איז טאקע דא מידיע בייעס?

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

איז דא א מידיע בייעס גענויגט צו די דעמאקראטן

נישטא קיין שום בייעס, סתם א קאנספיראציע פון די ריפאבליקענס
29
5%
אפשר א שטיל בייעס איז דא אבער די ריפאבליקענס בלאזן עס אויף פילפאכיג
62
11%
די מידיע איז גענויגט צו די דעמאקראטן אויף א שרעקליכע פארנעם
424
77%
די מידיע איז גענויגט צו די ריפאבליקענס
14
3%
איך ווייס נישט אבער איך וויל אויף עפעס שטימען...
21
4%
 
סך הכול שטימען: 550

מטעמים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7629
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » דאנארשטאג אוקטובער 06, 2016 5:46 pm

און קלינטאן האט כמעט ניט געהאט קיין ראליס. דאס מיינט אז יעדע איינציגסטע פון אירע ראליס איז געווארען געקאווערט.

פאקס ווי עס שיינט האט געגעבן האלב פון דער צייט פאר ביידע. ער האט גערעדט פופצען שעה און זי זעקס שעה.

איך בין נישט זיכער אבער אזוי קען מען איינזעצן. וויאזוי זאגט נאר טראמפ! פארוואס נישט?
די עיקר פראבלעם פון א ביידען געוואונס ליגט אין די נאכפאלגענדע עקסייטמענט און מאכט פארשפרייטונג פון די פעיק ניוז מעינסטריעם מידיע.

אוועטאר
משה כספי
שר האלפיים
תגובות: 2053
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:44 pm
לאקאציע: אינעם יודישען וועלטעל
פארבינד זיך:

טעות לעולם חוזר

תגובהדורך משה כספי » דאנארשטאג אוקטובער 06, 2016 5:52 pm

געשטימט פאר די מידיע גענויגט ריפאבליקען'ס אבער איך האב געמיינט פארקערט אויב ווייסט איינער וויאזוי מען קען טוישען וואלט געווען א גרויסע טובה
אין ביי דע וועי איי עגרי מיט @ פאראינטערעסירט
פאראינטערסירט האט געשריבן:ס'איז זיכער דא בייעס, זיי זענען ס''ה מענטשן און כמעט יעדער האט א צד און אפי' אן אגענדע אין די פארמעסט (אפי' די אנדיסיידעד זענען נוטה צו א צד ביז ווי לאנג מ'קלערט זיי אויף),
אבער לדעתי איז עס ''בייעסד שקול'', ביידע האבן מידיע בייעס אויף זייער זייט

ריפאבליקען'ס:
פאקס (וואס האט מער צוהערער ווי msnbc cnn צוזאמען)
פאקס ענד פרענדס
פאקס ביזנעס
ברייטבארט
שאהן העננעטי
און נאך


דעמאקרעט'ס:
Cnn
Nbc
msnbc
nbc
Abc
טעפער

און נאך

כ'בין בכלל נישט באהאווענט אין די מידיע וועלט, כ'זאג נאר נאך וואס כ'האב געזעהן אויף אייוועלט
נעכטן » דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 9:37 pm האט געשריבן:ס'דא דריי עסטעבלישט קעבעל 24/7 נייעס סטאנציעס. פאקס איז די גרעסטע, זיי האבן מער ווי ביידע אנדערע צוזאמען. סי ען ען איז א ווייטע צווייטע אין דורכשניט. מסנבס איז ווייט דריט. יעצט ביים עלעקשאן סיזען איז מסנבס אביסעלע שטארקער פון סי ען ען וויבאלד זיי האבן זיך אהערגשטעלט ווי די לינקע ווערסיע פון פאקס מילא פאר אן עלעקשאן איז נארמאל אז זיי זאלן זיך הייבן אביסל. און אפילו יעצט ווען זיי האבן אביסל מער וואטשערס ווי סי ען ען איז עס אויך מער ווייניגער נאר אין טאטאל וויוערס, נישט אין די וויכטיגע יארן דעמאס אויף וואס אדווערטייזער'ס קוקן ($$). אויך האט מסתמא ברייען וויליאמס צוגעברענגט עפעס רעספעקט צו מסנבס, ער האט דארט איבערגענומען די ביינאכט נייעס נאכן פליען פון נבס ווען ער האט געמוזט רעזינגנירן צוליב ליגענט זאגן אין זיינע באריכטן איבער זיך
כדי א נושא זאל בלייבן אינטערעסאנט איז די שליסל א פוינט פאר א פוינט - עגרימענט אדער דיסעגריעמענט, פארשידענע מיינונגען געבן צו לעבן צו א נושא און ברענגט די שרייבער און ליינער הנאה צו האבן. און דאס פארקערטע איז מיט רעטאריק

