טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
יא איך
שר חמש מאות
תגובות: 686
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 7:45 pm

תגובהדורך יא איך » מיטוואך פאברואר 14, 2018 10:13 am

סאבסיטוט האט געשריבן:קאנגרעס האט געעפענט אן אינוועסטיגעישאן אינעם ראב פארטער סקאנדאל

אווערסייט טשעירמאן טרעי גאודי: וויאזוי אין די גיהנום איז דער מענטש נאך געווען איינגעשטעלט?!

פארוואס דארף מען נישט קיין ספעשעל קאנסעל?

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 20710
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מיטוואך פאברואר 14, 2018 10:19 am

ווייל סיז נישט קרימינאל נאר אווערסייט!
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

יואל שרייבער
שר חמש מאות
תגובות: 607
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

תגובהדורך יואל שרייבער » מיטוואך פאברואר 14, 2018 10:35 am

וויכטיג מאכער האט געשריבן:איי געסס אז גאודי איז נישט אזוי פארטייאיש ווי די דעמעקראטן ווילן אים מאכן...

מיר זעהט אויס אז עס איז פשוט ווייל ער האט שוין אנדערע פלענער און ער האלט אז אזוי וועט ער בעסער אנקומען
איינער האלט טאקע אז מען דארף אן אינוועסטיגעישאן פארוואס עס האט גענומען א וואך ארויס צוווארפן אזא "שרעקליכן" מענטש .

אוועטאר
צל עובר
שר ששת אלפים
תגובות: 6599
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך פאברואר 14, 2018 11:33 am

יואל שרייבער האט געשריבן:
וויכטיג מאכער האט געשריבן:איי געסס אז גאודי איז נישט אזוי פארטייאיש ווי די דעמעקראטן ווילן אים מאכן...

מיר זעהט אויס אז עס איז פשוט ווייל ער האט שוין אנדערע פלענער און ער האלט אז אזוי וועט ער בעסער אנקומען
איינער האלט טאקע אז מען דארף אן אינוועסטיגעישאן פארוואס עס האט גענומען א וואך ארויס צוווארפן אזא "שרעקליכן" מענטש .


עס איז דא א פראבלעם אז דער [טראמפ געשטעלטער] FBI דירעקטאר זאגט אז די טיימליין וואס די ווייסע הויז האט ארויסגעשטעלט איז ליגענט, און פארדעקן פאקטן באווייזן וכדומה, איז א גרויסע עבירה אין אמעריקע.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

abeg
שר האלפיים
תגובות: 2223
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

תגובהדורך abeg » מיטוואך פאברואר 14, 2018 11:42 am

For a president about to be impeached for Collusion, Obstruction and Treason, the political media seem a bit too excited over how the White House handled the firing of a hardly known staffer...

אוועטאר
משהזוךמיר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4991
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » מיטוואך פאברואר 14, 2018 1:38 pm

צל עובר האט געשריבן:
יואל שרייבער האט געשריבן:
וויכטיג מאכער האט געשריבן:איי געסס אז גאודי איז נישט אזוי פארטייאיש ווי די דעמעקראטן ווילן אים מאכן...

מיר זעהט אויס אז עס איז פשוט ווייל ער האט שוין אנדערע פלענער און ער האלט אז אזוי וועט ער בעסער אנקומען
איינער האלט טאקע אז מען דארף אן אינוועסטיגעישאן פארוואס עס האט גענומען א וואך ארויס צוווארפן אזא "שרעקליכן" מענטש .


עס איז דא א פראבלעם אז דער [טראמפ געשטעלטער] FBI דירעקטאר זאגט אז די טיימליין וואס די ווייסע הויז האט ארויסגעשטעלט איז ליגענט, און פארדעקן פאקטן באווייזן וכדומה, איז א גרויסע עבירה אין אמעריקע.

ע''ע בענגאזי
Get your facts first, then you can distort them as you please.

