איז טאקע דא מידיע בייעס?

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

איז דא א מידיע בייעס גענויגט צו די דעמאקראטן

נישטא קיין שום בייעס, סתם א קאנספיראציע פון די ריפאבליקענס
29
5%
אפשר א שטיל בייעס איז דא אבער די ריפאבליקענס בלאזן עס אויף פילפאכיג
62
11%
די מידיע איז גענויגט צו די דעמאקראטן אויף א שרעקליכע פארנעם
424
77%
די מידיע איז גענויגט צו די ריפאבליקענס
14
3%
איך ווייס נישט אבער איך וויל אויף עפעס שטימען...
21
4%
 
סך הכול שטימען: 550

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 13470
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דאנארשטאג אוקטובער 13, 2016 10:21 pm

מטעמים האט געשריבן:די זעקס וואוטערס פון ניין זאלען שנעל טוישען זייער שטימע.

וואס עפעס?

מטעמים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7629
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » דאנארשטאג אוקטובער 13, 2016 10:24 pm

כאפצעם האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן:די זעקס וואוטערס פון ניין זאלען שנעל טוישען זייער שטימע.

וואס עפעס?

א בפירושע וויקי ליעקס.
די עיקר פראבלעם פון א ביידען געוואונס ליגט אין די נאכפאלגענדע עקסייטמענט און מאכט פארשפרייטונג פון די פעיק ניוז מעינסטריעם מידיע.

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 13470
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דאנארשטאג אוקטובער 13, 2016 10:26 pm

מטעמים האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן:די זעקס וואוטערס פון ניין זאלען שנעל טוישען זייער שטימע.

וואס עפעס?

א בפירושע וויקי ליעקס.

זאג, פון ווי ווייסטו פון וויקיליעקס צו זאגן אויב נישט פון די מידיע?...

מטעמים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7629
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » דאנארשטאג אוקטובער 13, 2016 10:33 pm

כאפצעם האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן:די זעקס וואוטערס פון ניין זאלען שנעל טוישען זייער שטימע.

וואס עפעס?

א בפירושע וויקי ליעקס.

זאג, פון ווי ווייסטו פון וויקיליעקס צו זאגן אויב נישט פון די מידיע?...

למאי נפקא אמינא?! זיי רעפארטען עס זייער זייער שוואכליך אבער א קלארע פאקט בלייבט עס.
די עיקר פראבלעם פון א ביידען געוואונס ליגט אין די נאכפאלגענדע עקסייטמענט און מאכט פארשפרייטונג פון די פעיק ניוז מעינסטריעם מידיע.

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 13470
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דאנארשטאג אוקטובער 13, 2016 10:47 pm

סאו ווייל דו האלטסט אז זיי רעפארטן עס נישט "גענוג שטארק" פאר דעם דארף איך "שנעל" טוישן מיין שטימע.

מטעמים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7629
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » דאנארשטאג אוקטובער 13, 2016 11:07 pm

כאפצעם האט געשריבן:סאו ווייל דו האלטסט אז זיי רעפארטן עס נישט "גענוג שטארק" פאר דעם דארף איך "שנעל" טוישן מיין שטימע.

ווייל עס איז די גרעסטע סקאנדאל אין די היסטאריע פון פרייע פרעסע.

זיי גייען עס נישט רעפארטען, און עס קומט זיך זיי נישט קיין קרעדיט אויב זיי רעפארטען עס יא.

אסאנדזש האט עס אויפגעדעקט און אויב מענטשען נעמען עס ערענסט קען געשעהן א ברעקזיט, אבער ווי עס שיינט גייט די מידיע פארדרייען די נייעס כדאי צו איינפלוסען די עלעקשאן און דאס איז א חורבן.

וויאזוי זאגט נאר בוידעם: כאפ אריין ווילאנג זיי גייען מיט דיין קאנדידאט די מינוט וואס זיי דעסיידען אויף א אנדערע קאנדידאט גייסטו פונקט אזוי קאמפלעינען.
די עיקר פראבלעם פון א ביידען געוואונס ליגט אין די נאכפאלגענדע עקסייטמענט און מאכט פארשפרייטונג פון די פעיק ניוז מעינסטריעם מידיע.

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6845
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » פרייטאג אוקטובער 14, 2016 4:11 am

צום קעפל: הא...?

