מאדנע אידישע חפצים אויף איבעי/עמעזאן

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
moishy56
שר ששת אלפים
תגובות: 6847
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

מאדנע אידישע חפצים אויף איבעי/עמעזאן

תגובהדורך moishy56 » זונטאג סעפטעמבער 11, 2016 12:57 pm

א גוי אין ענגלאנד, וויל פארקויפן אויף איבעי א גענוצטע אידישע הוט.

לויט די בילדער, איז עס א הוט פון Elazar Sugar פון לעיקוואד

http://www.ebay.co.uk/itm/Traditional-H ... SwFdtX1A62

אוועטאר
moishy56
שר ששת אלפים
תגובות: 6847
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

תגובהדורך moishy56 » זונטאג סעפטעמבער 11, 2016 1:03 pm

די בילדער

hat lakewood1.JPG
lakewood hat2.JPG
hat lakewood3.JPG

אוועטאר
moishy56
שר ששת אלפים
תגובות: 6847
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

תגובהדורך moishy56 » זונטאג סעפטעמבער 11, 2016 1:14 pm

אויב איינער קען, זאל ער רופן די נאמבער אינם הוט, זאגן פאר די יוד אז איינער וויל פארקויפן די הוט אויף איבעי.

אוועטאר
ליינער
שר האלף
תגובות: 1628
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 13, 2009 9:20 am
לאקאציע: אינעם עולם הליין מאטריאל

תגובהדורך ליינער » זונטאג סעפטעמבער 11, 2016 1:20 pm

יעצט אראפגעלייגט די טעלעפאון מיט די טאטע זיין זון האט פארלוירען די הוט לעצטע יאר אלול
נישט נאר א ליינער בין איך נאר שרייבן קען איך אויך

שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2624
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

תגובהדורך שאהן הענניטי » זונטאג סעפטעמבער 11, 2016 2:47 pm

אזויפיל שכל האט ער נישט, אראפצונעמען די לעיבעל? אדער גאר האט ער געטראכט אז דאס איז א שנעלערער וועג אנצוקומען צום אייגענטומער.

feketa
שר העשר
תגובות: 30
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 04, 2015 2:48 pm

תגובהדורך feketa » זונטאג סעפטעמבער 11, 2016 2:52 pm

From Ebay
“In good condition show signs of wear by the previous owner Mr Elazar Sugar. It comes in a New York retailers box. The hat will need a clean,. Please peruse photos fort more information and for a better idea of condition”

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » זונטאג סעפטעמבער 11, 2016 3:05 pm

מעגליך דער סעללער (דארף צו הייסן סטיוו)

לינק

אוועטאר
moishy56
שר ששת אלפים
תגובות: 6847
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

תגובהדורך moishy56 » מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:01 am

קול מבשר 114
האט נעכטן א קורצע אינטערוויו מיט 'צוקער', די פאטער פון דעהר וואס האט פארלוירן די הוט.

אוועטאר
moishy56
שר ששת אלפים
תגובות: 6847
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

תגובהדורך moishy56 » זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 5:46 am

now SOLD

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6845
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 8:17 am

פאר וויפיל?
איטס עי ביזנעס דואינג פלעזשור וויט יו...

קרעדיט: כ׳געדענק נישט.

אוועטאר
moishy56
שר ששת אלפים
תגובות: 6847
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

תגובהדורך moishy56 » דאנארשטאג אוקטובער 27, 2016 4:05 am

אויסגערעכנט האט געשריבן:פאר וויפיל?


full price
£45

אוועטאר
moishy56
שר ששת אלפים
תגובות: 6847
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

תגובהדורך moishy56 » זונטאג דעצמבער 11, 2016 4:25 am

געב א קוק אויף דעהר ebay seller אין ענגלאנד :

די רש״י תפילין האט ער פארקויפט.
אויך די ר״ת תפילין האט ער פארקויפט.
http://www.ebay.co.uk/sch/quick.sales/m ... 6732.m1684

די טלית בייטל [די זעלבע דיזיין ווי די פארקויפטע תפילין׳ס]
האט ער נאכנישט פארקויפט.
http://www.ebay.co.uk/sch/m.html?hash=i ... uick.sales

מושך חסד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 388
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 07, 2016 11:06 am

תגובהדורך מושך חסד » זונטאג דעצמבער 11, 2016 10:05 am

זעה איך ער פארקויפט א שטריימל אויך.

אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3158
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » זונטאג דעצמבער 11, 2016 10:34 am

באלד וועט זיין צו קויפן מקוה וועש?
א טייל פון די פרוכט וואס מען ניצט צו מאכן זאפט זענען עפל, מאראנץ, טאמאטע, אנאנאס, גרייפפרוכט, גוואווע, מאנגא, קאווענע, זשורעכלינע, וויינטרויבן, לימענע און גרינע לימענע.

אוועטאר
כסליו
שר מאה
תגובות: 241
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 08, 2016 7:29 pm

תגובהדורך כסליו » זונטאג דעצמבער 11, 2016 3:51 pm

פארוואס לאזט מען אזא איינעם אויף די מארקעט? און מען גייט נישט נאך פון ווי ער גנבעט עס?

אפשר ווארט מען ער זאל ארויסלייגן צו פארקויפן אברהם שמואל ווידערס תפלין?
די נס חנוכה איז געווען אין "כסליו"

ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2038
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » זונטאג דעצמבער 11, 2016 4:25 pm

moishy56 האט געשריבן:געב א קוק אויף דעהר ebay seller אין ענגלאנד :

די רש״י תפילין האט ער פארקויפט.
אויך די ר״ת תפילין האט ער פארקויפט.
http://www.ebay.co.uk/sch/quick.sales/m ... 6732.m1684

די טלית בייטל [די זעלבע דיזיין ווי די פארקויפטע תפילין׳ס]
האט ער נאכנישט פארקויפט.
http://www.ebay.co.uk/sch/m.html?hash=i ... uick.sales


דאס זענען 'דקות' תפילין, הנקראים 'תפילין פשוטים' (נישט קיין גסות מעור אחד ווי אונזערע תפילין) עס איז טאקע נישט מער ווערט ווי הונדערט פונט

אוועטאר
כסליו
שר מאה
תגובות: 241
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 08, 2016 7:29 pm

תגובהדורך כסליו » זונטאג דעצמבער 11, 2016 4:37 pm

דקות איז דען נישט מער מהודר?
די נס חנוכה איז געווען אין "כסליו"

ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2038
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » זונטאג דעצמבער 11, 2016 4:44 pm

כסליו האט געשריבן:דקות איז דען נישט מער מהודר?


א ודאי נישט!
דקות תפילין איז געמאכט בערך ווי מען מאכט תפילין פון קארדבאורד, מען שנייד און מען קלעבט און ס'ווערט תפילין, די סארט תפילין ווערט באנוצט בעיקר ביי פשוטע דתיים אידן, און מזרחי'ניקעס, קליינע קאפעלעך, וכדומה, וועלכע זענען נישט מקפיד אזוי אויף תפילין מהודרים, ס'יז זיין גוט תפילין פשוטים וכשירים. [עס איז כשר, און אין די דורות פאר אונז זענען אלע אידן געגאנגען אזעלכע תפילין ווייל מען האט נישט געוויסט ווי אזוי צו מאכן פון גסות מעור אחד, וואס איז מער אויסגעהאלטן, אבער כהיום זייט עס נתחדש געווארן דער מהלך פון מאכן תפילין מעור אחד מבהמה גסה, וואס איז פיל שטערקער און אויסגעהאלטן לויט מער שיטות, נוצן שוין כמעט אלע אידן המדקדקים במצות, די מהודר'דיגע גסות תפילין, נישט קיין דקות, וועלכע ווערט שנעל פסול]
די סארט תפילין ווערט געמאכט אין די הונדערטער אויף איינמאל, עס קאסט נישט קיין גרויסע ארבעט

אוועטאר
כסליו
שר מאה
תגובות: 241
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 08, 2016 7:29 pm

תגובהדורך כסליו » זונטאג דעצמבער 11, 2016 4:51 pm

א חבר מיינער האט דקות תפלין, איך האב לעצטענס געשמועסט מיט עם, פארוואס ער האט אזוינע דינע תפלין, זאגט ער מיר אז דאס איז דקות, און עס איז מער מהודר.
איך בין נישט בקי און די נושא וועלכע עס איז מער מהודר, אז ער האט אזוי געזאגט האב איך עם געגלייבט.