אוועטאר
צל עובר
שר ששת אלפים
תגובות: 6599
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך פאברואר 14, 2018 2:28 pm

משהזוךמיר האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:
יואל שרייבער האט געשריבן:
וויכטיג מאכער האט געשריבן:איי געסס אז גאודי איז נישט אזוי פארטייאיש ווי די דעמעקראטן ווילן אים מאכן...

מיר זעהט אויס אז עס איז פשוט ווייל ער האט שוין אנדערע פלענער און ער האלט אז אזוי וועט ער בעסער אנקומען
איינער האלט טאקע אז מען דארף אן אינוועסטיגעישאן פארוואס עס האט גענומען א וואך ארויס צוווארפן אזא "שרעקליכן" מענטש .


עס איז דא א פראבלעם אז דער [טראמפ געשטעלטער] FBI דירעקטאר זאגט אז די טיימליין וואס די ווייסע הויז האט ארויסגעשטעלט איז ליגענט, און פארדעקן פאקטן באווייזן וכדומה, איז א גרויסע עבירה אין אמעריקע.

ע''ע בענגאזי


דער זעלבער טרעי גאודי האט עס טאקע אויסגעפארשט, און דאס האט טאקע אונטערגעברענגט הילערי קלינטאן, כדברי קעווין מעקארטי הידועים.

ווען נישט דעם איז נישט דא קיין אימעיל סקאנדאל, און לכאורה וואלט זי געווינען.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
צל עובר
שר ששת אלפים
תגובות: 6599
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך פאברואר 14, 2018 2:42 pm

מייק פענס זאגט אז די ווייסע הויז וואלט געקענט/געדארפט בעסער האנדלען די ראב פארטער מעשה.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
צל עובר
שר ששת אלפים
תגובות: 6599
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך פאברואר 14, 2018 3:23 pm

בד"וו וועגן אבאמע, דא איז נישט די מדינה, אמעריקאנער פרעזידענטן זיצן נישט, ערגסטן פאל וואלט מען אים געפארדנט אזוי ווי ניקסאן.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

יואל שרייבער
שר חמש מאות
תגובות: 607
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

תגובהדורך יואל שרייבער » פרייטאג פאברואר 16, 2018 11:33 am

איך האב מורא אז טראמפ האט אונטערגעשטעלט די מאסן שיסעריי , כדאי מען זאל אויפהערן רעדן פון די פארטער סקאנדאל.

#ספעשל קאונסעל

אוועטאר
זזה
שר חמש מאות
תגובות: 508
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 18, 2017 12:04 pm

תגובהדורך זזה » מוצ"ש פאברואר 17, 2018 11:36 pm

;l;p-
יואל שרייבער האט געשריבן:איך האב מורא אז טראמפ האט אונטערגעשטעלט די מאסן שיסעריי , כדאי מען זאל אויפהערן רעדן פון די פארטער סקאנדאל.

#ספעשל קאונסעל
"sign up @ ebates for free and save @ all stores
https://goo.gl/oFZR4y

https://goo.gl/Rrje39 Ebay daily deals
יש"כ

אוועטאר
יונהלע
שר חמש מאות
תגובות: 665
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 21, 2013 12:21 am

תגובהדורך יונהלע » מאנטאג פאברואר 19, 2018 11:04 am

יואל שרייבער האט געשריבן:איך האב מורא אז טראמפ האט אונטערגעשטעלט די מאסן שיסעריי , כדאי מען זאל אויפהערן רעדן פון די פארטער סקאנדאל.

