טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
Goodmorning
שר שלשת אלפים
תגובות: 3856
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך Goodmorning » דינסטאג נובעמבער 17, 2020 10:37 pm

קענטאקי האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:די לעצטע צאנקענישן פון די טראמפ פרעזידענטשאפט איז געווארן א מאדנע און נערווירנדע סייד-שאו אין אמעריקע.

נערווירנד פאר וועם? אזא איינער ווי דו וואלט זיך געדארפט באסמאקעווען דערמיט.

נע, עס פילט ווי די עקספערימענט פון דעמאקראטיע וואס אמעריקע האט אויסגעטרעטן פאר די וועלט צאנקט ווי א לעכטל.
שויתי ה' לנגדי תמיד

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6504
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך שטארק זיך » דינסטאג נובעמבער 17, 2020 11:30 pm

Goodmorning האט געשריבן:
קענטאקי האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:די לעצטע צאנקענישן פון די טראמפ פרעזידענטשאפט איז געווארן א מאדנע און נערווירנדע סייד-שאו אין אמעריקע.

נערווירנד פאר וועם? אזא איינער ווי דו וואלט זיך געדארפט באסמאקעווען דערמיט.

נע, עס פילט ווי די עקספערימענט פון דעמאקראטיע וואס אמעריקע האט אויסגעטרעטן פאר די וועלט צאנקט ווי א לעכטל.

הוי מי יתן לנו סרחי קדם ווען דעמאקראטיע איז סהרי במלואה ווען אבאמע אדמין האט שפיאנירט אויף רעפארטערס, איי אר עס ארויסגעסינגלט קאזערוואטיווע ארגעניזאציעס... זיך געבוקט צו יעדן מאסן מערדערישע רעדשים איבער די וועלט...

הוי עס בענקט
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

קרייסלער
שר האלפיים
תגובות: 2277
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך קרייסלער » דינסטאג נובעמבער 17, 2020 11:43 pm

איך האלט אז טראמפ זאל אפהאלטן א מאסיווע רעדע פון די גארטן פונעם ווייסן הויז און וועלכע זאל געדעקט ווערן דורך אלע נייעס סטאנציעס די נאכט פאר יאנאוואר צוואנציג ארויס ברעגענדיג פארן פאלק זיינע אויפטוען די לעצטע פיר יאר, ער זאל נאר רעדן פאזיטיוו, פארטריאטיש און נישק פליקן קיינעם (מעגליך וועט עס אויך דינען אלץ געזעגענונגס רעדע) ער האט זיך מיט וואס זיך גרויסהאלטן און קען איבערלאזן א גינסטיגע רושם אויף זיין פרעזידענטשאפט
אויב האט מען א ציל קען מען אנקומען אפילו מיט א קרייסלער

בלאנזשען קען מען אפילו מיט א לעמבארגיני

דע לאן אתה הולך

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6504
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך שטארק זיך » דינסטאג נובעמבער 17, 2020 11:46 pm

איך האלט גראדע אז ביידן זאל אפהאלטן אט די רעדע, איבער וואס ער האט אויפגעטון אין זיינע קרוב צו פופציג יאר אין פאלעטיקס.... ער האט וואס זיך גרויס צו האלטן...
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

נפשי חמדה
שר חמש מאות
תגובות: 521
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 10, 2020 4:50 pm

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך נפשי חמדה » דינסטאג נובעמבער 17, 2020 11:48 pm

שטארק זיך האט געשריבן:הוי מי יתן לנו סרחי קדם

:lol: :wink:
אז די רבי'ס ווערן פאלעטישאנ'ס דאן ווערן די פאלעטישאנ'ס רבי'ס... (הרה"ק מסאטמאר = קרעדיט: מאמענט בשם די מעלות)

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 11944
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג נובעמבער 19, 2020 9:32 am

