נייע אידישע כשר'ע האטעל אין ניו העמפשיער

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
צל עובר
שר האלפיים
תגובות: 2423
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דינסטאג פאברואר 06, 2018 4:03 am

טעם וריח האט געשריבן:
יענקעלע האט געשריבן:עס איז אינטערעסאנט צו גיין אין די ווינטער? איז די קעלט צום אויסהאלטן? עני עקספיריענס?

נישטא וואו צו גיין ווינטער בלויז הנאה האבן פונם האטעל און אינדשויען א געשמאקע שבת.


מקען גיין סנאו טובינג נישט צו ווייט.

די קעלט איז געווענליך צום אויסהאלטן, ווען דא איז ביטער קאלט איז דארט פארשטייט זיך נאך קעלטער, און ווען דא איז מילד איז דארט אביסל קילער, עס איז נישט אזא גרויסע חילוק ווי ממיינט.

יעך בין דארט געווען פאריאר ווינטער.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

shalsheles
שר חמישים ומאתים
תגובות: 390
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm

תגובהדורך shalsheles » דינסטאג פאברואר 06, 2018 10:42 am

איז דא א מנין אין די ווינטער וואכן?

אוועטאר
טעם וריח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 418
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

תגובהדורך טעם וריח » מיטוואך פאברואר 07, 2018 8:49 pm

איינער ווייסט וואו אזוי די סעודת שבת גייט צו? מעסט צוזאמען? מיט/אן מחיצות? קען מען עסן באזונדער? סערווירן אין די שטובער?

אוועטאר
הערשקא
שר מאה
תגובות: 218
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 14, 2016 1:47 pm

תגובהדורך הערשקא » מיטוואך פאברואר 07, 2018 9:01 pm

צל עובר האט געשריבן:מקען גיין סנאו טובינג נישט צו ווייט.

די קעלט איז געווענליך צום אויסהאלטן, ווען דא איז ביטער קאלט איז דארט פארשטייט זיך נאך קעלטער, און ווען דא איז מילד איז דארט אביסל קילער, עס איז נישט אזא גרויסע חילוק ווי ממיינט.

יעך בין דארט געווען פאריאר ווינטער.

קענסט ביטע ציווייזען א לינק פון די סנאו טובינג פון וואס די רעדסט?
שכוח למפרע

אוועטאר
צל עובר
שר האלפיים
תגובות: 2423
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך פאברואר 07, 2018 11:51 pm

הערשקא האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:מקען גיין סנאו טובינג נישט צו ווייט.

די קעלט איז געווענליך צום אויסהאלטן, ווען דא איז ביטער קאלט איז דארט פארשטייט זיך נאך קעלטער, און ווען דא איז מילד איז דארט אביסל קילער, עס איז נישט אזא גרויסע חילוק ווי ממיינט.

יעך בין דארט געווען פאריאר ווינטער.

קענסט ביטע ציווייזען א לינק פון די סנאו טובינג פון וואס די רעדסט?
שכוח למפרע


כאניש קיין לינק.

עס איז ביי א האטעל וואס הייסט מאונט וואשינגטאן, און נעבן די האטעל בילדינג איז דא סנאו טובינג, טריי צו זוכן mount Washington hotel.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
פארוואס נישט
שר חמש מאות
תגובות: 684
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 07, 2015 4:08 am
לאקאציע: רינגס און ארום

תגובהדורך פארוואס נישט » דאנארשטאג פאברואר 08, 2018 12:30 am

ס'איז גראדע דא אין די געגנט (אונטער א האלבע שעה) א הערליכע פלאץ געבויט פון אייז און מ'וואקט אין דעם ס'זייער שיין.

Ice Castles
64 Railroad St, Lincoln, NH 03251
(866) 435-2850

https://goo.gl/maps/hfQXSW5AFm22

רואיג!
שר העשר
תגובות: 37
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 18, 2014 12:32 am

תגובהדורך רואיג! » דאנארשטאג פאברואר 08, 2018 1:27 pm

איך בין יעצט געווען דארט. נישט דא קיין מנין אינמיטן וואך אין ווינטער.