#ספעשל קאונסעל

אריין אין קאנספיראציעס אשכול..

eller
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4578
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

דער איד דעלי - לכבוד פורים

תגובהדורך eller » מאנטאג פאברואר 19, 2018 4:44 pm

וואלף אייגנטימער באעהרט טראמפ

קאסאווא – א פארמער אינעם לענדל קאסאווא, וועלכער האדעוועט אינטערעסאנטע און ווילדע באשעפענישן, האט באשלאסן צו באעהרן דעם אמעריקאנער פרעזידענט דאנאלד טראמפ, דורכ'ן א נאמען געבן פאר איינעם פון זיינע וועלף "דאנאלד טראמפ". דער פארמער הייסני רעקשא זאגט, אז ער האט מיט א צייט צוריק אריינגענומען אין זיין פארם 4 וועלף, וועלכע ער האט אליין געפאנגען לעבעדיגערהייט פון וועלדער אין זיין שטעטל, אבער גלייך האט ער באמערקט ווי איינע פון די וועלף שטארן ארויס אלס זייער קלוג, געראטן און דרייסט, און דער איינער וואלף טוט נישט נאך וואס אלע אנדערע וועלף טוען, נאר ער טוט וואס ער פארשטייט און וואס ער וויל. רעקשא זאגט אז די אויפפירונג פונעם ספעציעלן געוואגטן וואלף, האט אים דערמאנט פונעם אמעריקאנער פרעזידענט, האט ער דעריבער באשלאסן אים אזוי א נאמען צו געבן. עס ווערט טאקע ארויסגעברענגט אז צווישן אלע וועלט'ס לענדער, איז טראמפ דאס מערסטע פאפולער אין קאסאווא, וואו 75 פראצענט זאגן אז די טראמפ אדמיניסטראציע טוט א גוטן דזשאב – און דאס איז פארשטענדליך, וויבאלד קאסאווא איז היפש איזאלירט און אמעריקע איז זייער נאענטסטע אליאירטע לאנד.
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

אוועטאר
יונהלע
שר חמש מאות
תגובות: 665
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 21, 2013 12:21 am

תגובהדורך יונהלע » מאנטאג פאברואר 19, 2018 4:48 pm

די וואלף האט אויך א פאלטשע נאז? (פעיק נאז)

אוועטאר
פעיק נוז
שר האלף
תגובות: 1869
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מאנטאג פאברואר 19, 2018 7:01 pm

פרעזידענט טראמפ האט איבעראשט די פאליטישע וועלט ווען אין ליכט פון די לעצטע פלארידע שיסעריי האט ער געזאגט אז ער איז אפן צו באטראכטן שטרענגערע געזעצן און מער מעטאדן צו פארמיידן גאנס פון אנקומען צו שעדליכע הענט, און דערמיט אפגענויגט פון די ביז יעצטיגע רעפובליקאנער פאליסי פון אומבאגרעניצטע צוטריט צו גאנס, א פאליסי וועלכע איז באאיינפלוסט פון די שווערע ביליאנען דאלארן וועלכע פליסן פון די גאן לאבי צו די רעפובליקאנער פאליטיקאנטן. און פאר פרעזידענט טראמפ וועלכער האט באקומען 21 מיליאן פונעם לאבי פאר זיין קאמפיין.

דער פרעזידענט האט גערעדט מיט דעם רעפובליקאנער סענאטאר דשאן קארנין פון פלארידע איבער א אומפארטייאישע ביל צו פארבעסערן דעם פעדעראלן בעקגראונד טשעק סיסטעם פאר די וועלכע ווילן קויפן א גאן. דער ביל ווערט געשריבן דורך קארנין אינאיינעם מיט׳ן דעמאקראטישער סענאטאר קריס מוירפי, און וועט פארשטערקערן די פעדעראלע אגענטור וואס פירט דורך די בעקגראונד טשעקס, און אויך געבן מער מעגליכקייטן פאר לאקאלע אגענטורן צו האבן מער איבערזיכט איבער גאן אייגענטומער.

די שריט איז באגריסט געווארן, אבער עס איז אנגעוויזן געווארן אז דער מערדער האט געקויפט א לעגאלע גאן, און פרא-גאן קאנטראל אקטיווסטן ווילן אז מען זאל אויך גענצליך פארבאטן סעמי-אויטאמאטישע וואפן פאר ציווילע באנוץ, און העכערן די עלטער פון ווען מען קען זיך איינהאנדלן א גאן.

