וועבסייט נעמט נישט ריטורנס פון היימישע געגנטער

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

פלאחותיך
שר חמש מאות
תגובות: 806
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 10, 2014 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלאחותיך »

גבריאל האט געשריבן:
פלאחותיך האט געשריבן:די מציאות איז אז משלנו זענען דא געוויסע יחידים (ליידער פערצענטואל אביסל מער ווי ביים מעין-סטרים אמעריקאנער גאס) וואס טוען אביוזען אזעלעכע פאליסי'ס אויף זייער א פרעכיגען אופן און נאכדערצו מיט א בלעכענעם פנים און מיט שרעקליכע טענות אויב מען זאגט זיי נאך א ווארט,

פון ווי נעמסטו די סטאטיסטיקס?



איך האב געהאט עטליכע אייגענע ריטעיל געשעפטן במשך די יארן, נישט אין היימישע געגענטער, ווי די קונים זענען געווען פון אלע מינים אויך געהאט אביסל היימישע קונים

ווי אויך האב איך עטליכע יאר אנגעפירט קאסטומער סערוויס (אריינגערעכנט ריטורנס) ביי א גאר גרויסע ריטעיל ביזנעס, און כ'בין געווען בתוך הדברים ביים אננעמען באשלוסן לגביי אוועקשטעלן ברייטערע לויזע ריטורן פאליסי'ס, דעמאלס האב איך געזעהן גענוג צו קענען שרייבן וואס כ'האב געשריבן

ס'איז בלי ספוק דא אנדערע גרופעס מיט סאך העכערע פראצענטען אביוזערס פון אונז.

אבער ווען סקימט צו קינדער קליידונג, קערידשעס, טעגליכע באדערפענישן ווי קיטשען סופליי וכו' וועלן מיר אידישע קינדער זיין מער בולט כמובן
לעצט פארראכטן דורך פלאחותיך אום זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 10:49 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אז ס'גייט ניט ווי עס וויל זאך, זאל זיך ווילן ווי ס'גייט זאך
אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2789
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמארט גאי »

הרב פלאחותיך.

איך האב נישט אייער עקספערטיז צו קענען טשאלענדזשען אייער הנחה, אבער לויט ווי איך לייען אפ אייערע ווערטער זענט איר מודה אז ס'איז נישט עכט קיין 'אידישער' אדער 'חסידישער' פראבלעם, נאר דער ערל באשטעלט פאר מאקסימום 2 שרצים, בשעת דער איד קליידעט אויס 6-7 חברה, וואס הייבט אויטאמטיש די אידישע רעטוירנס. ריכטיג ?
והאדם לא נברא רק להתענג על ה'
פלאחותיך
שר חמש מאות
תגובות: 806
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 10, 2014 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלאחותיך »

גבריאל האט געשריבן:
זאכליך האט געשריבן:@גבריאל, פרובירסט זיך אליינס צו פאפן?

ניין איך האב אן עמעזאן ביזנעס און איך האלט די גוי איז צען מאל ארגער


דיינע פראדוקטן זענען זאכן וואס מ'באנוצט זיך אויף א טעגליכן אויפן ביי היימישע שטיבער ?

נישט לוקזשערי אייטעמס נאר זאכן וואס מ'מוז האבן?
אז ס'גייט ניט ווי עס וויל זאך, זאל זיך ווילן ווי ס'גייט זאך
פלאחותיך
שר חמש מאות
תגובות: 806
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 10, 2014 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלאחותיך »

סמארט גאי האט געשריבן:הרב פלאחותיך.

איך האב נישט אייער עקספערטיז צו קענען טשאלענדזשען אייער הנחה, אבער לויט ווי איך לייען אפ אייערע ווערטער זענט איר מודה אז ס'איז נישט עכט קיין 'אידישער' אדער 'חסידישער' פראבלעם, נאר דער ערל באשטעלט פאר מאקסימום 2 שרצים, בשעת דער איד קליידעט אויס 6-7 חברה, וואס הייבט אויטאמטיש די אידישע רעטוירנס. ריכטיג ?


אין מיין ליין האב איך געהאט עטליכע גרופעס/מיט א העכערע פראצענט אביוזערס ווי דער פשוטער אמעריקאנער גוי, נאר ליידער משלנו זענען אויך געווען אבער נאר יחידים
לעצט פארראכטן דורך פלאחותיך אום זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 10:42 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אז ס'גייט ניט ווי עס וויל זאך, זאל זיך ווילן ווי ס'גייט זאך
פלאחותיך
שר חמש מאות
תגובות: 806
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 10, 2014 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלאחותיך »

.
לעצט פארראכטן דורך פלאחותיך אום זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 10:31 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אז ס'גייט ניט ווי עס וויל זאך, זאל זיך ווילן ווי ס'גייט זאך
אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2438
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאלצער יוד »

איך ווייל נאר וויסן איז עס ביי די גרויסע קאמפעניס אנגענומען אז לכתחילה מ'קויפט 2 אנצוטרייען, און מ'שיקט צוריק די אנדערע?
עס זענען דא אזאנע וואס שיקן גלייך מיט די ריטארן לעיבל.
אוועטאר
נו שוין
שר האלפיים
תגובות: 2541
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 13, 2015 12:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו שוין »

כזעה נישט קיין זאכליכע טענה פונעם אוינער, די איינציגע טענה איז די שאדן אז משיקט צוריק שפעטער , נו, פארדעם איז דאך דא א פשוטע עצה, פארוואס זאל ער נישט מאכן קורצערע רעטורן דאטומס? 14 טעג זאל דאס צוריק זיין אין ווערהויז, ושלום על ישראל.

א חוץ מזה וואלט איך יא געקענט באשטיין צו זעהן זיינע רעפארטס, זענען טאקע די קאסטאמערס די זעלבע אין קר"י ווי אין פעסעאיק? די צוויי געמיינדעס זענען אזוי ווייט איינעם פון צווייטן כמטחוי קשת, ווען דער קלעס עקשאן וועט צושטאנד קומען וויל איך רעדן צום לאיער, ער זאל בעטן די רעפארטס פון די אלע געגנטער.

ממוז צוקומען צום החלטה אז דער איז געווארן א וויסטער אנטיסעמיט, נאכדעם וואס איינצעלע אידישע מאמעס האבן אים צוגעפיקסט.
#בשיטה נישט
פלאחותיך
שר חמש מאות
תגובות: 806
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 10, 2014 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלאחותיך »

שטאלצער יוד האט געשריבן:איך ווייל נאר וויסן איז עס ביי די גרויסע קאמפעניס אנגענומען אז לכתחילה מ'קויפט 2 אנצוטרייען, און מ'שיקט צוריק די אנדערע?
עס זענען דא אזאנע וואס שיקן גלייך מיט די ריטארן לעיבל.


ביי קליידונג-שיך איז עס זיכער מער לכתחילה ווי ביי אנדערע פראדוקטן וועגן סייזעס דארפן פיטן

אבער קליידונג איז אויך א סיזענ'על פראדוקט במילא אויב משיקט עס צוריק סוף סעזאן אדער נאכן סעזאן איז עס כולו שאדן און קאפ וויי פארן געשעפטסמאן
לעצט פארראכטן דורך פלאחותיך אום זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 10:32 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אז ס'גייט ניט ווי עס וויל זאך, זאל זיך ווילן ווי ס'גייט זאך
פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2806
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרידן »

ווי גייט די ווערטל אז די פוילישע זענען קלוג מיט דעם אז עס איז זיי געלונגען צו איינרעדן די אונגערישע אז זיי זענען נער'נים,

די אנטיסעמיטעכן איז געלונגען איינצורעדן פאר טייל פין אונז אז אונז זע מער אביוזערס אין אויסניצערס וכו'

א שקר גס מען נעמט מעשיות פין יחידים אין מען שמירט עס ארויף אויפן ציבור, היות יעדע יוד פארטרעט אלע יודן מש"כ א גוי פארטרעט ממש נאר זיך, יא די סטאר האט גיהאט אסאך ארדערס פין היימישע ציבור איז אוואדי געווען מער אביוזערס ווי ערגעץ אנדערשט אבער נישט מער % אבער היות ערגעץ אנדערש איז איין אביוזער א ספאנישער אין די צוויטע א טונקעלער אין דריטער א ווייסער ווערט עס נישט איין זיגעל
אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2438
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאלצער יוד »

פלאחותיך האט געשריבן:
שטאלצער יוד האט געשריבן:איך ווייל נאר וויסן איז עס ביי די גרויסע קאמפעניס אנגענומען אז לכתחילה מ'קויפט 2 אנצוטרייען, און מ'שיקט צוריק די אנדערע?
עס זענען דא אזאנע וואס שיקן גלייך מיט די ריטארן לעיבל.


ביי קליידונג-שיך איז עס זיכער מער לכתחילה ווי ביי אנדערע פראדוקטן וועגן סייזעס דארפן פיטן

אבער קליידונג איז אויך א סיזענ'על פראדוקט במילא אויב משיקט עס צוריק סוף סעזאן אדער נאכן סעזאן איז עס כולו שאדן און קאפ וויי

אפגערעדט ווען ס'זעהט אויס גענוצט און שמוציג

איז די עיקר טענה נישט ווייל מ'קויפט און מ'שיקט צוריק, נאר ווייל מ'שיקט נישט צוריק צייטליך, אויף דעם איז דאך דא אן עצה פון מאכן נאר 14 טעג וכדומה. איך וויל נישט דארפן מאכן די מסקנא אז זיי זענען פוסע על ראשי עם קודש.
אוועטאר
נו שוין
שר האלפיים
תגובות: 2541
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 13, 2015 12:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו שוין »

די גרעסטע וויץ איז דאס צוזאמשמעלצן פעסעאיק מיט קר"י, גארנישט האבן די צוויי געגנטער נישט אין קאמאן, , סיי מיטן אינטערנעט באנוץ, סיי מיט די עווערידזש משפחה סייז, און מיט באנעמונג בכלל מיט די דרויסנדיגע וועלט , ניטאמאל עסט מען די זעלבע סארט הערינג, לכאורה נישטא קיין שום צוגלייך צווישן די צוויי געמיינדעס, אויסער וואס זיי ביידע זענען פון די זעלבע ראסע , פלעינער און פשוטער אלד פעשאנד אנטיסעמיט.
#בשיטה נישט
אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2438
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאלצער יוד »

נו שוין האט געשריבן:די גרעסטע וויץ איז דאס צוזאמשמעלצן פעסעאיק מיט קר"י, ניטאמאל עסט מען די זעלבע סארט הערינג,

הערינג אין פיסעיק??????
אוועטאר
גבריאל
שר האלף
תגובות: 1359
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 07, 2011 1:46 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גבריאל »

פלאחותיך האט געשריבן:
גבריאל האט געשריבן:
זאכליך האט געשריבן:@גבריאל, פרובירסט זיך אליינס צו פאפן?

ניין איך האב אן עמעזאן ביזנעס און איך האלט די גוי איז צען מאל ארגער


דיינע פראדוקטן זענען זאכן וואס מ'באנוצט זיך אויף א טעגליכן אויפן ביי היימישע שטיבער ?

נישט לוקזשערי אייטעמס נאר זאכן וואס מ'מוז האבן?

נישט קיין זאכן וואס מען מוז האבן און ניצן טעגליך.
איך האב קיטשען, האום דיקאר , חאגע, ביזנעס סאפליי,
אנשטאט צו ארדערן א סעמפל פון א פראדוקט איז דא וואס ארדערן 20 שטיקלך, נאכדעים זעהט מען די סייז פיט נישט אדער די קאליר איז נישט פינקטלעך וואס מען וויל שיקט מען אלעס צוריק.
ווען איך בין מסדר מיין סעילס טעקס ריפארט זעה איך אלע לאקעל ארדער'ס פון די היימישע געגנטער,
ב"ה אסאך היימישע קונים און ווייניגער ריטורן'ס ווי אסאך אנדערע געגנטער.
פלאחותיך
שר חמש מאות
תגובות: 806
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 10, 2014 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלאחותיך »

גבריאל האט געשריבן:
פלאחותיך האט געשריבן:
גבריאל האט געשריבן:
זאכליך האט געשריבן:@גבריאל, פרובירסט זיך אליינס צו פאפן?

ניין איך האב אן עמעזאן ביזנעס און איך האלט די גוי איז צען מאל ארגער


דיינע פראדוקטן זענען זאכן וואס מ'באנוצט זיך אויף א טעגליכן אויפן ביי היימישע שטיבער ?

נישט לוקזשערי אייטעמס נאר זאכן וואס מ'מוז האבן?

נישט קיין זאכן וואס מען מוז האבן און ניצן טעגליך.
איך האב קיטשען, האום דיקאר , חאגע, ביזנעס סאפליי,
אנשטאט צו ארדערן א סעמפל פון א פראדוקט איז דא וואס ארדערן 20 שטיקלך, נאכדעים זעהט מען די סייז פיט נישט אדער די קאליר איז נישט פינקטלעך וואס מען וויל שיקט מען אלעס צוריק.
ווען איך בין מסדר מיין סעילס טעקס ריפארט זעה איך אלע לאקעל ארדער'ס פון די היימישע געגנטער,
ב"ה אסאך היימישע קונים און ווייניגער ריטורן'ס ווי אסאך אנדערע געגנטער.


ביי חרדישע וועט עס ע"פ רוב זיין ביי וויכטיגע אייטעמס וואס מ'מוז האבן במילא האבעך הנאה צו הערן דיין ענטפער, וויל ס'טוט אויפווייזן
אז ביי אונז יודן קומט עס נישט שלעכטע מידות אדער ווילן יענעם אפנוצען באגנב'ענען,

נאר ענדערש פון א צוזאמשטעל פון

1) זיין ביזי-עלטערן /נישט-מסודרדיג קומט מען אן שפעט צום קויפן און שפעט צום ריטורנען, מקויפט איין די לעצטע מינוט פאר א שמחה אדער סקול סעזאן במילא ווי איידער איינשטעלן אויב ס'נישט די ריכטיגע וועט מען נעמען ביידע מיטן חשבון צו רעטורנען איינס און פון די זעלבע פארשלעפטקייט טוט מען זיך דערמאנען שפעט מיט די ריטורן

2) פון נויט, מ'איז געדרוקט פארן דאלער במילא די יחידים פארבירן דאס מזל צוריק שיקן און בעטן ריפאנד אפילו פאר זאכן וואס זענען שוין נישט אין א גענצטליך ניי קאנדישן
לעצט פארראכטן דורך פלאחותיך אום זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 10:38 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אז ס'גייט ניט ווי עס וויל זאך, זאל זיך ווילן ווי ס'גייט זאך
פלאחותיך
שר חמש מאות
תגובות: 806
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 10, 2014 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלאחותיך »

.
לעצט פארראכטן דורך פלאחותיך אום זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 10:20 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אז ס'גייט ניט ווי עס וויל זאך, זאל זיך ווילן ווי ס'גייט זאך
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4071
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

"ביי די פרייע איזרעלי'ס איז נאך דא די ארגסטע אביוזערס"
ווייל זיי האבן סיי די חסרונות פונעם איד און סיי פונעם גוי
אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2961
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלד וויליאמסבורג »

מענין לענין קען אויך ווערן דערמאנט היימישע סטארס וואס עביוזן קאסטומערס, לדוגמא איינזאלצן קאסטומערס מיט קלענערע שיך ווי מען דארף א.א.וו. ספעציעל אין ביזי צייטן ווי ערב ימים טובים.

איך האב אין אן ערב פסח געקויפט אן אויוון ביי א היימישע סטאר וואס האט עדווערטייזט א ביליגע פרייז, איך עפן עס אויף און איך זעה אז סאיז used, איך קאל דעם געשעפט זאגט ער אז ער טוישט עס נישט ווייל ער איז צו ביזי, איך האב אים געזאגט איך לייג עס ארויס אין גאס, ער קען עס קומען נעמן, און די קרעדיט קארט וועל איך דיספיוטן, א שעה שפעטער איז די אויוון געווען אויפגעטוישט.
.
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8743
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:מענין לענין קען אויך ווערן דערמאנט היימישע סטארס וואס עביוזן קאסטומערס, לדוגמא איינזאלצן קאסטומערס מיט קלענערע שיך ווי מען דארף א.א.וו. ספעציעל אין ביזי צייטן ווי ערב ימים טובים.

איך האב אין אן ערב פסח געקויפט אן אויוון ביי א היימישע סטאר וואס האט עדווערטייזט א ביליגע פרייז, איך עפן עס אויף און איך זעה אז סאיז used, איך קאל דעם געשעפט זאגט ער אז ער טוישט עס נישט ווייל ער איז צו ביזי, איך האב אים געזאגט איך לייג עס ארויס אין גאס, ער קען עס קומען נעמן, און די קרעדיט קארט וועל איך דיספיוטן, א שעה שפעטער איז די אויוון געווען אויפגעטוישט.

מיינע צוויי סענט צו די נושא, קען זיין ס'איז דא אביוזערס, אויב איז אמת די זומער מעשיות מיט וואל מארט, אבער זייט ווייסן אונזערע היימישע געשעפטן זענען אויך אביוזערס, ווילסט נישט מאכן 30 טעג ריטוירן, מאך 14 טעג, מאך 5 טעג, א גאנצע רייע מיט געשעפטן וואס איינמאל דו קויפסט דארט איין ביסטו פיניש, נאר סטאר קרעדיט קענסטו צוריק באקומען, אין זעלבן טאג אז דו ברענגסט צוריק קענסטו אפשר האבן מזל, אבער אויב איז עס איין טאג שפעטער ביסטו פיניש דערמיט.
נישט לאנג צוריק האב איך געהאט מיט א אידישע קאמפאני כ'בין געווען אין זייער שוי רום און באשטעלט עפעס א פורניטשער, געצאלט טבין ותקילין, און ס'קומט אן א צווייטע קאליר, וואס נישט אדעתא הכא האט מען געצאלט דעם גרויסן פרייז, און ווען כ'האב אריינגעקאלט האבן זיי געזאגט, אה ס'איז מער נישט געווען אין סטאק, למעשה נאך לאנגע וואכן און חדשים האבן זיי עס ענדליך צוריק אויפגעפיקט, איך וויל נישט מקטרג זיין, אבער איך בין נייגעריג וואס וואלט געווען להבדיל ביים גוי אין אזא פאל
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
Haklal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4033
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

זייער שווער צי זאגן אז פין די בערך 43,000 זיפ קאודס איז נאר דא 10 וואס אביוזען די סיסטעם, איינס פין די צוויי, אדער פארקויפט ער נאר פאר די 10 זיפ קאודס אין דעמאלס קען ער פארמאכן דאס געשעפט אדער איז ער א פלעינער ראסיסט
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4071
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

אויב איז ער ווי פריער געברענגט א פרומער יוד איז לכאורה ביידע פון די באקאנטע אידישע סעלף העיטינג חברה מיט וואס מיר ווערן ליידער פון צייט צו ציט געשלאגן.

און איינע פון די דעילי אויסגאבעס איז געווען עפעס א סטעיטמענט פון די קאמפעני אז זיי האבן פשוט געזען אז זיי האבן צופיל ריטורנס....
פלאחותיך
שר חמש מאות
תגובות: 806
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 10, 2014 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלאחותיך »

גבריאל האט געשריבן:
פלאחותיך האט געשריבן:די מציאות איז אז משלנו זענען דא געוויסע יחידים (ליידער פערצענטואל אביסל מער ווי ביים מעין-סטרים אמעריקאנער גאס) וואס טוען אביוזען אזעלעכע פאליסי'ס אויף זייער א פרעכיגען אופן און נאכדערצו מיט א בלעכענעם פנים און מיט שרעקליכע טענות אויב מען זאגט זיי נאך א ווארט,

פון ווי נעמסטו די סטאטיסטיקס?


ליידער האב איך אין א היציגע מינוט אזוי געשריבן אבער כ'האב זיך איבערגעטראכט אין א רואיגע מנוט און געכאפט אז ס'געווען א שפיצל פונעם שטן יעצט פאר די הייליגע טעג, מיך צו מאכן שרייבן אזאנס

ס'איז זיכער דא ביי אונז וואס קענען זיין מער פארזיכטיג אבער די ווערטער פערצענטואל מער איז נישט געווען אויסגערעכנט

מיין פאלשע אפשאצונג נעמט זיך לכאורה ווייל עס טוט מער וויי ווען מ'זעהט אן עוולה ביי א צווייטן איד ווי ביים גוי, און די פאר אינצידעטן מיט די יחידים האבן סאב-קאנטשעסלי געשאפן דעם בליק

און בכלל קען מען נישט רעכענן אידן לויט דעם קלענערע חלק וואס קויפן אנליין, ס'איז דא טויזענטער משפחות וואס קויפן גארנישט אנליין
אז ס'גייט ניט ווי עס וויל זאך, זאל זיך ווילן ווי ס'גייט זאך
אוועטאר
האסט נייעס
שר האלף
תגובות: 1101
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 11:43 am
לאקאציע: דא... אויב זעהסטו נישט, קוק גוט..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסט נייעס »

מאכט סענס? האט געשריבן:דא
קינדער קליידונג וועבזייטל באשטראפט דורך ניו דשערזי פאר׳ן דיסקרימינירן אידישע קאסטומער

א וועבזייטל וועלכע איז באזירט אין קאליפארניע און פארקויפט קינדער קליידונג האט ארויפגעלייגט אויף איר וועבזייטל אז זי נעמט נישט אן קיין ריטוירנס פון געוויסע געגענטער אין ברוקלין און אין לעיקוואוד, וויבאלד פון די געגענטער האבן זיי שאדן געהאט נאכדעם וואס די קאסטומער האבן אויסגענוצט די ריטוירן פאליסי און באשטעלט מערערע סייזעס, און צוריקגעשיקט טיילמאל גענוצט קליידער.
טראץ וואס זי האט נישט קלאר ארויסגעשריבן וועמען די אויסנאם ציהלט, איז אבער גאנץ קלאר אז דאס איז געצילט קעגן חרדי׳שע אידן, און די אטוירני דשענעראל אפיס אין ניו דשערזי האט זיך אריינגעמישט, און האט ארויפגעלייגט א שטראף פון 10,000 דאלער אויף די פירמע, וועלכע וועט ווערן אראפגענומען אויב זי שטעלט זיך צו.
די פירמע האט געזאגט אז זי וועט צוריקשטעלן אלע ריטוירן פאליסי, אבער גלייכצייטיג זיך באקלאגט אז זי איז א קליינע פירמע, און די פלייץ פון ריטוירנס אין די אידישע געגנטער מאכט איר א געוואלד שאדן, לאמיר האפן אז די אומפאראנטווארטליכע יחידים זאלן איינזעהן וואספארא חילול ה׳ זיי מאכן, און די שאדן וואס זיי ברענגען פאר׳ן גאנצן ציבור.

עמיצער קען מיך מסביר זיין וואס דאס האט מיט אנטיסעמעטיזעם?!
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”