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 13470
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » פרייטאג אוקטובער 14, 2016 5:38 am

מטעמים האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:סאו ווייל דו האלטסט אז זיי רעפארטן עס נישט "גענוג שטארק" פאר דעם דארף איך "שנעל" טוישן מיין שטימע.

ווייל עס איז די גרעסטע סקאנדאל אין די היסטאריע פון פרייע פרעסע.

אסאנדזש האט עס אויפגעדעקט און אויב מענטשען נעמען עס ערענסט קען געשעהן א ברעקזיט, אבער ווי עס שיינט גייט די מידיע פארדרייען די נייעס כדאי צו איינפלוסען די עלעקשאן און דאס איז א חורבן.
.

זעהט נישט אויס האסט געזעהן די אימעילס... דערווייל איז נישטא קיין שום ערענסטע זאכן. און יא, מענטשן האבן עס געזעהן (דורך די מידיע ) און דערווייל קוקט נישט אויס ווי ס'קונט א ברעקזיט...

shalsheles
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm

איז עס אמת? ווי אזוי קען דאס רויטערס וויסן?

תגובהדורך shalsheles » פרייטאג אוקטובער 14, 2016 8:54 am

22,450
Estimated number of people employed at Donald Trump’s
companies. Only a dozen have contributed more than $200 to his campaign. Maybe he’s just such a great boss that his employees can’t stand to see him leave them for the presidency. [Reuters]

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 13470
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » פרייטאג אוקטובער 14, 2016 9:08 am

אדער צאלט ער ער פעניס קענען זיי זיך נישט עפארדן מער.

אדער האט ער מערסטנס אומלעגאלע אימיגראנטן וואס קענען נאר בשטייערן אין קעש..

אדער.. איז אונטער $200 די עוורידזש אמאונט וואס רוב פון זיינע שטיצער געבן.. נישט בייגעפאלן?..

אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10654
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » פרייטאג אוקטובער 14, 2016 11:47 am

אין די עלעקשין אויב איז מען נישט בייעסד דאן איז מען בייעסד.

דהיינו, פון א זעלבסשטענדיגע שטאנדפונקט איז נישט מעגליך צו האלטן פון טראמפ, פשוט נישט מעגליך! מען קען נישט זיין אומפארטייאיש און פארענטפערן טראמפ

די זאכן וואס ער האט געזאגט דורכאויס די קאמפיין, די זאכן און שטעלונגען וואס ער האט געזאגט אין די פארגאנגענהייט און די לעצטיגע טעיפ ווי מען זעהט אז טראמפ האט די שוויין פלו אויף א שווערע פארנעם, די אלע זאכן קענען אפי' נישט זיינע שטיצער פארענטפערן

א גרויס חלק פון זיינע שטיצער זאגן קלאר אז זיי ווייסן אז דער איז איז משוגע ווי א אנגעטרונקענע מאלפע אבער זיי שטיצן אים דאך צוליב דאס און יענץ, יעדער מיט א צווייטע הסבר

יעצט וואס ווילסטו פון די מידיא? די ווילסט אז זיי זאלטן ריפארטען אויף אים אומפארטייאיש? זיי טוען דאס! דאס איז טראמפ אומפארטייאיש!

זיי גייען זיך נישט איבערשטרענגען אים צו פארענטפערן -אזוי ווי נאר א חלק פון זיינע אייגענע שטיצער טוען- ווייל פארוואס יא? זענען זיי דא צו האלטן די נייעס אין באלאנס? ניין! זיי זענען דא צו ריפארטען די נייעס! דאס איז דען עפעס א אזא עלעקשין וואס מען מאכט אין קעמפ? ווי די העד קאנסלער געבט אכטונג אז ביידע צדדים זאלן האבן די זעלבע מיטלען?!

דאס איז א ערענסטע עלעקשין און טראמפ הערט נישט אויף זיך צו דיסקוואלעפייען פארן זעלבסשטענדיגע צוקוקער און בלויז א חלק פון זיינע אייגענע שטיצער וועלן אים פארענטפערן און אסאך מאל דאס אויך נישט, טא וואס ווילסטו פון די מידיא?