פון פיינע נייעס
דער שוואכער טראסט אין טראמפ איז גוט פאר אונז, ווייל ער קען אונז נישט זאגען "גלייב מיר", איז האט ער נישט קיין ברירה און מוז נאכאנאנד דעליווערען

אוועטאר
לאנדאנער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 463
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 18, 2017 6:32 pm

תגובהדורך לאנדאנער » מאנטאג פאברואר 19, 2018 7:05 pm

יונהלע האט געשריבן:די וואלף האט אויך א פאלטשע נאז? (פעיק נאז)


;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-

הצדיק
שר האלף
תגובות: 1693
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

Breaking

תגובהדורך הצדיק » מאנטאג פאברואר 19, 2018 10:23 pm

@kolhaolam: WASHINGTON: JUST IN: President Trump Tweets he supports Mitt Romney. "He will make a great Senator" and "has my full support and endorsement!"...

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3794
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מיטוואך פאברואר 21, 2018 10:42 am

דער פרעזידענט פרעגט א וויכטיג שאלה, איינער האט א תירוץ?

Question: If all of the Russian meddling took place during the Obama Administration, right up to January 20th, why aren’t they the subject of the investigation? Why didn’t Obama do something about the meddling? Why aren’t Dem crimes under investigation? Ask Jeff Sessions!
!!!...Jobs, Jobs, Jobs

אוועטאר
יש ברירה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5883
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » מיטוואך פאברואר 21, 2018 10:51 am

עס זענען דא אסאך סיבות דערצו

קודם כל האט מען נאך דאן געהאלטן אינמיטן די אויספארשונג, מען קען נישט נקמה נעמען פאר מען ווייסט וואס איז פארגעקומען

זיי האבן געהאלטן אז קלינטאן גייט געווינען און זיי האבן זיך נישט ווי צו יאגן (וואלטן זיך געדארפט צוהערן צו סטראזאק, חבל...)

אזוי אויך האט אבאמא נישט געוואלט אריבערקומען אלץ פארטייאיש. זיין "גראדקייט" האט געקאסט א פרייז

און נאך...

אוועטאר
משהזוךמיר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4991
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » מיטוואך פאברואר 21, 2018 11:17 am

די אלע סברות זענען הוילע לופט.

1) קראודסטרייק האט ארויסגעגעבן אירע 'געפינסן' סאאאך פאר די וואלן, און אבאמא האט שוין זאגאר געמאכט 'נא נא' פאר פוטין עטליכע חדשים פאר די וואלן.

2) האט סתם אזוי נישט קיין פשט. ווייל זי גייט געווינען זאל ער נישט טון זיין דזשאב?!

3) קודם כל, נאך די לעצטיגע אויפדעקונגען ברויך מען זיין אדער גאר א גרויסער נאר אדער א בלינדער פארטייאישער העק צו קענען זאגן - אפי' פאר א דזשאוק - אז אבאמא האט געהאט די מינדעסטע שייכות מיט גראדקייט אוו אומפארטייאישקייט.
אבער די טענה כשלעצמו האט סתם אזוי נישט קיין סטענדינג. פארוואס האט געדויערט ביז סוף דעצעמבער? פארוואס האט ער נישט אנגעגרייט אלעס און א טאג נאך די וואלן ארויפגעשמיסן די סאנקציעס?
Get your facts first, then you can distort them as you please.

סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » מיטוואך פאברואר 21, 2018 11:25 am

איך פארשטיי נישט דעם פרעזידענ'ס שאלה. אפילו אויב עס איז פארגעקומען אין די צייטן פון אבאמא, אבער מען קוקט נישט ווען עס איז פארגעקומען, מען קוקט די עיקר פאר וועם עס איז פארגעקומען, אז די רוסן האבן געוואלט העלפן טראמפ, ממילא איז טראמפ שולדיג (איך רעד לשיטתו פון מוללער והדעמאקראטן).

איינער פארשטייט עכט וואס דער פרעזידענט פרעגט?
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ

סאבסיטוט
שר האלף
תגובות: 1182
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 16, 2014 5:36 pm

תגובהדורך סאבסיטוט » מיטוואך פאברואר 21, 2018 11:28 am

סידיראם האט געשריבן:
איינער פארשטייט עכט וואס דער פרעזידענט פרעגט?

