נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14825
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

תגובהדורך סטיטשינער » פרייטאג דעצמבער 11, 2020 2:48 pm

מיינסט אוודאי נאך פלענער. די ערשטע פלענער האט מען שוין מודיע געווען פאר א יאר א האלב צוריק, און מען ארבעט שוין דערויף פאקטיש פאר א יאר.

לויט ווי מען האט דענמאלטס באריכטעט האט מען נישט געפלאנט דאס צו שיקן צו די לבנה, אבער עס קוקט אויס ווי די פלענער האבן זיך געטוישט.

אינטערסאנט אז איינער פון די לענדער וואס האבן ארויסגעוויזן אינטרעסע צו שטיצן דעם פראיעקט איז די UAE.

eller
שר חמשת אלפים
תגובות: 5908
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

תגובהדורך eller » דינסטאג פאברואר 02, 2021 4:58 pm

עפעס א גרויסע פלאפ געווען היינט פאר ספעיס עקס (נשט אומזונסט האט עלאן מאסק געסטאפט מיט טויטער..)
נו.. ווי זענען די אלע חברה פון די לבנה ??
קומטס אריין מיט א באריכט..
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
---
לאמיר זיין א חלק פון די טויזענטער אידן וואס דאנקן די באשעפער יעדן טאג מיטן זאגן די תפילת תודה

אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14825
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

תגובהדורך סטיטשינער » דינסטאג פאברואר 02, 2021 5:08 pm

א ראקעט וואס זיי האבן אויספראבירט האט געקראכט אויפן וועג אראפ. ווי כמה פעמים אויסגעשמועסט אין דעם אשכול, הייסט דעס נישט קיין פלאפ. ער שיקט ארויף א טעסט טאקע ווייל ער וויל וויסן וואס די פראבלעמען זענען, און ער גייט עס פארעכטן אויף די קומעדיגע טעסט ראקעט.
"האבן ענק געטוישט וועש ווי מען האט ענק געהייסן?"

"נעוודאי! איך האב גענומען זיינע און ער האט גענומען מיינע!"

אוועטאר
מים חיים
שר האלף
תגובות: 1017
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

תגובהדורך מים חיים » דינסטאג פאברואר 02, 2021 5:17 pm

SN9

אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14825
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

תגובהדורך סטיטשינער » דינסטאג פאברואר 02, 2021 8:32 pm

מים חיים האט געשריבן:SN9

א דאנק.

שארף און קליג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 286
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 14, 2020 11:45 am

Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

תגובהדורך שארף און קליג » דינסטאג פאברואר 02, 2021 8:41 pm

געשטאנען אין דער איד דעילי, אז איראן האט סוקסעספעל עפעס ארויפגעשיקט.
האט איינער א קליפטשע דערפון?

אוועטאר
מים חיים
שר האלף
תגובות: 1017
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

Re:

תגובהדורך מים חיים » מיטוואך פאברואר 03, 2021 12:34 pm

סטיטשינער האט געשריבן:א ראקעט וואס זיי האבן אויספראבירט האט געקראכט אויפן וועג אראפ. ווי כמה פעמים אויסגעשמועסט אין דעם אשכול, הייסט דעס נישט קיין פלאפ. ער שיקט ארויף א טעסט טאקע ווייל ער וויל וויסן וואס די פראבלעמען זענען, און ער גייט עס פארעכטן אויף די קומעדיגע טעסט ראקעט.

ביזט גערעכט
ביזט אבער מודה אז ווען סוואלט געלונגען וואלט עס געווען א סוקסעס, אז זייער פאני איידיעס ארבעטן זיך אויס
באפס מה איז עס א דורכפאל (נאכדערצו אז סאיז געשען די זעלבע ווי פאריגע מאל וואס סוואלט ווען שוין געדארפט צו זיין פאראכטן)

אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14825
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

תגובהדורך סטיטשינער » מיטוואך פאברואר 03, 2021 3:05 pm

על ראשון ראשון ועל אחרון אחרון. אוודאי וואלט ווען געווען א קנאקעדיגע סוקסעס אויב געלונגט עס די ערשטע מאל, אבער פונקט ווי יעדע פרישע אינווענטשען, די איינציגסטע וועג אנצוקומען איז נאר מיט trial and error. א דורכפאל מיינט ווען ער איז מודיע אז די זאך איז שוין גרייט און ער רופט יעדער מיטצוהאלטן ווי ער שיסט עס ארויף און דעמאלטס קראכט עס.
סתם להוי ידועה אז ער האט שוין גרייט אויף מארגן ארויף צו שיסן נאך צוויי. דעס מיינט אז ער האט ערווארטעט א קראך, און האט זיך גלייך אריין געלייגט אין די קומעדיגע.

