דאנאלד טראמפ ערוויילט אלס 45'סטע פרעזידענט פון USA

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: צייטליך, אחראי, געלעגער

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר חמשת אלפים
תגובות: 5338
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » מיטוואך ינואר 11, 2017 3:40 pm

אויסגערעכנט האט געשריבן:
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:
נגיד האט געשריבן:די זיגל אויף CNN "פעיק נויס" גייט נישט אזוי שנעל אראפגיין און טראמפ גייט עס אנהאלטן, זיי גייען חרטה האבן!

#מארק מיין ווארדס
#טעיק איט טו דע בענק


דאס איז אייביג געווען זיין פלאן. אפצושוואכן און אונטערמינעווען די פרייע פרעסע אין די פאראייניגטע שטאטן.
דאס איז געווען זיין טריק די לעצטע אכצן חדשים, און דאס איז זיין פלאן פאר די קומענדיגע פיר יאר.
דאס איז אקוראט וואס עס האט פאסירט מיט די פרעסע אין רוסלאנד ווען זיין בוזעם-פריינט און מענטאר, וולאדימיר פוטין, איז געקומען צום מאכט.

יאפ, טראמפ וויל אפשוואכן פרייע פרעסע ווען זיי זענען פריי פון אמת, האסט שוין געהערט פון מייקל קאהן? טראמפ איז א מיליאן פראצענט גערעכט

איך וויל פארשטיין. דער נידערטרעכטיגער פארשוין האט זעלבסט באשולדיגט די אמעריקאנער שפיאנאזש געמיינדע אז זיי האבן דירעקט געליעקט די פאפירן.
וויאזוי איז סי.ען.ען. "פעיק ניוז" פארן באריכטן איבער די פאפירן וואס זיי האבן באקומען פון א פארלעסליכן רעגירונג'ס קוואל?


און טראמפ וויל אפשוואכן "פרעסע וואס איז פריי פון אמת."
איך בין נישט נעכטן געבוירן און דו אויך נישט.
פונקט ווי מיר האסטו מיטגעהאלטן די לעצטע יאר ווי דער נידערטרעכטיגער בירטער האט פארקויפט "פעיק ניוז" אויף טריט און שריט אויף אן אומפרעצעדענלאזע שטאפל, נישט נאר אין די היסטאריע פון אמעריקאנער פאליטיק, נאר פילייכט אין היסטאריע פון מערב וועלט דעמאקראטיע.

איך דארף נישט זיין פארשקלאפט צו די פרא-טראמפ מיינדסעט דא. Don't play me for a fool.
I'm calling for a complete and total shutdown of polling and punditry until we can figure out what the hell is going on.

Naftule
שר מאה
תגובות: 104
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 28, 2016 1:18 am

תגובהדורך Naftule » מיטוואך ינואר 11, 2017 3:47 pm

א נחת דער טראמפ!

abeg
שר מאה
תגובות: 129
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

תגובהדורך abeg » מיטוואך ינואר 11, 2017 3:52 pm

פאפירן וואס זיי האבן באקומען פון א פארלעסליכן רעגירונג'ס קוואל? Its typed up on word documents nothing to do with gov

אוועטאר
פלטיאל
שר האלף
תגובות: 1817
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

תגובהדורך פלטיאל » מיטוואך ינואר 11, 2017 3:53 pm

פתאום, לאמיר פרובירן צו פארשטיין געבן, עס איז פונקט ווי א פרעזידענט זאל זיך אויפשטעלן און אונטעררייסן א נייעס אגענטור פארן באריכטן עפעס וואס שמעקט אים נישט...

אקעי... ראנג משל..

עס איז ווי ****** רבי זאל ווען ארויסקומען מיט א קול קורא אקעגן א מתנגד וואס קריגט זיך מיט אים...

האלאו... ער איז נישט דיין קאנקורענץ... דו ביסט פרעזידענט, ליין עס נאכאמאל און טראכט אריין אין די באדייט פון די ווארט...

דו ביסט נישט אין די מידיע ליין... סיענען איז נישט דיין ביזנעס קאמפאטישן...

גראו אפ דאנעלד...
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!

abeg
שר מאה
תגובות: 129
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

תגובהדורך abeg » מיטוואך ינואר 11, 2017 3:55 pm

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:
אויסגערעכנט האט געשריבן:
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:
נגיד האט געשריבן:די זיגל אויף CNN "פעיק נויס" גייט נישט אזוי שנעל אראפגיין און טראמפ גייט עס אנהאלטן, זיי גייען חרטה האבן!

