איז טאקע דא מידיע בייעס?

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

איז דא א מידיע בייעס גענויגט צו די דעמאקראטן

נישטא קיין שום בייעס, סתם א קאנספיראציע פון די ריפאבליקענס
25
5%
אפשר א שטיל בייעס איז דא אבער די ריפאבליקענס בלאזן עס אויף פילפאכיג
55
12%
די מידיע איז גענויגט צו די דעמאקראטן אויף א שרעקליכע פארנעם
358
76%
די מידיע איז גענויגט צו די ריפאבליקענס
12
3%
איך ווייס נישט אבער איך וויל אויף עפעס שטימען...
21
4%
 
סך הכול שטימען: 471

דממה דקה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3022
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

Re: איז טאקע דא מידיע בייעס?

תגובהדורך דממה דקה » דאנארשטאג יולי 30, 2020 3:44 pm

אקעי ליין די גאנצע ארטיקל מיט ישוב הדעת נאכן אויספאסטן אפשר וועסטו אנהייבן פארשטיין, באט די ריקן די 12 טויזענט סאלדאטן גייט נישט געשען מארגען, עס גייט נעמען יארן, סא זיי גייען נישט זיין היימלאז, מען גייט בויען פאסיליטיס דאס צו קענען באהאנדלען, דארפסט אויך נעמען אין באטראכט אז יעדע באזע האט טויזענטער משפחות פון אמעריקאנער, ציווילע און מיליטערישע, מיט סקולס און שאפינג מאלס, וכו', יא דאס גייט קאסטן ביליאנען און גייט נעמען יארן דארכצופירן.


די אשכול איז געמאכט פאר מידיע בייעס, נישט דיין בייעס קעגן מידיע.
person-man-woman-camera-tv = genius

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 12199
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: איז טאקע דא מידיע בייעס?

תגובהדורך כאפצעם » דאנארשטאג יולי 30, 2020 5:48 pm

דממה דקה האט געשריבן:די אשכול איז געמאכט פאר מידיע בייעס, נישט דיין בייעס קעגן מידיע.

וואס פאלט דיר ביי אזאנס? דרייפערטל אשכול איז גראדע טאקע דאס, אזוינע עקזעמפלס פון "פעיק ניוז"..

נעכטן האט סי ען ען געהאט א קעפל, "טראמפ: קיינער האט מיך נישט ליב". די פרא טראמפער האבן געהאט יעדע רגע א צווייטע ארגומענט פארוואס דאס איז "פעיק ניוז". קודם ער האט עס קיינמאל געזאגט... אקעי יא געזאגט אבער סאיז אוט אוו קאנטעקסט.. קאפ אין וואנט.. וכו'

ווען דאס אלעס האט עקספייערט נאכן ברענגען די עקטשועל טראמפ סטעיטמענט איז די ארגומענט אריבער צום "פעיק ניוז מיינט נישט ממש פאלטש, סמיינט ווען מען פיקט ארויס נאר די שלעכטע נייעס פונעם טאג"...

אין אנדערע ווערטער, 'נייעס וואס איך גלייך נישט'...

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שבעת אלפים
תגובות: 7348
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

Re: איז טאקע דא מידיע בייעס?

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דאנארשטאג יולי 30, 2020 9:11 pm

אקען כאפצעם, דאס איז שוין חוצפה :wink:

טראמפ האט יא געזאגט אז קיינער האט אים נישט ליב, אבער CNN האט צוגעלייגט ווערטער אויף זייער בענער, וואס האט אוועקגעריקט טראמפ׳ס ווערטער פון פלאץ. קומסטו יעצט אראפנעמען דאס וואס CNN האט צוגעלייגט, און מיט דעם האלטסטו פאר די וועלכע קאמפלעינען אויף פעיק נוז. נאַט נייס.

העמער לייגן טראמפ׳ס וועטער, קודם אויף אידיש, און נאכדעם אויף א קליפישטע.

רעדענדיג פון זיין נידריגע צופרינדהייט ראטע אויף די אישו פון באהאנדלען דעם קאראנע קריזיס: ״אינטערסאנט, דר׳ פוטשי און דר׳ בירץ ארבעטן פאר אונזער אדמיניסטראציע, אלע גיידליינס און עדווייס דורך די CDC זענען מער ווייניגער זייער עדווייס. זייער צופרינדהייט ראטע איז הויעך אבער מיינס איז נידריג. זיי זענען זייער באליבט איך מיר האט קיינער נישט ליב, דאס קען נאר זיין צוליב מיין פערזענדליכקייט.

https://www.dropbox.com/s/h507pp7dprvd8 ... 1.mp4?dl=0

יעצט העמער ברענגען דעם בעננער פון CNN.
צוגעלייגטע
D9A381FE-1E0F-4347-9760-4E476D7823A6.jpeg
D9A381FE-1E0F-4347-9760-4E476D7823A6.jpeg (65.41 KiB) געזעהן 258 מאל
הכו"ח טשאדל הלוי באדעלע.
צוקומפטיגער ראה"ק דקהלתינו הק'.