איך בין ארויף Mount Washington מיט א ספעשל ווען. מען קען ארויף בערך האלב וועג אין ווינטער, הערליכע מראה.
https://mtwashingtonautoroad.com

דא איז א פלאץ Snow Tubing and more, זיי האבן א babysitting אויב מען קומט מיט קליינע קינדער.
https://www.loonmtn.com/

די האטעל איז ממש ליידיג, געווען א מחי'.

אוועטאר
טעם וריח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 418
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

תגובהדורך טעם וריח » דאנארשטאג פאברואר 08, 2018 1:29 pm

אינטרעסאנט ווא איר זאגט עס איז ליידיג ווייל זיי זאגן מיר אויפן טעל. אז די וואך איז שוין פיל.

הצדיק
שר האלף
תגובות: 1502
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

תגובהדורך הצדיק » דאנארשטאג פאברואר 08, 2018 1:43 pm

טעם וריח האט געשריבן:איינער ווייסט וואו אזוי די סעודת שבת גייט צו? מעסט צוזאמען? מיט/אן מחיצות? קען מען עסן באזונדער? סערווירן אין די שטובער?
אוי ראשע ראשע ראשע ליבער מוזיקאנט... געב א ראשע ראשע...
[קרעדיט כספי]

פארטראכטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 403
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 03, 2016 2:57 pm

תגובהדורך פארטראכטער » דאנארשטאג פאברואר 08, 2018 1:48 pm

הצדיק האט געשריבן:
טעם וריח האט געשריבן:איינער ווייסט וואו אזוי די סעודת שבת גייט צו? מעסט צוזאמען? מיט/אן מחיצות? קען מען עסן באזונדער? סערווירן אין די שטובער?


ווען איך בין דארט געווען האט געגעסן יעדע קאפל באזונדער אויף אן עקסטערע טישל, אן קיין מחיצות.

סאיז געווען זייער געשמאק, די עסן איז געווען זייער גוט, געשמאק, און סערווירט עלעגאנט.
אלל טאגעדער האב איך געהאט זייער א גוטע עקספיריענס דארט, איך וואלט עס רעקאמענדירט פאר יעדן.

א נייע מעשה
שר מאה
תגובות: 103
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 13, 2013 8:28 pm

תגובהדורך א נייע מעשה » דאנארשטאג פאברואר 08, 2018 2:26 pm

פארטראכטער האט געשריבן:
הצדיק האט געשריבן:
טעם וריח האט געשריבן:איינער ווייסט וואו אזוי די סעודת שבת גייט צו? מעסט צוזאמען? מיט/אן מחיצות? קען מען עסן באזונדער? סערווירן אין די שטובער?


ווען איך בין דארט געווען האט געגעסן יעדע קאפל באזונדער אויף אן עקסטערע טישל, אן קיין מחיצות.

ווי פארטראכטער שרייבט, מען עסט אן מחיצות, נוסח אמעריקע, ווייט נישט פאר א חסידיש'ן אינגערמאן... מילד געזאגט.

אבער פאר אן אפצאל שטעלן זיי צו די סערוויס ארויף צו טראגן די סעודה צו דיר אין דיין שטוב.

פארטראכטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 403
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 03, 2016 2:57 pm

תגובהדורך פארטראכטער » דאנארשטאג פאברואר 08, 2018 4:31 pm

טאקע זייער מילד געזאגט... ווייל דו פארציילסט נישט איבער די שרעקליכע פריצות וואס דארט הערשט...


הבהרה: איך בין א חסידישע יונגערמאן און געווען דארט נאך אפאר חסידישע יונגעלייט, איך ווייס נישט וואספארא "נייע מעשיות" דער האט וואס ער באהאלטן אין די "מילד געזאגט" סטעיטמענט, אבער לענ"ד יאכלו חסידים וישבעו!

אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1404
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

תגובהדורך דונש » דאנארשטאג פאברואר 08, 2018 4:46 pm

ער רעדט פשוט מילד אז ס'פאסט נישט פאר חסידישע אינגעלייט צו זיצן אן א מחיצות, וואס איז שווער צו פארשטיין דא?

