צו גייט פוטין טאקע אינוואדירן אוקריינע?

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
עת לדבר
שר חמישים
תגובות: 87
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 27, 2016 2:15 pm
לאקאציע: ביים כלי

צו גייט פוטין טאקע אינוואדירן אוקריינע?

תגובהדורך עת לדבר » פרייטאג אוגוסט 19, 2016 10:31 am

עס קומט אריין באריכטן היינט דאנערשטאג נאכט אז רוסלאנד האט סטאנציאנירט פערציג טויזענט זעלנער גרעניץ צווישן רוסלאנד און אוקריינע, ווי אויך צענדליגער טאנקען און טראקס זענען געווארן סטאנציאנירט נאנט צום גרעניץ
You can alter your life, By altering your attitude (credit: walter james)

קליג
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 21, 2016 2:08 pm

תגובהדורך קליג » פרייטאג אוגוסט 19, 2016 10:54 am

עת לדבר האט געשריבן:עס קומט אריין באריכטן היינט דאנערשטאג נאכט אז רוסלאנד האט סטאנציאנירט פערציג טויזענט זעלנער גרעניץ צווישן רוסלאנד און אוקריינע, ווי אויך צענדליגער טאנקען און טראקס זענען געווארן סטאנציאנירט נאנט צום גרעניץ

לענ''ד לויט וויאזוי זאכען ארבעטן די לעצטע יאהרען איו די וועלט גייט עס נישט גישעהן, איי עסטו פרעגען וואס איז מיט קראמיע, ס'איז גאנץ א אנדערע גישעפט ואין לי הזמן להאריך

אוועטאר
א. טראכטער
שר האלף
תגובות: 1338
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 11, 2014 12:54 pm

תגובהדורך א. טראכטער » פרייטאג אוגוסט 19, 2016 11:26 am

עס קען שוין איינמאל געשעהן...

פוטין ווארט שוין 3 יאר אויפן יעצטיגען מאמענט ווען עס איז בין הזמנים אינעם ווייסען הויז... וד''ל

אוועטאר
עת לדבר
שר חמישים
תגובות: 87
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 27, 2016 2:15 pm
לאקאציע: ביים כלי

תגובהדורך עת לדבר » פרייטאג אוגוסט 19, 2016 11:37 am

א. טראכטער האט געשריבן:עס קען שוין איינמאל געשעהן...

פוטין ווארט שוין 3 יאר אויפן יעצטיגען מאמענט ווען עס איז בין הזמנים אינעם ווייסען הויז... וד''ל

זייער גוט געזאגט איי סטראנגלי עגרי!
ווי אויך האט ער נישט וואס צו פארלירן וויבאלד סאנקציעס האט ער סייווי, און נאך טעריטאריע קען נאר שטארקן זיין צובראכענע עקנאמיע
און מלחמה וועט סייווי קיינער נישט גיין מיט אים וויבאלד ער האט נוקליער. (ווי אויך איז געווען באריכטעט אז ער בויט עס יעצט איבער פאר מער מאכטפולע באמבעס אין ער באשיצט עס אינטערערדיש)
You can alter your life, By altering your attitude (credit: walter james)

אוועטאר
יש ברירה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5872
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » פרייטאג אוגוסט 19, 2016 11:44 am

איז דא א סיבה פארוואס ער זאל דאס טוען? אנהייבן א געהעריגע בלוטיגע מלחמה אין א גרינע דינסטאג?

ער גייט נישט אין ערגעץ מן הסתם בלויז א טשעפע פאר די וואס לייגן דרוק איבער זיינע מעשים טובים אין סיריע

אוועטאר
א. טראכטער
שר האלף
תגובות: 1338
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 11, 2014 12:54 pm

תגובהדורך א. טראכטער » פרייטאג אוגוסט 19, 2016 11:53 am

יש ברירה האט געשריבן:איז דא א סיבה פארוואס ער זאל דאס טוען? אנהייבן א געהעריגע בלוטיגע מלחמה אין א גרינע דינסטאג?

ער גייט נישט אין ערגעץ מן הסתם בלויז א טשעפע פאר די וואס לייגן דרוק איבער זיינע מעשים טובים אין סיריע

פוטין בענקט זיך שטארק צו די אלטע גוטע צייטען פון מאמע רוסלאנד...

