נייע אידישע כשר'ע האטעל אין ניו העמפשיער

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

וואלוועלע-קרעטשמע
שר חמש מאות
תגובות: 562
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 03, 2011 11:44 am

תגובהדורך וואלוועלע-קרעטשמע » דאנארשטאג יולי 21, 2016 8:53 pm

אט אזוי האט געשריבן:Am I missing something???
פון ווי האט א פשוטער יונגערמאן געלט אויף די אלע זאכן?
איך בין עס נישט משיג!!


וויאזוי פארן פשוטע אינגעלייט אין קאנטרי ווען עס קאסט א הון תועפות? יעדער איינער האט אנדערע פיאריטיס, פאר איינעם איז די קאנטרי וויכטיג, און איז גרייט צו ספענדן דערויף אסאך געלט, און פאר איינעם איז די קאנטרי א אפקומעניש און ער וועט ספענדן די געלט פאר א 10 טאג'יגע הערליכע רייכע וואקאציע, און עס איז דא וואס בלייבן זיצן אינדערהיים, באגינען זיך מיט א קלענערע ביליגערע וואקאציע.

נאך אלעם דער וואס ספענד צו זיין א וואך אדער 10 טאג אין די נייע האטעל אין ניו העמפשיער קומט אויס ביליגער וואו די וואס פארן אין קאנטרי, אין די צייט וואס ער איז דארט איז עם א עכטע וואקאציע, פאר עם מיט די משפחה צוזאמען
א יעדע מעשה האט 2 זייטן,
ווען די נעמסט אן איין זייט נוץ דיין שכל און זעה דיינע נגיעות זאלן דיר נישט פארפירן,

אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3767
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

תגובהדורך א גראם מיט טעם » דאנארשטאג יולי 21, 2016 9:12 pm

Not so expensive compared to other hotels on this standard. The Werner bros. On their kmr tours (Canadian Rockies etc( charge in the range of 700$ per day
ווילט איהר אויסגראמען אייער טאטע ביי מצוה טאנץ?
זיכט איר א פאסיגע פאום מיט צו שיקען מיט א מתנה?
מיר קענען עס צושטעלען פאר אייך,
ווי אויך שרייבען מיר גראמען פאר דיננערס, זינגערס ועוד,
שיקט אן אישי אדער אימעיל צו gram.mit.tam@gmail.com

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5657
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » דאנארשטאג יולי 21, 2016 9:17 pm

עס וועט אביסעל העלפן צוריק ברענגען ניו העמפשיר צי א רעזארט ארט פאר היימישע אידן וואס דארפן א גוטע שיינע וואקאציע. לעצטענס איז עס געווארן א ישיבה'שע אויסבלאז ארט.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אוועטאר
וואס א חילוק
שר האלף
תגובות: 1267
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 16, 2015 3:39 pm
לאקאציע: ניי קרוינהייטס

תגובהדורך וואס א חילוק » פרייטאג יולי 22, 2016 9:58 am

איינער ווייסט וועלכע הכשר זיי גייען האבן?
אסאך מענטשן רעדן פון "אייבירשטן" און מיינען "זיך"..

אסאך מענטשן רעדן פון "זיך" און מיינען דעם "אייבירשטן"..

צולייגער
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » פרייטאג יולי 22, 2016 10:01 am

כ׳מיין זיי האבן געשריבן הרב שמואל בערגער שליט״א אב״ד מישקאלץ
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

Efroiach
שר מאה
תגובות: 196
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 17, 2015 12:59 pm

תגובהדורך Efroiach » פרייטאג יולי 22, 2016 10:58 am

די סטרולאוויטש'ס האבן שוין יארן לאנג חזקה צוצושטעלן באמת פיינע געשמאקע מאכלים פארן היימישע ציבור, איך שטעל מיר פאר ס'וועט זיך לוינען די פרייז,

פיינע נייעס
שר העשר
תגובות: 48
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 2:33 pm

תגובהדורך פיינע נייעס » פרייטאג יולי 22, 2016 11:17 am

א גראם מיט טעם האט געשריבן:Not so expensive compared to other hotels on this standard. The Werner bros. On their kmr tours (Canadian Rockies etc( charge in the range of 700$ per day


איך מיין אז מקען עס נישט ציגלייכן צי kmr זיי זענען אוועק געשטעלט פאר עשירים אדער מענטשן וואס זיכן אויסציגעבען א גרויס חלק פין זייער אפגעשפארטע געלט ווער עס איז אמאל געווען מיט זיי קען נישט אויפהערן צי רעדן פון וואס זיי געבען אין עס בכלל נישט דעס וואס דעי האטעל איז

תמים תהיה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 253
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 2:54 pm

תגובהדורך תמים תהיה » פרייטאג יולי 22, 2016 3:05 pm

ונזכה ונחיה...