די פארלאנגסט אז זיי זאלן נאכן ברענגן יעדן טאג די וואנזיניגע סטעיטמענטס פון טראמפ צולייגן אזא פזמון וואס די טראמפ שטיצער זאגן אייביג, בערך אזוי "טראמפ זאגט די און די שוידערליכע זאך אבער פון די אנדערע זייט איז ער גערעכט אויף רעפיודשיס..." גיוו מי עי ברעיק!

דאס אז זיי דעקן נישט קלינטאן'ס אייגענע מיסברויכן דאס קען זיין איז בייעס, (אויך נישט "אייביג", ווייל טאמער האט איינער געגנבט 100$ און איינער א מיליאן וועט מען רעדן פונעם רויבער און בלויז אריין ווארפן די קליינע גניבה) אבער די ליכט אין וואס זיי דעקן טראמפ איז אומפארטייאיש! דאס איז ווי אזוי א ראבאט וואלט געמאלדן די נייעס

אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

תגובהדורך מה פתאום??? » פרייטאג אוקטובער 14, 2016 12:18 pm

יש ברירה, שטארקע פוינט, לאל פאר די שוויין פלו.

אבער די טענה אויף די מידיע איז ווי דו אליין זאגסט אז זיי רעדן נישט איבער חילערי'ס באגאזשן, און יא דאס זענען גרויסע באגאזשן.

אוועטאר
פאליק
שר ששת אלפים
תגובות: 6829
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אין אוועל אפיס ביי די גאלדענע טעפיך

תגובהדורך פאליק » פרייטאג אוקטובער 14, 2016 12:25 pm

בייעס
צוגעלייגטע
photo_2016-10-14_12-21-53.jpg
Mr President We're tiered of winning so much

סראלי
שר ששת אלפים
תגובות: 6348
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 02, 2014 11:22 am
לאקאציע: אין די טריי סטעיט עריע

תגובהדורך סראלי » פרייטאג אוקטובער 14, 2016 12:33 pm

יעדער האט נעכטן געדעקט מישעל אבאמא׳ס מעסיוו ספיטש אויסער פאקס ניוס
ישראל אשר בך אתפאר

אוועטאר
נגיד
שר האלף
תגובות: 1970
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 04, 2015 10:39 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך נגיד » פרייטאג אוקטובער 14, 2016 1:05 pm

ברירה, די מידיע איז "דא צו באריכטן נייעס", אזוי? איך האב אפאר ברעיקינג! העדליינס פאר זיי:

ברעיקינג! קלינטאן קאמפיין איינגעשטעלטע האבן חוזק געמאכט און אראפגעריסן די אנהענגער פון א געוויסע רעליגיע!

ברעיקינג! קלינטאן האט אנגערופן 'לאטינאס' NEEDY לעטינאס!

ברעיקינג! קלינטאן האט אראפגעריסן "שווארצע" און זיי אנגעריפן "לוזערס"!

ברעיקינג! קלינטאן קאמפיין איינגעשטעלטער זאגט אז הילערי קלינטאן "האט פיינט פשוטע אמעריקאנער"!

ברעיקינג! קלינטאן האט דירעקט געארבייט מיט א סופער פעק אין איר שטיצע!

ברעיקינג! קליפס פון איבער דאס לאנד ווייזן עלעקשאן איינגעשטעלטע פעלשן די וואלט און הייסן וואוטן פאר קלינטאן!

ברעיקינג! דשאן פאדעסטא האט געהאט גאנצע 75000 שעירס אין א פוטין אפילירטע ענערדשי קאמפאני!

ברעיקינג! NASA האט געשיקט איליגעל אימעיל צו קלינטאן קאמפיין וועגן קאמפיין באשטייערונגען!

ברעיקינג! CNBC ריפארטער 'דשאן הארדוואד' האט געגעבן ראט און עצות פאר די קלינטאן קאמפיין ווי אזוי צו דיפיטן טראמפ!

ברעיקינג! אימעיל ווייזן ווי קלינטאן געהילפן רעדן וועגן WETWORKS (א אויסדריק פון די KGB וואס באדייט עלימינירן איינעם...) געציילטע טעג פאר דשאסטיס סקאליע איז "מיסטעריעז" געפינען געווארן טויט, און קיין אויטאפסי איז צוליב "א געוויסע סיבה" נישט דורכגעפירט געווארן אויף אים!