נו וואו אהין גייען גיין די איינגעשטעלטע פון די טראמפ אדמיניסטראציע ווען א נייע פרעזידענט קומט אריין אין אפיס?
געווענליך האבן געוועזענע ווייסע הויז באאמטע א קנאפע פראבלעם ביים זוכן דזשאבס זינט די לאביאונג אינדוסטריע און אזוי אויך אנדערע גרויסע קארפארעיט אינסטיטוציעס שטייען גרייט צוצושטעלן פאזיציעס פאר מענטשן מיט די ריכטיגע קאנטאקטן
אבער דאסמאל האבן א גרופע ליבעראלן אינאיינעם מיט נעווער טראמפערס באשלאסן ענג צו מאכן פאר די טראמפ לאיאליסטן ווען זיי זוכן א וועג אריין אין די נאך טראמפ וועלט
די גרופע האט געשאפן א וועבזייטל מיטן נאמען פטראמפ אקונטעביליטי פריאעקט וועלכע אנשפרעכט אהערצושטעלן אן אזויגערופענע שווארצע ליסטע פון אזלעכע עוועלכע האבן מיטגעארבעט מיט די אדמינסטראציע און זיי דעריאגן ווי אימער זיי ווענדן זיך נאר צו פארזיכערן אז מען נעמט זיי נישט אויף פאר קיין פאסטן און זיי פלאנען א דרוק קאמפיין צו פארשרייען אזעלכע וואס וואגן זיך אריינצונעמען די חברה
וואשינגטאן פאוסט קאלומניסט דזשעפרי רובין האט ביים אדרעסירן די פלאן צווישן אנדערן געזאגט אז מען דארף אפברענען די רעפובליקאנע פארטיי און איר פלאך מאכן ביזן גרונד צו פארזיכערן אז אזלעכע פארשוינען פרובירן נישט איבערצושפילן אינעם צוקונפט וואס זיי האבן געטוהן אין די פארלאפענע פיר יאר

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 11944
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג נובעמבער 19, 2020 9:47 am

ראבערט א'ברייען רייזט אפ קיין וויעטנא אין די פיליפינען ענדע וואך אלץ טייל פון די אדמיניסטראציע'ס פארזוכן איינצוצוימען די איינפלוס פון כינע

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 11944
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג נובעמבער 19, 2020 9:49 am

דינסטאג איז פארגעקומען א זיצונג אין די ווייסע הויז סיטואציע צימער דורך די ווירוס טעסק פארס און וויצע פרעזידענט פענס האט געפרעגט אויב אמעריקאנער וועלן נעמען ווייניגער ערנסט די לעצטע אויפשטייג זינט די מידיא האט געשריגן וואלף איבער די ווירוס אין די פארגאנגענהייט

אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10654
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך יש ברירה » דאנארשטאג נובעמבער 19, 2020 9:54 am

טראמפ'ס "פובליק" סקעדזשועל זינט די וואל-טאג

EnJlqa4XEAAEbCr.jpeg
EnJlqa4XEAAEbCr.jpeg (171.46 KiB) געזעהן 1601 מאל

איינער איז אין א בעיסמענט, און ס'איז נישט דזשאו ביידען....

נעה
שר מאה
תגובות: 199
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2020 2:23 pm

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך נעה » דאנארשטאג נובעמבער 19, 2020 10:04 am

שטארק זיך האט געשריבן:
Goodmorning האט געשריבן:
קענטאקי האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:די לעצטע צאנקענישן פון די טראמפ פרעזידענטשאפט איז געווארן א מאדנע און נערווירנדע סייד-שאו אין אמעריקע.

נערווירנד פאר וועם? אזא איינער ווי דו וואלט זיך געדארפט באסמאקעווען דערמיט.

נע, עס פילט ווי די עקספערימענט פון דעמאקראטיע וואס אמעריקע האט אויסגעטרעטן פאר די וועלט צאנקט ווי א לעכטל.

