טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

הענדימען
שר האלף
תגובות: 1677
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » מאנטאג מארטש 11, 2019 11:15 am

פאראינטערסירט האט געשריבן:
קהל עדתינו האט געשריבן:טראמפ טוויט
Making Daylight Saving Time permanent is O.K. with me!

דאס מיינט אז וותיקין ווינטער (חנוכה צייט) וועט זיין 8:15 דער נץ היל"ת, זייער שווער פאר אידן וואס ארבייטען נאך..

זמן קרי"ש וועט זיין בערך 10 אזייגער...

און,, די חנוכה פארטיס וועלן זיך אנהייבן א שעה שפעטער ה"י..

ס'שמעקט פון אנטיסעמיטיזם... :wink:

אבי מ'זאגט אז טראמפיסטן קענען נישט דיסאגריען מיט טראמפ
כ'ווייס נישט אלעס

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלף
תגובות: 1409
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

תגובהדורך ישוב הדעת » מאנטאג מארטש 11, 2019 11:16 am

:lol:

יאנקעל פעדראטשיק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3411
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

תגובהדורך יאנקעל פעדראטשיק » מאנטאג מארטש 11, 2019 1:45 pm

קהל עדתינו האט געשריבן:טראמפ טוויט
Making Daylight Saving Time permanent is O.K. with me!

דאס מיינט אז וותיקין ווינטער (חנוכה צייט) וועט זיין 8:15 דער נץ היל"ת, זייער שווער פאר אידן וואס ארבייטען נאך..

זמן קרי"ש וועט זיין בערך 10 אזייגער...

און,, די חנוכה פארטיס וועלן זיך אנהייבן א שעה שפעטער ה"י..

זעהט אויס זיין איידעם האט אים געזאגט אז ער דאווענט עניוועי נישט פאר די צייט,

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלפיים
תגובות: 2002
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » מאנטאג מארטש 11, 2019 2:16 pm

הענדימען האט געשריבן:
פאראינטערסירט האט געשריבן:
קהל עדתינו האט געשריבן:טראמפ טוויט
Making Daylight Saving Time permanent is O.K. with me!

דאס מיינט אז וותיקין ווינטער (חנוכה צייט) וועט זיין 8:15 דער נץ היל"ת, זייער שווער פאר אידן וואס ארבייטען נאך..

זמן קרי"ש וועט זיין בערך 10 אזייגער...

און,, די חנוכה פארטיס וועלן זיך אנהייבן א שעה שפעטער ה"י..

ס'שמעקט פון אנטיסעמיטיזם... :wink:

אבי מ'זאגט אז טראמפיסטן קענען נישט דיסאגריען מיט טראמפ

גראדע קוקט מיר אויס אז גאנץ יעריגע טאג-ליכט שפארן צייט איז מער א דעמאקראטישע אישו...
עס איז דאך דא בלויז צו שפארן עלעקטריסיטי....


גראדע איז די פעדעראלע געזעץ צו רוקן די זייגער אנהייב זומער יוניפארם טיים עקט אונטערגעשריבן געווארן אין 1966 (מער פונקטליכער.. אסרו חג פסח תשכ"ו) דורך די "דעמאקראטישע" פרעזידענט לינדאן דזשאנסאן.

עטליכע סטעיטס אריינגערעכנט די דעמאקראטישע קאליפארניע און די "רעפאבליקאנע פלארידע"... האבן שוין געשטימט צו ענדיגן די צייט טוישונגען, און מ'זאל פארבלייבן מיט די דעילייט סעווינגס טיים א גאנץ יאר.
אבער זיי קענען עס נישט טוהן נאר אויב קאנגרעס פירט דורך א ביל דאס צו ערלויבן.



א Cnn אפיניאן שרייבער ברענגט ארויס די נארישקייט פון רוקן די זייגער יעדע האלבע יאר.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
שפיגליצקי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 333
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

תגובהדורך שפיגליצקי » מאנטאג מארטש 11, 2019 2:53 pm

מ'האט שוין פרובירט דאס צו טוהן ביי די אויל עמבארגא אין 34', דר'עולם האצעך אפגערעדט דעמאלטס איז דאס נישט געבליבן.