עס איז נישט א באשטעגטיטע זאך אבער אפאר יאר צוריק ווען די מצב האט זיך בארואיגט האבען זאך קענער געזאגט אז דאס איז א בלויזער שפיל

ער ווארט טאקע אויפן יעצטיגען צייט וואס אבאמא האט א קלארע תירוץ פארוואס צו בלייבען שטיל, ווייל מען הייבט נישט אן א מלחמה צוויי חדשים פארן ארויסגיין פון אמט
(די חשבון איז אז ער וועט זיך אריינרוקען קיין אוקריינע נאך די וואלען, ווען א פרעזידענט איז א לעים דאק... און פאר אזא פרעזידענט ווי אבאמא איז עס פונקט געווינטשען...)

אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2641
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 02, 2014 1:24 am

תגובהדורך סמארט גאי » פרייטאג אוגוסט 19, 2016 11:59 am

מיין השערה.

אז מיט די שוואכע רוסישע עקאנאמיע, זוכט ער א אישו וואס וועט אים ברענגן גינסטיגע פובליסיטי אינעם מוטערלאנד
נישט די מציאות קאנטראלירט דיינע געפילן, נאר דיין "פירוש" אויפן מציאות קאנטראלירט דיינע געפילן
ס'איז בידך צו טוישן דיין מהלך המחשבה, און אזוי ארום זיך באשיצן פון ווערן אפעקטירט פון די -טיילמאל- אומאנגעמע געשעענישן וואס דאס לעבן ברענגט מיט זיך

אוועטאר
כאפצעם
שר תשעת אלפים
תגובות: 9585
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » פרייטאג אוגוסט 19, 2016 12:26 pm

כ'זעה יעדער בעסיקלי אגריעט אז פוטין ניצט אויס די לעים דאק סעסיע. הייסט עס אז ער האט יא מורא געהאט פון אבאמא.
"וואס איר זעהט און הערט איז נישט וואס פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4048
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

תגובהדורך אמביציע » פרייטאג אוגוסט 19, 2016 12:27 pm

ער גייט נישט ווייל ער ווייסט אז ס'גייט עם זייער טייער קאסטן.

אוועטאר
א. טראכטער
שר האלף
תגובות: 1338
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 11, 2014 12:54 pm

תגובהדורך א. טראכטער » פרייטאג אוגוסט 19, 2016 12:28 pm

כאפצעם האט געשריבן:כ'זעה יעדער בעסיקלי אגריעט אז פוטין ניצט אויס די לעים דאק סעסיע. הייסט עס אז ער האט יא מורא געהאט פון אבאמא.

נישט קלאר צו ער האט מורא געהאט... אדער עס איז פשוט גרינגער אזוי...

קליג
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 21, 2016 2:08 pm

תגובהדורך קליג » פרייטאג אוגוסט 19, 2016 12:31 pm

ער דארף דאך האבען עפעס א שטיקעל אויסרייד דאס צי טוהן נאך אלעמען מיר זענען שוין נישט אין די 1800 יאהרן, אויב די קוקסט וועסטו זעהן אז זיין עיקר ציהל איז צי ווערען די טאטע פין די וועלט אדער לכה''פ אייניג מיט אמעריקע ממילא קען איך נישט זעהן לעת עתה אז ער זאל כאפען לאנד אזויווי אייסיס

אוועטאר
עת לדבר
שר חמישים
תגובות: 87
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 27, 2016 2:15 pm
לאקאציע: ביים כלי

תגובהדורך עת לדבר » פרייטאג אוגוסט 19, 2016 1:01 pm

אמביציע האט געשריבן:ער גייט נישט ווייל ער ווייסט אז ס'גייט עם זייער טייער קאסטן.

איך וואלט געוואלט וויסן וואס הייסט טייער קאסטן? פארדאמונגען?
You can alter your life, By altering your attitude (credit: walter james)

אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4048
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

תגובהדורך אמביציע » פרייטאג אוגוסט 19, 2016 1:02 pm

עת לדבר האט געשריבן:
אמביציע האט געשריבן:ער גייט נישט ווייל ער ווייסט אז ס'גייט עם זייער טייער קאסטן.

איך וואלט געוואלט וויסן וואס הייסט טייער קאסטן? פארדאמונגען?

ס'גייט קימען צו א פוינט וואס אמעריקע גייט זיך שוין נישט קענען ארויסדרייען פון ראגירן גאר שארף.