ברעיקינג! קלינטאן האט אויפגעברענגט די געדאנק צו הרגענען 'דשאליען אסאנדש' די גרינדער פון וויקיליעקס מיט א דראון אטאקע!

ברעיקינג! די ניו יארק טיימס האט געשיקט א ארטיקל וואס זיי האבן געשריבן צו הילערי'ס קאמפיין צו עדיטן די 'קוואוטס' עס זאל שטימען מיט די קאמפיינס וויזיע!

ברעיקינג! די באסטאן גלאוב האט געארבייט מיט די קלינטאן קאמפיין צו מאכן די העלערי 'אויסזען גוט' פאר די אמעריקאנער עולם צו קענען געווינען די דעמאקראטישע פריימעריס!

ברעיקינג! יוניוויזשאן האט געדריקט די קלינטאן קאמפיין צו אטאקירן טראמפ אויף אימיגרעישאן אפטער!

ברעיקינג! קלינטאן אליין האט מודה געווען אז די מידיע אינטערוויוערס זענען אויף איר זייט!

ברעיקינג דאנע בראזיל א ריפארטער פאר CNN האט געגעבן די קשיות פון א טאון האל פארעס איז פארגעקומען!

ברעיקינג! NBC האט שוין די טראמפ-טעיפ פאר 'אפאר חדשים' אבער ווען האבן זיי דיסיידעט צו "באריכטן די נייעס" צוויי טאג פאר א דיבעיט, צו העלפן קלינטאן!

ברעיקינג! א האפינגטאן פאוסט שרייבער זאגט אז קלינטאן זאגט אסאך ליגנט!

ברעיקינג! קלינטאן האט געזאגט אין א פריוואטע גוט-באצאלטע רעדע אז "טעראריזם איז "נישט" קיין סכנה פאר אמעריקאנער אינטערעסן!

ברעיקינג! קלינטאן האט ארויסגעליינט ענפערס פון א פאראויס אנגעגרייטע צעטל ביי א אינטערוויא!

ברעיקינג! קלינטאן האט געזאגט אז ווי ווייניגער די אמעריקאנער פאלק ווייסט איז בעסער!

ברעיקינג! די קלינטאן קאמפיין האט געדריקט אויף די מידיע מער צו פארדרייען די וויקיליעס סאמעטוכע! (וועלעכע וויקיליעס סאמעטוכע? כ'האב גארנישט געהערט...?)

ועוד... אטו כי רוכלא...

מידיע בייעס? עה! וואס פאלט דיר ביי? קיינמאל נישט געווען, א מין קאנספיראציע!

יע... "טראמפ שטיצער" זענען בת היענה סטייל, גייען אין וואנט אריין, יא שאאר, זיכער...
...I reserve the right to disagree

קאנספיראציע טעאריעס זענען פאלש, פאקטן זענען נישט...

אוועטאר
נגיד
שר האלף
תגובות: 1970
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 04, 2015 10:39 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך נגיד » פרייטאג אוקטובער 14, 2016 1:08 pm

ממש אזוי...

mb.JPG
...I reserve the right to disagree

קאנספיראציע טעאריעס זענען פאלש, פאקטן זענען נישט...

אוועטאר
שכל'דיג
שר האלפיים
תגובות: 2110
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 06, 2016 2:40 pm

תגובהדורך שכל'דיג » פרייטאג אוקטובער 14, 2016 1:22 pm

נגיד האט געשריבן:ברירה, די מידיע איז "דא צו באריכטן נייעס", אזוי? איך האב אפאר ברעיקינג! העדליינס פאר זיי:

ברעיקינג! קלינטאן קאמפיין איינגעשטעלטע האבן חוזק געמאכט און אראפגעריסן די אנהענגער פון א געוויסע רעליגיע!

ברעיקינג! קלינטאן האט אנגערופן 'לאטינאס' NEEDY לעטינאס!

ברעיקינג! קלינטאן האט אראפגעריסן "שווארצע" און זיי אנגעריפן "לוזערס"!

ברעיקינג! קלינטאן קאמפיין איינגעשטעלטער זאגט אז הילערי קלינטאן "האט פיינט פשוטע אמעריקאנער"!

ברעיקינג! קלינטאן האט דירעקט געארבייט מיט א סופער פעק אין איר שטיצע!