אוועטאר
kyshtiper
שר שלשת אלפים
תגובות: 3025
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 11, 2013 4:31 pm

תגובהדורך kyshtiper » מיטוואך יולי 27, 2016 9:12 am

נייע עד
צוגעלייגטע
Capture.JPG
דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(מיכאל שניטצלער - א נקודה'לע)

אוועטאר
ר' יענקי
שר חמישים
תגובות: 56
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 28, 2016 8:13 am
לאקאציע: צו דיין רעכטע האנט

תגובהדורך ר' יענקי » זונטאג יולי 31, 2016 7:13 am

בעלבאטיש האט געשריבן:
אט אזוי האט געשריבן:Am I missing something???
פון ווי האט א פשוטער יונגערמאן געלט אויף די אלע זאכן?
איך בין עס נישט משיג!!


סאיז בה דא יונגעלייט וואס מאכן געלט

גלייב איך נישט אז סוועט זיין פיל...... מקטני אמנה....
אויב דאכט זיך דיר אז דו ביזט דערווייטערט פונעם רבש"ע, עפן בלויז דיינע אויגן וועסטו זען אז דו האסט געלעבט און א טעות!!

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21964
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » זונטאג יולי 31, 2016 9:11 am

א קיצור ס'איז נישט געשטעלט פאר פשוט'ע האראפשנע ארבייטס אינגעלייט, נעקסט פליעז.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
טיפיקעל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 253
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 2:32 pm

תגובהדורך טיפיקעל » זונטאג יולי 31, 2016 11:34 am

ס׳איז דא אסאך האטעלן אין די געגענט, אויב וויל מען מיטנעמען עסן קען מען האבען צימערן פאר נארמאלע פרייזען, דאס איז געמאכט פאר באקוועמע מענטשן וואס ווילען נישט גארנישט דארפן אנגרייטען און אפרוימען א.א.וו. פארדעם קענען זיי בעטן אזא פרייז

איך גלייב אז ווען די ראלעי האטעל וואלט געווען אין א געגענט אן גראסעריס און באנגאלאו קאלאניס און קעמפס וואלטן זיי זיכער אויך געקענט בעטן אסאך מער

ggg
שר חמש מאות
תגובות: 749
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 15, 2013 9:45 am

תגובהדורך ggg » מיטוואך אוגוסט 17, 2016 2:44 pm

א משפחה מיינער האט פארבירט צו גיין דארט די ענפער איז געווען סאיז שוין פארנמען נישט געווען קיין פלאץ פאר יענע וואך וואס זי האט געוואלט גיין.

Working
שר מאה
תגובות: 215
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 28, 2016 3:14 pm

תגובהדורך Working » מיטוואך אוגוסט 17, 2016 3:02 pm

געהערט ס'איז דא צימערן פאר $190 א נאכט אן עסן, ווייסט איינער דערוועגן?

ברוך
שר חמש מאות
תגובות: 641
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 08, 2008 4:13 pm
לאקאציע: וואקאציע

תגובהדורך ברוך » דאנארשטאג אוגוסט 18, 2016 12:02 am

ווייסט איינער וויפל זיי בעטן נאר פאר די סעודות?

אוועטאר
kyshtiper
שר שלשת אלפים
תגובות: 3025
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 11, 2013 4:31 pm

תגובהדורך kyshtiper » פרייטאג אוגוסט 19, 2016 10:39 am

שיינע עד פון אלע סוב קאנטראקטארס* וואס וואונטשן א מזל טוב צום עפענונג פונעם האטעל

*אסאך אידן האבן געהאט פרנסה דורך דעם
צוגעלייגטע
Untitled.jpg
דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(מיכאל שניטצלער - א נקודה'לע)

אוועטאר
עת לדבר
שר חמישים
תגובות: 88
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 27, 2016 2:15 pm
לאקאציע: ביים כלי

תגובהדורך עת לדבר » פרייטאג אוגוסט 19, 2016 10:49 am

לויט ווי עס זעהט אויס פון זייער זייטל, ווילן זיי ציען די גוים מיט זייער סערוויסעס עיי"ש
You can alter your life, By altering your attitude (credit: walter james)

אוועטאר
געב_מיר_כח
שר חמש מאות
תגובות: 862
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 07, 2015 10:11 pm

תגובהדורך געב_מיר_כח » מיטוואך נובעמבער 09, 2016 2:13 pm

.
צוגעלייגטע
Arlington.JPG
רבש"ע גיב מיר אביסעלע כח (קרעדיט דודי קאליש)

לייברערין
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 16, 2015 11:47 pm
לאקאציע: און לייברערי

א גריס פונעם גאסט הויז

תגובהדורך לייברערין » דינסטאג נובעמבער 15, 2016 4:14 pm

א גריס פונעם גאסט הויז.. מיינס א באקנטע איז עפעס אויסמענטש.. ער מיז מיר עפעס פארציילן גאר וויכטיג. עס איז א געפילן וואס ער מיז מיטיילן.
ער האט באזוכט און דעם גאסט הויז און דו ניו העמפשיר בערג און ער איז מלא התפעלות. א מנוחת הנפש אין לשער. א רואיגקייט מיט אלע באדערפענישן פאר אזא איינער וואס מען ריפט צווישין אונז גאר היימיש.
דו עסן האט ער נישט וואס זיך צו שעמען לויט זיינע השגות וואס אלץ חבר איז עס ניט קיין קליינע.