#מארק מיין ווארדס
#טעיק איט טו דע בענק


דאס איז אייביג געווען זיין פלאן. אפצושוואכן און אונטערמינעווען די פרייע פרעסע אין די פאראייניגטע שטאטן.
דאס איז געווען זיין טריק די לעצטע אכצן חדשים, און דאס איז זיין פלאן פאר די קומענדיגע פיר יאר.
דאס איז אקוראט וואס עס האט פאסירט מיט די פרעסע אין רוסלאנד ווען זיין בוזעם-פריינט און מענטאר, וולאדימיר פוטין, איז געקומען צום מאכט.

יאפ, טראמפ וויל אפשוואכן פרייע פרעסע ווען זיי זענען פריי פון אמת, האסט שוין געהערט פון מייקל קאהן? טראמפ איז א מיליאן פראצענט גערעכט

איך וויל פארשטיין. דער נידערטרעכטיגער פארשוין האט זעלבסט באשולדיגט די אמעריקאנער שפיאנאזש געמיינדע אז זיי האבן דירעקט געליעקט די פאפירן.
וויאזוי איז סי.ען.ען. "פעיק ניוז" פארן באריכטן איבער די פאפירן וואס זיי האבן באקומען פון א פארלעסליכן רעגירונג'ס קוואל?


און טראמפ וויל אפשוואכן "פרעסע וואס איז פריי פון אמת."
איך בין נישט נעכטן געבוירן און דו אויך נישט.
פונקט ווי מיר האסטו מיטגעהאלטן די לעצטע יאר ווי דער נידערטרעכטיגער בירטער האט פארקויפט "פעיק ניוז" אויף טריט און שריט אויף אן אומפרעצעדענלאזע שטאפל, נישט נאר אין די היסטאריע פון אמעריקאנער פאליטיק, נאר פילייכט אין היסטאריע פון מערב וועלט דעמאקראטיע.

איך דארף נישט זיין פארשקלאפט צו די פרא-טראמפ מיינדסעט דא. Don't play me for a fool.


ביטע זאג מיר אײן Fake news װאס ער האט פארקױפט

אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4214
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: פארמעסט ביורא
פארבינד זיך:

תגובהדורך מה פתאום??? » מיטוואך ינואר 11, 2017 3:56 pm

פלטיאל. איין זאך אויפאמאל. שלמה האט נישט גע׳טענה׳ט גראו אפ. ער האט ארויסגעלייגט א באשולדיגונג אז דאנעלד וויל פארמינערן אונזערע רעכטן. און אויף דעם האב איך קאמענטירט.
האסט הנאה פונעם פארמעסט? ווייז ארויס דיין הכרת הטוב דא!

וויאזוי צו זוכן אנליין
וויאזוי צו זוכן אייוועלט

~מומחה עצום

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר חמשת אלפים
תגובות: 5338
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » מיטוואך ינואר 11, 2017 3:57 pm

שכל'דיג האט געשריבן:
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:מענטשן כאפן נישט וואס דא גייט פאר.
די פרעזידענט עלעקט האט היינט אטאקירט די שפיאנאזש געמיינדע פון די פאראייניגטע שטאטן און געגאנגען אזוי ווייט ווי זיי פארגלייכן צו נאצי דייטשלאנד.
געציילטע מינוט פריער האט ער גענוצט רוסישע רעגירונג סטעיטמענטס צו מאכן זיין קעיס (וואס מאכט נישט קיין טראפ סענס in the first place. "אפילו די גנב אליינס זאגט אז ער האט נישט גע'גנב'ט").


איבער די געליעקטע באשולדיגונגען איבער טראמפ'ס געמיינסטע אויפירונגען. אויב ליגט סיי וועלכע אמת דערין, און אויב האט די אינטעלידזשענס קאמיוניטי טאקע געליעקט די באריכט, האבן זיי געטון די קלוגסטע זאך וואס זיי האבן נאר געקענט טון פאר אמעריקע'ס זיכערהייט.
ווילאנג דאס איז א סוד, האבן די רוסן לעווערידזש איבערן פרעזידענט און קענען אים בלעקמעילן (שיינע טויש געמאכט. פון א 'בלעק' פרעזידענט, צו א 'בלעקמעילד' פרעזידענט..). איינמאל דאס איז אינדערויסן איז די גאנצע סם neutralized. די אלע שענדליכע אינפארמאציע איבער טראמפ זעט געשאסענע קוילן. גארנישט ווערד פאר די רוסן.