אוועטאר
פעיק ניוז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8945
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: איז טאקע דא מידיע בייעס?

תגובהדורך פעיק ניוז » דאנארשטאג יולי 30, 2020 9:20 pm

אפילו ווען CNN שרייבט עס ווען סתם אזוי, אן דעם וואס זיי זאלן זיך באציען צו די דעטס, וואלט עס ווען אויך געווען טאטאל אוט אף קאנטעקסט.
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינד אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 12199
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: איז טאקע דא מידיע בייעס?

תגובהדורך כאפצעם » דאנארשטאג יולי 30, 2020 11:49 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:טראמפ האט יא געזאגט אז קיינער האט אים נישט ליב, אבער CNN האט צוגעלייגט ווערטער אויף זייער בענער

יעצט העמער ברענגען דעם בעננער פון CNN.

די ווערטער פונעם בענער זאגט זייער קלאר "נישט" אז טראמפ זאגט די ערשטע העלפט. זיי זענען זייער קלאר מיט דעם אז די קאנטאקסט פונעם מצב איז זייער אייגענע "בעת אמעריקא דערגרייכט 150,000 טויטע", און אז דערנאך קומט טראמפ'ס סטעיטמענט "קיינער גלייכט מיר נישט".

דאס וואס דו טרייסט יעצט צו טענהן אויף זיי, מיטן ערשטן העלפט בענער, איז שוין גראדע א פרישן ארגומענט צוצולייגן אינעם לאנגען ליסטע פון די טראמפער פארוואס דאס איז "פעיק ניוז"...

ס"ה טוסטו בעסער מסביר זיין מיין פוינט. דו גלייכסט נישט אז סי ען ען פארציילט די מצב אין וואס מ'שטייט, און אז זיי פארציילן אז טראמפ באקלאגט זיך אז קיינער גלייכט אים נישט. דאס פראווד נאר מיין פוינט ווי אלעס ביי די טראמפער וואס "איז נישט צום הארצן" ווערט "פעיק ניוז".

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 12199
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: איז טאקע דא מידיע בייעס?

תגובהדורך כאפצעם » דאנארשטאג יולי 30, 2020 11:52 pm

פעיק ניוז האט געשריבן:אפילו ווען CNN שרייבט עס ווען סתם אזוי, אן דעם וואס זיי זאלן זיך באציען צו די דעטס, וואלט עס ווען אויך געווען טאטאל אוט אף קאנטעקסט.

שטייצעך.

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שבעת אלפים
תגובות: 7348
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

Re: איז טאקע דא מידיע בייעס?

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » פרייטאג יולי 31, 2020 12:06 am

כאפצעם האט געשריבן:ס"ה טוסטו בעסער מסביר זיין.


טעקס פאר די קאמפלימענט.

[אפשר יעצט העסטו בעסער פארשטיין די נקודה?]

עניוועי, ווי שוין געשמועסט.. נישט ״דאס״ איז וואס דער רעדע איז ווען מ׳רעדט פון פעיק נוז. נאר אז דו ברענגסט עס שוין יא אויף צולייג איך עס מיט די פרטים דער עולם זאל זעהן. וירא הקהל וישפוט.
הכו"ח טשאדל הלוי באדעלע.
צוקומפטיגער ראה"ק דקהלתינו הק'.

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 13468
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: איז טאקע דא מידיע בייעס?

תגובהדורך צל עובר » פרייטאג יולי 31, 2020 4:46 am

מעכטיגע טשייראן פון טרוט ניוז סי ען ען.

ישר כח פארן ברענגען.
Goodmorning האט געשריבן:ער ווייסט נישט וואס עס באדייט א העכערע ציל ווי איך. מיך. זיך. מיין געפיל. מיין כבוד. און מיין וואולזיין.

Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

קאנטרי
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2019 9:45 pm

Re: איז טאקע דא מידיע בייעס?

תגובהדורך קאנטרי » פרייטאג יולי 31, 2020 8:25 am

איך וויייס נישט צו ס'איז געווען באריכטעט ס'איז געווען א פארהער אויף פיר קאמפעניס גוגל, אמעזאן, פעסבאק עס איז געווען פון ביידע פארטייען וואס האבן זיי געגרילט מיט אנטיטראסט און סענסערשיפ
https://www.270towin.com/maps/Ax8Dp


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: 5 מאל, Iphone, גאפל, השם רענד, יאנקל, נודניק, פארפלאנטערט, קאפ און אקסל, שטארקע חסיד, שכל טוב און 38 געסט