קאמוניזם ברענגט שלעכטס און רציחה.
[הגם סטאלין איז געווען א שלעכטער אויך]
וואס איז די לאג'יק, פארוואס ברענגט קאמוניזם שלעכטס או רציחה?
וויל מען קען עס נישט דעמאקראטיש איין פירען. מוז מען עס ארויף צווינגען און מיט צוואנג עס אינפארסירען; מאכט מען פון די אינטערדריקטע, שונאים צום סיסטעם; דארף מען פון די שונאים פטור ווערען; און דאס ברענגט אז ווער עס איז דער גרעסטע רוצח, ער וועט שטיין ב'ראש אין טיילען די המוציא'ס צו די "באדערפטיגע"... און נישט טראצקי איז געווארען נאר סטאלין דער רוצח איז געווארען.
דאס זעלבע איז יעצט מיט דער דיקטאטור אין כינע. ער איז פטור געווארען שטייטליך פון אלע זייע קאנקורענטען פאר זיין פאזיציע, און זיי אריין געשליידערט אין תפיסה אדער הינגעריכטעט פאר דער עבירה פון קאראפשען וואס מען קען עס נישט פראווען אדער דיספראווען; און יעצט זיצט דער מערדערער אויפט טראון אין כינע.
נאר הארצלאזע מענטשען קענען ווערען פירערס און אינפארסירען קאמוניזם; וואס דאס מיינט רציחה מתחלתו עד סופו.
מיין שווער האט מיר דערציילט אז ווען די רוסען זענען אריין געקומען אין פוילין ביים צווייטען וועלט מלחמה, און ווען די אידישע קאמוניסטען האבען זיך דאס ערשטע מאל מיט זיי באגעגענט (ביז דענמאלט איז זייער שייכות מיט זיי נאר געווען קארל מארקס ביכער); זענען זיי געווארען זייער אנטוישט, און געזאגט אז נישט דאס האבען מיר געמיינט. מיין שווער איז א לעבעדיגע עדות.
קאמוניזם איז שיין אויפען פאפיר און פאר די וואס מיינען אז מען קען ארויף צווינגען איין מיינונג אויף אלע ווי די היינטיגע לינקע. עס פאדערט אויך צו זיין א אפיקורס און גלייבען אין כוחי ועוצם ידי און אז נאר מיר מענטשען זענען אין טשארדז. עס פאדערט זיך אויך צו אינטערדריקען (אדער אויס הארגענען) אלע וואס זענען נישט איין שטימיג; און אפיקורסים האבען נישט קיין שום פראבלעם צו שעכטען אפילו האלב דער פלאנעט פאר זייער ציל, ווי דער רוסישע קאמוניזם האט געוויזען.