איך ווייס נאכנישט פינקליך פון וועלעכע "געמיינסטע אויפירונגען" די רעדסט..

מעגסט מיר גלייבן..

אבער אויב איז דאס אמת עגרי איך מיט דעם 100% אז די אינטעלידזשענס האבן גוט געטוהן דערמיט... וואס מיט דעם בלייבט פוטין מיט די צונג אינדרויסן...

אין נאך מער ס'איז אסאך א קלענערע שאנדע פאר טראמפ ווען אמעריקאנער געט דאס ארויס, ווי ווען די רוסן...

די רוסן וואלטן דאס קיינמאל נישט ארויסגעגעבן. פוטינ'ס ציל איז נישט צו פארשעמען טראמפ און אים מאכן פאר א שונא. זייער ציל איז געווען (אויב די באריכט איז אמת) אים צו האלטן אין קלאמערן אויב, און אין פאל זיין גרעניצלאזער ליבשאפט און הימלגרייכנדע שעצונג צו רוסישן דעספאט הייבט אן אויסצואוועפן.

פון טראמפ'ס פוינט און וויו איז די יעצטיגע ליעק בכלל נישט גונסטיג. ער וואלט גערן אויסגעפאלגט וואס זיין העלד אינעם קרעמלין שרייבט אים פאר אפילו אן די סטראשע פון די געהיימע 'סחורה.' ער איז מערקווירדיג איינשטימיג מיט פוטינ'ס וועלטאנשויאונג נישט פון היינט (ווי יעדער וואס האט מיטגעהאלטן די פריימעריס און די אלגעמיינע וויסט).
איך האב גערעדט מטעם די אמעריקאנער אינטערעסן (פארגעשטעלט דורך די סטעיט דעפארטמענט און די שפיאנאזש געמיינדע). זיכער טוט עס וויי פאר טראמפ אז די זאכן האבן געליעקט. אבער עס איז פיל וויכטיגער אז אמעריקע זאל נישט זיין אונטערטעניג צו די קרעמלין מיט א פערזענליכע סטראשע צו טראמפ, ווי דאס אז דער פרעזידענט עלעקט זאל נישט ליידן קיין בושות.
I'm calling for a complete and total shutdown of polling and punditry until we can figure out what the hell is going on.

abeg
שר מאה
תגובות: 129
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

תגובהדורך abeg » מיטוואך ינואר 11, 2017 3:58 pm

פלטיאל האט געשריבן:פתאום, לאמיר פרובירן צו פארשטיין געבן, עס איז פונקט ווי א פרעזידענט זאל זיך אויפשטעלן און אונטעררייסן א נייעס אגענטור פארן באריכטן עפעס וואס שמעקט אים נישט...

אקעי... ראנג משל..

עס איז ווי ****** רבי זאל ווען ארויסקומען מיט א קול קורא אקעגן א מתנגד וואס קריגט זיך מיט אים...

האלאו... ער איז נישט דיין קאנקורענץ... דו ביסט פרעזידענט, ליין עס נאכאמאל און טראכט אריין אין די באדייט פון די ווארט...

דו ביסט נישט אין די מידיע ליין... סיענען איז נישט דיין ביזנעס קאמפאטישן...

גראו אפ דאנעלד...


יא אבער װען ס׳איז דא נאך אנדערע מענטשען װאס װילען אים פרעגען קשיות פ״װ זאל פיקן אײנער װאס האקט אים אינטער

אוועטאר
קאמפיוטער עקספערט
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 18, 2016 8:42 am

תגובהדורך קאמפיוטער עקספערט » מיטוואך ינואר 11, 2017 4:00 pm

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:
נגיד האט געשריבן:די זיגל אויף CNN "פעיק נויס" גייט נישט אזוי שנעל אראפגיין און טראמפ גייט עס אנהאלטן, זיי גייען חרטה האבן!