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 13470
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דאנארשטאג אוקטובער 06, 2016 9:04 pm

@משה, אז דו עגריעסט מיט @פאראינטערסירט אז די רעכטע און די לינקע מידיע איז אייניג צעטיילט דאן קענסטו נישט שטימען אז די מידיע איז דעמאראטיש בייעסד. ופשוט

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6304
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » דאנארשטאג אוקטובער 06, 2016 9:38 pm

משה כספי האט געשריבן:געשטימט פאר די מידיע גענויגט ריפאבליקען'ס אבער איך האב געמיינט פארקערט אויב ווייסט איינער וויאזוי מען קען טוישען וואלט געווען א גרויסע טובה



כככ כ'האב געמיינט אז ס2איז דא איין וואוט אז די מידיא איז בייעסד צו די רעפ. יעצט זעה איך אז דאס אויך נישט...
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

חלהדעקל
שר האלף
תגובות: 1216
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 4:44 pm

תגובהדורך חלהדעקל » דאנארשטאג אוקטובער 06, 2016 10:26 pm

אגרי מיט @פאראינטערעסירט.
1 + 1 = חלה דעקל...

אוועטאר
שושן חוחים
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 20, 2015 12:51 am

געווענליך בייעסד קעגן רעפובליקאנער

תגובהדורך שושן חוחים » דאנארשטאג אוקטובער 06, 2016 11:12 pm

ברור כשמש אז די מידיא איז ליבעראל געשטימט, אבער טראמפ בלאזט אויף דעם בייעס.

ער ווערט פערזענליך באליידיגט ווען מען פרעגט אים שאלות וואס יעדער פאליטישאן, ווער רעדט נאך פון א פרעזידענטליכער קאנדידאט, מוז זיך ספראווען אויב וויל מען זיין אין אמט פון דינען דעם פובליק.

ער האט אויך א קינדערישער צוגאנג ווען ער דרוקט זיך אויס צו דזשורנאליסטן אז מען זאל זיך באגיין מיט אים גרינגערהייט און מען זאל זיין ״שיין צו אים״, הערסט א מעשה? כאילו אז דער עיקר העיקרים איז אז מען זאל חס זיין אויף זיין כבוד וכאילו ער כאפט בכלל נישט אז עס איז זייער דזשאב פארצושטעלן הארבע פראגן.

ועל כולם, איז א שטיקל פרעכע חוצפה פון אים זיך אפצורעדן אז די פרעסע באהאנדלט אים נישט ריכטיג ווען פאקטיש האט אים די מידיא געהאלפן דורכאויס די פריימעריס דורך אים שענקן פרייע פובליסטי טאג און נאכט.

נאכאמאל, די אגענדע פון די מידיא איז קלאר גענויגט אויף לינקס אבער מען דארף אונטערשיידן צווישן די נארמאלע מידיא וואס זענען לפנים נייטראל און די עקסטרעמע לינקע וועלכע זענען לכתחילה בייעסד.

אפענערהייט, איז די מענסטרים מידיא גארנישט ספעציעל בייעסד קעגן טראמפ אין די יעצטיגע עלעקשאנס, זיי דעקן אים אין די ראמען פון אנגענומענע פאליטיקעל קאווערידזש וואס איז 99 פראצענט מאל באזירט אויף וואס דער קאנדידאט אליין אדער זיין קאמפיין האט געזאגט אדער געטון און אזוי טוט מען מיט יעדן קאנדידאט, אינקלאדינג קלינטאן.

