טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 12359
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » פרייטאג מארטש 23, 2018 1:58 pm

אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:Trump signs spending bill
warns he will 'never sign another bill like this again

ער וועט דעמאלטס אויך אונטעשרייבן ווי א טאטעלע, היינט צופרי האט ער אויך געזאגט אז ער (שרייבט נישט אונטער)[קאנסידערט נישט אונטערצושרייבן]

[די הגה איז וועגן @מטעמים'ס גערעכטע הערה אז ער האט נאר קאנסידערט נישט אונטערצושרייבן]
לעצט פאראכטן דורך צל עובר אום פרייטאג מארטש 23, 2018 2:06 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
כל מה דעביד רחמנא, לטב עביד.
אלעס וואס דער דערבארומדיגער טוט, טוט ער צום גוטן.

מטעמים
שר ששת אלפים
תגובות: 6355
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » פרייטאג מארטש 23, 2018 2:03 pm

קאנסידערן מיינט קאנסידערן
אין וואשינגטאן דארף מען האבן איינעם מיט שלעכטע מידות צו אנהאקן די קעפ פון די פוילע פאליטישענס, און מאכן אז זיי זאלן זיך נעמען ארבעטן, און געט טינגס דאן - קרעדיט פאראינטערסירט

תמים תהיה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 259
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 2:54 pm

תגובהדורך תמים תהיה » פרייטאג מארטש 23, 2018 4:19 pm

DY-ZfT8UMAAmC0W.jpg
DY-ZfT8UMAAmC0W.jpg (54.85 KiB) געזעהן 1940 מאל

אוועטאר
cookies
שר מאה
תגובות: 105
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 26, 2016 3:48 pm

תגובהדורך cookies » זונטאג מארטש 25, 2018 1:38 am

אינזער טראמפ האט אינז מיעס פארראטען מיטן וואנט, יעצט ווען מדארף זיין טאף מיט קאנגרעס איבערן וואנט האט ער אינטער געשריבען אינעם ספענדינג ביל אז ער טאר נישט בויען א סמענטענע וואנט, יא די שטארקע טראמפ וואס זיין גאנצע קאמפיין איז געווען געווידמעט פארן וואנט איז אלעס צירינען געגאנגען ווי א זייפען בלאז.

יאפ די סוואמפ האט געווינען אין פארגעס נישט מעקסיקא וועט עס באצאלען

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11874
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » זונטאג מארטש 25, 2018 5:01 am

טראמפ כאפט מכות, און זיין אומאפעקטיווקייט עס צו פייטן שרייט העכער ווי די קלעפ.

די רעפובליקאנער באזע איז צעקלאפט און בייז ביז גאר איבער זיין נארוואס אנטערגעשריבענעם הימל גרייכנדן ספענדינג ביל, די ווייטערדיגע פאנדינג פאר אימיגראנטן סאנקציארע שטעט, פרישע שטיצע פאר פלענט פערענטהוד, און די אפוועזנהייט פון די לאנג צוגעזאגטע גרעניץ וואנט.

פון די אנדערע זייט זעהט מען דעמאקראטן איבערן לאנד אויפגעהייטערט און ענערגיש פאר מלחמה מיטן טראמפ אדמיניסטראציע. זיי קומען יעצט ארויס פון עטליכע שטוינענדע עלעקשאן געווינסן און אנהאלטענדיג די פייט אלל די וועי האבן זיי דעם שבת ארויסגעשלעפט איבער א מיליאן מענטשן אויף די גאסן אין וואשינגטאן און אין שטעט און שטעטלעך איבערן גאנצן לאנד מיטן רוף פאר גאן קאנטראל און ארויסציוועלן די אלע ען אר עי פאליטישענס.

ווי מ'הערט פון קעפיטעל היל איז די יעצטיגע 1.3 ספענדינג ביל די לעצטע ערענסטע אקט אין קאנגרעס פאר ביז נאכן מידטורם.

פאר דעמאקראטן אין קאנגרעס איז עס ממש א געטשעקטע וויש ליסט, כמעט יעדע פארלאנגטע אייטעם זייערע ווערט געפאנדעט, די רעפובליקאנער פירער וואס ציטערן ווי פישלעך פון ווערן געבלעימד פאר א שאטדאון גייען מיט דערמיט ווי וואילע קינדער, אלעס אבי די גאווערמענט רעדלעך ווערן ווייטער געשמירט און אלעס פארט ווייטער על מי מנוחות.

איז אבער איין פראבלעם, אז עס קומט מיט א פרייז טעג פון 1.3 טריליאן דאלאר, די גרעסטע ספענדינג אויסשיס אין היסטאריע. שטייצעך אליין אז די רעפובליקאנער בכלל און קאנסערוואטיוון בפרט ווייסן נישט וואס צו טוהן מיט זיך פאר כעס, דא שיסטו ארויף דעם חובות באלון מיט נאך א טריליאן ווי גארנישט, דא גיבסטו ווייטער נאן סטאפ פאנדינג פאר סאנקציארע סיטיס, דא פליסט ווייטער די פלענט פערענטהוד געלטער, דא איז אבאמאקעיר וועל ענד עלייוו, אלע גאווערמענט פראגראמען פולי פאנדעט ביזן לעצטן פעני, און הערשט נאך אלע מעשיות איז נישטא קיין דאלאר פארן לאנג ציגעזאגטן גרויסן מעכטיגן גרעניץ וואנט!