#מארק מיין ווארדס
#טעיק איט טו דע בענק


דאס איז אייביג געווען זיין פלאן. אפצושוואכן און אונטערמינעווען די פרייע פרעסע אין די פאראייניגטע שטאטן.
דאס איז געווען זיין טריק די לעצטע אכצן חדשים, און דאס איז זיין פלאן פאר די קומענדיגע פיר יאר.
דאס איז אקוראט וואס עס האט פאסירט מיט די פרעסע אין רוסלאנד ווען זיין בוזעם-פריינט און מענטאר, וולאדימיר פוטין, איז געקומען צום מאכט.

אזא נארישע קאנספיראציע פאסט נישט פאר קלוגע דעמאקראטען
If you think it’s expensive to hire a professional, wait until you hire an amateur

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר חמשת אלפים
תגובות: 5338
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » מיטוואך ינואר 11, 2017 4:02 pm

abeg האט געשריבן:פאפירן וואס זיי האבן באקומען פון א פארלעסליכן רעגירונג'ס קוואל? Its typed up on word documents nothing to do with gov

איך פארשטיי נישט וואס דו פרעגסט.
טראמפ האט היינט אינדערפרי באשולדיגט אז דער אמעריקאנער שפיאנאזש געמיינדע באנוצט זיך מיט נאצי טאקטיקן מיטן ליעקן די פאפירן.
לעצט פאראכטן דורך שלמה הילדעסהיימער אום מיטוואך ינואר 11, 2017 4:09 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
I'm calling for a complete and total shutdown of polling and punditry until we can figure out what the hell is going on.

אוועטאר
קאמפיוטער עקספערט
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 18, 2016 8:42 am

תגובהדורך קאמפיוטער עקספערט » מיטוואך ינואר 11, 2017 4:03 pm

פלטיאל האט געשריבן:פתאום, לאמיר פרובירן צו פארשטיין געבן, עס איז פונקט ווי א פרעזידענט זאל זיך אויפשטעלן און אונטעררייסן א נייעס אגענטור פארן באריכטן עפעס וואס שמעקט אים נישט...

אקעי... ראנג משל..

עס איז ווי ****** רבי זאל ווען ארויסקומען מיט א קול קורא אקעגן א מתנגד וואס קריגט זיך מיט אים...

האלאו... ער איז נישט דיין קאנקורענץ... דו ביסט פרעזידענט, ליין עס נאכאמאל און טראכט אריין אין די באדייט פון די ווארט...

דו ביסט נישט אין די מידיע ליין... סיענען איז נישט דיין ביזנעס קאמפאטישן...

גראו אפ דאנעלד...

ער טוט עס אויף א קינדערישע אופן אבער דאס איז קלאר אז ער דארף צירוק פייטען און נישט לאזען פארקויפען ליגענטס און אים נישט געבען קיין טשענס
If you think it’s expensive to hire a professional, wait until you hire an amateur

אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר האלף
תגובות: 1362
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: אויפן וועג צו סוקסעס

טראמפ האלט אפ ערשטע פרעסע קאנפערענץ אלס פרעזידענט

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » מיטוואך ינואר 11, 2017 4:19 pm

נאכ'ן אפשטופען עטליכע מאל האט דער פרעזידענט עלעקט טראמפ היינט צום ערשטן מאל אפגעהאלטן א פרעסע קאנפערענץ, אין וועלכע ער האט קלארגעשטעלט פארשידענע פראגעס איבער וויאזוי ער פלאנט צו האנדלען מיט לעגאלע פראגעס איבער מעגליכע קעגנזייטיגע אינטערעסן צווישן זיינע ביזנעס אונטערנעמונגען און זיין פאזיציע אלס פרעזידענט.

טראמפ האט זיך אנזאגט צו אויפגעבן זיין אייגטענטומערשאפט אין זיין קאמפאני, און וועט נישט אריינלייגן זיין קאמפאני אין א בליינד טראסט, אבער ער וועט נישט זיין פארמישט אין די טאג טעגליכע אפעראציעס אין זיין קאמפאני, נאר עס וועט ווערן געפירט דורך זיינע קינדער. ער האט אויך מיטגעטיילט איבער א דיל וואס ער האט געקענט מאכן אין דובאי אין די לעצטע טעג אין די ווערט פון צוויי ביליאן דאלער, אבער ער האט עס אפגעזאגט צוליב עטישע פראגן.