אויף דיין צווייטע חלק, קען זיין אז דו ביסט א גרעסערע מבין ווי מיר (איך בין בכלל נישט), אבער איך ווייס נישט וואס האט עס געמאכט קראכן די ערשטע מאל ון וואס עס איז געשעהן די צווייטע מאל. מסתבר איז אז זיי האבן פאראכטן די ערשטע פראבלעם און יעצט האבן זיי אויסגעטראפן א צווייטע. דעס מיינט א סוקסעס. נאכאמאל, אויב ווייסטו אנדערש קום אריין קלאר.
"האבן ענק געטוישט וועש ווי מען האט ענק געהייסן?"

"נעוודאי! איך האב גענומען זיינע און ער האט גענומען מיינע!"

פראהביטש
שר האלף
תגובות: 1178
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 15, 2017 7:01 pm

Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

תגובהדורך פראהביטש » זונטאג פאברואר 07, 2021 12:20 am

965eb8db9b4f4f2fa51f2e0f73ee76d3.jpg
965eb8db9b4f4f2fa51f2e0f73ee76d3.jpg (36.3 KiB) געזעהן 524 מאל

אוועטאר
מים חיים
שר האלף
תגובות: 1017
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

תגובהדורך מים חיים » דאנארשטאג פאברואר 18, 2021 1:23 pm

Mars Perseverance rover גייט לאנדען 3:55 PM

דא קען מען זען א 3D מאדעל פון די ראווער

די ראווער קומט מיט אסאך חידושים אריינגערעכנט א דראון וואס וועט זיין די ערשטע powered פלייט אויף א אנדערע פלאנעט, און וועט שיקן הערליכע ווידיאוס

ממה נפשך
שר האלף
תגובות: 1564
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

תגובהדורך ממה נפשך » דאנארשטאג פאברואר 18, 2021 2:37 pm

טייטש:
Nominal = אלעס איז ווי ערווארטעט אן קיין פראבלעמען
אויב דער פרעזידענט דארף ווערן קאנטראלירט, דארף עס זיין דורך געזעץ. אויב איז עס דורך פריוואטע קאמפאניס איז עס א סכנה פארן לאנד.

- - -

Boeing is the last to admit they made mistakes - this is why I no longer trust them.

ממה נפשך
שר האלף
תגובות: 1564
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

תגובהדורך ממה נפשך » דאנארשטאג פאברואר 18, 2021 2:41 pm

די וויקל וואס גייט לאנדן איז ארויפגעשיקט געווארן July 30 פונקט אינמיטן די פענדעמיק אן קיין דילעיס.
אויב דער פרעזידענט דארף ווערן קאנטראלירט, דארף עס זיין דורך געזעץ. אויב איז עס דורך פריוואטע קאמפאניס איז עס א סכנה פארן לאנד.

- - -

Boeing is the last to admit they made mistakes - this is why I no longer trust them.

ממה נפשך
שר האלף
תגובות: 1564
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

תגובהדורך ממה נפשך » דאנארשטאג פאברואר 18, 2021 2:42 pm

פאקט:
א טאג אויף מארס איז בערך 40 מינוט לענגער ווי א טאג אויף אונזער ערד פלאנעט.
אויב דער פרעזידענט דארף ווערן קאנטראלירט, דארף עס זיין דורך געזעץ. אויב איז עס דורך פריוואטע קאמפאניס איז עס א סכנה פארן לאנד.

- - -

Boeing is the last to admit they made mistakes - this is why I no longer trust them.

ממה נפשך
שר האלף
תגובות: 1564
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

תגובהדורך ממה נפשך » דאנארשטאג פאברואר 18, 2021 2:43 pm

פאקט:
ס'נעמט בערך 11 מינוט פאר א מעסעדזש אנצוקומען פון מארס צו די קאנטראל צענטער.
אויב דער פרעזידענט דארף ווערן קאנטראלירט, דארף עס זיין דורך געזעץ. אויב איז עס דורך פריוואטע קאמפאניס איז עס א סכנה פארן לאנד.

- - -

Boeing is the last to admit they made mistakes - this is why I no longer trust them.

ממה נפשך
שר האלף
תגובות: 1564
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

תגובהדורך ממה נפשך » דאנארשטאג פאברואר 18, 2021 2:48 pm

דאס איז וואס מ'ערווארט היינט צו לאנדן אויף מארס.