יענער CNN אפיניען שרייבער געדענקט נישט אז מ'איז דעמאלטס אויפגעשטאנען און ביי פרישטאג איז נאך געווען טינקל, א גוי שטייט נישט אויף פארטאגס, ניטאמאל וויל ער ס'זאל זיך שפירן ווי פארטאגס..
כל הנגעים אדם רואה חוץ מנגעי עצמו (נגעים פ"ב מ"ה)
כל הנגעים אדם רואה חוץ - יעדע פעלער/עולה וואס א מענטש זעהט ביי א צווייטן, מנגעי עצמו - איז א סימן אז ער אליינס האט אויך פון דעם פעלער, אביסל אדער אסאך (בעשה"ק זי"ע)

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלפיים
תגובות: 2002
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » מאנטאג מארטש 11, 2019 3:06 pm

שפיגליצקי האט געשריבן:מ'האט שוין פרובירט דאס צו טוהן ביי די אויל עמבארגא אין 34', דר'עולם האצעך אפגערעדט דעמאלטס איז דאס נישט געבליבן.

יענער CNN אפיניען שרייבער געדענקט נישט אז מ'איז דעמאלטס אויפגעשטאנען און ביי פרישטאג איז נאך געווען טינקל, א גוי שטייט נישט אויף פארטאגס, ניטאמאל וויל ער ס'זאל זיך שפירן ווי פארטאגס..

כ'הייב מיך נישט מיט קיין אלטע אידן... איהר געדענקט נאך יארע 34' ???... :grin:

אלענפאלס איהר האט זיכער געמיינט די אויל עמבארגא אום 73' (תשל"ג) אבער אז איהר געדענקט עס מוזט איהר זיין לכה"פ א פופציגער!
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
שפיגליצקי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 333
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

תגובהדורך שפיגליצקי » מאנטאג מארטש 11, 2019 3:13 pm

יעצט זיץ איך שוין מיט די ברילן אויף די שפיץ נאז, אבער די עמבארגא איז געווען פון אקטאובער 73' ביז מארטש 74', דאס באדייט אין תשל"ד.
כל הנגעים אדם רואה חוץ מנגעי עצמו (נגעים פ"ב מ"ה)
כל הנגעים אדם רואה חוץ - יעדע פעלער/עולה וואס א מענטש זעהט ביי א צווייטן, מנגעי עצמו - איז א סימן אז ער אליינס האט אויך פון דעם פעלער, אביסל אדער אסאך (בעשה"ק זי"ע)

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4792
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מאנטאג מארטש 11, 2019 3:16 pm

פרעס סעקרעטער פרוי סענדערס איז היינט ביים בריפינג דריי מאל געפרעגט געווארן אויב דער פרעזידענט האלט טאקע אז די דעמעקראטן האבן פיינט אידן. אויף וואס זי האט אלע דריי מאל געענפערט; ״דאס איז א שאלה וואס די ברויכסט פרעגן די דעמעקרעטס״.
די קראך פון די פיקל.. יוי..

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלפיים
תגובות: 2002
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » מאנטאג מארטש 11, 2019 3:25 pm

שפיגליצקי האט געשריבן:יעצט זיץ איך שוין מיט די ברילן אויף די שפיץ נאז, אבער די עמבארגא איז געווען פון אקטאובער 73' ביז מארטש 74', דאס באדייט אין תשל"ד.

ריכטיג, עס האט זיך אנגעהויבן אין די צייט פון די יום כיפור מלחמה, יום הקדוש תשל"ד.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
פעיק נוז
שר האלפיים
תגובות: 2582
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מאנטאג מארטש 11, 2019 4:45 pm

פרעזידענט טראמפ פארלאנגט פון קאנגרעס צו באשטעטיגן נאך 8.6 ביליאן דאלער פאר זיין פארגעשלאגענעם גרעניץ וואנט אין דעם בודשעט פארלאנג וואס ער האט אפגעשיקט צו קאנגרעס פאר׳ן פינאנציעלן יאר 2020, און איז היינט פארעפנטליכט געווארן ביי א פרעסע קאנפרענץ אין ווייסן הויז.

דער בודזשעט אין די סומע פון 4.75 טרילאן דאלער איז דער גרעסטער בודשעט אין אמעריקאנער היסטאריע, און העכערט דראסטיש דעם דעפעציט. דאס צושיקן דעם בודזשעט פאר קאנגרעס איז דער אנהויב פון די פארהאנדלוגען איבער דעם פעדעראלן בודזשעט וועלכע קען ברענגען א פרישע ענדלאזע געפעכט אין וואשינגטאן.