וואט די העל איז גאינג אן. ווי איז אונזער שטארקער גיבור?
אונזער סוואמפ דרעינער? אונזער געלונגענער נעגאשיעטער-אין-טשיף?

א גוטע קשיא וואס יעדער [אממ.. נישט ממש..] קראצט זיך דעם קאפ.

איז אדער מיינט דאס אז ער האט געמאכט אן ערענסטן סטראטעגישע טעות מיטן פאוקעסן אויף פארמיידן א שאטדאון און פארגעסן וואס זיינע -און זיינע וויילערס- פראיאריטעטן זענען, אדער איז ער טיף געשלאפן די לעצטע דריי וואכן ווען די גאנצע פארהאנדלונג איז פארגעקומען, אדער איז ער ס"ה געווען צו ביזי וואטשן פאקס ענד פרעינדס/שאן הענעטי, טוישן זיינע זאקן.. אממ, כ'מיין זיין שטאב, און זיך פייטן מיט זשאו ביידן אויף טוויטער און נישט געכאפט ווי זיין שטאב מיט קאנגרעס פירער שרייבן אפ א דראמאטיש ריזיגן ספענדינג ביל אין זיין בעק יארד און טריעטן אים ווי א למח מיטן אים שיקן דעם בינטל פאפירן צו אונטערשרייבן...

נעווערדענלעס, א למח איז ער און עס אונטערגעשריבן. אבער דא האט ער געמאכט נאך א גרויסע טעות, אנשטאט נעמען א פארלוסט און עס כאטש פראבירן באציקערן דורך פאוקעסן אויף די גוטע זאכן ווי די געהעכערטע מיליטערישע ספענדינג, אויף די פרישע גרעניץ צוימען און טעכנעלאגיע, די טעילאר פאורס אקט וכו' און עס קאלן א וויקטארי! איז ער מיטגעפארן מיטן רענד פאול וואגאן און זיך אויסגעדרייט פולקאם קעגן דעם ביל ווייל ס'איז "קרעזי הויעך" ווען ער כאפט נעבאך נישט אז קיינער האט פון אים נישט ערווארטעטעט צו זיין דער פרומער דעפעציט משגיח... יעדער וואס האט געוואוט פאר אים האט געוויסט אז ער וואוט נישט פאר א פרידעם קאוקעס פיסקעל קאנסערוואטיוו און מ'האט דאס גענימען אין קאנסידערעישאן..

סאו בעסיקלי זאגסטו אז די ביל איז איין גרויסע מעס, איז דאן פארוואס קינד מיינס שרייבסטעס אונטער וואס, הא? האסט מורא פון א שאטדאון, אקעי. האסט שוין געהערט פון אזא זאך ווי א טעמפארארי CR? אויב נישט גיי צוריק אין גאווערמענט געזעצן שולע, לויף פאר עפעס א קלענער אמט, שאף דיר עקספיריענס, און לויף נאכדעם פאר פרעזידענט.

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2179
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובהדורך אַבּערוואַס » זונטאג מארטש 25, 2018 8:44 am

כאפצעם האט געשריבן:טראמפ כאפט מכות, און זיין אומאפעקטיווקייט עס צו פייטן שרייט העכער ווי די קלעפ.

כ'גיי נישט אפפרעגן די תגובה, וויל איך בין נישט אויסגעקאכט אין די מציאות הדברים. אבער וואס ס'איז מיר אידער וועי אינטערעסאנט איז, ווי איר הערט נישט אויף צו באוואשן דעם טראמפ, אמער, לכאו' לויט אייער תגובה האט ער זיך דא זייער שיין צוגעשטעלט צו די דעמאקראטען מיט זייערע פאלעסיס/משוגעת'ן, איז דארפט איר זיך דאך פרייען אז פיינעלי טוט דער פרעזידענט צום זאך, איא? אבער ניין!

קיין נפק"מ וואס דער טראמפ טוט נאר נישט, איז נישט גוט..!!

#נאנסענס
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...

קרייסלער
שר האלף
תגובות: 1444
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am

תגובהדורך קרייסלער » זונטאג מארטש 25, 2018 9:07 am

נאך א יאר פון זינלאזע און אומאויפהערליכע אטאקעס האבן די סוואמפ באוויזן צו אראפ ברענגען טראמפ פונעם בוים
מיט די וויטש האנט האבן זיי באוויזן צו באזייטיגן זיינע נאנסטע מענטשען ארייגערעכנט זיינע טאכטער און איידעם
אפילו די נידריגע קאבינעט מיטגלידער ווערן נאכגעפאלגט איבער לוקסוס ספענדונג
פרעזענליכע עטישע אטאקעס זענען אין די לעצטע שטאפלען
אך און וויי אויב די דעמס נעמען איבער קאנגרעס

אוועטאר
פאליק
שר ששת אלפים
תגובות: 6818
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אין אוועל אפיס ביי די גאלדענע טעפיך

תגובהדורך פאליק » זונטאג מארטש 25, 2018 10:08 am

@כאפצעם איז אין אמת'ן גערעכט, דער ביל איז א עקעלדיגער בעל פאר די רעפובליקאנער און דער פרעזידענט איז משוגע פארן עס חתמענען

נאר צוויי קליינע הערות: טראמפ ווייסט דערפון און ער האט געזאגט אז יעצט טוט ער עס פאר די מיליטער אבער נעווער אגעין און ער איז א ווארט'ס מענטש ווען עס קומט צו די זאכן,