הוי מי יתן לנו סרחי קדם ווען דעמאקראטיע איז סהרי במלואה ווען אבאמע אדמין האט שפיאנירט אויף רעפארטערס, איי אר עס ארויסגעסינגלט קאזערוואטיווע ארגעניזאציעס... זיך געבוקט צו יעדן מאסן מערדערישע רעדשים איבער די וועלט...

הוי עס בענקט

זאג נישט אז סאיז נאר ער און בסך הכל נאר צו איראן נאך א שטארקע פרעשיר קאמפיין

איך געדענק נאך וויאזוי טראמפ האט זיך געביקט צו צפון קאריע
אסאד מיטן ארויסנעמען די טרופן
רוסלאנד נישט אזוי שטרענג ווי אבאמא
מיט איראן אליין זאגט ער אז מען קען נאך רעדן( איז ער פונקט ווי אבאמא נאכן פרעשיר קאמפיין)
זאגט אז ער גלייכט דיקטאטארן ווי דער פילאפינס פרעזידענט
נעה, די מיינסט טאקע אז איך האלט אזוי?!?!

אוועטאר
לפנות בוקר
שר האלף
תגובות: 1688
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 04, 2019 7:58 pm
לאקאציע: ששש.. זי טאר נישט וויסן

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך לפנות בוקר » דאנארשטאג נובעמבער 19, 2020 10:19 am

איך האב גאר שטארק ליב ווען מרעדט ווער עס האט ליב דיקטעטערס.....
אבאבא ביים זיך טרעפן מיט די ערגסטע מענטשן רעכט פארלעצער אין זיין צייט.....
קיין איין פון די בילדער האבן נישט געברענט רואיגקייט אדער שלום אויף דער וועלט!!!
אבער געברענגט זייער אסאך בושות פאר א לאנד אמעריקא.....

collage (40)_LI.jpg
collage (40)_LI.jpg (738.46 KiB) געזעהן 1417 מאל
לעצט פאראכטן דורך לפנות בוקר אום דאנארשטאג נובעמבער 19, 2020 10:30 am, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
האט די רבי געזאגט: מיט א פאלטשע חסידות קען מען נישט בויען קיין אמת'ע אידישקייט!

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 11404
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך פעיק ניוז » דאנארשטאג נובעמבער 19, 2020 10:24 am

לפנות בוקר האט געשריבן:איך האב גאר שטארק ליב ווען מרעדט ווער עס האט ליב דיקטעטערס.....
אבאבא ביים זיך טרעפן מיט די ערגסטע מענטשן רעכט פארלעצער אין זיין צייט.....
קיין איין פון די בילדער האבן נישט געברענט רואיגקייט אדער שלום אויף דער וועלט!!!
אבער געברענגט זייער אסאך בושות פאר א לאנד אמעריקא.....
collage (40).jpg

פאר די לעצטע אויף די רעכטע זייט :lol: :lol: :lol:
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

אוועטאר
יישר כח
שר חמש מאות
תגובות: 537
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 09, 2013 10:52 am

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך יישר כח » דאנארשטאג נובעמבער 19, 2020 10:30 am

פעיק ניוז האט געשריבן:
לפנות בוקר האט געשריבן:איך האב גאר שטארק ליב ווען מרעדט ווער עס האט ליב דיקטעטערס.....
אבאבא ביים זיך טרעפן מיט די ערגסטע מענטשן רעכט פארלעצער אין זיין צייט.....
קיין איין פון די בילדער האבן נישט געברענט רואיגקייט אדער שלום אויף דער וועלט!!!
אבער געברענגט זייער אסאך בושות פאר א לאנד אמעריקא.....
collage (40).jpg

פאר די לעצטע אויף די רעכטע זייט :lol: :lol: :lol:

די יעניגע האט ער נישט ליב געהאט (ווי מען זעט אויפן בילד אן קיין שמייכל)
אבער צו עס האט געברענט רואיגקייט און שלום אויף דער וועלט איז דא חילוקי דיעות :grin:

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 11944
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג נובעמבער 19, 2020 10:47 am

הכל הבל האט געשריבן:נו וואו אהין גייען גיין די איינגעשטעלטע פון די טראמפ אדמיניסטראציע ווען א נייע פרעזידענט קומט אריין אין אפיס?
געווענליך האבן געוועזענע ווייסע הויז באאמטע א קנאפע פראבלעם ביים זוכן דזשאבס זינט די לאביאונג אינדוסטריע און אזוי אויך אנדערע גרויסע קארפארעיט אינסטיטוציעס שטייען גרייט צוצושטעלן פאזיציעס פאר מענטשן מיט די ריכטיגע קאנטאקטן
אבער דאסמאל האבן א גרופע ליבעראלן אינאיינעם מיט נעווער טראמפערס באשלאסן ענג צו מאכן פאר די טראמפ לאיאליסטן ווען זיי זוכן א וועג אריין אין די נאך טראמפ וועלט
די גרופע האט געשאפן א וועבזייטל מיטן נאמען פטראמפ אקונטעביליטי פריאעקט וועלכע אנשפרעכט אהערצושטעלן אן אזויגערופענע שווארצע ליסטע פון אזלעכע עוועלכע האבן מיטגעארבעט מיט די אדמינסטראציע און זיי דעריאגן ווי אימער זיי ווענדן זיך נאר צו פארזיכערן אז מען נעמט זיי נישט אויף פאר קיין פאסטן און זיי פלאנען א דרוק קאמפיין צו פארשרייען אזעלכע וואס וואגן זיך אריינצונעמען די חברה
וואשינגטאן פאוסט קאלומניסט דזשעפרי רובין האט ביים אדרעסירן די פלאן צווישן אנדערן געזאגט אז מען דארף אפברענען די רעפובליקאנע פארטיי און איר פלאך מאכן ביזן גרונד צו פארזיכערן אז אזלעכע פארשוינען פרובירן נישט איבערצושפילן אינעם צוקונפט וואס זיי האבן געטוהן אין די פארלאפענע פיר יאר

דערווייל האט מען נישט געהערט אויב די דאזיגע אונטערנעמונג איז טייל פון די "הייל אמעריקא דאקטרינא"
און אויב יא איז עס מעגליך א קלאסישע ביישפיל פון דאס וואס טראמפ האט געזאגט ביי די ווירוס באגרעניצונגען אז די הייל מיטל טאר נישט זיין ערגער ווי די קרענק

אוועטאר
פרוביר אויך
שר האלף
תגובות: 1991
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך פרוביר אויך » דאנארשטאג נובעמבער 19, 2020 11:00 am

הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:נו וואו אהין גייען גיין די איינגעשטעלטע פון די טראמפ אדמיניסטראציע ווען א נייע פרעזידענט קומט אריין אין אפיס?
געווענליך האבן געוועזענע ווייסע הויז באאמטע א קנאפע פראבלעם ביים זוכן דזשאבס זינט די לאביאונג אינדוסטריע און אזוי אויך אנדערע גרויסע קארפארעיט אינסטיטוציעס שטייען גרייט צוצושטעלן פאזיציעס פאר מענטשן מיט די ריכטיגע קאנטאקטן
אבער דאסמאל האבן א גרופע ליבעראלן אינאיינעם מיט נעווער טראמפערס באשלאסן ענג צו מאכן פאר די טראמפ לאיאליסטן ווען זיי זוכן א וועג אריין אין די נאך טראמפ וועלט
די גרופע האט געשאפן א וועבזייטל מיטן נאמען פטראמפ אקונטעביליטי פריאעקט וועלכע אנשפרעכט אהערצושטעלן אן אזויגערופענע שווארצע ליסטע פון אזלעכע עוועלכע האבן מיטגעארבעט מיט די אדמינסטראציע און זיי דעריאגן ווי אימער זיי ווענדן זיך נאר צו פארזיכערן אז מען נעמט זיי נישט אויף פאר קיין פאסטן און זיי פלאנען א דרוק קאמפיין צו פארשרייען אזעלכע וואס וואגן זיך אריינצונעמען די חברה
וואשינגטאן פאוסט קאלומניסט דזשעפרי רובין האט ביים אדרעסירן די פלאן צווישן אנדערן געזאגט אז מען דארף אפברענען די רעפובליקאנע פארטיי און איר פלאך מאכן ביזן גרונד צו פארזיכערן אז אזלעכע פארשוינען פרובירן נישט איבערצושפילן אינעם צוקונפט וואס זיי האבן געטוהן אין די פארלאפענע פיר יאר

