איז טאקע דא מידיע בייעס?
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- שמואל אלצווייסער
- שר האלף
- תגובות: 1318
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 01, 2018 4:19 pm
- לאקאציע: ביים נייעס טישל
ברעיקינג: דשים אקאסטא'ס ווייסע הויז איינטריט קארטל סוספענדירט.
טראמפ איז ווילד היינט.
עבאוט טיים.
אפילו פאקס נוז'ס ריפארטערס האבן זיך נישט אויפגעפירט צו אבאמא ווי דשים אקאסטע!
אביסל רעספעקט פארן "ווייסן הויז" און פאר די "פרעזידענסי". וויסן וואו איין און וואו אויס.
דער איז א טיפוש און א שרעקליכער איינגערעדטע בעל גאה וועלכע לעבט אין א באבל איינזאם איינער אליינס און רעדט זיך איין אז ס'איז דא איינער וועלכע רעספעקטירט 'עכט' זיין ווילדע אומרעספעקטפול אויפ-פירונג, און זיין כסדר'דיגע "נויז". - דעטס אלל איט איז, נויז.
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
- כאפצעם
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 18244
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
- לאקאציע: לויפט
א ביישפיל פון ניו יארק טיימס בייעס.
נענסי פעלאוסי האט היינט געווינען מער יא שטימען און ווייניגער קעגנער שטימען ווי פאול רייען אין 2015, די טיימס קעפל אבער פארציילט אז פעלאוסי האט געהאט "ערענסטע דעפעקציעס" ווידער רייען האט געווינען "איבערוויגענד"...

- אטעטשמענטס
-
- IMG_20181128_220749.jpg (286.32 KiB) געזען 2706 מאל
- Think and Thank
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5679
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm
דער מייסד פון פראגרעסיוויזם, פרענקלין דעלאנא רוזוועלט, האט געזאגט אויפ'ן צווייט-גרעסטן מאסן מערדער אין די וועלט'ס היסטאריע יאזעף סטאלין ימ''ש אז ער איז א “truly representative of the heart and soul of Russia" און אז ער איז “a man of the people."
(דערמאנט אביסל פון אן אנדערע פרעזידענט'ס לויב אויף קים יאנג און אז ער איז "A talented man who loves his country very much.")
פרעזידענט ניקסאן האט צוגעגליכן מאאו צעדאנג, דער גרעסטע מאסן מערדער אין היסטאריע (חוץ אפשר קין וועלכע האט אויסגע'הרג'עט א פערטל וועלט...), צו דזשארדזש וואשינגטאן און אנדערע פירער פון די אמעריקאנער רעוואלוציע.
דזשאן עף קענעדי האט אויסגעלויבט די פראגרעס וואס פרעזידענט פארק טשאנג הי פון דרום קארעא (דער פאטער פון דער נארוואס ארויסגעשטויסענעם פרעזידענט פונ'ם זעלבן לאנד) האט געמאכט אין זיין לאנד. דער דאזיגע פראגרעס האט, צווישן אנדערע, אריינגערעכנט זיין פארזאמלען קרוב צו הונדערט טויזנט מענטשן צום אויסשיסן ווען זיין אייגענער אינטעלידזשענס טשיף האט אינטערווענירט און אים געשאסן צום טויט.
#פארשריט
ראנאלד רעיגען האט געזאגט אויף דעם מאסן מערדער פון גואטעמאלע ריאס מאנט:
“I know that President Rios Montt is a man of great personal integrity and commitment,”
דער זעלבער רעיגען האט אויסגעלויבט דער אינדאנעזיער פרעזידענט סוהארטא פאר זיין 'קלוגע און שטאנדהאפטיגע פירערשאפט.' די דאזיגע פירערשאפט האט אריינגענומען טויט סקוואדס וועלכע האבן דערמארדעט א האלב מיליאן מענטשן און געלייגט 750,000 מענטשן אין קאנצענטראציע לאגערן.
אום אויגוסט 2015 האט פרעזידענט באראק אבאמא, דער פאנטרעגער פון די ליבעראלער פרייהייט באוועגונג, אויסגערומט דער דיקטאטאר פון עטיאפיע - צוויי מאל - פאר'ן 'געווינען דעמאקראטישע וואלן'.
און די דאזיגע ארטיקל פון די וואשינגטאן פאוסט איז איין שטיק ליגנט, בפשטות במזיד.
------------------------
וואס נאך איז נייעס?

אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
- טשאדעלע באדעלע
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9090
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
- לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.
סי ען ען האט אויפגעזאגט איינע פון זייערע פאליטישע מיינוג זאגער, נאכן לאזן פאלן אנטי איזרעיל קאמענטארן.
דער פאליטישע קאמאנטירער מיטן נאמען ׳מארק לאמאנט׳ האט נעכטן ביי א יו ען ציזאמקום שטארק אראפגעריסן מד״י, און גערופן פאר זייער אויפלעזונג, אזוי אויך האט ער אויסגעלויבט די וועכענטליכע פאליטינער ראיאטישע פראטעסטן.
אין א סטעיטמענט האט סננ יעצט נאכמיטאג געמאלדן אז אין ליכט פון די נעכטיגע סטעיטמענט ווערט מארק אויפגעזאגט פון זיין פאזיציע.
א קורצע אויסצוג פון א חלק פון די קאמענטארן געמאכט דורך מארק.
דראפבאקס — גוגל דרייוו

רשעות קאלטע סעלצער
Former NY Times editor rips Trump coverage as biased
https://www.foxnews.com/politics/former ... -as-biased

געשריבן דורך: נעכטן
-
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3684
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am
א געפערליכע עפעזאד איז זיך פארלאפן דעם פארלאפענעם שבת ווען די מידיע האט זיך ארויף געכאפט אויף עפעס א ווידיא ווי סטודענטן פון א קריסטליכע שולע מאכן צענאר א נעטאוו אמעריקאנער
די מידיע וואס איז שרעקליך קעגן רעליגיע האבן זיך ארויף געכאפט אויף דעם און האבן ממש באוואשן דעם קינדער און זיי אראפ געמאלן ווי די גרעסטע ראסיסטן, די פאמיליע'ס פון די קינדער באקומען סטראשונגען און די שולע ווי די קינדער זענען איז שוין אפגעשפארט פאר עטליכע טעג צוליב פראטעסטן און סטראשערייען
אלע נייעס סטאנציע'ס זענען שוין געלאפן שמיסן מיט דעם אלטע זעצער און ארויס באקומען פון עם עפעס א שלעכט ווארט אויף די קינדער, דער אלטער האט אראפ געלייגט א מעשה, אז די קינדער האבן עם ממש פארשעמט און נאכגעלאפן
שטעלט זיך ארויס אז דער אלטער נעטאוו אמעריקאנער האט צו שפאצירט צו די גרופע סטאדענטן און זיך מיט זיי גערייצט, געהאקט מיט א פויק און זייער געזיכט אריין, די סטודענטן האבן זיך נישט אוועק גערירט, נאר אויסגעניצט זייערע רעכטן צו בלייבן דארט ווי זיי זענען געשטאנען אפילו דער אלטער האט זיי גוט נארוועז געמאכט
די שאדן איז שוין אפגעטאן געווארן. די קינדער ווערן פארפאלגט און נאכגעלאפן, און דער סטודענט וואס מ'זעט שטיין נעבן דעם אלטער ווי צו מאכן א וואנט צווישן עם און די איבריגע סטודענטן, ער ווערט ממש אפגעמאלן ווי די וועלטס מאנסטער
שעם אן יו די לינקע עקעלהאפטיגע מידיע