רה''ק דקהל פורים האט געשריבן:עפעס פרישע אנטוויקלונגען אין די קלינטאן אויספארשונג.
וואו זענען אונזערע נייעס ברענגער? @כאפצעם?
יא, מיר וועלן אייך צוליב טוען.
די רעפוליקאנער אינעם קאנגרעס האבן אויפגעעפענט אן אויספארשונג אויף א זאך וואס זיי האבן דערויף דורכאויס דעם קאמפיין טאג און נאכט עס איז נישט דורך קיין דריי טעג וואס פאקס זאל נישט האבן קיין העדליין דערפון. די העדליינס פלעגן זיך טוישן צווישן די אויבערמאנטע מעשה, קליטאן אימעילס און אז קלינטאן האלט אט אט ביי שטארבן!!
שטעלט זיך א קשיא, זיי האבן שוין געהאט דעם קאנגרעס דורכאויס דעם קאמפיין, פארוואס עפעס פארשן זיי דאס יעצט אויס?
תריץ הכי: ווייל זיי האבן א פרעזידענט וואס מאכט פראבלעימען טאג און נאכט, אמעריקא מאז היתה לגוי האבן נאך נישט געהאט אזא אגעריסענעם פרעזידענט, עס גייט נישט דורך א טאג וואס ער מאכט נישט מער און מער חרוב דאס לאנד, דאס לאנד גייט צום גרונד און ווער עס וויל קען מיטגיין!
ממילא מוז מען דאך מיט עפעס באדעקן-צודעקן פון די גרויסע שאנדע ממילא האט מען געלטשענט צוויי אויספארשונגן. אולי ואולי וועט דאס העלפן!