געבראטענע מאכלים געברענגט צום טיש ממש א גן עדן.. דעם יין המשמח מיט יי"ש אין דעם היימישע'ן ווירצהויז מיט דו היינטיגע השגות ווי געמישטע זאפטן מיט שארפע טרינקען.

דו ארבעטער זענען א חלק פונעם פארברענג... געשמאק צו זיין און זייער געגענט

נישט דא קיין (to do list) ליסטע צו ענדיגען.. מאכן סענדוועטישס קומען נישט באטראכט.. מען זיצט ווי ביים גברישע'ן שווער אויף קעסט (אנע שווער און שוויגער זז"ג)

פון יודישקייט איז עס ממש א גשמי נישט דא מער סעלצער באטלעך פאר נעג"ל וואסע"ר און נאך כי רבים (ואפשר לפרטם אבער נישט היינט)

דער מקוה איז נישט קיין שווי"ם באסיי"ן. איר קענט לאזן דו שמועס פון זוחלין און תשעה קבין פאר אן אנדער פלאץ

ער זאגט מיר לייברערין דו מוסט פארן לאז איך אייך וויסען טייערע פריינט אויף דעם נייעם וועלט וואס הייסט א "בלאג" אז ווען אין וועל פארען וועל איך מיט טיילן מיינע געפילן

איך בין א יוד
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 01, 2016 2:01 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך בין א יוד » דינסטאג נובעמבער 15, 2016 7:53 pm

זייער שיין באשריבן יישר כח
מען קען האנדלען וועגן די פרייזן?
180$ א נאכט ?

אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1063
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: בעקבתא דמשיחא

תגובהדורך בערל קראקאווער » פרייטאג נובעמבער 18, 2016 10:47 am

איך בין א יוד האט געשריבן:זייער שיין באשריבן יישר כח
מען קען האנדלען וועגן די פרייזן?
180$ א נאכט ?

געהערט אז יא
יעצט אין די טעג ספעציעל
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳

אוועטאר
אי-רעלעווענט
שר חמש מאות
תגובות: 543
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 08, 2016 8:53 pm
לאקאציע: אין בונקער

תגובהדורך אי-רעלעווענט » מוצ"ש נובעמבער 19, 2016 9:10 pm

וואס קען מען טוען אין נ.ה ווינטער??

פארטראכטער
שר חמש מאות
תגובות: 947
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 03, 2016 2:57 pm

תגובהדורך פארטראכטער » מוצ"ש נובעמבער 19, 2016 9:25 pm

אי-רעלעווענט האט געשריבן:וואס קען מען טוען אין נ.ה ווינטער??


אין ווינטער ממש, דארף עס צו זיין אויסטערליש שיין. די ריזן בערג ארומגענומען מיט שניי, ברעגט א אויסטערלישע רואיגקייט.

אבער יעצט ווען סאיז נאך נישט דא קיין שניי ווייס איך נישט, איך האב אבער דאך שטארק חשק זיך אריבערצוכאפן פאר א וויקענד, דאס אליינס אז סאיז נישט דא וואס צו טון, מיינט אז מקען אהינפארן און זיך אויספלאגן פון די געזעלשאפט, אן דארפן ארומלויפן פון איין פלאץ צום צווייטן,ספעציעל ווען מען באקומט נאך צוגעשטעלט 5 סטאר כשרע מיעלס, ווי קען זיין א בעסערע וואקאציע פון דעם?

יאנקעל פעדראטשיק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3696
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

תגובהדורך יאנקעל פעדראטשיק » זונטאג נובעמבער 20, 2016 3:32 pm

מיין ב"ב וויל נאר וויסן צו סיז דא א מאאל אין די געגענט ווי מקען זיך דרייען,

אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 10, 2008 4:37 pm

תגובהדורך אלף בית » זונטאג נובעמבער 20, 2016 3:41 pm

15 מינוט אוועק אין ליטלטאון איז דא א מאלל.
מיט געשעפטן אזויווי: וואלמארט, TJMax, האום דיפאו, וכדו׳
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot], שטיגליץ און 16 געסט