דערווייל האט מען נישט געהערט אויב די דאזיגע אונטערנעמונג איז טייל פון די "הייל אמעריקא דאקטרינא"
און אויב יא איז עס מעגליך א קלאסישע ביישפיל פון דאס וואס טראמפ האט געזאגט ביים די ווירוס באגרעניצונגען אז די הייל מיטל טאר נישט זיין ערגער ווי די קרענק

וואס קען מען טהון אז ביידען unified די קאנטרי..
כדאי צו נעמען אינאכט
אז מען רעדט פון א פרעזידענט וואס נאך 4 יאר מידיא הערעסמענט, האט שמאל פארלוירען,
ממילא דארפען זיינע מיטארבייטער גיין לעזאזל
אז יענער קען קענסטו אויך

איפכא מיסתבר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 370
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 25, 2019 4:47 pm

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך איפכא מיסתבר » דאנארשטאג נובעמבער 19, 2020 11:42 am

פרוביר אויך האט געשריבן:

דאס זעט מען אויכעט דא אויף איי וועלט, אז די טראמפ ספארטערס זענען פלעינע משוגאים, שלעכטע מענטשן, ממש נישט צו דערליידן. די ביידעניסט'ן, אה, וואוילע מענטשן, נימוס'דיג, עד כדי כך אז מ'גייט זען זיכער צו מאכן אז קיין שום טראמפ ארבייטער זאל נישט קענען באקומען א דשאב, אבער נישט פאר שלעכטיקייט ח"ו, נאר בשיטה....
נישט ווייל יענער שרייט הויך אדער זאגט עס איבער אפאר מאל, מיינט אז עס איז אזוי - ס'קען גאר זיין קאפויער

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 11404
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך פעיק ניוז » דאנארשטאג נובעמבער 19, 2020 11:44 am

וועם גייט אן וואס "עפעס א גרופע" ליבעראלן האבן צו זאגן?
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

איפכא מיסתבר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 370
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 25, 2019 4:47 pm

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך איפכא מיסתבר » דאנארשטאג נובעמבער 19, 2020 11:46 am

קיינעם גייט נישט אן, נאר טראמפ איז די העיטער...
נישט ווייל יענער שרייט הויך אדער זאגט עס איבער אפאר מאל, מיינט אז עס איז אזוי - ס'קען גאר זיין קאפויער

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלף
תגובות: 1488
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » דאנארשטאג נובעמבער 19, 2020 3:04 pm

ווייסע הויז וויירוס טעסק פארס וועט אפהאלטן א פרעס בריפינג אום 4 אזייגער - מייק פענס וועט אנוועזענד זיין.