דער פארגעשלאגענער בודזשעט העכערט דעם מיליטערישן בודזשעט מיט פינף פראצענט צו 750 ביליאן, אבער שניידט אלע אנדערע פעדעראלע פראגראמען, אונטער א געזעץ פון 2011 וועלן אויטאמאטישע רעגירונג שניטן אריינגיין אין קראפט אויב קאנגרעס און דער פרעזידענט אייניגן זיך נישט אויף א בודזשעט ביז אקטאבער, א זאך וואס קען פירן צו א פרישן שטאדאון.

ספיקער פעלאוסי האט שוין קלארגעשטעלט אז דעמאקראטן וועלן נישט באשטעטיגן קיין געלט פאר׳ן וואנט, און ווארטזאגער פאר׳ן פרעזידענט האבן קלארגעשטעלט אז דער פרעזידענט זוכט צו שטעלן דעם געפעכט אינעם צענטער פון זיין ווידערערוויילונג קאמפיין אונטער׳ן סלאגאן ״ענדיג דעם וואנט״. דערווייל איז שוין געבויט געווארן ארום 111 מייל, און דער פרעזידענט זוכט צו בויען א וואנט אויף נאך 722 מייל.
For all your typing solutions contact us

lkkolfis@gmail.com - Email

Tel Us. - 608-561-8545
Tel Ca. - 514-589-8258

קהל עדתינו
שר חמש מאות
תגובות: 730
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

תגובהדורך קהל עדתינו » מאנטאג מארטש 11, 2019 10:36 pm

פאראינטערסירט האט געשריבן:
הענדימען האט געשריבן:
פאראינטערסירט האט געשריבן:
קהל עדתינו האט געשריבן:טראמפ טוויט
Making Daylight Saving Time permanent is O.K. with me!

דאס מיינט אז וותיקין ווינטער (חנוכה צייט) וועט זיין 8:15 דער נץ היל"ת, זייער שווער פאר אידן וואס ארבייטען נאך..

זמן קרי"ש וועט זיין בערך 10 אזייגער...

און,, די חנוכה פארטיס וועלן זיך אנהייבן א שעה שפעטער ה"י..

ס'שמעקט פון אנטיסעמיטיזם... :wink:

אבי מ'זאגט אז טראמפיסטן קענען נישט דיסאגריען מיט טראמפ

גראדע קוקט מיר אויס אז גאנץ יעריגע טאג-ליכט שפארן צייט איז מער א דעמאקראטישע אישו...
עס איז דאך דא בלויז צו שפארן עלעקטריסיטי....


גראדע איז די פעדעראלע געזעץ צו רוקן די זייגער אנהייב זומער יוניפארם טיים עקט אונטערגעשריבן געווארן אין 1966 (מער פונקטליכער.. אסרו חג פסח תשכ"ו) דורך די "דעמאקראטישע" פרעזידענט לינדאן דזשאנסאן.

עטליכע סטעיטס אריינגערעכנט די דעמאקראטישע קאליפארניע און די "רעפאבליקאנע פלארידע"... האבן שוין געשטימט צו ענדיגן די צייט טוישונגען, און מ'זאל פארבלייבן מיט די דעילייט סעווינגס טיים א גאנץ יאר.
אבער זיי קענען עס נישט טוהן נאר אויב קאנגרעס פירט דורך א ביל דאס צו ערלויבן.



א Cnn אפיניאן שרייבער ברענגט ארויס די נארישקייט פון רוקן די זייגער יעדע האלבע יאר.

איך פארשטיי גראדע נישט געהעריג דאס האבן DST אגאנץ ווינטער ווייל צופיל שפארט עס נישט ווייל אויב וועט זיין טונקל ביז 8-8:30 אינדערפרי וועט מען דעמאלט אנצינדן דעם לעקטער..

אוועטאר
Think and Thank
שר שלשת אלפים
תגובות: 3248
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » דינסטאג מארטש 12, 2019 12:03 am

וועלכע נארמאלער מענטש איז שוין אויף 8-8:30?...
Innocent until proven Republican

הענדימען
שר האלף
תגובות: 1677
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » דינסטאג מארטש 12, 2019 12:07 am

Think and Thank האט געשריבן:וועלכע נארמאלער מענטש איז שוין אויף 8-8:30?...

