בלאט 9 פון 13

געשריבן: מיטוואך מאי 09, 2018 10:11 pm
דורך וויי-פיי
Kosher Travel האט געשריבן:איך זעה דא א קעפעל "נייע אידישע כשר'ע האטעל אין ניו העמפשיער" און ביז דערווייל איז רוב אשכול מעורר און האקט אויף האטעלן, תרעובות, וכדומה. איך מיין מען זאל מאכן א נייע אשכל צו דן זיין תרעובות אין האטעלס, חתונה זאלן, וכו', און אפשר (איך suggest נאר) זאל מען לאזן די אשכול רעדן פון די נייע אידישע כשר'ע האטעל אין ניו העמפשיער.

http://koshertravelinfo.com/listings/ar ... hampshire/



זייער שיין די נייע האטעל, קוקעדיג האט מיר אנגעשמעקט צו פארן, ווען איז א גוטע צייט, און די בעסטע פרייז. שכח

--
אגב עס איז זייער שיין אייער וועבסייט
---
יא האקטס וויפיל סגייט

געשריבן: דאנארשטאג מאי 10, 2018 8:46 am
דורך Kosher Travel
וויי-פיי האט געשריבן:
Kosher Travel האט געשריבן:איך זעה דא א קעפעל "נייע אידישע כשר'ע האטעל אין ניו העמפשיער" און ביז דערווייל איז רוב אשכול מעורר און האקט אויף האטעלן, תרעובות, וכדומה. איך מיין מען זאל מאכן א נייע אשכל צו דן זיין תרעובות אין האטעלס, חתונה זאלן, וכו', און אפשר (איך suggest נאר) זאל מען לאזן די אשכול רעדן פון די נייע אידישע כשר'ע האטעל אין ניו העמפשיער.

http://koshertravelinfo.com/listings/ar ... hampshire/



זייער שיין די נייע האטעל, קוקעדיג האט מיר אנגעשמעקט צו פארן, ווען איז א גוטע צייט, און די בעסטע פרייז. שכח

--
אגב עס איז זייער שיין אייער וועבסייט
---
יא האקטס וויפיל סגייט

שעקויעך פאר די דברי חיזוק!

די בעסטע צייט צו פארן איז איצט! ווינטער איז דא געסט אין Bethlehem, NH וואס פארן קיין New Hampshire פאר די snow slopes און זיי זענען עוסק אין גליטשען אויף די בערג. און די זומער איז בכלל א צייט פון וואקאציע, און בפרט אין אונזער היימישע שטאט פון Bethlehem וואס איז פול מיט חסידים ואנשי מעשה וואס קומען פאברענגען א געשמאקע Kosher Vacation at a nice Kosher Hotel in New Hampshire.

אבער איצטער, איז די בעסטע. וועטער איז שיין, אבער נאך בעפאר די סעזאן.

און בדרך אגב, אויב ווילט איהר זעהן אלעס ארום, למשל מנינים Minyan in New Hampshire ווי אויך א Grocery that stocks kosher food (אבער קלאהר נישט קיין אידישע אדער כשרע גראסערי) אין די זומער, קענט איהר קוקן דא:

http://koshertravelinfo.com/listings/ta ... hampshire/

הגם, איך ווייס נישט אויב "סטרולאוויטש" סטאקט נאך סתם כשר'ע עסען אין זיין נייע האטעל אזוי ווי א קליינע גראסערי, אזוי ווי ער פלעגט טוהן אין די אלטע האטעל. טאקע געוועהן א אלטע האטעל מיט קרומע פלארס, אבער דאך א היימישקייט. די פרושע ברויט פלעגט שמעקן פאר מיילען.

געשריבן: דאנארשטאג מאי 10, 2018 8:51 am
דורך Naftule
איך זע אז בעטלעהעם דארף זיין גוט פאר אלערדזשי ליידענדע. די pollen count דארט איז זירא ווייזט מיר גוגל

געשריבן: דאנארשטאג מאי 10, 2018 8:53 am
דורך Naftule
Screenshot_20180510-085145.jpg
Screenshot_20180510-085145.jpg (194.34 KiB) געזעהן 2415 מאל

געשריבן: דאנארשטאג מאי 10, 2018 9:11 am
דורך HelpMe
Kosher Travel האט געשריבן:
וויי-פיי האט געשריבן:
Kosher Travel האט געשריבן:א
---


די בעסטע צייט צו פארן איז איצט! ווינטער איז דא געסט אין Bethlehem, NH וואס פארן קיין New Hampshire פאר די snow slopes און זיי זענען עוסק אין גליטשען אויף די בערג. און די זומער איז בכלל א צייט פון וואקאציע, און בפרט אין אונזער היימישע שטאט פון Bethlehem וואס איז פול מיט חסידים ואנשי מעשה וואס קומען פאברענגען א געשמאקע Kosher Vacation at a nice Kosher Hotel in New Hampshire.

