נייע אידישע כשר'ע האטעל אין ניו העמפשיער

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אזוי וויל איך
שר האלף
תגובות: 1028
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 13, 2015 5:55 pm

תגובהדורך אזוי וויל איך » דאנארשטאג מאי 25, 2017 12:14 pm

רצון טוב האט געשריבן:די אלטע שול ווערט איבערגעבויעט
זעהט אויס די האטעל איז משקיע אז די געגנט זאל ווערן שענער און צוגעפאסט פאר היימישע אידן.

די אלטע שול שטייט שוין נישט פאר כמעט 2 יאר. די נייע שול איז שוין באנייט געווארן פאריאר זימער

אוועטאר
maybeeynot
שר האלפיים
תגובות: 2671
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

תגובהדורך maybeeynot » דאנארשטאג מאי 25, 2017 12:28 pm

קאפ און אקסל האט געשריבן:ער האט א משגיח תמידי?

איך מיין אז אין זיינע עדס שרייבט ער משגיח תמידי
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)
ווער עס וויל אראפ גיין פון די רויבער קאללס.
רופט 929-900-1714
דאן דרוקט 5
ביטע ווער עס קען עס פארשפרייטען ולמצוה גדולה יחשב

אוועטאר
איש האשכולות
שר האלף
תגובות: 1952
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

תגובהדורך איש האשכולות » דאנארשטאג מאי 25, 2017 12:54 pm

יא ער האט א משגיח תמידי, איך בין לעצטענס דארט געווען.
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.

מחנך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 289
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 03, 2016 10:49 am

תגובהדורך מחנך » דאנארשטאג מאי 25, 2017 1:37 pm

איש האשכולות האט געשריבן:יא ער האט א משגיח תמידי, איך בין לעצטענס דארט געווען.


גאנץ א גוטער זאך, דער משגיח דארף אבער אויך האבן א בעל הבית איבער אים פון וועם ער זאל פארכטן, און וועם צו פרעגן ווען עפעס געשעהט, און איינער וואס זאל אים אויסלערנען, דאס מוז זיין א פראפעשינעל בעל מכשיר, איינער וואס ווייסט וואס א השגחה מיינט, און וואס כשרות מיינט. ודי.

אוועטאר
maybeeynot
שר האלפיים
תגובות: 2671
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

תגובהדורך maybeeynot » דאנארשטאג מאי 25, 2017 1:46 pm

איך מיין אז ביי אסאך השגחות איז די משגיח תמידי א ארבעטער פון די געשעפט
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)
ווער עס וויל אראפ גיין פון די רויבער קאללס.
רופט 929-900-1714
דאן דרוקט 5
ביטע ווער עס קען עס פארשפרייטען ולמצוה גדולה יחשב

רואיג
שר העשר
תגובות: 15
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 13, 2016 7:49 pm

תגובהדורך רואיג » דאנארשטאג מאי 25, 2017 2:01 pm

ער האט א משגיח תמידי, און ער איז אינטער די השגחה פון הרב שמואל בערגער שליט"א מ'מישקאלץ

ווייסע זאקן
שר חמש מאות
תגובות: 968
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 21, 2014 5:01 pm

תגובהדורך ווייסע זאקן » דאנארשטאג מאי 25, 2017 4:13 pm

מחנך האט געשריבן:
איש האשכולות האט געשריבן:יא ער האט א משגיח תמידי, איך בין לעצטענס דארט געווען.


גאנץ א גוטער זאך, דער משגיח דארף אבער אויך האבן א בעל הבית איבער אים פון וועם ער זאל פארכטן, און וועם צו פרעגן ווען עפעס געשעהט, און איינער וואס זאל אים אויסלערנען, דאס מוז זיין א פראפעשינעל בעל מכשיר, איינער וואס ווייסט וואס א השגחה מיינט, און וואס כשרות מיינט. ודי.


דעס מיינט געדרייט א לאקשען קוגל

סאיז דא א הכשר

גלייכסט נישט דעם הכשר אדער דיין ווייב גלייכט עס נישט אדער דיינע עלטערן אדער שוויגער עלטערן וועלן קרומען מיט די נאז גיי נישט

עס האט א הכשר און דארט ליגט די טראסט , אז די טראסט נישט די הכשר גיי ווייטער און נישט ארויפשמירן א קאשע

אגב די בעל הבית איז מער דארט ווי נישט דארט

ר' יואל סטרוליוויטש די קעכער פון פרדס פיגא אין וויליאמסבורג איז די בעל הבית ,א היימישע חסידישע יונגערמאן און ער פירט שוין די האטעל 20 יאר

ביים אלטען האטעל האט ער בכלל נישט געהאט קיין הכשר וועגן מענטשן האבן געפילט ווי זיי זענען צו גאסט און זיין אייגענעם דיינונג רום

ער האט א הויז דארט אין ניו העמפשער הארט לעבן האטעל און ער איז דארט זייט דעם נייעם האטעל כמעט יעדן טאג

סאיז גארנישט אנדערש ווי יעדע געשעפט אין וויליאמסבורג וואס האט הרב שמואל בערגעס הכשר

סאיז דא דארט א געשמאקער יונגערמאן משגיח תמידי

מחנך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 289
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 03, 2016 10:49 am

תגובהדורך מחנך » דאנארשטאג מאי 25, 2017 4:21 pm

יעצט הער איך גוטע נייעס אז די בעל הבית איז דארט, טאקע א גרויסע מעלה, און איך דארף קוקן ווי איך עס אין זיין דיינינג רום, דארף איך אריינטראכטן, און וויסן ווער ס'איז, ווייל א קאמערשעל קיטשן איז קיינמאל נישט ווי אינדערהיים, איך בין שוין געווען אין האטעלס, אויב די משגיח פארשטייט אליין צו כשרות איז עס אויך גאנץ גוט, אבער וואס דו האקסט וועגן די השגחה האסטו גארנישט געזאגט, במחילת כבודך, איך וויל נישט אריינגיין אין דיטעיל, איך האף אז דו פארשטייסט אליין וואסערע דשאוק דו האסט געמאכט.

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11745
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דאנארשטאג מאי 25, 2017 4:28 pm

מחנך האט געשריבן:יעצט הער איך גוטע נייעס אז די בעל הבית איז דארט, טאקע א גרויסע מעלה, און איך דארף קוקן ווי איך עס אין זיין דיינינג רום, דארף איך אריינטראכטן, און וויסן ווער ס'איז, ווייל א קאמערשעל קיטשן איז קיינמאל נישט ווי אינדערהיים, איך בין שוין געווען אין האטעלס, אויב די משגיח פארשטייט אליין צו כשרות איז עס אויך גאנץ גוט, אבער וואס דו האקסט וועגן די השגחה האסטו גארנישט געזאגט, במחילת כבודך, איך וויל נישט אריינגיין אין דיטעיל, איך האף אז דו פארשטייסט אליין וואסערע דשאוק דו האסט געמאכט.

קום צום ווארט, זאג וואס דו ווילסט.

וואס פונקטליך איז די השגחה אנדערש ווי א לאקאלע רעסטוראנט?

ווייסע זאקן
שר חמש מאות
תגובות: 968
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 21, 2014 5:01 pm

תגובהדורך ווייסע זאקן » דאנארשטאג מאי 25, 2017 4:31 pm

מחנך האט געשריבן:יעצט הער איך גוטע נייעס אז די בעל הבית איז דארט, טאקע א גרויסע מעלה, און איך דארף קוקן ווי איך עס אין זיין דיינינג רום, דארף איך אריינטראכטן, און וויסן ווער ס'איז, ווייל א קאמערשעל קיטשן איז קיינמאל נישט ווי אינדערהיים, איך בין שוין געווען אין האטעלס, אויב די משגיח פארשטייט אליין צו כשרות איז עס אויך גאנץ גוט, אבער וואס דו האקסט וועגן די השגחה האסטו גארנישט געזאגט, במחילת כבודך, איך וויל נישט אריינגיין אין דיטעיל, איך האף אז דו פארשטייסט אליין וואסערע דשאוק דו האסט געמאכט.


די האטעל האט א אנגענומענע הכשר וואס טויזענטער יודן עסן דערפון

האסט א שאלה רוף די בעל מכשיר

גלייכסט נישט די הכשר צוליב עני פריוואטע סיבה אדער געפילען ,גיי נישט דארט און עס נישט דארט

אנצופירקעלן א יוד'ס ביזנעס ברבים וואס האט א אנגענומענע פיינע הכשר האסטו נישט קיין רעכט און סאיז א עוולה און זייער נישט שיין

איך אני הקטן עס ק שמואל בערגערס הכשר סא האב איך נישט קיין פראבלעם טאמער איז דא עפעס א פראבלעם מיט די הכשר וועט מען אים שמייסן

א יוד האט נאמנות

און דעס וואס די זאגסט וועגן זשוק האב איך נישט געכאפט די וויץ ,איך פארשטיי נישט די וויץ בכלל ,קענסט עס מסביר זיין

ווייסע זאקן
שר חמש מאות
תגובות: 968
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 21, 2014 5:01 pm

תגובהדורך ווייסע זאקן » דאנארשטאג מאי 25, 2017 4:40 pm

מחנך האט געשריבן:יעצט הער איך גוטע נייעס אז די בעל הבית איז דארט, טאקע א גרויסע מעלה, און איך דארף קוקן ווי איך עס אין זיין דיינינג רום, דארף איך אריינטראכטן, און וויסן ווער ס'איז, ווייל א קאמערשעל קיטשן איז קיינמאל נישט ווי אינדערהיים, איך בין שוין געווען אין האטעלס, אויב די משגיח פארשטייט אליין צו כשרות איז עס אויך גאנץ גוט, אבער וואס דו האקסט וועגן די השגחה האסטו גארנישט געזאגט, במחילת כבודך, איך וויל נישט אריינגיין אין דיטעיל, איך האף אז דו פארשטייסט אליין וואסערע דשאוק דו האסט געמאכט.


בכלל די וועג ווי די זאגסט יעצט הערסטו גוטע נייעס

וואס ? ווען ? ווי ? האסט אייגענע חומרות וועגן בעל הבית ,גוט פאר דיר

די האטעל האט א אנגענומענע הכשר ווי גאנץ ווילאמסבורג עסט אין שמחה זאלן און געשעפטן ווי ער געט א הכשר

יעדעס ווארט איז איבריג

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6520
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » דאנארשטאג מאי 25, 2017 6:45 pm

ווייסע זאקן האט געשריבן:
ר' יואל סטרוליוויטש די קעכער פון פרדס פיגא אין וויליאמסבורג איז די בעל הבית ,א היימישע חסידישע יונגערמאן און ער פירט שוין די האטעל 20 יאר

סתם למען הפונקטליכקייט, ר' יואל סטראלאוויטש האט נאכנישט חתונה געהאט קיין 20 יאר
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » דאנארשטאג מאי 25, 2017 6:46 pm

רבותי, כ'מיין אז די שמועס וועגן די הכשר איז איבעריג.

1) עס האט א בעל מכשיר - מישקאלץ.
2) עס איז דא א משגיח תמידי מטעם דער מישקאלצער רב.

איבער דעם משגיח תמידי, ביטע נישט רעדן מער דערפון, עס איז נישט נוגע קיינעם ווער דאס איז, עס קען זיך טוישן יעדן טאג. ווער עס דארף אינפארמאציע, זאל אנרופן מישקאלצער רב, אלע תגובות איבער די השגחה וועט פארמעקט ווערן.

מיט פארשטענדעניש.

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » דאנארשטאג מאי 25, 2017 6:48 pm

מי יודע האט געשריבן:
ווייסע זאקן האט געשריבן:
ר' יואל סטרוליוויטש די קעכער פון פרדס פיגא אין וויליאמסבורג איז די בעל הבית ,א היימישע חסידישע יונגערמאן און ער פירט שוין די האטעל 20 יאר

סתם למען הפונקטליכקייט, ר' יואל סטראלאוויטש האט נאכנישט חתונה געהאט קיין 20 יאר


הגם כ'דארף זיך נישט אנעמען פאר ווייסע זאקן, אבער ר' יואל סטרולאוויטש אף על פי ער האט נאכנישט חתונה געהאט 20 יאר, איז ער שוין אבער דארט 20 יאר, און נישט דוקא ער, נאר זיין טאטע און די גאנצע משפחה.

מחנך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 289
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 03, 2016 10:49 am

תגובהדורך מחנך » דאנארשטאג מאי 25, 2017 6:51 pm

זאג איך דאך אז איך ווייס אז די בעל הבית איז דארט, און נאך א ערליכע משגיח תמידי איז שוין אביסל אנדערש, לאמיר לאזן די השגחה סאבדשעקט אין די זייט, איך זעה דו נעמסט עס זייער פערסאנעל.

אוועטאר
צו געזונט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3219
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » דאנארשטאג מאי 25, 2017 6:59 pm

ר' יואל האט עס איבערגענומען פון די סטרולאוויטש פאמיליע, וואס זיי האבען דאס אנגעפירט פאר די לעצטע 55 יאהר, נאך וואס זיין באבע די מרת. סטרולאוויטש תחי' איז שוין נישט געווען ביי די כוחות עס אנצופירען, דאס איז געווען ארום צעהן יאהר צוריק.
איבער דעם הכשר. ארלינגטאן האט קיינמאל נישט געהאט א הכשר, ווייל זיי האבען געהאט א אפענע קאך פאר יעדעם צו קענען זעהן, און יעדער רב, (אדמו"ר מהר"א און נאך גאר אסאך חשוב'ע רבנים זיינען יארען אהין געגאנגען און געגעסן פון די אלגעמיינע קיך) דיין, אדער גאסט האט געהאט צוטריט צו אלע שפייכלערס אוואו עס איז נאר געווען עסן, און צוגאב וואס מען האט געטראסט ר' שלמה'ן. און בכלל איז אמאל געווען מער טראסט פון איינעם צום צווייטען. אןו מען האט געהייסן בחזקת כשרות ביז מען האט איינעם ביי עפעס געכאפט, פארקערט אוואו היינט וואס קיינער איז נישט בחזקת כשרות...
ווען ר' יואל האט עס געמאכט פאר א ביזנעסס, און נישט אווא אמאל וואס עס איז געווען א פאמיליע זאך. האט ער געלייגט א הכשר, און א גוטן הכשר. און עס איז באמת נישט א צוויישנשייד ווער דער משגיח איז, ווייל ער איז נאר אן ארבעטער פאר דעם בעל מכשיר. פונקט אוואו די ווייסט נישט ווער עס שטייט ביי די מעלק פאר חלב ישראל און ווער עס צינדט אן די פייער פאר בישול ישראל ביי די פרעטצעל פאבריק
בוי זיך זעלבסט

ווייסע זאקן
שר חמש מאות
תגובות: 968
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 21, 2014 5:01 pm

תגובהדורך ווייסע זאקן » דאנארשטאג מאי 25, 2017 7:10 pm

למען הפונקטליכקייט האב איך געדארפט שרייבן קרוב צו 20 יאר

אבער אני הקטן אויב איך מאך נישט קיין טעות האב איך געזען תשס" ג ר' יואל ביי די ארבעט דארט ווען איך בין דארט געווען

און באמת גייט ייר עס נישט אן נאר די אומנארמאלקייט צו אראפברענגן א אנגענומענע הכשר אין א ביזנעס אויף א פובליק פוראם מיט סיי וואספאר א סיבה

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6520
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » דאנארשטאג מאי 25, 2017 7:51 pm

ווייסע זאקן האט געשריבן:למען הפונקטליכקייט האב איך געדארפט שרייבן קרוב צו 20 יאר

אבער אני הקטן אויב איך מאך נישט קיין טעות האב איך געזען תשס" ג ר' יואל ביי די ארבעט דארט ווען איך בין דארט געווען

און באמת גייט ייר עס נישט אן נאר די אומנארמאלקייט צו אראפברענגן א אנגענומענע הכשר אין א ביזנעס אויף א פובליק פוראם מיט סיי וואספאר א סיבה

נו נו, פון תשס"ג איז נאך נישט קיין 20 יאר, און וואס סאכדעס שרייבט וועגן זיין טאטע, נו דאס איז דאך אין די פאמיליע שוין מער ווי 50 יאר צוריק, איך האב גערעדט פון ר' יואל גופא און פון זיין פירערשאפט, 20 יאר צוריק האבן מיר נאך געבארדעט צוזאמען, נו גילוי....
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

blue moon
שר חמישים ומאתים
תגובות: 340
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 02, 2016 4:45 pm

תגובהדורך blue moon » דאנארשטאג מאי 25, 2017 8:31 pm

צו געזונט האט געשריבן:. און עס איז באמת נישט א צוויישנשייד ווער דער משגיח איז, ווייל ער איז נאר אן ארבעטער פאר דעם בעל מכשיר. פונקט אוואו די ווייסט נישט ווער עס שטייט ביי די מעלק פאר חלב ישראל און ווער עס צינדט אן די פייער פאר בישול ישראל ביי די פרעטצעל פאבריק


איר זענט זייער גערעכט!
די מצב בי אלע השגחות איז טאקע זייער ביטער. מען טאר נישט בארעדען קיינעם פרעזענליך, אבער באופן כללי איז דער מצב זייער ביטער ביי "רוב" א"ג גיטע הכשרים
ועל זה נאמר: שומר נפשו ירחק מהם.

להבהרה: מיין תגובה זאגט גארנישט בנוגע ארלינגטאן\סטראלאוויטש\בערגער.
לעצט פאראכטן דורך blue moon אום דאנארשטאג מאי 25, 2017 8:45 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2904
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

תגובהדורך אלד וויליאמסבורג » דאנארשטאג מאי 25, 2017 8:36 pm

blue moon האט געשריבן:
צו געזונט האט געשריבן:. און עס איז באמת נישט א צוויישנשייד ווער דער משגיח איז, ווייל ער איז נאר אן ארבעטער פאר דעם בעל מכשיר. פונקט אוואו די ווייסט נישט ווער עס שטייט ביי די מעלק פאר חלב ישראל און ווער עס צינדט אן די פייער פאר בישול ישראל ביי די פרעטצעל פאבריק


איר זענט זייער גערעכט!
די מצב בי אלע השגחות איז טאקע זייער ביטער. מען טאר נישט בארעדען קיינעם פרעזענליך, אבער באופן כללי איז דער מצב זייער ביטער ביי "רוב" א"ג גיטע הכשרים
ועל זה נאמר: שומר נפשו ירחק מהם.


שוויה אנפשיה חתיכה דאיסורא?
הא! האסט נישט קיין רעכט צו ליינען די תגובה.

אוועטאר
ווישוואש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5118
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » דאנארשטאג מאי 25, 2017 9:58 pm

אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:
blue moon האט געשריבן:
צו געזונט האט געשריבן:. און עס איז באמת נישט א צוויישנשייד ווער דער משגיח איז, ווייל ער איז נאר אן ארבעטער פאר דעם בעל מכשיר. פונקט אוואו די ווייסט נישט ווער עס שטייט ביי די מעלק פאר חלב ישראל און ווער עס צינדט אן די פייער פאר בישול ישראל ביי די פרעטצעל פאבריק


איר זענט זייער גערעכט!
די מצב בי אלע השגחות איז טאקע זייער ביטער. מען טאר נישט בארעדען קיינעם פרעזענליך, אבער באופן כללי איז דער מצב זייער ביטער ביי "רוב" א"ג גיטע הכשרים
ועל זה נאמר: שומר נפשו ירחק מהם.


שוויה אנפשיה חתיכה דאיסורא?

אוטש.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

אוועטאר
אי-רעלעווענט
שר חמש מאות
תגובות: 543
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 08, 2016 8:53 pm
לאקאציע: אין בונקער

תגובהדורך אי-רעלעווענט » פרייטאג מאי 26, 2017 1:16 am

כבין געווען דארט ווינטער, כהאב געזעהן די גוים בלענדן שבת פארן עולם אייז מיט א מאשין! בפרהסיא ובריש גלי, מיט א משגיח תמידי, וואס ווייסעך וואס טוט זיך אפ אינטער פארמאכטע טירן אין קאך?

אוועטאר
יענקעלע
שר חמש מאות
תגובות: 708
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 21, 2011 4:09 pm
לאקאציע: אינפארמאציע: דער באנוצער געפינט זיך נישט.

תגובהדורך יענקעלע » פרייטאג מאי 26, 2017 4:36 am

האסט אנגערופן די בעל מכשיר?

Working
שר מאה
תגובות: 230
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 28, 2016 3:14 pm

תגובהדורך Working » פרייטאג מאי 26, 2017 9:45 am

אי-רעלעווענט האט געשריבן:כבין געווען דארט ווינטער, כהאב געזעהן די גוים בלענדן שבת פארן עולם אייז מיט א מאשין! בפרהסיא ובריש גלי, מיט א משגיח תמידי, וואס ווייסעך וואס טוט זיך אפ אינטער פארמאכטע טירן אין קאך?

אפשר איז דא א היתר דערויף?

שלך לחמך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 398
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2014 6:19 pm

תגובהדורך שלך לחמך » פרייטאג מאי 26, 2017 10:04 am

צי קענען הלכות שבת איז נאך א שלב, און אזא פאל דארף מען אנריפן די בעל מכשיר


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: א. לערנער, גליטשעדיג, יש ברירה, פייערקרעקערס, פרעג נישט, קרייסלער און 48 געסט