נאו איידיע

בכלל, וועם ער פרעגט... ער פרעגט קשיות פון זיין אייגענע אטורני זשענעראל... האסט א פראגע קאל אים אן! קומסט אויף טוויטער ווייל ער וויל דיר נישט העלפן מיט דיינע קאנספירעסיס גיי נעם דיר א צווייטן אטורני זשענעראל

אוועטאר
משהזוךמיר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4991
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » מיטוואך פאברואר 21, 2018 11:29 am

יא.

זיין פוינט איז אז אפי' די דעמס האבן נישט געהאלטן אז די רוסישע אריינמישונג איז עפעס ערנסט, נאר נאכדעם וואס זיי האבן פארלוירן און זיי האבן געדארפט א תי' פארוואס זיי האבן שפיאנירט אויף טראמפ, האבן זיי אויפגעבלאזן די רוסישע פרשה כדי צו קענען באשולדיגן טראמפ אין קעלוזשען.

איך פערזענליך האלט גראדע אז די סאנקציעס האט נישט געהאט מיט דאס אויפבלאזן די אריינמישונג, נאר ענדערש כדי אונטערצושטעלן א פיסל פאר טראמפ.
Get your facts first, then you can distort them as you please.

שמואל בארג
שר האלף
תגובות: 1638
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » מיטוואך פאברואר 21, 2018 11:45 am

סאבסיטוט האט געשריבן:בכלל, וועם ער פרעגט... ער פרעגט קשיות פון זיין אייגענע אטורני זשענעראל... האסט א פראגע קאל אים אן! קומסט אויף טוויטער ווייל ער וויל דיר נישט העלפן מיט דיינע קאנספירעסיס גיי נעם דיר א צווייטן אטורני זשענעראל


שטעל דיר פאר טראמפ מאכט א טעלעפאן קאל צום אטורני דזשענערל פרעגן אט די פראגע, איר ווייסט וואספארא שטורעם די מידיע וואלט געמאכט דערפון?

ס'איז נישט נארמאל צו פרעגן אזא פראגע אויף טוויטער, אבער דער האט נישט קיין צוויי עצות, צו קיין אפישעלס קען ער נישט רעדן דערפון, רעדט ער כאטש צום פאלק.

אוועטאר
משה כספי
שר האלפיים
תגובות: 2021
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:44 pm
לאקאציע: אינעם יודישען וועלטעל
פארבינד זיך:

תגובהדורך משה כספי » מיטוואך פאברואר 21, 2018 11:53 am

שמואל בארג האט געשריבן:
סאבסיטוט האט געשריבן:בכלל, וועם ער פרעגט... ער פרעגט קשיות פון זיין אייגענע אטורני זשענעראל... האסט א פראגע קאל אים אן! קומסט אויף טוויטער ווייל ער וויל דיר נישט העלפן מיט דיינע קאנספירעסיס גיי נעם דיר א צווייטן אטורני זשענעראל


שטעל דיר פאר טראמפ מאכט א טעלעפאן קאל צום אטורני דזשענערל פרעגן אט די פראגע, איר ווייסט וואספארא שטורעם די מידיע וואלט געמאכט דערפון?

ס'איז נישט נארמאל צו פרעגן אזא פראגע אויף טוויטער, אבער דער האט נישט קיין צוויי עצות, צו קיין אפישעלס קען ער נישט רעדן דערפון, רעדט ער כאטש צום פאלק.

;l;p-
כדי א נושא זאל בלייבן אינטערעסאנט איז די שליסל א פוינט פאר א פוינט - עגרימענט אדער דיסעגריעמענט, פארשידענע מיינונגען געבן צו לעבן צו א נושא און ברענגט די שרייבער און ליינער הנאה צו האבן. און דאס פארקערטע איז מיט רעטאריק


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 28 געסט