אוועטאר
משה כספי
שר האלפיים
תגובות: 2053
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:44 pm
לאקאציע: אינעם יודישען וועלטעל
פארבינד זיך:

תגובהדורך משה כספי » פרייטאג אוקטובער 07, 2016 12:13 am

כאפצעם האט געשריבן:@משה, אז דו עגריעסט מיט @פאראינטערסירט אז די רעכטע און די לינקע מידיע איז אייניג צעטיילט דאן קענסטו נישט שטימען אז די מידיע איז דעמאראטיש בייעסד. ופשוט

סך הכל פאקס און ברייטבארט קעגן אלע
כדי א נושא זאל בלייבן אינטערעסאנט איז די שליסל א פוינט פאר א פוינט - עגרימענט אדער דיסעגריעמענט, פארשידענע מיינונגען געבן צו לעבן צו א נושא און ברענגט די שרייבער און ליינער הנאה צו האבן. און דאס פארקערטע איז מיט רעטאריק

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 13470
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » פרייטאג אוקטובער 07, 2016 12:47 am

משה כספי האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:@משה, אז דו עגריעסט מיט @פאראינטערסירט אז די רעכטע און די לינקע מידיע איז אייניג צעטיילט דאן קענסטו נישט שטימען אז די מידיע איז דעמאראטיש בייעסד. ופשוט

סך הכל פאקס און ברייטבארט קעגן אלע

אקעי, ווייל ער רופט עס אן "בייעס שקול"

אוועטאר
משה כספי
שר האלפיים
תגובות: 2053
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:44 pm
לאקאציע: אינעם יודישען וועלטעל
פארבינד זיך:

תגובהדורך משה כספי » פרייטאג אוקטובער 07, 2016 1:29 am

כאפצעם האט געשריבן:
משה כספי האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:@משה, אז דו עגריעסט מיט @פאראינטערסירט אז די רעכטע און די לינקע מידיע איז אייניג צעטיילט דאן קענסטו נישט שטימען אז די מידיע איז דעמאראטיש בייעסד. ופשוט

סך הכל פאקס און ברייטבארט קעגן אלע

אקעי, ווייל ער רופט עס אן "בייעס שקול"

אזוי?!

נ.י. טיימס
עי בי סי
סי ען ען
פאליטקאו
ענ בי סי
בלומבערג
וואש. פאוסט
סי בי עס

קעגען
פאקס
ברייטבארט

שקול?!
כדי א נושא זאל בלייבן אינטערעסאנט איז די שליסל א פוינט פאר א פוינט - עגרימענט אדער דיסעגריעמענט, פארשידענע מיינונגען געבן צו לעבן צו א נושא און ברענגט די שרייבער און ליינער הנאה צו האבן. און דאס פארקערטע איז מיט רעטאריק

שטיגליץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 334
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 01, 2016 11:23 am

תגובהדורך שטיגליץ » פרייטאג אוקטובער 07, 2016 2:33 am

שושן חוחים האט געשריבן:
ועל כולם, איז א שטיקל פרעכע חוצפה פון אים זיך אפצורעדן אז די פרעסע באהאנדלט אים נישט ריכטיג ווען פאקטיש האט אים די מידיא געהאלפן דורכאויס די פריימעריס דורך אים שענקן פרייע פובליסטי טאג און נאכט.
.


די מידיא האט גארנישט געשאנקען, זיי זענען דא צו דעקן סענזאציעס, און דער דאנאלד ברוב חכמתו/טפשתו (אפשענאל) האט זיכער געמאכט צוצושטעלן סענזאציעס בכל יום ויום

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6845
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » פרייטאג אוקטובער 07, 2016 4:25 am

שושן חוחים האט געשריבן:ברור כשמש אז די מידיא איז ליבעראל געשטימט, אבער טראמפ בלאזט אויף דעם בייעס.