און צווייטנס האלט ער אז ווילאנג דאקא איז נישט מסודר וועט ער באקומען זיין וואנט דורך דאקא
Mr President We're tiered of winning so much

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6772
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » זונטאג מארטש 25, 2018 10:11 am

כאפצעם, א גוטע תגובה!. איך עגרי מיט יעדע חלק דערפון. סיי מיט די חלק אז די דעמעקראטן האבן יעצט פאנד׳ס פאר זייער׳ס, און סיי מיט די חלק אז ס׳איז א היסטאריש הויכע 1.3 טרילאן ספענדינג אויסשיס. #אפפס

ס׳איז אבער ס׳געוואלדיג, טראמפ קוקט אויס ווי ער ווייסט נאך בכלל נישט אז אפילו דעי אויסגעבעטענע 1.5 ביליאן פאר בארדער סעקיארעטי קען ער נישט נוצן פאר זיין וואנט! ס׳איז קלאר ספעסיפייד אונעם ביל אז מ׳קען נאר איבער פיקסן אלטע אפגעוועטשטע פענסעס, און מ׳טאר נישט ניצן קיין העווי מעטאל אדער קאנקריט מעטיריעל. און טראמפ האטצעך אזוי געפרייט מיט דעי 1.5 ביליאן, און נאך אפילו היינט פארטאג׳ס האט ער געשריבן אויך טוויטער די פאלגענד.

Much can be done with the $1.6 Billion given to building and fixing the border wall. It is just a down payment. Work will start immediately. The rest of the money will come - and remember DACA, the Democrats abandoned you (but we will not)!

אויב איזעס טאקע אזוי אז ער ווייסט נאכנישט דעם דיטעיל (ווי דזשאן קעלי האט געזאגט, ״אָנאינפארמד פרעזידענט״) מיינעך אז די ווייט-הויז זאל זיך שאולייצע זיין מיט חי׳ לייף ליין וויזוי מ׳איז אים מבשר אזא זאך. אך און וויי ווען ער גייט זיל כאפן וואס ער האט דא געסיינט.

ער פארפירט אויך אז די דעמעקרעטס האבן געלאזט דאקא אויפן וואסער. וואס ער כאפט נישט איז, אז די צוויי זאכן זענען פארבינדן. די דעמעקרעטס האבן די דרימער׳ס און בוידעם, זיי ניצן דעי נושא נאר פאר די וואוטס, און אלטס א וואפן צו באקומען זייער׳ס אויף קעפיטאל היל. און טאקע ווייל טראמפ האט ביי דעם ביל זיך זעראו פארלייגט אויף זיין וואנט, האבן די דעמעקרעטס רואיג געקענט אוועקלייגן די בעלי חלומות נושא אויף א צווייטן געלעגענהייט.
לעצט פאראכטן דורך טשאדעלע באדעלע אום זונטאג מארטש 25, 2018 10:12 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
לאור המצב..

סאבסיטוט
שר האלף
תגובות: 1184
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 16, 2014 5:36 pm

תגובהדורך סאבסיטוט » זונטאג מארטש 25, 2018 10:12 am

כאפצעם האט געשריבן:טראמפ כאפט מכות, און זיין אומאפעקטיווקייט עס צו פייטן שרייט העכער ווי די קלעפ.

די רעפובליקאנער באזע איז צעקלאפט און בייז ביז גאר איבער זיין נארוואס אנטערגעשריבענעם הימל גרייכנדן ספענדינג ביל, די ווייטערדיגע פאנדינג פאר אימיגראנטן סאנקציארע שטעט, פרישע שטיצע פאר פלענט פערענטהוד, און די אפוועזנהייט פון די לאנג צוגעזאגטע גרעניץ וואנט.

פון די אנדערע זייט זעהט מען דעמאקראטן איבערן לאנד אויפגעהייטערט און ענערגיש פאר מלחמה מיטן טראמפ אדמיניסטראציע. זיי קומען יעצט ארויס פון עטליכע שטוינענדע עלעקשאן געווינסן און אנהאלטענדיג די פייט אלל די וועי האבן זיי דעם שבת ארויסגעשלעפט איבער א מיליאן מענטשן אויף די גאסן אין וואשינגטאן און אין שטעט און שטעטלעך איבערן גאנצן לאנד מיטן רוף פאר גאן קאנטראל און ארויסציוועלן די אלע ען אר עי פאליטישענס.

ווי מ'הערט פון קעפיטעל היל איז די יעצטיגע 1.3 ספענדינג ביל די לעצטע ערענסטע אקט אין קאנגרעס פאר ביז נאכן מידטורם.

פאר דעמאקראטן אין קאנגרעס איז עס ממש א געטשעקטע וויש ליסט, כמעט יעדע פארלאנגטע אייטעם זייערע ווערט געפאנדעט, די רעפובליקאנער פירער וואס ציטערן ווי פישלעך פון ווערן געבלעימד פאר א שאטדאון גייען מיט דערמיט ווי וואילע קינדער, אלעס אבי די גאווערמענט רעדלעך ווערן ווייטער געשמירט און אלעס פארט ווייטער על מי מנוחות.