האסט עפעס מקורות אז עס איז ווייניגער מהודר ווי גסות?
די נס חנוכה איז געווען אין "כסליו"

ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2038
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » זונטאג דעצמבער 11, 2016 5:02 pm

דא האסטו פון ספר 'זכרון אליהו' אויף עשית בתים, בקיצור נמרץ די חילוקים פון גסות און דקות
https://www.dropbox.com/s/ddkwn3ybqzc4f ... F.pdf?dl=0

כ'האב אמאל דורך געטון דעם נושא, קען זיין אז דקות האט עפעס א הידור קעגן גסות, אבער גסות איז פיל מער מהודר, און עס איז אויך סאאאך טייערער און שווערער צו מאכן
(למשל, דקות קען מען מאכן פון סיי וועלכע שטיקל עור, משא"כ גסות קען מען נאר מאכן פון די עור העורף פון די בהמה, וואס איז די דיקסטע עור)

אבער ווי געזאגט, אלע אלטע תפילין זענען דקות, אריינגערעכנט אנטיק, און תפילין וואס האט באלאנגט פאר גדולים וקדושים וצדיקים זי"ע
לעצט פאראכטן דורך ראספשע אום זונטאג דעצמבער 11, 2016 5:10 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » זונטאג דעצמבער 11, 2016 5:06 pm

דער גוי האט שוין א זכי' אז מרעדט אין תורה צוליב אים

ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2038
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » זונטאג דעצמבער 11, 2016 5:07 pm

ווער זאגט דיר אז ער איז א גוי?

אוועטאר
טאטלע
שר האלף
תגובות: 1016
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 30, 2014 10:47 pm

תגובהדורך טאטלע » דינסטאג דעצמבער 13, 2016 12:14 am

מושך חסד האט געשריבן:זעה איך ער פארקויפט א שטריימל אויך.

http://www.ebay.co.uk/itm/AUTHENTIC-CHA ... 2068488661

שיק יונגל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 482
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 21, 2016 12:59 pm

תגובהדורך שיק יונגל » דינסטאג דעצמבער 13, 2016 2:39 am

moishy56 האט געשריבן:א גוי אין ענגלאנד, וויל פארקויפן אויף איבעי א גענוצטע אידישע הוט.

לויט די בילדער, איז עס א הוט פון Elazar Sugar פון לעיקוואד

http://www.ebay.co.uk/itm/Traditional-H ... SwFdtX1A62

אינטערסאנט איך קען א איד אליעזר צוקער און ענגלאנד אין גאלדערס גרין...

אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3158
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » דינסטאג דעצמבער 13, 2016 8:22 am

טאטלע האט געשריבן:
מושך חסד האט געשריבן:זעה איך ער פארקויפט א שטריימל אויך.

http://www.ebay.co.uk/itm/AUTHENTIC-CHA ... 2068488661

ווי עס שיינט איז דער שטריימל שויו געווען אין מתושלח'ס צייטן אנטיק...
א טייל פון די פרוכט וואס מען ניצט צו מאכן זאפט זענען עפל, מאראנץ, טאמאטע, אנאנאס, גרייפפרוכט, גוואווע, מאנגא, קאווענע, זשורעכלינע, וויינטרויבן, לימענע און גרינע לימענע.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Come and go, yid, א מוח, אור ישר, הויעך, וואס עפעס?, יואלי קאכט, לעכטל, מאה שערים, נישקשה, שמעלץ טאפ און 113 געסט