ווען ער איז געפרעגט געווארן איבער די מיינונג פון די שפיאנאזש געמיינדע אז וולאדימיר פוטין האט פארארדנט א העקינג אויף די דעמאקראטישע פארטיי, האט ער צום ערשטן מאל עפנטליך אנערקענט אז עס איז ריכטיג, און האט נישט קלאר געענטפערט אויב ער פלאנט צו האלטן די סאקנציעס וואס פרעזידענט אבאמא האט ארויפגעלייגט אין ליכט פון די סקאנדאל.

ער האט אויך געלייקענט אז ער האט סיי וועלכע ביזנעס אינטערעסן אין רוסלאנד, זאגנדיג אז ער האט קיינמאל נישט געהאט קיין ביזנעס אין רוסלאנד, און האט נישט גענומען קיין הלוואות פון רוסישע בענק, אבער האט זיך נאך אלס אנטזאגט צו ארויסגעבן זיין טעקס ריטוירן.
אויב האסטו עפעס וואס צוצולייגן - שעם זיך נישט, זאג וואס דו האסט צו זאגן!

וואס איך האב צו פארקויפן - וואס איך האב צו זאגן

פאר סיי וועלכע שרייב ארבעט, אידיש אדער לשה"ק, פאעזיע אדער סיי וואס, פארבינט אייך מיט אונז אויף zofti2016@gmail.com

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר חמשת אלפים
תגובות: 5338
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » מיטוואך ינואר 11, 2017 4:26 pm

זיינע זינדעלעך גייען אנפירן זיינע ביזנעסער (אנדערש ווי זיינע פארשפרעכונגען איבער א בליינד טראסט).
דער פראבלעם פון קאנפליקט אוו אינטערעסט איז 'גע'סאלווד' געווארן וויאזוי פונקטליך?
לעצט פאראכטן דורך שלמה הילדעסהיימער אום מיטוואך ינואר 11, 2017 4:27 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
I'm calling for a complete and total shutdown of polling and punditry until we can figure out what the hell is going on.

אוועטאר
יהודי
שר האלף
תגובות: 1789
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 2:20 pm
לאקאציע: ווייט פון פאליטיק.

תגובהדורך יהודי » מיטוואך ינואר 11, 2017 4:27 pm

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:זיינע זינדעלעך גייען אנפירן זיינע ביזנעסער.
דער פראבלעם פון קאנפליקט אוו אינטערעסט איז 'גע'סאלווד' געווארן וויאזוי פונקטליך?

איז וואס ווילסטו אז ער זאל טון?
אז עס שמעקט דיר נישט מיינע תגובות איז נישט. קוק עס נישט, און גיי ווייטער.אבער פארוואס קריטיק ?
האסט נישט וואס צו טון ? דאן דריק דא
האסט קריטיק ? אויב יא דריק דא אבער שוין יעצט !!
און פאר א שקויעך דריק דא, נאר אויב די האסט נערוון.

אוועטאר
יהודי
שר האלף
תגובות: 1789
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 2:20 pm
לאקאציע: ווייט פון פאליטיק.

תגובהדורך יהודי » מיטוואך ינואר 11, 2017 4:29 pm

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:
אויסגערעכנט האט געשריבן:
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:
נגיד האט געשריבן:די זיגל אויף CNN "פעיק נויס" גייט נישט אזוי שנעל אראפגיין און טראמפ גייט עס אנהאלטן, זיי גייען חרטה האבן!

#מארק מיין ווארדס
#טעיק איט טו דע בענק


דאס איז אייביג געווען זיין פלאן. אפצושוואכן און אונטערמינעווען די פרייע פרעסע אין די פאראייניגטע שטאטן.
דאס איז געווען זיין טריק די לעצטע אכצן חדשים, און דאס איז זיין פלאן פאר די קומענדיגע פיר יאר.
דאס איז אקוראט וואס עס האט פאסירט מיט די פרעסע אין רוסלאנד ווען זיין בוזעם-פריינט און מענטאר, וולאדימיר פוטין, איז געקומען צום מאכט.

יאפ, טראמפ וויל אפשוואכן פרייע פרעסע ווען זיי זענען פריי פון אמת, האסט שוין געהערט פון מייקל קאהן? טראמפ איז א מיליאן פראצענט גערעכט

איך וויל פארשטיין. דער נידערטרעכטיגער פארשוין האט זעלבסט באשולדיגט די אמעריקאנער שפיאנאזש געמיינדע אז זיי האבן דירעקט געליעקט די פאפירן.
וויאזוי איז סי.ען.ען. "פעיק ניוז" פארן באריכטן איבער די פאפירן וואס זיי האבן באקומען פון א פארלעסליכן רעגירונג'ס קוואל?