איז אבער איין פראבלעם, אז עס קומט מיט א פרייז טעג פון 1.3 טריליאן דאלאר, די גרעסטע ספענדינג אויסשיס אין היסטאריע. שטייצעך אליין אז די רעפובליקאנער בכלל און קאנסערוואטיוון בפרט ווייסן נישט וואס צו טוהן מיט זיך פאר כעס, דא שיסטו ארויף דעם חובות באלון מיט נאך א טריליאן ווי גארנישט, דא גיבסטו ווייטער נאן סטאפ פאנדינג פאר סאנקציארע סיטיס, דא פליסט ווייטער די פלענט פערענטהוד געלטער, דא איז אבאמאקעיר וועל ענד עלייוו, אלע גאווערמענט פראגראמען פולי פאנדעט ביזן לעצטן פעני, און הערשט נאך אלע מעשיות איז נישטא קיין דאלאר פארן לאנג ציגעזאגטן גרויסן מעכטיגן גרעניץ וואנט!

וואט די העל איז גאינג אן. ווי איז אונזער שטארקער גיבור?
אונזער סוואמפ דרעינער? אונזער געלונגענער נעגאשיעטער-אין-טשיף?

א גוטע קשיא וואס יעדער [אממ.. נישט ממש..] קראצט זיך דעם קאפ.

איז אדער מיינט דאס אז ער האט געמאכט אן ערענסטן סטראטעגישע טעות מיטן פאוקעסן אויף פארמיידן א שאטדאון און פארגעסן וואס זיינע -און זיינע וויילערס- פראיאריטעטן זענען, אדער איז ער טיף געשלאפן די לעצטע דריי וואכן ווען די גאנצע פארהאנדלונג איז פארגעקומען, אדער איז ער ס"ה געווען צו ביזי וואטשן פאקס ענד פרעינדס/שאן הענעטי, טוישן זיינע זאקן.. אממ, כ'מיין זיין שטאב, און זיך פייטן מיט זשאו ביידן אויף טוויטער און נישט געכאפט ווי זיין שטאב מיט קאנגרעס פירער שרייבן אפ א דראמאטיש ריזיגן ספענדינג ביל אין זיין בעק יארד און טריעטן אים ווי א למח מיטן אים שיקן דעם בינטל פאפירן צו אונטערשרייבן...

נעווערדענלעס, א למח איז ער און עס אונטערגעשריבן. אבער דא האט ער געמאכט נאך א גרויסע טעות, אנשטאט נעמען א פארלוסט און עס כאטש פראבירן באציקערן דורך פאוקעסן אויף די גוטע זאכן ווי די געהעכערטע מיליטערישע ספענדינג, אויף די פרישע גרעניץ צוימען און טעכנעלאגיע, די טעילאר פאורס אקט וכו' און עס קאלן א וויקטארי! איז ער מיטגעפארן מיטן רענד פאול וואגאן און זיך אויסגעדרייט פולקאם קעגן דעם ביל ווייל ס'איז "קרעזי הויעך" ווען ער כאפט נעבאך נישט אז קיינער האט פון אים נישט ערווארטעטעט צו זיין דער פרומער דעפעציט משגיח... יעדער וואס האט געוואוט פאר אים האט געוויסט אז ער וואוט נישט פאר א פרידעם קאוקעס פיסקעל קאנסערוואטיוו און מ'האט דאס גענימען אין קאנסידערעישאן..

סאו בעסיקלי זאגסטו אז די ביל איז איין גרויסע מעס, איז דאן פארוואס קינד מיינס שרייבסטעס אונטער וואס, הא? האסט מורא פון א שאטדאון, אקעי. האסט שוין געהערט פון אזא זאך ווי א טעמפארארי CR? אויב נישט גיי צוריק אין גאווערמענט געזעצן שולע, לויף פאר עפעס א קלענער אמט, שאף דיר עקספיריענס, און לויף נאכדעם פאר פרעזידענט.

די ערשטע מאל ער האט באוויזן עכט אויפצורעגן זיינע חסידים

איי געס ער קען נישט ממש שיסן מענטשן אויף פיפט עוועניו :lol:

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24433
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » זונטאג מארטש 25, 2018 10:45 am

נאר ביי טראמפ גייטעס אזוי, ווען ער פייט אויף עפעס שרייט מען "וואו איז דער דיעל מעיקער", קעניש אדורכפיהרן קיין שום בייפארטיזאן לעדזשיסלעישן... ווען ער פיהרט אדורך בייפארטיזאן לעדזשיסלעישן שרייט מען אז דער פייטער איז נעבעך א לוזער...

אין אנדערע ווערטער טראמפ איז לוזער סיי וואס ער טוט, יעצט לאמער זעהן וואס ער גייט טוהן און כעלל ענק מסביר זיין פארוואס...

עכ"פ פאר ווער ס'פארגעסט שנעל, די בילל איז די צווייטע חלק וואס טראמפ און די דעמעקראטן האבן אויסגעארבייט צו פארמיידן א גאווערמענט שאט-דאון אפאר חדשים צוריק... דעמאלטס ווען די דעמעקראטן האבן געשוואוירן אז אן קיין דאקא איז די גאווערמענט פארמאכט? איינער געדענקט? דעמאלטס האט מען געמאכט א דיעל אז מ'גייט אינקריעסן מיליטערישע ספענדינג און לכבוד דעם האט מען אויך אינקריעסט דאמעסטיק ספענדינג...

די קאנסערוועטיוון האבן דעמאלטס אויך פארפירט, אבער טראמפ האט באשלאסן צו גיין אויף א דיעל מיט די מעסיגע, מעקאנעל און רייען האבן געבראוקערט דעם דיעל...