ער ווערט פערזענליך באליידיגט ווען מען פרעגט אים שאלות וואס יעדער פאליטישאן, ווער רעדט נאך פון א פרעזידענטליכער קאנדידאט, מוז זיך ספראווען אויב וויל מען זיין אין אמט פון דינען דעם פובליק.

ער האט אויך א קינדערישער צוגאנג ווען ער דרוקט זיך אויס צו דזשורנאליסטן אז מען זאל זיך באגיין מיט אים גרינגערהייט און מען זאל זיין ״שיין צו אים״, הערסט א מעשה? כאילו אז דער עיקר העיקרים איז אז מען זאל חס זיין אויף זיין כבוד וכאילו ער כאפט בכלל נישט אז עס איז זייער דזשאב פארצושטעלן הארבע פראגן.

ועל כולם, איז א שטיקל פרעכע חוצפה פון אים זיך אפצורעדן אז די פרעסע באהאנדלט אים נישט ריכטיג ווען פאקטיש האט אים די מידיא געהאלפן דורכאויס די פריימעריס דורך אים שענקן פרייע פובליסטי טאג און נאכט.

נאכאמאל, די אגענדע פון די מידיא איז קלאר גענויגט אויף לינקס אבער מען דארף אונטערשיידן צווישן די נארמאלע מידיא וואס זענען לפנים נייטראל און די עקסטרעמע לינקע וועלכע זענען לכתחילה בייעסד.

אפענערהייט, איז די מענסטרים מידיא גארנישט ספעציעל בייעסד קעגן טראמפ אין די יעצטיגע עלעקשאנס, זיי דעקן אים אין די ראמען פון אנגענומענע פאליטיקעל קאווערידזש וואס איז 99 פראצענט מאל באזירט אויף וואס דער קאנדידאט אליין אדער זיין קאמפיין האט געזאגט אדער געטון און אזוי טוט מען מיט יעדן קאנדידאט, אינקלאדינג קלינטאן.


איך שטים איין מיט דיר כמעט אויף אלעס חוץ אויף די לעצטע ווערטער, עס איז נישט ווי טראמפ מאכט עס אז דוקא אים מיינען זיי, נאר זיי האבן עס אייביג געטון צו יעדע ריפאבליקאנער, נאר ער שטעלט צו שטאף אויף וואס מען קען בויען אסאך גרינגער ווי צו בויען אויף א צווייטען.
איך זאג נישט אז אייביג זאגן זיי ליגענט, גאר אסאך מאל דעליווערט טראמפ נייעס וואס מען דארף נישט אראפנעמען אדער צולייגן אז עס זאל זיין זאפטיגע סחורה אויף אים, אבער דאך אסאך מאל דרייען זיי ארום די ווערטער,

אוועטאר
נגיד
שר האלף
תגובות: 1970
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 04, 2015 10:39 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך נגיד » מוצ"ש אוקטובער 08, 2016 10:11 pm

דאנעלד טראמפ איז יעצט אין הייס וואסער נאך גאר מיסע סטיטמענטס וואס ער האט געזאגט איבער פרויען, די מידיע איז איבערגדרייט ווי נאך א קאטעגאריע 50 האריקעין און א 80.5 ערד ציטערניש... געוויסע גייען אזוי ווייט ווי צו זאגן אז ער דארף ריזיינען! יעדע טאלק שאו איז ביזי מיט דעם און נאר מיט דעם בקיצור א איבערדרייעניש.

יעצט וויל איך וויסן אויב איינער געדענקט נאך עפעס וועגן טראמפ שטיצער זענען "דיפלארעבלס"...?

#גרויליגע מידיע בייעס
...I reserve the right to disagree

קאנספיראציע טעאריעס זענען פאלש, פאקטן זענען נישט...