און טראמפ וויל אפשוואכן "פרעסע וואס איז פריי פון אמת."
איך בין נישט נעכטן געבוירן און דו אויך נישט.
פונקט ווי מיר האסטו מיטגעהאלטן די לעצטע יאר ווי דער נידערטרעכטיגער בירטער האט פארקויפט "פעיק ניוז" אויף טריט און שריט אויף אן אומפרעצעדענלאזע שטאפל, נישט נאר אין די היסטאריע פון אמעריקאנער פאליטיק, נאר פילייכט אין היסטאריע פון מערב וועלט דעמאקראטיע.

איך דארף נישט זיין פארשקלאפט צו די פרא-טראמפ מיינדסעט דא. Don't play me for a fool.

הער אויס געשטעטנער וועסטו אלעס פארשטיין
אז עס שמעקט דיר נישט מיינע תגובות איז נישט. קוק עס נישט, און גיי ווייטער.אבער פארוואס קריטיק ?
האסט נישט וואס צו טון ? דאן דריק דא
האסט קריטיק ? אויב יא דריק דא אבער שוין יעצט !!
און פאר א שקויעך דריק דא, נאר אויב די האסט נערוון.

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר חמשת אלפים
תגובות: 5338
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » מיטוואך ינואר 11, 2017 4:34 pm

:lol:
I'm calling for a complete and total shutdown of polling and punditry until we can figure out what the hell is going on.

בוידעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3704
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובהדורך בוידעם » מיטוואך ינואר 11, 2017 4:42 pm

דו לאכסט, דער מיינט דאס נעבעך ערענסט.
2 און א האלב מיליאן ! איז א ריזיגע נומער.

אוועטאר
וואס א חילוק
שר האלף
תגובות: 1048
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 16, 2015 3:39 pm
לאקאציע: ניי קרוינהייטס

תגובהדורך וואס א חילוק » מיטוואך ינואר 11, 2017 4:45 pm

איך הער אויס געשטעטנער פון (ווען כ'האב) צייט צו צייט און ער רעדט גאנץ צו דער זאך!

קען מיר איינער מסבירן (כאטש אין אישין) פארוואס דער איז דא אפגעלאכט?
חזקו ואמץ לבבכם כל המיחלים לה' - המיחלים דיקא. ודו"ק והבן היטב..

אוועטאר
יהודי
שר האלף
תגובות: 1789
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 2:20 pm
לאקאציע: ווייט פון פאליטיק.

תגובהדורך יהודי » מיטוואך ינואר 11, 2017 4:56 pm

בוידעם האט געשריבן:דו לאכסט, דער מיינט דאס נעבעך ערענסט.

:twisted:
אז עס שמעקט דיר נישט מיינע תגובות איז נישט. קוק עס נישט, און גיי ווייטער.אבער פארוואס קריטיק ?
האסט נישט וואס צו טון ? דאן דריק דא
האסט קריטיק ? אויב יא דריק דא אבער שוין יעצט !!
און פאר א שקויעך דריק דא, נאר אויב די האסט נערוון.

SPUSMN
שר שמונת אלפים
תגובות: 8204
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מיטוואך ינואר 11, 2017 5:08 pm

אמביציע האט געשריבן:אידן וואס גייט פאר?????????? ס'טיצעך א וועלט, וואס גייט פאר???

גארנישט גייט פאר. די פארלירער האבען פראבירט אלע מיטלען און "דערווייל" גארנישט געלונגגט זיי; האבען זיי באשלאסען צו פראבירען דער מיטל, אפשר וועט עס געלונגען און עס וועט זיך קלעבען.

יעדער טאג, א נייע געטיצעך; מען דארף נעמען א טיפען אטעם און רילעקסען; ס'גארנישט.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

רצון טוב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובהדורך רצון טוב » מיטוואך ינואר 11, 2017 5:14 pm

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:זיינע זינדעלעך גייען אנפירן זיינע ביזנעסער (אנדערש ווי זיינע פארשפרעכונגען איבער א בליינד טראסט).
דער פראבלעם פון קאנפליקט אוו אינטערעסט איז 'גע'סאלווד' געווארן וויאזוי פונקטליך?