אבער איצטער, איז די בעסטע. וועטער איז שיין, אבער נאך בעפאר די סעזאן.


די פראבלעם איז נאר אז אין די סיזען איז נישטא ווי צו גיין, די אלע ווינטער פארוויילונג ערטער זענען שוין פארשפארט אין די זומערדיגע איז נאכנישט אפען

געשריבן: דאנארשטאג מאי 10, 2018 10:18 am
דורך Goodmorning
Naftule האט געשריבן:איך זע אז בעטלעהעם דארף זיין גוט פאר אלערדזשי ליידענדע. די pollen count דארט איז זירא ווייזט מיר גוגל

Wow אפשר מאכט מען דארט א נייע ישוב פאר ליידענדע

געשריבן: דאנארשטאג יולי 12, 2018 5:33 pm
דורך קדוש ונורא
איינער ווייסט אפשר פלעצער ווי מען קען ארום פארן פארברענגען און בעטלהעם ניו העמפשיר

געשריבן: דאנארשטאג יולי 12, 2018 6:37 pm
דורך צו געזונט
האסט דארט א שיינע שוהל צו לערנען...
שפאצירן איז אויך גאר איינגענעהם אין יענע געגנט.
האסט א גאלף קאורס גראד אריבער די גאס, וואס איז גאנץ אינטערסאנט צו וואטשן.
ארום צען-פופצען מייל אהינצו האסטו הארסבעק ריידינג.
נאך עטליכע מיל אהינצו איז פערהאן א אלטער טרעין מיט וואס מען פארט.
קלארק'ס טרעידינג פאוסט איז אינטערסאנט, אבער מען קאן נישט גיין צו אלע שאוס, מחמת טעם הכמוס...
קאנסט נעמען דעם גרויסען טשעירליפט אויפן קאננאן מאונטעין.
פלום גארדזש. א הערליכע שפאציר איבער טייכלעך.
און ווי פארשטענדליך דעם הויכן מאונט וואשינגטאן. גאר באצויבערנד.

האסט דארט א שיינע שוהל צו לערנען... שפאצירן איז אויך גאר איינגענעהם אין יענע געגנט. האסט א גאלף קאורס גראד אריבער די גאס

געשריבן: דאנארשטאג יולי 12, 2018 6:57 pm
דורך קדוש ונורא
ביטע שרייב די פלעצער און ענגליש
איך זאל קענען נאכקוקן די פלאץ

יישר כח

געשריבן: דאנארשטאג יולי 12, 2018 8:51 pm
דורך הערש'עלע שטופער
קדוש ונורא האט געשריבן:איינער ווייסט אפשר פלעצער ווי מען קען ארום פארן פארברענגען און בעטלהעם ניו העמפשיר

אויב מעג איך פרעגן, איר זענט דארט?

געשריבן: דאנארשטאג יולי 12, 2018 10:06 pm
דורך רעסטאראנט
קדוש ונורא האט געשריבן:ביטע שרייב די פלעצער און ענגליש
איך זאל קענען נאכקוקן די פלאץ

יישר כח


Mount Washington hotel

Mount Washington auto road

Mount Washington cog railway

Cannon mountain

Flume George

Clark's trading post

Polar caves

Lost river

Loon mountain

Wild cat mountain

Hobo rail road

Story land

Attitash mountains


פאר מער זעט דא

https://www.visitwhitemountains.com/att ... ttractions

געשריבן: דאנארשטאג יולי 12, 2018 10:15 pm
דורך בערל קראקאווער
הרב קדוש ונורא, אין ענגליש האסטו דארטן אין יעדן מאטעל/האטעל אלעערליי בראשורן גרויסע און קליינע וואס דו ווילסט נאר הערן און געדענקן.

פון הערליכע אויג פארכאפענדע פאנאראמעס פאר אומזינסט איבער בערג און טאלן, שטורעמישע וואסער פאלן, געשמאקע טרעילס צו שפאצירן.

פאר געלט איז דא עטליכע בערג א שטייגער ווי די מאונט וואשינגטאן (א מוז צו קאווערן - ס׳שפירט זיך ווי גאר א צווייטער פלאנעט) די קענאן, די לון, ועוד, וואס קאסט עפעס געלט ארויף צו פארן.

פאר קינדער: קלארקס, סטארי לענד, ועוד ועוד.

2 פלעצער צו פארן א געשמאקע רייזע אויף א באן האבא און נארט קאנוועי (שענער). דארט איז אויך דא א מיני וואודבערי קאמען (פאר די עזרה) יעצט געווענליך גוטע פרייזן אן קיין טעקסעס.

כאפ א בליק און וועסט נישט וויסן ווי אנצוהייבן און ווי צו ענדיגן.

פראנקאינע נאוטש פארק, וואס ענהאלט אין זיך די ׳קענאן׳ די ׳עקאו לעיק׳ די ׳בעסאן׳, ׳די פלום׳ ועוד, איז ממש נאנט איינ׳ס צום צווייטן, לוינט זיך אלעס צו קאווערן.

העניוועי דרעיקר שעפ דיך אן מיט די לויטערע לופט, און האב הנאה.

געשריבן: דאנארשטאג יולי 12, 2018 11:06 pm
דורך ווישוואש
בערל כ'מיין אז דאס זענען צוויי אנדערע געגנטער, ניין?

געשריבן: פרייטאג יולי 13, 2018 12:23 am
דורך צו געזונט
Cannon Mountain
א ריזן קעיבל קאר מיט פענסטער פון אלע זייטן, מיט ארט פאר ארום 80 מענטשן. עס פארט ארויף 4080 פוס הויך צום שפיץ פון די קעננאן מאונטען. מען זעהט פאר צענדליגע מייל ווייט.
Flume Gorge
וואסער פליסט צווישן די נאטורליכע 90 פוס הויכע מארמארשטיינערנע ווענט. דאס איז א שפאציר פון א צירקע צוויי מייל
Mount Washington Cog Railway
א אלטמאדישע באן, געקרעפטיגט מיט קוילן טראגט אייך ארויף צום שפיץ פון די פאנאראמישע מאונט וואשינגטאן. עס לויפט גאר שיעף, פון די שיפסטע שינעס אויף דעם כדור הארץ. די בארג איז ארום 6288 פוס הויך.
Clarks Trading Post
דאס איז די ארט פון די באוואוסטע בערן פארשטעלונג. אויך האט עס א קוילן געטריבענעם לאקאמאטיוו, וואס לויפט אויף שינעס פון ארום 2 און א האלבען מייל.
עס פארמאגט א מוזיי פון אלטע מאטארן, אלטע הויזווארג א.ד.ג.
עס פארמאגט א מוזיי פון אלטע פייערלעשער, וואס זיינען נאך געשלעפט געווארען דורך פערד און וועגענער. אויך אלטע אויטאס, מאטארביציקלן און ווי פארשטענדליך אן אלטן גאז שטאנציאן
אויך קאן מען דארט זעהן אלטע שווערדן, ביקסען, און טייפרייטערס.
נאך גאר א אינטערסאנטע זאך וואס זיי טוען. זיי האבען אלטמאדישע קליידונג מיט וואס מען פארשטעלט זיך און זיי כאפען אזוי א בילד. צ.ב.ש. א אלטער גענעראל, א דארפישע פאמיליע, און דאס איז צוגעשטעלט מיט אלע פיטשיווקעס. די דארפס פאמיליע מיט אלטע רענצלעך אדער דער פריץ מיט די פרוי אויפן שטוהל מיט אלטע רייכע זייגערלעך און נאך זאכען ארום
The Lost River Gorge
דא זיינען פערהאן היילען צו די זייט פון לויפנדע וואסער. עס הייסט די פארלוירענע טייך טאל, צוליב וואס ווי די וואסער לויפט אראפ, ווערט עס פארשוואונדען צווישן א שמאלע טיפע טאל
Mount Washington Auto Road
ארום 8 מייל פון שטראזען אויף אנצוקומען מיט די אייגענע אויטא צו א הייך פון 4618 פוס אויפן שפיץ פון די מאונט וואשינגטאן
Story Land
א קינדער פארק, מיט אסאך סארטן ריידס
Attitash
וואס אינטערסאנט פאר אידען. א אפענע טשעירליפט פירט אייך ארויף ארום 1420 הויך, און דאן גייט מען אריין אין א שליטען אויף שינעס און מען פליט אראפ א צירקע 2880 פוס פון שינעס
ארום א האלבע מייל אהינצו, איז דא פערדליך אויף צו רייטן אויף זיי

געשריבן: פרייטאג יולי 13, 2018 12:25 am
דורך צו געזונט
Untitled.png
Untitled.png (34.01 KiB) געזעהן 1624 מאל

געשריבן: פרייטאג יולי 13, 2018 12:39 am
דורך איש האשכולות
זייער שיין צאמגענומען,
אויב איך מעג צולייגן.... Attitash איז גאר א אויסגעלאסן פלאץ, ס'איז טאקע זייער אינטערסאנט און אסאך פאן, אבער די לעצטע פאר יאר איז עס געווארן אזוי שלעכט אויסגעלאסן אז ס'איז ממש עקעל'דיג..

געשריבן: פרייטאג יולי 13, 2018 12:41 am
דורך פריילעך אידל
ווער איז אמאל געווען אין הארטסייד זאל אויפהייבן די הענט?...

געשריבן: פרייטאג יולי 13, 2018 12:42 am
דורך צו געזונט
;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-

געשריבן: פרייטאג יולי 13, 2018 12:44 am
דורך אויפגעפרישט
גוט צולייגט עס זעהט שוין אויס אינטרעסאנט אי''ה וועל איך איינמאל דארפן פארן

געשריבן: פרייטאג יולי 13, 2018 1:41 am
דורך קדוש ונורא
עפעס האב איך געהערט
אז עס איז דא נאך א געגענט און ניו העמפשיר, (חוץ בעטלהעם)

ווי די עולם גייט דארט
עס איז דא מנינים וכדו'

איינער ווייסט פרטים?

געשריבן: פרייטאג יולי 13, 2018 1:51 am
דורך ישוב הדעת
קדוש ונורא האט געשריבן:עפעס האב איך געהערט
אז עס איז דא נאך א געגענט און ניו העמפשיר, (חוץ בעטלהעם)

ווי די עולם גייט דארט
עס איז דא מנינים וכדו'

איינער ווייסט פרטים?


לינקאלן, אסאך שענער ווי בעטלהעם..
http://www.lincolnnhminyan.com

געשריבן: פרייטאג יולי 13, 2018 11:08 am
דורך בערל קראקאווער
ווישוואש האט געשריבן:בערל כ'מיין אז דאס זענען צוויי אנדערע געגנטער, ניין?


נאר קאנוועי איז היבש ארויף, באלד א שעה פארן, אבער דארט אין ניו העמשפיר איז א זייגער א זייגער.
דהיינו די GPS זאגט 50 מינוט, איז עס 99 פראצענט אזוי!
און מען שפירט כמעט נישט וואו מען פארט, בכלל ווען מען זעהט די הערליכע בערג פון ביידע זייטן, ולכן לוינט זיך עס צו טוהן.

אגב איז דא אויפן וועג א הערליכע וועג ארויף צו פארן אויפן שפיטץ בארג וואו בארג קריכערס קריכן אראפ אויף א גראדן פעלזן שטיין.

פריילעך אידל האט געשריבן:ווער איז אמאל געווען אין הארטסייד זאל אויפהייבן די הענט?...


א געשמאק דארט צו זיין, האב מיר שוין חזקה דארט ב׳׳ה!

געשריבן: פרייטאג יולי 13, 2018 11:28 am
דורך רעסטאראנט
בערל קראקאווער האט געשריבן:
ווישוואש האט געשריבן:בערל כ'מיין אז דאס זענען צוויי אנדערע געגנטער, ניין?


נאר קאנוועי איז היבש ארויף, באלד א שעה פארן, אבער דארט אין ניו העמשפיר איז א זייגער א זייגער.
דהיינו די GPS זאגט 50 מינוט, איז עס 99 פראצענט אזוי!
און מען שפירט כמעט נישט וואו מען פארט, בכלל ווען מען זעהט די הערליכע בערג פון ביידע זייטן, ולכן לוינט זיך עס צו טוהן.

אגב איז דא אויפן וועג א הערליכע וועג ארויף צו פארן אויפן שפיטץ בארג וואו בארג קריכערס קריכן אראפ אויף א גראדן פעלזן שטיין.

פריילעך אידל האט געשריבן:ווער איז אמאל געווען אין הארטסייד זאל אויפהייבן די הענט?...


א געשמאק דארט צו זיין, האב מיר שוין חזקה דארט ב׳׳ה!


דאכט זיך מיר אז די אויפן 93 איז 75 די ספיד לימיט

געשריבן: פרייטאג יולי 13, 2018 12:16 pm
דורך מזלא טבא
דאס האב איך פאריאר צאמגעשטעלט פאר איך בין געפארן. (די שעות/פרייזן זענען פון פאריאר)
(די מינוטן זענען פון ארלינגטאן)

לינקאלן, אסאך שענער ווי בעטלהעם..

געשריבן: פרייטאג יולי 13, 2018 1:52 pm
דורך קדוש ונורא
איז דארט דא מנין אינדערוואכן?
וואס איז מיט א מקוה?
איז דארט דא כשר'ע האטעל, אבער ווי צו קויפן כשר'ס


און וואס איז לגבי שבת? איז דארט דא מנינים


אויב איינער קען ביטע אריינקומען מיט פרטים