מצלמה
שר האלף
תגובות: 1210
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 25, 2015 7:37 pm

תגובהדורך מצלמה » מוצ"ש אוקטובער 08, 2016 10:22 pm

יעדער פרעזידענט קאנדידאט ארבעט שווער בעפאר א דעבאטע. מ׳אינוועסטירט אסאך צייט און כח אין דעם אז מ׳זאל אויסנעמען גוט, און זיין צוגעגרייט כדבעי.

לא כן דאנאלד טראמפ. ער וועט נישט סטאדיען פאר א דעבאטע. ער איז מורא׳דיג קלוג. ער איז שראאד. ער איז בליציג. ער איז שארף, ער קען יעדן געווינען.

אוודאי האט ער מיאוס פארלוירן - אבער די מידיא איז שולדיג. דער מאדערעיטער איז שולדיג. ״די מייק איז שולדיג.

ווער איז נישט שולדיג?

אוועטאר
נגיד
שר האלף
תגובות: 1970
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 04, 2015 10:39 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך נגיד » מוצ"ש אוקטובער 08, 2016 10:30 pm

דו האלטסט מיט מער ווי די דיבאטעס? זעט נישט אויס...
...I reserve the right to disagree

קאנספיראציע טעאריעס זענען פאלש, פאקטן זענען נישט...

מצלמה
שר האלף
תגובות: 1210
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 25, 2015 7:37 pm

תגובהדורך מצלמה » זונטאג אוקטובער 09, 2016 12:03 am

נגיד האט געשריבן:דו האלטסט מיט מער ווי די דיבאטעס? זעט נישט אויס...



קאנספיראציעס וועלן מיר לאזן פאר א צווייט מאל. דערווייל דארף מען קוקן גלייך. אויב טרענירט מען זיך נישט גוט פאר די דעבאטע, בלעים נישט די מידיא.

טראמפ איז טאקע מורא׳דיג קלוג. אבער געווינען די וואלן קען ער נישט - נישט די מידיא איז שולדיג, נאר ער אליין.

אוועטאר
נגיד
שר האלף
תגובות: 1970
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 04, 2015 10:39 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך נגיד » זונטאג אוקטובער 09, 2016 12:28 am

סארי דא רעדט מען פון מידיע בייעס, כ'ווייס נישט ווי דא קומט אריין די דיבאטע, פאר די דיבאטע איז דא א דאזן אנדערע אשכולות קחנו משם
...I reserve the right to disagree

קאנספיראציע טעאריעס זענען פאלש, פאקטן זענען נישט...

אוועטאר
נגיד
שר האלף
תגובות: 1970
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 04, 2015 10:39 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך נגיד » זונטאג אוקטובער 09, 2016 12:29 am

...I reserve the right to disagree

קאנספיראציע טעאריעס זענען פאלש, פאקטן זענען נישט...

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6845
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » זונטאג אוקטובער 09, 2016 12:43 am

נגיד האט געשריבן:דאנעלד טראמפ איז יעצט אין הייס וואסער נאך גאר מיסע סטיטמענטס וואס ער האט געזאגט איבער פרויען, די מידיע איז איבערגדרייט ווי נאך א קאטעגאריע 50 האריקעין און א 80.5 ערד ציטערניש... געוויסע גייען אזוי ווייט ווי צו זאגן אז ער דארף ריזיינען! יעדע טאלק שאו איז ביזי מיט דעם און נאר מיט דעם בקיצור א איבערדרייעניש.

יעצט וויל איך וויסן אויב איינער געדענקט נאך עפעס וועגן טראמפ שטיצער זענען "דיפלארעבלס"...?

#גרויליגע מידיע בייעס

מען דארף שוין נישט קיין בייעס... טראמפ שטעלט צו בעסערע סחורה

אוועטאר
נגיד
שר האלף
תגובות: 1970
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 04, 2015 10:39 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך נגיד » מאנטאג אוקטובער 10, 2016 2:01 pm

עפעס טוט זיך וועגן א ווידיא וואס ווייזט ווי די אינטערוויוער פון א CNN פאוקעס גרופע זאגט פאר אודיענס פון פאראויס וואס צו ענפערן לטובת הילערי...