עס האט סייווי נישט קיין סעלושען
א מענטש וואס טראכט שוין 70 יאר פין 5 פארטאגס ביז 11 ביינאכט פין ביזנעס גייט נישט מיט א בליינד טראסט פלוצים פארגעסן זיין געדאנקענגאנג
די נעקסטע אכט יאר גייט זיך אלדינגס דרייען ארום אפאר גרייצער
וזהו.

SPUSMN
שר שמונת אלפים
תגובות: 8204
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מיטוואך ינואר 11, 2017 5:35 pm

מי חכם האט געשריבן:cnn report

(CNN) Classified documents presented last week to President Obama and President-elect Trump included allegations that Russian operatives claim to have compromising personal and financial information about Mr. Trump, multiple US officials with direct knowledge of the briefings tell CNN

רבותי; אלע גרויסע שפיאנאזש עדזענסיס האבען א דאזיער (א פאלדער) אויף יעדען וויכטיגען מענטש וואס קען פאטענשעלי זיין העלפ-פול אדער פארקערט א סרעט, צו יענעם לאנד. דאס רופט מען "נעשינעל סעקיוריטי".

יעדען שטיקעל אינפארמעשא,ן גוט אדער שלעכט, לייגט מען דארטען אריין; און אויב זיי שפירען פאר וויכטיג האבע זיי פראפעשינאלע אינוועסטיגעיטארס וואס פאר זיי איז אפען די שבילי דרקיעא כשבילי דניו יארק; און זיי דארפען נישט קיין קארט ארדערס און FISA's אינטערשריפט אז זיי מעגען אריין קוקען אין יעדען איינצעלהייט פון יענעם'ס לעבען. ביי זיי איז דאס א געים וואס זיי קענען זייער גוט שפילען.

די פאלדערס מיט די וויכטיגע אינפארמאציע זיצט, ביז זיי דארפען עס האבען און גארנישט איז נישט ביי זיי אויס געשלאסען, נישט בלעקמעיל און אפילו נישט מארד ביי טייל לענדער.

דאס איז פשוט מען זאל פארשטיין דער נעטשור פון דער ביזנעס. דער פרעזידענט/פריים מיניסטער דארף שמייכלען, דער סעקרעטערי אוו סטעיט דארף שמייכלען צו די פירערעס פון אנדערע לענדער, אלע דיפלאמאטען דארפען שמייכלען, אבער די שפיאנאזש אגענטורען שמייכלען נישט; זיי טוהן ערענעסטע און אויך געמיינע ארבעט.

איז ממילא קיין שום נייעס אז רוסלאנד האט אלעס וואס מען קען האבען אויף טראמפ.

עס איז אויך נישט קיין נייעס אז רוסלאנד האט אלעס וואס מען קען האבען אויף די קלינטאן'ס.
--
אגב, געהערט אמאל (קען נישט זאגען צו עס איז אמת אדער נישט) אז מד"י האט געהאט אזעליכע פאלדערס אויף אלע פירערס און זייערע אמבאסעדארען אין דער יונייטעד נעישאן'ס; און א טאג פאר דער וואוט אין די יונייטיד נעישאן'ס צו אקסעפטירען מד"י פאר א נייע לאנד, האט זיי נאך אויס געפעלט א פאר וואוטס. האבען זיי אראפ געלייגט אזא פאלדער ביי עטליכע סאוט אמעריקע לענדער אן געסטראשעט אז די אינפארמאציע דארט וועט ווערט אנטפלעקט אויב זיי וואוטען א קעגען זיי.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
פאליק
שר ששת אלפים
תגובות: 6302
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אויפן וועג צום ווייסן הויז

תגובהדורך פאליק » מיטוואך ינואר 11, 2017 5:39 pm

@שלמה קודם שלום עליכם, אונז האב מיר זיך געבענקט

דין אהערקומען דא איז ביי מיר א בחינה פון ויחד יתרו איך פריי מיר דיר צו זעהן אבע פון די אנדערע זייט ווען איך זעה דיינע תגובות קען איך נאר זאגן איין ווארט SAD

כ'האב געמיינט אז דו לופטערסט דיר אויס ערגעץ און דו גייסט זעהן אז מיט פאליטיק ענדיגט זיך נישט קיין וועלט, עס איז גארנישט געשעהן ווען אבאמא איז געווען פרעזידענט פאר אכט יאר און עס גייט גארנישט זיין ווען טראמפ איז פרעזידענט