די ראסט בעלט פראדוקציע ארבעטער

אה. זיי זענען טאקע נישט נארמאל
כ'ווייס נישט אלעס

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

אוועטאר
צל עובר
שר שמונת אלפים
תגובות: 8049
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דינסטאג מארטש 12, 2019 12:18 am

Think and Thank האט געשריבן:וועלכע נארמאלער מענטש איז שוין אויף 8-8:30?...


אין די סיטיס איז מען געווענליך אויף ביז שפעטער, דער פרעזידענט איז בטבע א ביג סיטי מענטש, אבער זיין באזע זענען נישט.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
צל עובר
שר שמונת אלפים
תגובות: 8049
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דינסטאג מארטש 12, 2019 1:03 am

פעיק נוז האט געשריבן:פרעזידענט טראמפ פארלאנגט פון קאנגרעס צו באשטעטיגן נאך 8.6 ביליאן דאלער פאר זיין פארגעשלאגענעם גרעניץ וואנט אין דעם בודשעט פארלאנג וואס ער האט אפגעשיקט צו קאנגרעס פאר׳ן פינאנציעלן יאר 2020, און איז היינט פארעפנטליכט געווארן ביי א פרעסע קאנפרענץ אין ווייסן הויז.

דער בודזשעט אין די סומע פון 4.75 טרילאן דאלער איז דער גרעסטער בודשעט אין אמעריקאנער היסטאריע, און העכערט דראסטיש דעם דעפעציט. דאס צושיקן דעם בודזשעט פאר קאנגרעס איז דער אנהויב פון די פארהאנדלוגען איבער דעם פעדעראלן בודזשעט וועלכע קען ברענגען א פרישע ענדלאזע געפעכט אין וואשינגטאן.

דער פארגעשלאגענער בודזשעט העכערט דעם מיליטערישן בודזשעט מיט פינף פראצענט צו 750 ביליאן, אבער שניידט אלע אנדערע פעדעראלע פראגראמען, אונטער א געזעץ פון 2011 וועלן אויטאמאטישע רעגירונג שניטן אריינגיין אין קראפט אויב קאנגרעס און דער פרעזידענט אייניגן זיך נישט אויף א בודזשעט ביז אקטאבער, א זאך וואס קען פירן צו א פרישן שטאדאון.

ספיקער פעלאוסי האט שוין קלארגעשטעלט אז דעמאקראטן וועלן נישט באשטעטיגן קיין געלט פאר׳ן וואנט, און ווארטזאגער פאר׳ן פרעזידענט האבן קלארגעשטעלט אז דער פרעזידענט זוכט צו שטעלן דעם געפעכט אינעם צענטער פון זיין ווידערערוויילונג קאמפיין אונטער׳ן סלאגאן ״ענדיג דעם וואנט״. דערווייל איז שוין געבויט געווארן ארום 111 מייל, און דער פרעזידענט זוכט צו בויען א וואנט אויף נאך 722 מייל.


Hse Ag Cmte Chair Peterson: The President’s budget request is a road map for how to make things worse for farmers, ranchers and those who live in rural communities: $26 billion in cuts to crop insurance; $9 billion in cuts to successful, voluntary conservation programs


ער איז רעלעוואנט לגבי דעם ווייל ער איז גאנץ טראמפי, פארטרעט א דיסטריקט וואס טראמפ האט געווינען מיט 35%, עס איז די כמעט די האלבע מינעסאטע ביי די דעקאטעס גרעניץ.

סוי ער איז מוסמך אויף די ענינים.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
פעיק נוז
שר האלפיים
תגובות: 2582
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דינסטאג מארטש 12, 2019 2:46 pm

די טראמפ אדמיניסטראציע וויל, אין טראמפ'ס 020' בודזשעט פארשלאג, אז די עלעקטראנישע-ציגארעטל אינדוסטריע זאל אריינצאלן 100 מיליאן דאלאר יערליך פאר דער פעדעראלער רעגירונג.
For all your typing solutions contact us

lkkolfis@gmail.com - Email

Tel Us. - 608-561-8545
Tel Ca. - 514-589-8258

אוועטאר
פעיק נוז
שר האלפיים
תגובות: 2582
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דינסטאג מארטש 12, 2019 5:09 pm

פרעזידענט טראמפ האט אויסגעדריקט שטיצע צו א פלאן פון צוויי פלארידע סענאטארן צו ענדיגן דאס רוקן דעם זייגער אהין און צוריק, און אנשטאט דעם לאזן פערמענאנט דעם דעילייט סעווינג טיים זומער זייגער.

דאס איז דאס ערשטע מאל וואס א פרעזידענט שטיצט אזא פלאן. דאס רוקן דעם זייגעראיז איינגעפירט געווארן אין די יארן פונעם ערשטן וועלטס קריג, און פילע זאגן אז היינט שאפט דאס בלויז קאפ ווייטאג און צומישעניש.
For all your typing solutions contact us

lkkolfis@gmail.com - Email

Tel Us. - 608-561-8545
Tel Ca. - 514-589-8258

הענדימען
שר האלף
תגובות: 1677
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » דינסטאג מארטש 12, 2019 9:08 pm

פעיק נוז האט געשריבן:די טראמפ אדמיניסטראציע וויל, אין טראמפ'ס 020' בודזשעט פארשלאג, אז די עלעקטראנישע-ציגארעטל אינדוסטריע זאל אריינצאלן 100 מיליאן דאלאר יערליך פאר דער פעדעראלער רעגירונג.

אויף וואס ארויף?
כ'ווייס נישט אלעס

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

אוועטאר
shimon7323
שר האלף
תגובות: 1083
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך

תגובהדורך shimon7323 » דינסטאג מארטש 12, 2019 9:31 pm

בפשטות איינער פון די סאך טענות אויף די אלע נייע ערפינדוגען וואס האט איבער גענומען אלטע אינקאם סורסעס פון דער גאווערמענט, אזוי ווי אסאך שרייען אז מען דארף טעקסן ראבאט סיסטעם וואס נעמט איבער פשוטער ארבייטער וואס האבן ביז יעצט באצאלט אינקאם טעקס.
דער סערווער איז צו שנעל, ממילא ביטע זיכט נישט איצטע

אוועטאר
פעיק נוז
שר האלפיים
תגובות: 2582
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דינסטאג מארטש 12, 2019 9:43 pm

וואס האט ראבאט'ס מיט עלעקטעראנישע ציגארעטלעך?
For all your typing solutions contact us

lkkolfis@gmail.com - Email

Tel Us. - 608-561-8545
Tel Ca. - 514-589-8258

אוועטאר
shimon7323
שר האלף
תגובות: 1083
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך

תגובהדורך shimon7323 » דינסטאג מארטש 12, 2019 10:09 pm

היינט ציטאגס באקומט דער גאווערמענט אסאך געלט פון ציגארטלעך, וואס א דאנק די עלעקטראנישע באקומען זיי עס נישט
דער סערווער איז צו שנעל, ממילא ביטע זיכט נישט איצטע

הענדימען
שר האלף
תגובות: 1677
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » מיטוואך מארטש 13, 2019 1:56 am

א מין גערעדאכץ דאס.

איינער מאכט א לעגיטימע ביזנעס און ביי עקסטענשאן פארלירט די רעגירונג געלט דורך דעם (למשל ער לערנט אויס מענטשן צו דרייווען סעיף און די רעגירונג טיילט וועגן דעם ווייניגער טיקעטס) דארף ער לכבוד דעם באצאלן וואס ער האט שאדן געמאכט פאר די רעגירונג?
כ'ווייס נישט אלעס

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6078
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » מיטוואך מארטש 13, 2019 11:21 am

ס'איז א טייל פון די קאמף וואס די רעגירונג האט אונטערגענומען קעגן עלעקטראנישע ציגארעטלעך
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
zibala
שר חמש מאות
תגובות: 649
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 15, 2010 5:19 pm

תגובהדורך zibala » זונטאג מארטש 17, 2019 12:00 pm

Think and Thank האט געשריבן:
zibala האט געשריבן:
Think and Thank האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:א באריכט אינעם ניו יארקער פארציילט אז דער פרעזידענט האט פארארדענט גערי קאהן צו בעטן די דשאסטעס דעפארטמענט צו בלאקירן די צוזאמשטעל פון עי. טי. ענד טי. און טיים ווארנער.

דיין תגובה איז היבש פארפירעריש.ער האט געהייסן קאהן בלאקן די מערדזשער, אדער בעטן די געריכט עס צו בלאקן?

געהייסען קאהן בלאקען די מערדזשער און ניצען די שטייער צאלער געלט פאר אומנויטיגע געריכט קלאגעס

וואספארא קלאגעס?
שבעה מי יודע!?

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4792
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מאנטאג מארטש 18, 2019 11:46 am

די קראך פון די פיקל.. יוי..


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot] און 26 געסט