אגב, אויסער די פאקט אז די מיליטער קריגט מער ווי אנדערע דאמעסטיק פראגראמען, איז די 1.6 ביליאן פאר בארדער סעקיורעטי א חלק פון די דאמעסטיק ספענדינג, דאס מיינט אז רוב פון די אינקריעס גייט פאר טראמפ'ס פרייארעטיס...

בנוגע דאקא, דערווייל איזעס אין קאורט, סאו היות סיניש דא קיין מיט וואס צו דרוקן די דעמעקראטן צום וואנט האט טראמפ באשלאסן צו ווארטן אויף א צווייטע געלעגענהייט... אבער סאצעך גארנישט געטוישט, דאקא איז א דיעל פאר א וואנט!

עכ"פ אין דעם בילל האבן די דעמעקראטן אויך געקריגן אפאר זאכן, אזוי ווי די דיעל איז געווען, און לכבוד דעם פייערט מען זיג! זיי פארגעסן אז אז אט די בילל איז געווען זייער גרעסטע טול וואס זיי האבן טראמפייטערט דערמיט! אויב אינישטא קיין דאקא אינישטא קיין פאנדינג!!! יא! דעמאלטס האט מען אפגעמאכט די אמאונטס און יעצט וואו יעדע פעני גייט, אבער דאס איז די בילל פון וואס מ'רעדט! מ'האט סוקסעספול אוועקגענומען יעדע טול וואס די דעמעקראטן האבן ביז זיי געווינען קאנגרעסס! און זיי פייערן זיג!
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24433
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » זונטאג מארטש 25, 2018 11:00 am

כאפנדיג א בליק אין די גאווערמענט שאט-דאון אשכול, זעה איך טאקע אז די דעדליין איז געווען מארטש 23, און דארט זעהט מען טאקע אז די פרידאם קאוקאסעס זענען נישט העפי מיט די דאמעסטיק ספענדינג... אבער דאס איז געווען די דיעל דעמאלטס, טראמפ קריגט די גרעסערע חלק פאר די מיליטער, און די קלענערע חלק גייט פאר דאמעסטיק ספענדינג, אריינגערעכנט די 1.6 פאר בארדער סעקיורעטי!

אפאר זאכן וואס כ'זעה דארט, די אבאמאקעיר דעד פענעלס ווערן ריפיעלד, נישטא קיין געלט צו סטאביליזירן אבאמאקעיר, דאקא איז אינדרויסן, און סיז געווען אפאר אפשענס אריינגערעכנט אפאר יאר דילעי, אבער היות סיז אין קאורט פיהלט קיינער נישט קיין פרעשור דערפון... סאו דאס איז אויך אוט... בקיצור א עכטע בייפארטיזאן בילל, גענוי דאס וואס די דעמעקראטן האלטן אין איין פייערן זיג אז טראמפ קעניש טוהן האטער געטוהן! אה אויך איז דא א מיסטעיק וואס איז געשעהן אין די טעקס בילל, יעצט האט מען דאס געפיקסט!

און נאך איין זאך וואס כ'זעה דארט, איז א די ריפאבליקענס האבן געמוזט האבן א בודשזעט כדי זיי זאלן קענען אדורכפיהרן געוויסע זאכן דורך ריקאנסיליעישן...

עכ"פ נישט פארגעסן די מעין פוינט! טראמפ איז א לוזער אידער וועי!
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר האלף
תגובות: 1989
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אין אפיס ביים דעסק

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » זונטאג מארטש 25, 2018 11:28 am

;l;p-
וויכטיג מאכער האט געשריבן:נאר ביי טראמפ גייטעס אזוי, ווען ער פייט אויף עפעס שרייט מען "וואו איז דער דיעל מעיקער", קעניש אדורכפיהרן קיין שום בייפארטיזאן לעדזשיסלעישן... ווען ער פיהרט אדורך בייפארטיזאן לעדזשיסלעישן שרייט מען אז דער פייטער איז נעבעך א לוזער...

אין אנדערע ווערטער טראמפ איז לוזער סיי וואס ער טוט, יעצט לאמער זעהן וואס ער גייט טוהן און כעלל ענק מסביר זיין פארוואס...

עכ"פ פאר ווער ס'פארגעסט שנעל, די בילל איז די צווייטע חלק וואס טראמפ און די דעמעקראטן האבן אויסגעארבייט צו פארמיידן א גאווערמענט שאט-דאון אפאר חדשים צוריק... דעמאלטס ווען די דעמעקראטן האבן געשוואוירן אז אן קיין דאקא איז די גאווערמענט פארמאכט? איינער געדענקט? דעמאלטס האט מען געמאכט א דיעל אז מ'גייט אינקריעסן מיליטערישע ספענדינג און לכבוד דעם האט מען אויך אינקריעסט דאמעסטיק ספענדינג...

די קאנסערוועטיוון האבן דעמאלטס אויך פארפירט, אבער טראמפ האט באשלאסן צו גיין אויף א דיעל מיט די מעסיגע, מעקאנעל און רייען האבן געבראוקערט דעם דיעל...

אגב, אויסער די פאקט אז די מיליטער קריגט מער ווי אנדערע דאמעסטיק פראגראמען, איז די 1.6 ביליאן פאר בארדער סעקיורעטי א חלק פון די דאמעסטיק ספענדינג, דאס מיינט אז רוב פון די אינקריעס גייט פאר טראמפ'ס פרייארעטיס...