דיינע לשונות פון נידערטרכעטיגער אינג קוקט מיר אויס ווי דו האסט נאך אלץ נישט אראפגעשלינגען די פאקט אז טראמפ האט געוואנען מיט 306 עלעקטארעלס

כך הוא דרכה של פאליטיק אמאל געוואונט ער און אמאל ער

SAD
עס איז אדורך א חודש צוויי פון ווען טראמפ איז ערוויילט און די וועלט האט זיך נישט איבערגעדרייט

SPUSMN
שר שמונת אלפים
תגובות: 8204
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מיטוואך ינואר 11, 2017 5:44 pm

מי חכם האט געשריבן:cnn report

(CNN)... The allegations came, in part, from memos compiled by a former British intelligence operative, whose past work US intelligence officials consider credible

עפעס שטינקט

אמעריקע האט נישט קיין אייגענע אפערעטיווס?

הרוצה לשקר ירחיק עדותו?
--
אגב, כ'האב אמאל געהערט (ווייס נישט צו ס'איז אמת אדער נישט); אז אזוי ווי אין אמעריקע קען מען נישט סתם אזוי אינטערהערען ארגאניזאציעס (ווי למשל אידישע ארגאניזאציעס); איז האט אמעריקע און ענגלאנד א אפמאך, אז איך וועל אינטערהערען ביי דיר אין לאנד די ארגאניזאליעעס דארט, און די וועסט אינטערהערען ביי מיר אין לאנד די ארגאניזאציעס ביי מיר און לאנד. ביידע לענדער היטען די געזעצען פון זיייער לעענדער און ביידע האבען די אינפארמאציע.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אמביציע
שר האלפיים
תגובות: 2998
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

תגובהדורך אמביציע » מיטוואך ינואר 11, 2017 5:45 pm

SPUSMN האט געשריבן:
אמביציע האט געשריבן:אידן וואס גייט פאר?????????? ס'טיצעך א וועלט, וואס גייט פאר???

גארנישט גייט פאר. די פארלירער האבען פראבירט אלע מיטלען און "דערווייל" גארנישט געלונגגט זיי; האבען זיי באשלאסען צו פראבירען דער מיטל, אפשר וועט עס געלונגען און עס וועט זיך קלעבען.

יעדער טאג, א נייע געטיצעך; מען דארף נעמען א טיפען אטעם און רילעקסען; ס'גארנישט.

גארנישט ספציפיש קעגן דיר אבער דאס איז וואס איך האב אזא פחד, א יעדער זאך וואס קומט ארויס אויף טראמפ ווערט גלייך דערקלערט דורך זיינע שטיצע אלץ א פארזיך עם אינטער צוברענגען. און אנדערע ווערטער מיינט דאס אז ער קען טאן וואס ער וויל און קיינער גייט עם נישט קענען טאן עפעס ווייל אויב יא גייען זיינע מיליאנער שטיצע ארויס קומען אין די גאסן בונטעוון.

איך בין שוין געקומען צום אויספיר אז מ'זאל עם טאקע לאזן טאן וואס ער וויל, אזוי גייט כאטש נאר פיר אדער אכט יאר זיין איינער וואס קען טאן אין ווייסן הויז וואס עם געפעלט נאר אבער ווען מ'גייט עם אפיר האלטן גייען זיינע שטיצע ארויס גיין אין די גאסן און ווער ווייסט השם ירחם וואס זיי קענען נאך אנמאכן.

מיט דעם וואס ער האט ארינטער געריסן סי ען ען איז ער אריין אין די קאטעגאריע פון א אטאריטעטישע פירער וואס לאזט נישט קיין קריטיק אויף זיך, נישט דא אזא זאך אז מ'אטאקירט ספעציפיש א ריפארטער ווייל זיי האבן ארויס געגעבן עפעס וואס דו האסט נישט ליב, טראמפ ווייסט זייער גוט אז זיינע מענטשן זענען פארקויפט פאר עם און ער ווייסט אז זיינע אטאקעס גייען שלאגן ווארצלען און אניטערמינעווען די פרעסע און אלעגעמיין.

איך פראביר זיך שוין אפילו נישט איינצורעדן אז עפעס גייט עם אונטער ברענגען, זיינע שטיצע גייען דאס נישט צו לאזן, און אנדערע ווערטער ''דער פאראייניגטע שטאטן האט שוין אין פאקט א אטאריטעטישער פירער''.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט