בלאט 1 פון 55

נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

געשריבן: דינסטאג יולי 05, 2016 5:21 pm
דורך זאכליך
היינט אינדערפרי האט די ספעיס-שיף דזשאנאו דערגרייכט די ארביט פון דזשופיטער (מזל צדק) נאך כמעט 5 יאר פארן!

ס'איז ארויסגעפלויגן פון קענעדי ספעיס צענטער אום אוגוסט 5, 2011. די פלאן איז ס'זאל ווייטער ארומפארן אין די ארביט פאר 20 חדשים, ביז פעברוערי 2018.

די ציל פון די מיסיע איז צו פארשן די פלאנעט, וואס איז די גרעסטע פון אלע כוכבי לכת, און האט זייער שטארקע מאגנעטישע קראפט און הויכע ראדיציע כוואליעס.

געשריבן: דינסטאג יולי 05, 2016 5:22 pm
דורך זאכליך
גוגל האט היינט מקדיש געווען זייער doodle אפצוצייכענען די גרויסע געשעעניש.

געשריבן: דינסטאג יולי 05, 2016 5:23 pm
דורך שאהן הענניטי
מרחק?

געשריבן: דינסטאג יולי 05, 2016 5:25 pm
דורך זאכליך
דזשופיטער איז ווייט 370 מיליאן מייל פון אונז.

געשריבן: דינסטאג יולי 05, 2016 5:28 pm
דורך זאכליך
די ערשטע ספעיס-שיף צו פליען נאנט צו דזשופיטער איז "new horizon", אבער ער איז נישט אריין אין זיין ארביט.

געשריבן: דינסטאג יולי 05, 2016 5:36 pm
דורך שאהן הענניטי
זאכליך האט געשריבן:דזשופיטער איז ווייט 370 מיליאן מייל פון אונז.

זיין ספיד איז לויטן חשבון ארום 8 אהאלב טויזנט מייל א שטונדע

געשריבן: דינסטאג יולי 05, 2016 5:45 pm
דורך זאכליך
ניין, ווייל א ספעיס-שיף פליט נישט אין א גראדע ליין, ס'מאכט רינגען ארום און ארום ביז ס'קומט אן צו די דעסטינאציע.

ס'איז געפלויגן 1740 מיליאן מייל.

געשריבן: דינסטאג יולי 05, 2016 5:47 pm
דורך יאנקעל פעדראטשיק
זאכליך האט געשריבן:דזשופיטער איז ווייט 370 מיליאן מייל פון אונז.

Wow!! סאו סיז העכער די גן עדן?
שכוח זאכליך פאר די אינטערעסאנטע נייעס, סגייט כאפן בילדער אדער סתם זיך דרייען דארט?

געשריבן: דינסטאג יולי 05, 2016 6:22 pm
דורך זאכליך
יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן: סגייט כאפן בילדער אדער סתם זיך דרייען דארט?

כאפן בילדער איז פון די קלייניקייטן וואס ס'גייט טוהן.

נאס"א וויל שטודירן די גרעוויטי און מאגנעטישע כוואליעס פונעם פלאנעט.

די גרעוויטי אויף דזשופיטער איז 2.5 מאל שטערקער ווי אויף דער ערד, למשל 1 פונט אויף דער ערד וועגט אויף דזשופיטער 2.5 פונט. א 200 פונטיגער מענטש, וועט זיך פילן ווי א 500 פונטיגער אויף דזשופיטער.

געשריבן: דינסטאג יולי 05, 2016 6:46 pm
דורך בן נון
ווי איך פארשטיי איז דאס פאר מילעטירשיע צוועקן.

וואספאר נוצן קען די מילעטער האבן פון וויסן אז א 200 פונטיגע מענטש וועגט דארט 500?

געשריבן: דינסטאג יולי 05, 2016 6:52 pm
דורך אזוי צו אזוי
בן נון האט געשריבן:ווי איך פארשטיי איז דאס פאר מילעטירשיע צוועקן.

וואספאר נוצן קען די מילעטער האבן פון וויסן אז א 200 פונטיגע מענטש וועגט דארט 500?

:grin:
וואס פארשטייסטו נישט, א 5000 פונטיגע באמבע וועגט דארט 12.5

געשריבן: דינסטאג יולי 05, 2016 6:57 pm
דורך זאכליך
נאס"א איז טאקע א פליגל פון די פענטעגאן, אבער זייער פארש ארבייט איז נישט דירעקט פאר די מיליטער, נאר אומדירעקט. ווייל יעדע נייע ערפינדונג ווערט קודם נאר גענוצט ביי די מיליטער. ע"ע סעטעלייט.

דאס אז די גרעוויטי איז 2.5 מאל שטערקער ווי אויף דער ערד ווייסט מען שוין פאר יארן לאנג, זיי ווילן נאר קענען לערנען דעם פלאנעט סאך טיפער.

געשריבן: דינסטאג יולי 05, 2016 6:59 pm
דורך בענקעל
.

געשריבן: דינסטאג יולי 05, 2016 7:42 pm
דורך נאטורליך
רבותי היקרים, עס איז א אינטערסאנטע נייעס פאר די וואס פארסמאקעווען זיך מיט די סארט ענינים.
אלזא, אויב איינער ליינט דערפון די קומענדיגע טעג אין איינע פון די צענדליגע אויסגאבעס בל' אידיש ביטע שרייבט דא מראי מקומות כדי ווער עס וויל ליינען דעריבער זאל וויסען וועלכע פעפער צו קויפן.
ייש"כ

געשריבן: דינסטאג יולי 05, 2016 7:51 pm
דורך milech fried
יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:
זאכליך האט געשריבן:דזשופיטער איז ווייט 370 מיליאן מייל פון אונז.

Wow!! סאו סיז העכער די גן עדן?
שכוח זאכליך פאר די אינטערעסאנטע נייעס, סגייט כאפן בילדער אדער סתם זיך דרייען דארט?

וואדען? געספענד ביליאנען נאר זיך צו דרייען און פרייען?
אגב, די דזשופיטער האט נישט קיין ערד מען זאל קענען לאנדן דערויף, סאיז מער וויניגער געז

געשריבן: דינסטאג יולי 05, 2016 8:50 pm
דורך א גוטן
milech fried האט געשריבן:
זאכליך האט געשריבן:דזשופיטער איז ווייט 370 מיליאן מייל פון אונז.



אגב, די דזשופיטער האט נישט קיין ערד מען זאל קענען לאנדן דערויף, סאיז מער וויניגער געז[/quote]

סאו וויזוי איז שייך צו מעסטן די גרעוויטי

געשריבן: דינסטאג יולי 05, 2016 11:34 pm
דורך שאהן הענניטי
זענען פארהאן נאך פלאנעטן פון גאז? (חוץ די זון).

איך האב מיר אייביג פארגעשטעלט אז א פלאנעט איז א גוש אזויווי אונזער וועלט.

געשריבן: דינסטאג יולי 05, 2016 11:51 pm
דורך מיסטעריעז
זאכליך האט געשריבן:דאס אז די גרעוויטי איז 2.5 מאל שטערקער ווי אויף דער ערד ווייסט מען שוין פאר יארן לאנג,

וויאזוי?

געשריבן: דינסטאג יולי 05, 2016 11:53 pm
דורך זאכליך
די קעמיקעל עלעמענט פון דזשופיטער איז צוזאמען געשטעלט פון העליום און היידראדזשין, 2 מימי געז. אבער ס'מיינט נישט אז די גאנצע פלאנעט איז אזוי ווי א וואלקן, נאר ווי טיפער מען גייט אינעם פלאנעט אלס מער זענען די געז צוזאמען געדריקט און זיי פארמירן א סאליד שיכט.

דאס איז איינע פון די זאכן וואס זיי ווילן דערשנאפען מיט די יעצטיגע מיסיע.

געשריבן: דינסטאג יולי 05, 2016 11:55 pm
דורך זאכליך
מיסטעריעז האט געשריבן:
זאכליך האט געשריבן:דאס אז די גרעוויטי איז 2.5 מאל שטערקער ווי אויף דער ערד ווייסט מען שוין פאר יארן לאנג,

וויאזוי?

וויאזוי מ'ווייסט? סייענטיפיג ריסוירטש.
פארוואס איז די גרעוויטי שטערקער? ווייל ווי גרעסער א פלאנעט איז אלס שטערקער איז די גרעוויטי.

געשריבן: דינסטאג יולי 05, 2016 11:57 pm
דורך מיסטעריעז
איך האב געמיינט צו פרעגן וויאזוי זיי ווייסן, וויאזוי קען מען מאכן ריסוירטשעס אויב מען איז 370 מיליאן מייל ווייט?...

געשריבן: מיטוואך יולי 06, 2016 12:00 am
דורך זאכליך
למשל די לבנה וואס איז סאך קלענער ווי די ערד איז די גרעוויטי בערך א 6'טעל. א 200 פונטיגער מענטש וועט זיך שפירן ווי 33 פונט.

די קליפס פון ספעיס ווי מ'זעהט זירא גרעוויטי איז נאר אין די אינטערנעשינאל ספעיס סענטער אדער אין א ספעיס-שיף בשעת'ן פליען.

געשריבן: מיטוואך יולי 06, 2016 12:09 am
דורך זאכליך
מיסטעריעז האט געשריבן:איך האב געמיינט צו פרעגן וויאזוי זיי ווייסן, וויאזוי קען מען מאכן ריסוירטשעס אויב מען איז 370 מיליאן מייל ווייט?...

דאס איז די חכמה פון סייענטיפיג ריסוירטש, מ'נעמט די פאקטן וואס מ'ווייסט און מ'פרובירט אויסצורעכענען דאס פאקטן וואס מ'ווייסט נאכנישט.

וויאזוי ארבייט גרעוויטי? יעדע דבר גשמי ציעט צו אן אנדערע דבר גשמי, ווי גרעסער די גשמיות איז אלס שטערקער ציעט עס.

למשל אז די וועסט שטיין נעבן א ריזן בארג, וועט די גרעוויטי נישט זיין פונקטליך אויף אראפ, נאר א משהו געבויגן צו די בארג. ווייל די גרויסע מאס גשמי פון וואס די בארג איז צוזאמען געשטעלט איז גורם אביסל גרעוויטי צום בארג אויך.

פארדעם זענען אלע פלאנעטן רינדיכיג, ווייל די גרעוויטי ציעט פון אלע זייטן די זעלבע שטארק.

אז די ווייסט וויפל גרעוויטי א געוויסע סייז גשמי האט קענסטו אויסרעכענען יעדע פלאנעט וויפל גרעוויטי ס'האט, בעיסד אויף די סייז (מעסס).

די קאלקיולעישאן;
http://cosmoquest.org/forum/archive/ind ... -9855.html

געשריבן: מיטוואך יולי 06, 2016 1:08 am
דורך אויסגערעכנט
בדיעבד אריבער האט עס איין מאל באשריבן זייער שיין.

געשריבן: מיטוואך יולי 06, 2016 2:08 am
דורך בן נון
איך האב זייער הנאה פון די אשכול.

ש׳כח זאכליך!