דו ווילסט ער זאך רעדן שארף ווי מ'פלעגט אין די גוטע צייטן רעדן אויף אזאנע פעלער?
זוכט איר דוי?

פארטראכטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 403
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 03, 2016 2:57 pm

תגובהדורך פארטראכטער » דאנארשטאג פאברואר 08, 2018 5:18 pm

דונש האט געשריבן:ער רעדט פשוט מילד אז ס'פאסט נישט פאר חסידישע אינגעלייט צו זיצן אן א מחיצות, וואס איז שווער צו פארשטיין דא?

דו ווילסט ער זאך רעדן שארף ווי מ'פלעגט אין די גוטע צייטן רעדן אויף אזאנע פעלער?

פון די "מילד גערעדט" איז משמע אז יותר ממה שקריתי לפניך כתוב כאן.

אוועטאר
צו געזונט
שר האלפיים
תגובות: 2101
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » דאנארשטאג פאברואר 08, 2018 8:08 pm

אין די גוטע צייטען? אמאל פלעגט נישט זיין מחיצות אין די ארלינגטאן און אנשים חשובים וידועים אנשי שם האבען דארט געגעסן. נאכדעם האציך אנגעהויבען די ערשטע סעריע פון אידישע ראדאקאליזאציע, און היינט זאגט מען שוין אז אייביג איז עס געווען מיט מחיצות...
בוי זיך זעלבסט

shalsheles
שר חמישים ומאתים
תגובות: 390
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm

תגובהדורך shalsheles » דאנארשטאג פאברואר 08, 2018 9:27 pm

“ערשטע סעריע פון אידישע ראדאקאליזאציע”
וואס מיינט דאס?

אוועטאר
למעלה משבעים
שר שמונת אלפים
תגובות: 8842
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » דאנארשטאג פאברואר 08, 2018 9:32 pm

דאס מיינט באמת גארנישט, ס'איז פשוט א וועג פון האקן אויף ערליכע אידן.

א נייע מעשה
שר מאה
תגובות: 103
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 13, 2013 8:28 pm

תגובהדורך א נייע מעשה » דאנארשטאג פאברואר 08, 2018 9:46 pm

גיי ווייס וואס די אידן ווילן!

דא האבן 2 ניקים געוואלט וויסן ווי אזוי די סעודת שבת גייט צו אין ארלינגטאן האטעל:

הצדיק האט געשריבן:
טעם וריח האט געשריבן:איינער ווייסט וואו אזוי די סעודת שבת גייט צו? מעסט צוזאמען? מיט/אן מחיצות? קען מען עסן באזונדער? סערווירן אין די שטובער?


כ'שטעל מיך פאר אז די סיבה פון זייער פרעגן איז, ווייל עס איז זיי נישט ניחא צו עסן ווי מען פירט זיך ביי אמעריקאנער אידן אז אין איין גרויסן זאל זיצן איש ואשתו איין טישל נעבן אנדערען, אין עס זיצן נישט דארט בלויז חסידישע אידן, אין דעם האטעל פארוויילן אויך אידן וואס די נשים גייען אנגעטוען אויף א אופן אז מען טאר דארט נישט מאכן קיין ברכה אדער מאכן קידוש, זייער פארשטענדליך, עס איז נאך דא ערענסטע אינגעלייט וואס האבן אין זיך א ברעקל יראת שמים.

היות איך בין דארט געווען אויף א שבת פארגאנגענעם זומער, אין איך האב מיטגעהאלטן ווי אזוי אזא סעודת שבת קוקט אויס, האב איך זייער גוט פארשטאנען וואס "טעם וריח" און "הצדיק" מיינען מיט זייער פראגע, האב איך זיי גענטפערט.

אגב; אויך אויף זייער שאלה צו מען סערווירט אין די שטובער האב איך זיי געזאגט אז יא! מען קען דארט באקומען דעם סערוויס.

הצדיק
שר האלף
תגובות: 1502
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

תגובהדורך הצדיק » דאנארשטאג פאברואר 08, 2018 10:08 pm

א נייע מעשה האט געשריבן:עס איז נאך דא ערענסטע אינגעלייט וואס האבן אין זיך א ברעקל יראת שמים.


;l;p- ;l;p-
אוי ראשע ראשע ראשע ליבער מוזיקאנט... געב א ראשע ראשע...
[קרעדיט כספי]

מושך חסד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 352
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 07, 2016 11:06 am

תגובהדורך מושך חסד » פרייטאג פאברואר 09, 2018 9:52 am

סאו איך דארף יעצט גלייבן אז מיין זיידע וואלט גערן געגעסן און א זאל ווי עס עסן מענער און פרויען אן א מחיצה? (אדער אפשר מיין זיידע איז שוין געווען פון די פרישע סארט פרומע אידן, אבער עכ"פ מיין עלטער זיידע זיכער).

אוועטאר
געשיקטער
שר מאה
תגובות: 181
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 26, 2017 7:47 am

תגובהדורך געשיקטער » פרייטאג פאברואר 09, 2018 9:58 am

אין א האטעל פאר קליענעטען וואס זיכען נישט זיך אויסרוען און אויסלופטערעו נור זיך ענדזשויען אין לוקסוס
ערווארטסט די מען זאל אויף הענגען SHOWER CURTAINS ?
עס קומט מיר נישט קיין מזל טוב צום ווערען א שר מאה ??

איש האשכולות
שר חמש מאות
תגובות: 725
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

תגובהדורך איש האשכולות » פרייטאג פאברואר 09, 2018 10:12 am

געשיקטער האט געשריבן:אין א האטעל פאר קליענעטען וואס זיכען נישט זיך אויסרוען און אויסלופטערעו נור זיך ענדזשויען אין לוקסוס
ערווארטסט די מען זאל אויף הענגען SHOWER CURTAINS ?

הרב געשיקטער איך ווייס נישט אויף וועלכע פלאנעט איר לעבט, איינער וואס וויל זיך ענדשויען גייט נישט אהין ווייל ס'כמעט נישטא וואס צו טוהן דארט. עכ"פ ווינטער זיכער נישט.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 19034
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » פרייטאג פאברואר 09, 2018 10:15 am

פארטראכטער האט געשריבן:ווען איך בין דארט געווען האט געגעסן יעדע קאפל באזונדער אויף אן עקסטערע טישל, אן קיין מחיצות.

הייסט אז דער קעפל פון דעם שנירל דארף ווען זיין קורצער מיט א ווארט.

א דאנק.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

green sunday
שר חמש מאות
תגובות: 638
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 16, 2010 3:34 pm

תגובהדורך green sunday » פרייטאג פאברואר 09, 2018 11:19 am

א נייע מעשה האט געשריבן:
הצדיק האט געשריבן:
טעם וריח האט געשריבן:איינער ווייסט וואו אזוי די סעודת שבת גייט צו? מעסט צוזאמען? מיט/אן מחיצות? קען מען עסן באזונדער? סערווירן אין די שטובער?


אגב; אויך אויף זייער שאלה צו מען סערווירט אין די שטובער האב איך זיי געזאגט אז יא! מען קען דארט באקומען דעם סערוויס.

אזוי געטיען פארגאנגענם זומער, זייער הנאה געהאט

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24890
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג פאברואר 09, 2018 4:32 pm

בעצם דאס עסן זוג זוג אין א גרויסן זאל, ממדת חסידות פאסט דאס זיכער נישט, אבער די זאך איז נישט דוקא דא אין ארלינגטאן, ווער עס שטייט איין אין אר"י אין סיי וועלכע האטעל און ער עסט דארט פרישטאג איז אויסגעשטעלט צו די זעלבע זאך, וראיתי בעיני הרבה חסידים שנכשלים באכילה שם.

ווער רעדט די וואס זענען זיך נוהג מפעם לפעם ארויסצוגיין אין א רעסטאראנט, צו פאר שלום בית אדער פאר ביזנעס צוועקן באגעגענען אט די זעלבע סומטאכע, וגם שם יש כמו"כ חסידים ואנשי מעשה שאין נזהרים בזה.

וויאזוי איז אין ראלי האטעל די פרישטאגס/סעדות?


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: בלי לחץ, נאר נייעס און 21 געסט