די ערשטע בריפינג זינט יולי.
"מיט סענס קען מען נישט לעשן נאן-סענס"

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלף
תגובות: 1488
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » דאנארשטאג נובעמבער 19, 2020 4:56 pm

פענס נארוואס אנגעהויבן די בריפינג - פאוטשי און בירקס זענען אנוועזענד
"מיט סענס קען מען נישט לעשן נאן-סענס"

אוועטאר
להגדיל שמו
שר האלפיים
תגובות: 2995
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אין פלאץ

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך להגדיל שמו » דאנארשטאג נובעמבער 19, 2020 7:20 pm

א סצענע האט זיך אפגעשפילט ווען פענס האט גענדיגט די נייעס קאנפרענס, ווען א באנדע אקטעוויסטען האבען זיך גענימען מאכען קולות בנוגע די וואל ריזאלטאטען.
אויב האב איך עפעס געטיען wראנג ברבים מוסר מיך דארט, שיק מיך נישט אין אישי

קרייסלער
שר האלפיים
תגובות: 2277
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך קרייסלער » דאנארשטאג נובעמבער 19, 2020 7:40 pm

להגדיל שמו האט געשריבן:א סצענע האט זיך אפגעשפילט ווען פענס האט גענדיגט די נייעס קאנפרענס, ווען א באנדע אקטעוויסטען האבען זיך גענימען מאכען קולות בנוגע די וואל ריזאלטאטען.

אקטיוויסטן??? א.ג. פרעסטיזשפולע זשורנאליסטן וואס דינען אלץ אקטיוויסטן פאר די דעמאקראטישע פארטיי
אויב האט מען א ציל קען מען אנקומען אפילו מיט א קרייסלער

בלאנזשען קען מען אפילו מיט א לעמבארגיני

דע לאן אתה הולך

אוועטאר
להגדיל שמו
שר האלפיים
תגובות: 2995
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אין פלאץ

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך להגדיל שמו » דאנארשטאג נובעמבער 19, 2020 8:02 pm

קרייסלער האט געשריבן:
להגדיל שמו האט געשריבן:א סצענע האט זיך אפגעשפילט ווען פענס האט גענדיגט די נייעס קאנפרענס, ווען א באנדע אקטעוויסטען האבען זיך גענימען מאכען קולות בנוגע די וואל ריזאלטאטען.

אקטיוויסטן??? א.ג. פרעסטיזשפולע זשורנאליסטן וואס דינען אלץ אקטיוויסטן פאר די דעמאקראטישע פארטיי

איך קען נישט גלייבן אז דאס זענען געווען זשורנעליסטען.
זשורנעליסטען ווערן נישט באכעס'ט, זיי דערציילן נאר נייעס. דאס האט אויסגעזען ווי אקטעוויסטען.
אויב האב איך עפעס געטיען wראנג ברבים מוסר מיך דארט, שיק מיך נישט אין אישי

עמרם
שר חמישים
תגובות: 60
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 09, 2020 11:01 pm

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך עמרם » מאנטאג נובעמבער 23, 2020 2:26 pm

The New York Times admits President Trump’s push to keep kids in school was the correct move
די נ.י.ט. אין א אפ-עד איז מודה צו די טראמפ אדימיניסטראציע'ס שטופן צו עפענען שולע'ס סטראטעגיע, איז געווען גערעכט,

דאס קומט אין א צייט וואס נ.י. גאווערנער קאומאו האט פארארדענט צו צוריק צושפארן די שולעס אין נ.י.,

די ארטיקל ברענגט נאך אז אלע דאטא וואס איז געווארן צוזאמגענומען פון שולע'ס אין אמעריקע און אין אייראפע, ווייזן קלאר אז עס איז נישט דא גיין דירעקטע שייכות אפענע שולע'ס צו ברייט פארשפרייטע (...) קאוויד קעיסעס,
בעת וואס עס ברענגט אן אן א שיעור פראבלעמען איבערהויפט פאר ארימע פאמיליעס,

אייראפע טוט שוין אלע מעגליכקייטן צו האלטן אפען זייערע שולע'ס, עס איז צום האפן אז אמעריקע זאל גיין אין זייערע טריט

צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: א_נייע_גרינער, בלייב געזונט, חעלים, מטעמים, משה צימערינג, נא_שכל, נטה און 51 געסט