צו גייט פוטין טאקע אינוואדירן אוקריינע?

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

הכל הבל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3779
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג נובעמבער 26, 2018 10:23 am

צענדליגער אוקריינער נאציאנאליסטן האבן פראטעסטירט פארנט פון די רוסישע אמבאסאדע אין קיעוו און פארנט פון די אפיס פונעם אוקריינישן פרעזידענט
די פראטעסטירער האבן פארברענט רעדער און גערופן די רעגירונג פאר א באלדיגע איינשטעל פונעם מארשאל געזעץנאכפאלגנדיג די רוסישע פארכאפונג פון דריי אוקריינער שיפן
פרעזידענט פעטרא פאראשענקאו האט געמאלדן אז מען באטראכט טאקע און מען וועט שטימען אויב איינצושטעלן די מארשאל לאו וועלכע באדייט אז דימיליטער וועט אויף צייטווייליג איבערנעמען קאנטראל פון די ציווילע רעגירונג פונקציעס

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5948
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » מאנטאג נובעמבער 26, 2018 10:28 am

פליגל האט געשריבן:
איינפאכער איד האט געשריבן:זייער גוט פוטין, קיפ איט אפ. די פארשאלטענע אוקריינישע פאלק וואס האט זיך אויסגעצייכענט מיט די "מערסטע רציחות" אויפ'ן עם ישראל איז נישט ווערט צו עקזיסטירן!

אידן אין רוסלאנד האבן קיינמאל קיין גוטן טאג נישט געהאט, זיי זענען אייביג פארפאלגט געווארן, פיל שווערער ווי אין אנדערע לענדער, צי דער צאר'ישער רעגירונג, צי איז דאס געווען קאמוניזים.



ביידע זענען זיך ווערט זייער געלט אבער ווי די יודעי דבר זאגן קען קיינער זיך נישט פארגלייכן צו די אכזריות און רציחות פון די אוקראינער ימ"ש
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
צל עובר
שר ששת אלפים
תגובות: 6439
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג נובעמבער 26, 2018 4:53 pm

די רוסישע רעגירונג האט אונז טאקע אייביג געפייניגט, אבער די רוסישע פאלק לאו דווקא, משא"כ די אוקריינע רוצחים ימ"ש.

למשל באגדאן כמעלניצקי ימ"ש וואס האט גארנישט דעליווערט למעשה פאר אוקריינע חוץ זיינע רציחות אויף אידן, איז אויף די פינעווער באנקנאט דארט, און א שיינע סייז שטאט מיט א קאונטי הייסט נאך אים.

און אודאי ווען די רעדע איז קעגן דעם אוהב ישראל פוטין.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

הענדימען
שר האלף
תגובות: 1109
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » מאנטאג נובעמבער 26, 2018 5:04 pm

הכל הבל האט געשריבן:צענדליגער אוקריינער נאציאנאליסטן האבן פראטעסטירט פארנט פון די רוסישע אמבאסאדע אין קיעוו און פארנט פון די אפיס פונעם אוקריינישן פרעזידענט
די פראטעסטירער האבן פארברענט רעדער און גערופן די רעגירונג פאר א באלדיגע איינשטעל פונעם מארשאל געזעץנאכפאלגנדיג די רוסישע פארכאפונג פון דריי אוקריינער שיפן
פרעזידענט פעטרא פאראשענקאו האט געמאלדן אז מען באטראכט טאקע און מען וועט שטימען אויב איינצושטעלן די מארשאל לאו וועלכע באדייט אז דימיליטער וועט אויף צייטווייליג איבערנעמען קאנטראל פון די ציווילע רעגירונג פונקציעס

וואס וועטעס העלפן?
כ'ווייס נישט אלעס

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

אוועטאר
פעיק נוז
שר האלף
תגובות: 1862
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מאנטאג נובעמבער 26, 2018 5:10 pm

דריי אוקריינער מיליטערישע שיפן זענען פארכאפט און קאנפיסקירט געווארן די רוסישע נעווי, ביים אדורך שווימען דעם רוסיש אנעקסירטן קריימיע האלב-אינזל. אין א פרישע אקט פון קריג צווישן רוסלאנד און אוקראינע וועלכע זענען שוין עטליכע יאר אין א קאלטן קריג איבער׳ן האלב-אינזל.

רוסישע שיפן האבן געעפנט פייער בעפאר זייערע ספעציעלע קרעפטן האבן געשטורעמט און פארכאפט די אוקריינער שיפן, זעקס אוקריינער זעלנער זענען פארוואונדעט געווארן אין לויף פון דעם אבלאווע.

אוקריינע האט באשולדיגט אז דאס איז א רוסישער ''אקט פון אגרעסיע'' און פארשפראכן צו רעאגירן. מאסקווע האט אפגעווארפן די באשולדיגונג זאגנדיג אז די אוקראינער שיפן זענען אומלעגאל ארייינגעשווימען אין זייערע טעראטאריאלע וואסערן.

אין רעאקציע צו דעם אינצידענט האט דער אוקריינער פרעזידענט פעטראו פערעשענקאו געזאגט, אז ער וועט פארשלאגן פארן פארליאמענט א דרייסיג טאגיגן מארשאל געזעץ וואס געט פאר׳ן מיליטער ברייטערע רעכטן צו רעאגירן צו די אומשטענדן.

פילע מערב וועלט לענדער האבן פארדאמט רוסלאנד'ס אקציעס, און דער יו ען זיכערהייטס קאנסיל האט פאררופן אן עמערדזשענסי זיצונג צו באהאנדלן דעם סיטואציע, ביים זיצונג האבן פארשטייער פון די מערב וועלט לענדער קאנפראנטירט רוסלאנד איבער אירע שריט און פארלאנגט אז זי זאל אפשטעלן איר אגרעסיווע אויפפירונג אינעם ראיאן.
דער שוואכער טראסט אין טראמפ איז גוט פאר אונז, ווייל ער קען אונז נישט זאגען "גלייב מיר", איז האט ער נישט קיין ברירה און מוז נאכאנאנד דעליווערען

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3755
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מאנטאג נובעמבער 26, 2018 5:21 pm

א קורצע קליפיטשקע פונעם אנגעצויגענעם סיטואציע אויפן וואסער ביים מאטאראזן פארכאפונג.

מערק די רוסישער שיף קניידל׳ט אריין אונעם אוקריינישן שיף, בשעת די רוסקי׳ס שררררייען אריין אונעם ראדיאו.

דראפבאקסגוגל דרייוו
!!!...Jobs, Jobs, Jobs

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלף
תגובות: 1461
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » מאנטאג נובעמבער 26, 2018 5:28 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:א קורצע קליפיטשקע פונעם אנגעצויגענעם סיטואציע אויפן וואסער ביים מאטאראזן פארכאפונג.

מערק די רוסישער שיף קניידל׳ט אריין אונעם אוקריינישן שיף, בשעת די רוסקי׳ס שררררייען אריין אונעם ראדיאו.

דראפבאקסגוגל דרייוו

WOW די חברה קענען גוט שעלטן
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

קושטא
שר חמישים
תגובות: 54
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2018 1:40 pm

תגובהדורך קושטא » מאנטאג נובעמבער 26, 2018 5:38 pm

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:
פליגל האט געשריבן:
איינפאכער איד האט געשריבן:זייער גוט פוטין, קיפ איט אפ. די פארשאלטענע אוקריינישע פאלק וואס האט זיך אויסגעצייכענט מיט די "מערסטע רציחות" אויפ'ן עם ישראל איז נישט ווערט צו עקזיסטירן!

אידן אין רוסלאנד האבן קיינמאל קיין גוטן טאג נישט געהאט, זיי זענען אייביג פארפאלגט געווארן, פיל שווערער ווי אין אנדערע לענדער, צי דער צאר'ישער רעגירונג, צי איז דאס געווען קאמוניזים.



ביידע זענען זיך ווערט זייער געלט אבער ווי די יודעי דבר זאגן קען קיינער זיך נישט פארגלייכן צו די אכזריות און רציחות פון די אוקראינער ימ"ש

אזוי ווי דו זאגסט. איך האב אמאל געהערט פון אן עלטערן איד, אז די אוקריינער רוצחים ימ''ש האבן געטוהן אזעלכע רציחות וואס אפילו די נאציס זענען נישט אומשטאנד געווען צו טוהן. ימח שמם וזכרם.
געזעצן זענען געמאכט געווארן, אז זיי זאלן דינען די מענטשהייט. און נישט, אז די מענטשהייט זאל דינען די געזעצן.

אוועטאר
פעיק נוז
שר האלף
תגובות: 1862
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דינסטאג נובעמבער 27, 2018 4:22 pm

ווי עס איז נעכטן באריכטעט געווארן האט דער רוסישער מיליטער פארכאפט אוקריינער נעווי מאטראזן אינעם טרענטש וואסער וועג, דער איינציגסטער וואסער וועג וואס געט פאר די אוקריינער א אפענער וועג צום שווארצן ים, נאכדעם וואס זיי האבן זיך - לויט די רוסן - נישט אפגעשטעלט פאר אונטערזוכונגען.

אין א פרישע אנטוויקלונג וואס קען נאך מער אויפרייצן די געמיטער, האט רוסלאנד ארויסגעשטעלט די פארכאפטע אוקריינער מאטראזן אויף דער רוסישער נאציאנאלער טעלעוויזיע און געצייגט ווי די אוקריינער מאטראזן טוען זיך אנטשולדיגן פאר'ן פראוואקירן דער רוסישער מיליטער.

אן אוקראינער נעיווי קאמאנדיר האט שארף אראפגעריסן דעם רוסישן טאקטיק, און אנגעוויזן אז די מאטראזן זענען זיכער געצוואונגען געווארן אזוי צו זאגן און ווערן גענוצט פאר רוסישע פראפאגאנדע צוועקן.

מערב וועלט לענדער האבן פארדאמט רוסלאנד פאר'ן זיך באנוצן מיט מאכט, דער אוקריינער פארלאמענט האט רעאגירט מיט דער צושטימונג צו זייער פרעזידענט'ס פארשלאג, איינצושטעלן מארשאל געזעץ, עפעס וואס וועט געבן מער מאכט פאר דער אוקריינער מיליטער זיך צו באשיצן פון ווייטערדיגע רוסישע אגרעסיעס.

פיינע נייעס
דער שוואכער טראסט אין טראמפ איז גוט פאר אונז, ווייל ער קען אונז נישט זאגען "גלייב מיר", איז האט ער נישט קיין ברירה און מוז נאכאנאנד דעליווערען

אוועטאר
איינפאכער איד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 442
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm

תגובהדורך איינפאכער איד » דינסטאג נובעמבער 27, 2018 4:47 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:א קורצע קליפיטשקע פונעם אנגעצויגענעם סיטואציע אויפן וואסער ביים מאטאראזן פארכאפונג.

מערק די רוסישער שיף קניידל׳ט אריין אונעם אוקריינישן שיף, בשעת די רוסקי׳ס שררררייען אריין אונעם ראדיאו.

דראפבאקסגוגל דרייוו

די רעקארדינג הערט זיך זייער היימיש... מיר סאונדט דאס ווי אין א "קאר סערוויס" בעיס אין בארא פארק אדער וויליאמסבורג...

אוועטאר
פעיק נוז
שר האלף
תגובות: 1862
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מיטוואך דעצמבער 05, 2018 4:50 pm

נאך ניין טאג וואס די רוסן האבן ״דערשטיקט״ די אוקראינער פארטן אינעם אזאווער ים דורך בלאקירן דעם קערש וואסער-וועג האט א אוקראינער מיניסטער געזאגט אז די רוסן האבן טיילווייז אראפגענומען דעם בלאקאדע.

רוסלאנד האלט אן מיט איר אונטערזוכונג פון שיפן וועלכע פארן דורך דעם קערש וואסער וועג טראץ וואס אוקראינע זאגט אז עס איז אונטערנאציאנאלע ים טעראטאריע, אבער רוסלאנד זאגט אז זי קאנטראלירט די וואסערן.

דער אוקראינער מיניסטער זאגט אז טראץ וואס ״טעכניש״ האט רוסלאנד אראפגענומען דעם בלאקאדע איז עס אבער נאך אלס אן עקאנאמישע בלאקאדע וויבאלד די רוסן האלטן אויף די שיפן עטליכע טעג אינעם קערש וואסער וועג, און דאס ברענגט דערצו אז די וועלכע אימפארטירן און עקספארטירן האבן שווערע שאדנס וויבאלד עס לוינט זיך נישט צו האנדלן מיט אוקראינע דורך די פארט שטעט נעמענדיג אין באטראכט די הויכע קאסטן פון האלטן די שיפן אויפ׳ן וואסער.
דער שוואכער טראסט אין טראמפ איז גוט פאר אונז, ווייל ער קען אונז נישט זאגען "גלייב מיר", איז האט ער נישט קיין ברירה און מוז נאכאנאנד דעליווערען

אוועטאר
Think and Thank
שר האלפיים
תגובות: 2687
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מיטוואך דעצמבער 05, 2018 7:59 pm

איינפאכער איד האט געשריבן:זייער גוט פוטין, קיפ איט אפ. די פארשאלטענע אוקריינישע פאלק וואס האט זיך אויסגעצייכענט מיט די "מערסטע רציחות" אויפ'ן עם ישראל איז נישט ווערט צו עקזיסטירן!
אוקריינע איז געווען דאס געבורט פלאץ פון די פארשאלטענע קאזאקן ימ"ש וועלכע האבן דורכגעפירט די שוידערליכע הריגות רח"ל בשנות ת"ח ות"ט.
אוקריינע איז געווען דאס פאלק וועלכע האט דורכגעפירט שוידערליכע פאגראמען אין די יארן פון תר"מ און שפעטער ביים ענדע פון די ערשטע וועלט מלחמה בשנות תרע"ט-תר"פ ווען זיי האבן אויסגעמארדעט רח"ל צענדליגער טויזענטער אידן הי"ד אין לאנד.
אוקריינע איז געווען "די איינציגסטע" פאלק וועלכע האט צוגעשטעלט פאר די נאצישע רוצחים ימ"ש אייגענע באטאליאנען - ד.מ. מחנות פון זעלנער - אנטייל צו נעמען אין די מאסן מערדערייען אויף מיליאנען אוקריינער אידן אין די תקופה פון זומער תש"א ביז אנפאנג ווינטער תש"ב.
ווען מען מאכט דעם חשבון מיט אלע אנדערע אייראפעאישע לענדער, זעהט מען אז זיי זענען בכלל נישט געועון קיין צדיקים ובעיקר בשעת די מלחמה, ובפרט די לענדער פוילן און אונגארן וואו די ציווילע באפעלקערונג האט מיט רשעות'דיגע פרייד זיך צוגעשטעלט צו די רציחות אויף די אידן הי"ד, אבער דאך האבן די ארטיגע רעגירונג - מיט זייערע שווערע גזירות - נישט צוגעשטעלט קיין באטאליאנען ספעציפיש פאר די רציחות פון די אידן.
און ווען מען קוקט אויף די היסטאריע פון רוסלאנד וועט מען אויך זעהן אז טראץ די אלע גזירות ביים צאר, און שפעטער ביים קאמוניזם, איז למעשה קיינמאל נישט געווען אזא זאך אז רוסישע זעלנער זאלן סיסטעמאטיש אנטייל נעמען אין רציחות אויף אידן
אדרבה! ווער עס קען זאל מיך אפווענדן.

זאג, דו האלטסט טאקע אז א טאג נאכ'ן אייננעמען גאנץ אוקראינע וועט פוטין מיטאמאל ווערן איידל, צענעמען זיין מיליטער, פארשפארן די מיסיל סיילאוס און גיין שלאפן?
איך בין מסכים מיט דיר בנוגע די רשעות און גרויזאמקייט פון די אוקראינער, אבער איך כאפ עכט נישט ווי עס קומט אריין דא.
Innocent until proven Republican

אוועטאר
צל עובר
שר ששת אלפים
תגובות: 6439
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך דעצמבער 05, 2018 10:59 pm

מסתמא מיינט ער צו זאגו אז עס שטערט אים נישט אז אוקריינע כאפט אביסל מכות.

ער וועט ניש אזוי שנעל איינעמען גאנץ אוקריינע.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

טשאקלעט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 490
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 14, 2014 10:18 am

תגובהדורך טשאקלעט » מיטוואך דעצמבער 05, 2018 11:05 pm

רוסלאנד לעבט נאך אין די 1930s ס׳גליסט זיי נאך גאנץ אייראפע, אין זיי האבן די שטערקסטע מיליטער אין יוראפ!

אוועטאר
איינפאכער איד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 442
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm

תגובהדורך איינפאכער איד » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2018 1:27 pm

צל עובר האט געשריבן:מסתמא מיינט ער צו זאגו אז עס שטערט אים נישט אז אוקריינע כאפט אביסל מכות.

ער וועט ניש אזוי שנעל איינעמען גאנץ אוקריינע.

"צל עובר" יפה אמרת, ברוך שכיוונת! ולענין השאלה ששאל "טינק & טענק" האלט איך נישט אז פוטין זוכט דא איינצונעמען גאנץ אייראפע, ער האט פשוט א פערזענליכן חשבון מיט אוקריינע שוין פון לאנג.

אוועטאר
אלט מאנרא
שר האלף
תגובות: 1954
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

תגובהדורך אלט מאנרא » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2018 1:33 pm

צום קעפל איך האף אז נישט די וואך ווען הינדערטער היימישע אידן זענען און אומן אויף שבת חנוכה
איר זאלט לעבן ווי לאנג איר ווילט, מיט נאך פופצן מינוט, נישט אלעס דארף גיין פונקטליך וויאזוי דו ווילסט!‎


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: מה ידידות, קהל עדתינו, ר' יום טוב און 82 געסט