שואלכענין
שר חמש מאות
תגובות: 936
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

תגובהדורך שואלכענין » פרייטאג אוגוסט 19, 2016 4:33 pm

גאר גאר גאר שווער צו גלייבן, אז אמעריקע זאל ארויסגיין מיט רוסלאנד אין א קריג (אדער אפילו נאר א "אנהייב" וואס מען ווייסט קיינמאל נישט וויאזוי עס גייט זיך פירן ווייטער), בפרט ווען די רעדע איז בכלל נישט פון טשעפען אמעריקע, נאר אוקריינע.

יא יא, דער אמעריקאנער פרעזידענט וועט "פארדאמען" און "סטראשען", וואס די ביידע אינאיינעם זענען אזויפיל ווערד ווי די שאלעכץ פון א קנאבל... און נאכדעם וועלן זיינע "ווארט-זאגער" דערקלערן אז דאס איז באמת אן אישו פאר די יו.ען. צו לעזן...

אוועטאר
פערפעקט
שר האלף
תגובות: 1938
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 31, 2010 5:41 pm

תגובהדורך פערפעקט » פרייטאג אוגוסט 19, 2016 5:24 pm

ס'איז א רעאקציע צום אויפדעקונג איבער מענעפארט...
Definition of perfect: as good as it is possible to be

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5411
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » מוצ"ש אוגוסט 20, 2016 10:58 pm

לאמיר אריינווארפען א קאנספיראציע:

ער וויל כמעט אנפאנגען א מלחמה און טראמפ זאל הייסען שטרענג אז פוטין זאל ארויסגיין און פוטין וועט פאלגען טראמפ אזוי וועט יעדער זעהן אז טראמפ איז פאוערפול און לכבוד דעם וועט אמעריקע אים אריינוואוטען און נאכדעם וועט ער האבען א גוטע פריינד אין די ווייסע הויז און דאן וועט ער קענען טוהן וואס ער וויל.

#אולי
I REALLY - DON’T - CARE, DO YOU?

שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2487
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

תגובהדורך שאהן הענניטי » זונטאג אוגוסט 21, 2016 4:25 pm

וואס גייט ער טוהן אויב הילערי גייט אויך פארלאנגן ער זאל ארויסגיין?

הכל הבל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3778
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » זונטאג נובעמבער 25, 2018 11:23 am

רוסלאנד שפארט אפ וואסער שטראז נאך וויי געשריי פון אוקריינע אז א רוסישע קאוסט גארד שיפל האט אנגעקלאפט אין זייער א מיליטערישע שיף

אוועטאר
פעיק נוז
שר האלף
תגובות: 1862
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » זונטאג נובעמבער 25, 2018 12:27 pm

קום אריין קלארער ביטע
דער שוואכער טראסט אין טראמפ איז גוט פאר אונז, ווייל ער קען אונז נישט זאגען "גלייב מיר", איז האט ער נישט קיין ברירה און מוז נאכאנאנד דעליווערען

עכט היימיש
שר האלף
תגובות: 1087
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

תגובהדורך עכט היימיש » זונטאג נובעמבער 25, 2018 8:30 pm

ווייל איך בין א "היימיש'ער" און איך גיי מיט די זעלבע הוט ווי דיר, ממילא איז מיר שוין נישט קיין מצוה מקרב צו זיין?

אוועטאר
איינפאכער איד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 442
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm

תגובהדורך איינפאכער איד » זונטאג נובעמבער 25, 2018 10:38 pm

זייער גוט פוטין, קיפ איט אפ. די פארשאלטענע אוקריינישע פאלק וואס האט זיך אויסגעצייכענט מיט די "מערסטע רציחות" אויפ'ן עם ישראל איז נישט ווערט צו עקזיסטירן!
אוקריינע איז געווען דאס געבורט פלאץ פון די פארשאלטענע קאזאקן ימ"ש וועלכע האבן דורכגעפירט די שוידערליכע הריגות רח"ל בשנות ת"ח ות"ט.
אוקריינע איז געווען דאס פאלק וועלכע האט דורכגעפירט שוידערליכע פאגראמען אין די יארן פון תר"מ און שפעטער ביים ענדע פון די ערשטע וועלט מלחמה בשנות תרע"ט-תר"פ ווען זיי האבן אויסגעמארדעט רח"ל צענדליגער טויזענטער אידן הי"ד אין לאנד.
אוקריינע איז געווען "די איינציגסטע" פאלק וועלכע האט צוגעשטעלט פאר די נאצישע רוצחים ימ"ש אייגענע באטאליאנען - ד.מ. מחנות פון זעלנער - אנטייל צו נעמען אין די מאסן מערדערייען אויף מיליאנען אוקריינער אידן אין די תקופה פון זומער תש"א ביז אנפאנג ווינטער תש"ב.
ווען מען מאכט דעם חשבון מיט אלע אנדערע אייראפעאישע לענדער, זעהט מען אז זיי זענען בכלל נישט געועון קיין צדיקים ובעיקר בשעת די מלחמה, ובפרט די לענדער פוילן און אונגארן וואו די ציווילע באפעלקערונג האט מיט רשעות'דיגע פרייד זיך צוגעשטעלט צו די רציחות אויף די אידן הי"ד, אבער דאך האבן די ארטיגע רעגירונג - מיט זייערע שווערע גזירות - נישט צוגעשטעלט קיין באטאליאנען ספעציפיש פאר די רציחות פון די אידן.
און ווען מען קוקט אויף די היסטאריע פון רוסלאנד וועט מען אויך זעהן אז טראץ די אלע גזירות ביים צאר, און שפעטער ביים קאמוניזם, איז למעשה קיינמאל נישט געווען אזא זאך אז רוסישע זעלנער זאלן סיסטעמאטיש אנטייל נעמען אין רציחות אויף אידן
אדרבה! ווער עס קען זאל מיך אפווענדן.