בנוגע דאקא, דערווייל איזעס אין קאורט, סאו היות סיניש דא קיין מיט וואס צו דרוקן די דעמעקראטן צום וואנט האט טראמפ באשלאסן צו ווארטן אויף א צווייטע געלעגענהייט... אבער סאצעך גארנישט געטוישט, דאקא איז א דיעל פאר א וואנט!

עכ"פ אין דעם בילל האבן די דעמעקראטן אויך געקריגן אפאר זאכן, אזוי ווי די דיעל איז געווען, און לכבוד דעם פייערט מען זיג! זיי פארגעסן אז אז אט די בילל איז געווען זייער גרעסטע טול וואס זיי האבן טראמפייטערט דערמיט! אויב אינישטא קיין דאקא אינישטא קיין פאנדינג!!! יא! דעמאלטס האט מען אפגעמאכט די אמאונטס און יעצט וואו יעדע פעני גייט, אבער דאס איז די בילל פון וואס מ'רעדט! מ'האט סוקסעספול אוועקגענומען יעדע טול וואס די דעמעקראטן האבן ביז זיי געווינען קאנגרעסס! און זיי פייערן זיג!

אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלפיים
תגובות: 2078
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

תגובהדורך ישוב הדעת » זונטאג מארטש 25, 2018 11:32 am

דאס איז אלעס פיין און וואיל ווען די וואנט איז איינע פון די זאכן...
אבער למעשה די וואנט איז ביים קאמפיין געווען די הויפט זאך, אז אזוי וועט מען צוריק ברענגען דשאבס..
און נישט פארגעסן אז ווי עס זעהט אויס וועט ער פארלירן די רוב אין קאנגרעס נאוועמבער.. אין מיינע אויגן איז דאס געווען זיין לעצטע טשענס.

באקומט 80 טויזענט Chase פוינטס דורך עפלייען, קליקט דא

אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלפיים
תגובות: 2078
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

תגובהדורך ישוב הדעת » זונטאג מארטש 25, 2018 11:35 am

אויב איינער חלום׳ט אז די דעמאקראטן גייען איינגיין אויף א וואנט, איז עס א גוטע חלום.. זיי וועלן זיך שטעכן מיט מעסערס און נישט צולאזן קיין וואנט,
מיסטער פרעזידענט.. ואם לא עכשיו אימתי???

באקומט 80 טויזענט Chase פוינטס דורך עפלייען, קליקט דא

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24433
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » זונטאג מארטש 25, 2018 11:40 am

קען זיין סיז געווען זיין לעצטע טשענס, קען זיין א נישט...

לאמעך דיך פרעגן אויב געווינט ער דאקא אין קאורט, אדער אפילו אויב ער פארלירט עס, די גאנצע פסק אידעך נאר א טעקניקל זאך, די פסק איז געווען אז ער קענעס טוהן נאר אויף אן אנדערן אופן... ער קענעס פריש איבערמאכן... און ער גייט צום סענאט און לייגט פאר דאקא פאר א וואנט, האלסטו אז ער קענעס נישט אדורכפיהרן? ליתר שאת קענער אדורכפיהרן "פאנדינג" פאר די וואנט דורך ריקאנסיליעישן...

סאו ס'קען זיין אז ער גייטעס נישט האבן, אבער איך וואלט נישט געזאגט אז סיז זיין לעצטע טשענס...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

מטעמים
שר ששת אלפים
תגובות: 6355
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » זונטאג מארטש 25, 2018 12:19 pm

עס איז דא איין זאך וואס איך האב מוראדיג הנאה פון די בילל, איך פערזענליך האב מוראדיג פיינט געהאט אבאמא דייקא מיט די איינע פרט אז ער האט קיינמאל נישט נאכגעגעבען פאר די רעפובליקאנע קיין אינטש נישט.

א שלעכטער און א אידעאלאג וואס האט געמאכט וואשינגטאן צען מאל ערגער ווי די פריערדיגע יארען סאו אז די איינע פוינט האט זיך געטוישט אין וואשינגטאן אז די פרעזידענט געט אמאל נאך אפילו עס איז נישט פיינענשעלי רעספאנסיבעל.

די בעסטע פרעזידענטען זענען געוועהן די וואס האבען נאכגעגעבען רעיגען און קלינטאן דוק ותשכח.
אין וואשינגטאן דארף מען האבן איינעם מיט שלעכטע מידות צו אנהאקן די קעפ פון די פוילע פאליטישענס, און מאכן אז זיי זאלן זיך נעמען ארבעטן, און געט טינגס דאן - קרעדיט פאראינטערסירט

אוועטאר
יש ברירה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8496
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » זונטאג מארטש 25, 2018 12:21 pm

וויכטיג מאכער האט געשריבן:קען זיין סיז געווען זיין לעצטע טשענס, קען זיין א נישט...

לאמעך דיך פרעגן אויב געווינט ער דאקא אין קאורט, אדער אפילו אויב ער פארלירט עס, די גאנצע פסק אידעך נאר א טעקניקל זאך, די פסק איז געווען אז ער קענעס טוהן נאר אויף אן אנדערן אופן... ער קענעס פריש איבערמאכן... און ער גייט צום סענאט און לייגט פאר דאקא פאר א וואנט, האלסטו אז ער קענעס נישט אדורכפיהרן? ליתר שאת קענער אדורכפיהרן "פאנדינג" פאר די וואנט דורך ריקאנסיליעישן...
..

יא איך האלט אז ער קען עס נישט דורכפירן, ניטאמאל וועט עס באקומען די רעפאבליקאנער שטיצע.

און אגב, יעדעס מאל וואס דו באוויינסט אז וואס טראמפ טוט ווערט ער קריטיקירט, שרייבסטו עס ווייל דו ווילסט פארענטפערן נאך עפעס פון טראמפ. ווייל טראמפ איז דאך נישט קיין לוזער סיי וואס ער טוט!

אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלפיים
תגובות: 2078
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

תגובהדורך ישוב הדעת » זונטאג מארטש 25, 2018 1:01 pm

וויכטיג מאכער האט געשריבן:ער גייט צום סענאט און לייגט פאר דאקא פאר א וואנט, האלסטו אז ער קענעס נישט אדורכפיהרן?

דו האלסט אז יא?
לאמיר גיין אזוי, טראמפ דארף צוויי זאכן עמערדזשענסי.. ער דארף א וואנט, און ער דארף דאקא, (יא ער דארף עס ווייל דאס ווילן רוב אמעריקאנער אינקלאדינג טראמפ וואטערס)
די דעמאקראטן ווילן די צוויי זאכן נישט, וואנט אידאך פשוט, דאקא ווילן זיי אז מען זאל ארויסווארפן אומשולדיגע קינדער אונטער טראמפ.. און אין 2020 וויינען אז מען דארף וואטן פאר זיי.

באקומט 80 טויזענט Chase פוינטס דורך עפלייען, קליקט דא

אוועטאר
אויבער-חכם
שר חמש מאות
תגובות: 722
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 17, 2011 1:02 pm
לאקאציע: בין תנור לכירים

תגובהדורך אויבער-חכם » זונטאג מארטש 25, 2018 1:04 pm

זייער אינטרעסאנט מיטצוהאלטן היינט ווי די ריפובליקאנע הארגענען זיך ארום איבער די בילל.
קאלטער, ברייבארט, לימבאו האקן אלע אויף טראמפ.
אידילאגיע מיט טראמפטיזן זענען אין קאנפליקט.
כ׳האב נישט געטראפן קיין חיזוק/מוסר ווארט דא צו שרייבן

אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלפיים
תגובות: 2078
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

תגובהדורך ישוב הדעת » זונטאג מארטש 25, 2018 1:06 pm

קאלטער האקט שוין אויף טראמפ זייט ער איז אריין אין אפיס.. לימבאו איז יא אינטרעסאנט..

באקומט 80 טויזענט Chase פוינטס דורך עפלייען, קליקט דא

אוועטאר
א. טראכטער
שר האלף
תגובות: 1376
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 11, 2014 12:54 pm

תגובהדורך א. טראכטער » זונטאג מארטש 25, 2018 1:27 pm

עס לאזט זיך דעבאטירן ווער עס האט געווינען אדער פארלוירן..

אין מיינע אויגן האט טראמפ געטוהן די ריכטיגע שריט... שלא יבוש המעיין און די קוואל זאל ווייטער פליסן.. און מיטן דעבט סילינג זאל זיך א צווייטער פרעזידענט ספראווען.. פאליטיקס עס יאזשעל...

דער עכטער פראבלעים פאר טראמפ איז (@כאפצעם האט עס אויך דערמאנט), אז ער קומט נישט מיט א אגענדע אויף וואס צו רייטן צו די מידטערעם וואלן.

אינטער נארמאלע אומשטענדן וואלטן די רעפאבלוקענס געדארפט זיין פארנומען צו בויען א נייע העלטה קעיר סיסטעם און דאס צו פארקויפן פארן המון עם...
האט זיך אבער טראמפ נישט געהאלטן ביים קניען צו מ'קעין... און די רעסט איז היסטאריע...

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24433
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » זונטאג מארטש 25, 2018 1:37 pm

יש ברירה האט געשריבן:
וויכטיג מאכער האט געשריבן:קען זיין סיז געווען זיין לעצטע טשענס, קען זיין א נישט...

לאמעך דיך פרעגן אויב געווינט ער דאקא אין קאורט, אדער אפילו אויב ער פארלירט עס, די גאנצע פסק אידעך נאר א טעקניקל זאך, די פסק איז געווען אז ער קענעס טוהן נאר אויף אן אנדערן אופן... ער קענעס פריש איבערמאכן... און ער גייט צום סענאט און לייגט פאר דאקא פאר א וואנט, האלסטו אז ער קענעס נישט אדורכפיהרן? ליתר שאת קענער אדורכפיהרן "פאנדינג" פאר די וואנט דורך ריקאנסיליעישן...
..

יא איך האלט אז ער קען עס נישט דורכפירן, ניטאמאל וועט עס באקומען די רעפאבליקאנער שטיצע.

און אגב, יעדעס מאל וואס דו באוויינסט אז וואס טראמפ טוט ווערט ער קריטיקירט, שרייבסטו עס ווייל דו ווילסט פארענטפערן נאך עפעס פון טראמפ. ווייל טראמפ איז דאך נישט קיין לוזער סיי וואס ער טוט!

איך הער דיין אפיניען, איי דיסעגרי!
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

סאבסיטוט
שר האלף
תגובות: 1184
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 16, 2014 5:36 pm

תגובהדורך סאבסיטוט » זונטאג מארטש 25, 2018 1:47 pm

א. טראכטער האט געשריבן:עס לאזט זיך דעבאטירן ווער עס האט געווינען אדער פארלוירן..