ברעיקינג! קליפס פון איבער דאס לאנד ווייזן עלעקשאן איינגעשטעלטע פעלשן די וואלט און הייסן וואוטן פאר קלינטאן!

ברעיקינג! דשאן פאדעסטא האט געהאט גאנצע 75000 שעירס אין א פוטין אפילירטע ענערדשי קאמפאני!

ברעיקינג! NASA האט געשיקט איליגעל אימעיל צו קלינטאן קאמפיין וועגן קאמפיין באשטייערונגען!

ברעיקינג! CNBC ריפארטער 'דשאן הארדוואד' האט געגעבן ראט און עצות פאר די קלינטאן קאמפיין ווי אזוי צו דיפיטן טראמפ!

ברעיקינג! אימעיל ווייזן ווי קלינטאן געהילפן רעדן וועגן WETWORKS (א אויסדריק פון די KGB וואס באדייט עלימינירן איינעם...) געציילטע טעג פאר דשאסטיס סקאליע איז "מיסטעריעז" געפינען געווארן טויט, און קיין אויטאפסי איז צוליב "א געוויסע סיבה" נישט דורכגעפירט געווארן אויף אים!

ברעיקינג! קלינטאן האט אויפגעברענגט די געדאנק צו הרגענען 'דשאליען אסאנדש' די גרינדער פון וויקיליעקס מיט א דראון אטאקע!

ברעיקינג! די ניו יארק טיימס האט געשיקט א ארטיקל וואס זיי האבן געשריבן צו הילערי'ס קאמפיין צו עדיטן די 'קוואוטס' עס זאל שטימען מיט די קאמפיינס וויזיע!

ברעיקינג! די באסטאן גלאוב האט געארבייט מיט די קלינטאן קאמפיין צו מאכן די העלערי 'אויסזען גוט' פאר די אמעריקאנער עולם צו קענען געווינען די דעמאקראטישע פריימעריס!

ברעיקינג! יוניוויזשאן האט געדריקט די קלינטאן קאמפיין צו אטאקירן טראמפ אויף אימיגרעישאן אפטער!

ברעיקינג! קלינטאן אליין האט מודה געווען אז די מידיע אינטערוויוערס זענען אויף איר זייט!

ברעיקינג דאנע בראזיל א ריפארטער פאר CNN האט געגעבן די קשיות פון א טאון האל פארעס איז פארגעקומען!

ברעיקינג! NBC האט שוין די טראמפ-טעיפ פאר 'אפאר חדשים' אבער ווען האבן זיי דיסיידעט צו "באריכטן די נייעס" צוויי טאג פאר א דיבעיט, צו העלפן קלינטאן!

ברעיקינג! א האפינגטאן פאוסט שרייבער זאגט אז קלינטאן זאגט אסאך ליגנט!

ברעיקינג! קלינטאן האט געזאגט אין א פריוואטע גוט-באצאלטע רעדע אז "טעראריזם איז "נישט" קיין סכנה פאר אמעריקאנער אינטערעסן!

ברעיקינג! קלינטאן האט ארויסגעליינט ענפערס פון א פאראויס אנגעגרייטע צעטל ביי א אינטערוויא!

ברעיקינג! קלינטאן האט געזאגט אז ווי ווייניגער די אמעריקאנער פאלק ווייסט איז בעסער!

ברעיקינג! די קלינטאן קאמפיין האט געדריקט אויף די מידיע מער צו פארדרייען די וויקיליעס סאמעטוכע! (וועלעכע וויקיליעס סאמעטוכע? כ'האב גארנישט געהערט...?)

ועוד... אטו כי רוכלא...

מידיע בייעס? עה! וואס פאלט דיר ביי? קיינמאל נישט געווען, א מין קאנספיראציע!

יע... "טראמפ שטיצער" זענען בת היענה סטייל, גייען אין וואנט אריין, יא שאאר, זיכער...


נגיד די ביסט גוטע נייעס...

מעקסט מיר גלייבן איך האב אליין נישט געכאפט אז מען רעדט פון אזא קראפטעט "מידיע-קלינטען-סטעיט דיפארטמענט"..
WOW ס'איז אומגלויבלעך...
............ נישט אייביג האב איך וואס צו זאגן, נישט אייביג איז מיר וויכטיג צו ענפערן!

אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2266
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

תגובהדורך פלטיאל » פרייטאג אוקטובער 14, 2016 1:31 pm

די 'ברעיקינגס' האסטו אליין ערפינדן אדער איז עס יא געווען געמאלדן ביי די נייעס אגענטורן און דו האסט עס גענומען פון דארט?
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!

אוועטאר
שכל'דיג
שר האלפיים
תגובות: 2110
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 06, 2016 2:40 pm

תגובהדורך שכל'דיג » פרייטאג אוקטובער 14, 2016 1:42 pm

הרב פלטיאל. אפילו עס איז יא געווען אין די נייעס.
ווענדט זיך וויפיל צייט מען געט אוועק פאר דעם??
ווי אזוי מען לייקט עס אראפ??
די וויפעלטע נייעס דאס איז??
אויב 3 טעג נאך וואס ס'איז ארויסגעקומען די אויפדעקונג דערמאנט מען זיך צו רעדן דערוועגן.. לייג די צוה ווייטער...
............ נישט אייביג האב איך וואס צו זאגן, נישט אייביג איז מיר וויכטיג צו ענפערן!

אוועטאר
יהודי
שר האלפיים
תגובות: 2893
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 2:20 pm

תגובהדורך יהודי » פרייטאג אוקטובער 14, 2016 1:42 pm

נגיד געוואלדיג :o ;l;p- ;l;p-
א פשוטע איד.

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6845
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » פרייטאג אוקטובער 14, 2016 1:44 pm

נגיד ;l;p-

פלטיאל האט געשריבן:די 'ברעיקינגס' האסטו אליין ערפינדן אדער איז עס יא געווען געמאלדן ביי די נייעס אגענטורן און דו האסט עס גענומען פון דארט?

אה.. פלטי שאמאלייכעם... שוין לאנג נישט געזען.

די מעשה איבער די ברעקינגס איז כציט נישט געווען אין די מידיע, וויקיליעקס האט דאס ארויסגעלייגט אויף זייער סייט, קליינע שטיקלעך זענען נאכגעברענגט געווארן, אבער כמעט גארנישט.

אוועטאר
שכל'דיג
שר האלפיים
תגובות: 2110
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 06, 2016 2:40 pm

תגובהדורך שכל'דיג » פרייטאג אוקטובער 14, 2016 1:48 pm

אויסגערעכנט פארוואס טאקע די רעכטע מידיע שטורעמט נישט????
............ נישט אייביג האב איך וואס צו זאגן, נישט אייביג איז מיר וויכטיג צו ענפערן!

אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

תגובהדורך מה פתאום??? » פרייטאג אוקטובער 14, 2016 3:03 pm

ייש"כ נגיד, קורץ שארף און צום פונקט. די בילד איז א געשמאקע קאמפאט!

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6304
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » פרייטאג אוקטובער 14, 2016 3:16 pm

ייש"כ נגיד.

יש ברירה און מה פתאום, ס'איז נישט נאר וואס זיי באריכטען נישט אדער שוואך קלינטאן נעגטיוויטי, ס'איז אויך אז יעדע שלעכטס פון טראמפ וועט מען אויפבלאזן פון טראמפ.

יעצט שרייטס אלע מען דארףעס נישט אויפבלאזן ס'איז אליינס גרויס... איה"נ, ער האט סקאנדאלן וואס זענען זייער גרויס, אבער אפילו ווען ס'איז נישט דא וועלן זיי אייביג אויסטרעפן עפעס א נארישע 'סקאנדאל' און מאכן דערפון א געשמאקע מייערן צימעס (כגון ארויסווארפן א בעיבי פון א ראלי... ועוד)
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6845
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » פרייטאג אוקטובער 14, 2016 3:19 pm

שכל'דיג האט געשריבן:אויסגערעכנט פארוואס טאקע די רעכטע מידיע שטורעמט נישט????

די רעכטע מידיע איז יא פארנומען דערמיט, אבער נישט געניג, און די וואס נאקן יא דערויף ווי עס דארף צו זיין, ווי הענעטי און ביל אריילי, די רייסט מען אראפ אלס איינזייטיג, טראמפ סופער פעקס.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: א_נייע_גרינער, ברא כרעא דאבוה, האמת עד לעצמו, פארצייטיש, צדק תרדוף, שופר, שטיל און 53 געסט