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר חמש מאות
תגובות: 537
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » זונטאג נובעמבער 25, 2018 10:46 pm

IMG-20181125-WA0005.jpg
IMG-20181125-WA0005.jpg (47.2 KiB) געזעהן 474 מאל

*רוסלאַנד פאַרכאַפט אוקראַינישע שיפן נעבן די איינגענומענע קרימיע נאָכ'ן שיסן אויף זיי*
_פון @נתן אייזיקסאן_ אידישע נייעס

רוסלאַנד האט פאַרכאַפט דריי אוקראַינישע קריג שיפן נישט ווייט פון דעם ברעג פון קרימיע - אַ האַלב-אינזל וואָס רוסלאַנד האָט אייננגענומען אין 2014 - נאָכדעם וואָס זיי האָבן געשאָסן לעבעדיגע פייער אויף זיי און פאַרוואָונדעט עטליכע מאַטראָזן, אַ שריט וואָס קען אָנצונדן אַ נייע געפערליכע קריזיס צווישן די צוויי לענדער.

רוסלאַנד'ס עף.עס.בי. זיכערהייט דינסט האָט געמאָלדן אַז רוסישע ברעג וואָך שיפן האָבן פאַרכאַפט די אוקראַינישע קריג שיפן אין די שוואַרצע ים און גענוצט וואָפן צו צווינגען זייער אָפּשטעל, האָבן רוסישע נייעס אַגענטורן געמאָלדן.

די עף.עס.בי. האָט געזאָגט אַז זי איז געווען געצווינגען צו נעמען שריט, ווייל די שיפן - צוויי קליין אוקראַינישע באַוואָפענטע אַרטילערי שיפן און אַ שלעפּ שיפל - זענען אומלעגאַל אַריינגעשווימען אין רוסישע טעריטאָרישע וואַסערן, און פּרובירט אומלעגאַלע אַקטן, און איגנאָרירט וואָרענונען זיך צו אָפּשטעלן און מאַנוווירט אומפאַראַנטוואָרטליך

Wow a1
שר חמישים ומאתים
תגובות: 364
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2018 3:38 pm

תגובהדורך Wow a1 » מאנטאג נובעמבער 26, 2018 12:17 am

האהא איך ליין אזוי מיט שפאנג פון אנפאנג אשכול ..............
איך האב שוין אנגעפנגען צטערן און די הויזן.....
People are looking for the place of happiness they are not realizing that it is located in the brain

אוועטאר
פליגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3977
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » מאנטאג נובעמבער 26, 2018 12:41 am