אין מיינע אויגן האט טראמפ געטוהן די ריכטיגע שריט... שלא יבוש המעיין און די קוואל זאל ווייטער פליסן.. און מיטן דעבט סילינג זאל זיך א צווייטער פרעזידענט ספראווען.. פאליטיקס עס יאזשעל...

בכלל נישט געטוהן די ריכטיגע שריט - איך פארלאנג נישט ער זאל שניידן אבער וואס איז דאס צולייגן? און נישט סתם צולייגן נאר אויפבלאזן?!

יעצט גייסטו מיר ענטפערן די מעדזשיק ווארט "מיליטערי" און אלעס גייט ווערן פארענטפערט... דו ווייסט אז אפילו ביים הויכפונקט פון די איראק מלחמה איז די מיליטערי ספענדינג ביל געווען 500 ביליאן?! וואס אידאס די אבנארמאלע 700 ביליאן? קוקט אויס ווי מאיז אין מלחמה מיט 20 לענדער

אקעי יא כווייס אונז דארפן זיין די "שטארקסטע".. אבער אונז זענען "שוין" די שטארקסטע, און נישט סתם די שטארקסטע נאר אונזער מיליטערי בודזשעט איז ווי די נעקסטע 8 לענדער "קאמבאנירט"....

סאו בעסיקלי איבער א האלב טריליאן פוינטלעס געלטער ווען אונז זענען שוין 21 טריליאן אין חובות.. מאכט עני סענס? פאר מיר נישט, סארי

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24433
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » זונטאג מארטש 25, 2018 1:51 pm

ישוב הדעת האט געשריבן:
וויכטיג מאכער האט געשריבן:ער גייט צום סענאט און לייגט פאר דאקא פאר א וואנט, האלסטו אז ער קענעס נישט אדורכפיהרן?

דו האלסט אז יא?
לאמיר גיין אזוי, טראמפ דארף צוויי זאכן עמערדזשענסי.. ער דארף א וואנט, און ער דארף דאקא, (יא ער דארף עס ווייל דאס ווילן רוב אמעריקאנער אינקלאדינג טראמפ וואטערס)
די דעמאקראטן ווילן די צוויי זאכן נישט, וואנט אידאך פשוט, דאקא ווילן זיי אז מען זאל ארויסווארפן אומשולדיגע קינדער אונטער טראמפ.. און אין 2020 וויינען אז מען דארף וואטן פאר זיי.

אסאך אירע ווייסן נאר פון איין חלק פון די אנקעטע, אז דער עולם וויל דאקא... די אנקעטעס זאגן אויך אז דער עולם איז שטארק פאר א דיעל "וואנט - דאקא"...

און דאס איז די סיבה פארוואס טראמפ האט געטוויט אז ער קלערט פון וועטאירן דעם בילל, ער דערמאנט נאכאמאל אז די דעמעקראטן ווילן נישט דאקא... קען זיין אז איך בין ראנג, אבער איך מיין אז ביי א געוויסע פוינט גייען די דעמעקראטן נישט קענען צוריקווארפן דאקא...

אידער וועי, ווי געזאגט, יעצט איז דא ריקאנסיליעישן, א טול וואס טראמפ קען נוצן פאר פאנדינג פאר די וואנט...

עכ"פ לאמער נישט פארקריכן פון די מעין פוינט... די דעמעקראטן האבן געשריגן אן קיין דאקא איז נישטא קיין גאווערמענט פאנדינג, טראמפ האצעך נישט געלאזט, קודם האט מען געמאכט אן עקסטענשן פאר אפאר וואכן, און די דעמעקראטן האבן געזאגט נעווער עגען! און די טרייסט איז געווען אז מעקאנעל האט צוגעזאגט ארויפצוברענגען דאקא פאר אן אפשטימונג... גייט אדורך צוויי וואכן, נישטא קיין דאקא, און פאנדינג איז דא! אבער די דעמעקראטן טרייסטן זיך אז ווען מ'גייט איינטיילן די פאנדינג, דעמאלטס העט שוין זיכער זיין א דאקא דיעל...

קומט די דעדליין, נישטא קיין זכר פון א דאקא דיעל, נישטא קיין פיקס פאר אבאמאקעיר, יא דא א ריפיעל פון די דעד פענעלס, א פיקס פאר די טעקס בילל, העכערן מיליטערישע ספענדינג... און די דעמעקראטן פייערן זיג!!! וואסי? זיי האבן באקומען אביסל געלט פאר זייערע פרייארעטיס... איי האסטעך געשוואוירן אז מ'גייט שאטן די גאווערמענט פאר דאקא? איי האסט אוועקגענומען דיין לעצטע מיטל וואס דו האסט צו באקעמפן טראמפ און די ריפאבליקענס, און פארדעם האסטו געוויינט חדשים צוריק... יעצט פייערט מען זיג!

לויט דעם האלטעך אז טראמפ זאל צוווארטן מיט די וואנט, די דעמעקראטן גיבן אלעס נאך אבי סאל נישט זיין קיין וואנט און יעדעס מאל פייערן זיי זיג, סינישטא קיין וואנט! זאלער יעדעס מאל בעטן א וואנט און נאכדעם נעגאושיעיטן אז ער באקומט עפעס אבער נישט די וואנט!
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: א גוטן, אוסף החסיל, בארג, מודהאני, מיכאלבאחת, משגיח, פראצעדור, שבת פארטי און 66 געסט