#מידיע בייעס
...I reserve the right to disagree

קאנספיראציע טעאריעס זענען פאלש, פאקטן זענען נישט...

אוועטאר
שכל'דיג
שר האלפיים
תגובות: 2110
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 06, 2016 2:40 pm

תגובהדורך שכל'דיג » מאנטאג אוקטובער 10, 2016 7:13 pm

נגיד איז שייך צו ברענגען די ווידיא?
............ נישט אייביג האב איך וואס צו זאגן, נישט אייביג איז מיר וויכטיג צו ענפערן!

אוועטאר
tech yid
שר חמש מאות
תגובות: 673
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 03, 2016 7:09 pm
לאקאציע: נישט ביים קאמפיוטער

תגובהדורך tech yid » מאנטאג אוקטובער 10, 2016 8:16 pm

אייוועלט איז זיכער בייעסט פאר.....
די אנדערע ווייס איך נישט כהאב זיי קיינמאל נישט אויסגעהערט כהער נאר וואס יוסי ג. און אייועלט זאגן אויף זיי
הק׳ טעקעלע

אוועטאר
נגיד
שר האלף
תגובות: 1970
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 04, 2015 10:39 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך נגיד » דאנארשטאג אוקטובער 13, 2016 4:57 pm

שכל'דיג האט געשריבן:נגיד איז שייך צו ברענגען די ווידיא?

נשים :Contains
...I reserve the right to disagree

קאנספיראציע טעאריעס זענען פאלש, פאקטן זענען נישט...

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דאנארשטאג אוקטובער 13, 2016 5:23 pm

מצלמה האט געשריבן:
נגיד האט געשריבן:דו האלטסט מיט מער ווי די דיבאטעס? זעט נישט אויס...



קאנספיראציעס וועלן מיר לאזן פאר א צווייט מאל. דערווייל דארף מען קוקן גלייך. אויב טרענירט מען זיך נישט גוט פאר די דעבאטע, בלעים נישט די מידיא.

טראמפ איז טאקע מורא׳דיג קלוג. אבער געווינען די וואלן קען ער נישט - נישט די מידיא איז שולדיג, נאר ער אליין.

וויפיל ער זאל נישט זיין אליין שילדיג (און איז היפש שילדיג), נעמט עס נישט אוועק פונעם בייעסד מידיע זייער שילד.

טו ווראנגס דאונט מעיק עי רייט

טראמפ זיין ווראונג מאכט נישט דער מידיע רייט. א בייעסד מידיע איז א בייעסד מידיע (נישט קיין נפקא מינה ווער און וואס איז דער ציל ברעט) פיריעד.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
נגיד
שר האלף
תגובות: 1970
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 04, 2015 10:39 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך נגיד » דאנארשטאג אוקטובער 13, 2016 5:52 pm

וואס איז יעצט אין די נייעס אויף די מעין-סטרים מידיע? גאוו. קריסטי (א "ריפאבליקען") קען ווערן אנגעקלאגט אויף ברידש-געיט.
וואס נאך? פרישע באשולדינגען אויף טראמפ.

איינמעניט... און וואס איז מיט די וויקיליקס אימעילס וואס גיסט ווי א סוער בעקאפ אויף די קלינטאנס איך זע עס נישט באריכטעד? מעע... דאס איז נישט אינטרעסאנט...

#גרויליגע מידיע בייעס
...I reserve the right to disagree

קאנספיראציע טעאריעס זענען פאלש, פאקטן זענען נישט...

מטעמים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7629
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » דאנארשטאג אוקטובער 13, 2016 8:04 pm

די זעקס וואוטערס פון ניין זאלען שנעל טוישען זייער שטימע.
די עיקר פראבלעם פון א ביידען געוואונס ליגט אין די נאכפאלגענדע עקסייטמענט און מאכט פארשפרייטונג פון די פעיק ניוז מעינסטריעם מידיע.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: SemrushBo, בעריש'ל, האמת עד לעצמו, ראש חדשים און 77 געסט