איינפאכער איד האט געשריבן:זייער גוט פוטין, קיפ איט אפ. די פארשאלטענע אוקריינישע פאלק וואס האט זיך אויסגעצייכענט מיט די "מערסטע רציחות" אויפ'ן עם ישראל איז נישט ווערט צו עקזיסטירן!
אוקריינע איז געווען דאס געבורט פלאץ פון די פארשאלטענע קאזאקן ימ"ש וועלכע האבן דורכגעפירט די שוידערליכע הריגות רח"ל בשנות ת"ח ות"ט.
אוקריינע איז געווען דאס פאלק וועלכע האט דורכגעפירט שוידערליכע פאגראמען אין די יארן פון תר"מ און שפעטער ביים ענדע פון די ערשטע וועלט מלחמה בשנות תרע"ט-תר"פ ווען זיי האבן אויסגעמארדעט רח"ל צענדליגער טויזענטער אידן הי"ד אין לאנד.
אוקריינע איז געווען "די איינציגסטע" פאלק וועלכע האט צוגעשטעלט פאר די נאצישע רוצחים ימ"ש אייגענע באטאליאנען - ד.מ. מחנות פון זעלנער - אנטייל צו נעמען אין די מאסן מערדערייען אויף מיליאנען אוקריינער אידן אין די תקופה פון זומער תש"א ביז אנפאנג ווינטער תש"ב.
ווען מען מאכט דעם חשבון מיט אלע אנדערע אייראפעאישע לענדער, זעהט מען אז זיי זענען בכלל נישט געועון קיין צדיקים ובעיקר בשעת די מלחמה, ובפרט די לענדער פוילן און אונגארן וואו די ציווילע באפעלקערונג האט מיט רשעות'דיגע פרייד זיך צוגעשטעלט צו די רציחות אויף די אידן הי"ד, אבער דאך האבן די ארטיגע רעגירונג - מיט זייערע שווערע גזירות - נישט צוגעשטעלט קיין באטאליאנען ספעציפיש פאר די רציחות פון די אידן.
און ווען מען קוקט אויף די היסטאריע פון רוסלאנד וועט מען אויך זעהן אז טראץ די אלע גזירות ביים צאר, און שפעטער ביים קאמוניזם, איז למעשה קיינמאל נישט געווען אזא זאך אז רוסישע זעלנער זאלן סיסטעמאטיש אנטייל נעמען אין רציחות אויף אידן
אדרבה! ווער עס קען זאל מיך אפווענדן.

אידן אין רוסלאנד האבן קיינמאל קיין גוטן טאג נישט געהאט, זיי זענען אייביג פארפאלגט געווארן, פיל שווערער ווי אין אנדערע לענדער, צי דער צאר'ישער רעגירונג, צי איז דאס געווען קאמוניזים.

אינעם ברען פונעם סטאלין רעגירונג זענען אידן פארפאלגט געווארן מיט א ביטערניש, און סיסטעמאטיש זיי אויסגעריסן פון זייער עקזיסטענץ. גע'רודפ'ט און גע'רצח'ט, גע'הרג'ט און טעראריזירט אויף אן אופן אכזרי מאוד.

אינעם ברען פונעם נאצי'שן רציחה אויפן אידישן פאלק וואס האט ליידער אויסגעריסן א ריזן חלק דמינכרא פון אונז קען זיך רוסלאנד נאר שטעלן אין שאטן פון זיי, היות זייערע ציפערן זענען בסך הכל נישט אנגעקומען צום נומער אויף וואס דער דייטש ימ"ש האט דערגרייכט.

זיי האבן טאקע נישט צוגעשטעלט קיינע באטאליאנען צום דייטש ימ"ש ווייל זיי האבן עס געהאט פאר זייער אייגן באנוץ.

ימח שמם די פארשאלטענע קאמיוניסטן וואס האבן געפירט צום אומקום פון אזויפיל אידן, און נישט ווייל זיי זענען אפשטאמיגע פון אידן וכדו', נאר דייקא פאר דינען דעם בורא כל עולמים, דער הייליגער באשעפער וואס האט באשאפן די וועלט, הארץ וכל אשר בה. די אנדערע האבן זיי געלאזט לעבן ווילאנג זיי האבן כופר געווען באלוקי ישראל.

שפוך חמתך אל הגוים אשר לא ידעוך ועל ממלכות אשר בשמך לא קראו. כי אכל את יעקב ואת נוהו השמו. שפך עליהם זעמיך וחרון אפך ישיגם. תרדוף באף ותשמידם מתחת שמי ה'.
נאט אייך א גרינע...

הענדימען
שר האלף
תגובות: 1109
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » מאנטאג נובעמבער 26, 2018 1:29 am

פליגל האט געשריבן:

אן אריינגיין אין אנדערע ענינים. למעשה איז פוטין זייער גוט צו אידן און אין אוקריינא האבן די כלי קודש געהאט גארדס ווייל די אוקריינער רשעים זענען זיי באפאלן אין די גאסן מיט מכות רצח

פוטין האט עס טאקע דעמאלטס אויסגענוצט פאר זיין פראפעגאנדע
כ'ווייס נישט אלעס

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot], א גוטן, איש האשכולות, יוד אלף, יסוד ארי, קהל עדתינו, שתקן און 75 געסט