די סיבה? צו זוכן פאר צייכענעס פון אמאליגע לעבן אויפן רויטן פלאנעט...

25045_ROVER_Instrument_Labels-320x240.jpg
25045_ROVER_Instrument_Labels-320x240.jpg (20.96 KiB) געזעהן 247 מאל


שכח @מים חיים פאר די לינק.
אויב דער פרעזידענט דארף ווערן קאנטראלירט, דארף עס זיין דורך געזעץ. אויב איז עס דורך פריוואטע קאמפאניס איז עס א סכנה פארן לאנד.

- - -

Boeing is the last to admit they made mistakes - this is why I no longer trust them.

אוועטאר
מים חיים
שר האלף
תגובות: 1017
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

תגובהדורך מים חיים » דאנארשטאג פאברואר 18, 2021 2:48 pm

פאר די דראון צו פליען אויף מארס איז אזויווי צו פליען העכער 100,000 פיס אויף אונזער פלאנעט, (צוליב די נידריגע אטמאספערא פרעשור)
די העכסטע פאר א העליקאפטער איז 40,000 און פאר א פליגער 80,000

עס וועגט א נישטיגע 4 פונט

1121px-PIA23882-MarsHelicopterIngenuity-20200429_(trsp).png
1121px-PIA23882-MarsHelicopterIngenuity-20200429_(trsp).png (359.46 KiB) געזעהן 216 מאל

ממה נפשך
שר האלף
תגובות: 1564
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

תגובהדורך ממה נפשך » דאנארשטאג פאברואר 18, 2021 2:56 pm

די וויקל איז אינגאנצן אויטאמאטיש.

דאס מיינט אז אפילו אויב פארלירט מען קאמיוניקאציע דערצו, קען עס נאכאלץ האבן א סוקסעספול לאנדונג.
אויב דער פרעזידענט דארף ווערן קאנטראלירט, דארף עס זיין דורך געזעץ. אויב איז עס דורך פריוואטע קאמפאניס איז עס א סכנה פארן לאנד.

- - -

Boeing is the last to admit they made mistakes - this is why I no longer trust them.

אוועטאר
מים חיים
שר האלף
תגובות: 1017
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

תגובהדורך מים חיים » דאנארשטאג פאברואר 18, 2021 3:03 pm

ממה נפשך האט געשריבן:די וויקל איז אינגאנצן אויטאמאטיש.

דאס מיינט אז אפילו אויב פארלירט מען קאמיוניקאציע דערצו, קען עס נאכאלץ האבן א סוקסעספול לאנדונג.

קאמיוניקאציע איז אפיציעל געווארן אפגעשטעלט, סאיז יעצט one way communication

ממה נפשך
שר האלף
תגובות: 1564
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

תגובהדורך ממה נפשך » דאנארשטאג פאברואר 18, 2021 3:04 pm

די וויקל ווערט גערופן Perseverance rover. דאס איז די פיפטע און מערסט פארגעשריטענער ראווער וואס נאסא שיקט ארויף צו עקספלארירן מארס.
אויב דער פרעזידענט דארף ווערן קאנטראלירט, דארף עס זיין דורך געזעץ. אויב איז עס דורך פריוואטע קאמפאניס איז עס א סכנה פארן לאנד.

- - -

Boeing is the last to admit they made mistakes - this is why I no longer trust them.

אוועטאר
מים חיים
שר האלף
תגובות: 1017
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

תגובהדורך מים חיים » דאנארשטאג פאברואר 18, 2021 3:17 pm


ממה נפשך
שר האלף
תגובות: 1564
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

תגובהדורך ממה נפשך » דאנארשטאג פאברואר 18, 2021 3:50 pm

יעצט אריין אין די אטמאספערע פון מארס.

די מאשין גערופן העליקאפטער גייט קאנטראלירן ביז צו די ריכטיגע פלאץ און דארט אראפלאזן די ראווער מיט שטריק און תיקף אוועקפליען.
אויב דער פרעזידענט דארף ווערן קאנטראלירט, דארף עס זיין דורך געזעץ. אויב איז עס דורך פריוואטע קאמפאניס איז עס א סכנה פארן לאנד.

- - -

Boeing is the last to admit they made mistakes - this is why I no longer trust them.

אוועטאר
מים חיים
שר האלף
תגובות: 1017
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

תגובהדורך מים חיים » דאנארשטאג פאברואר 18, 2021 3:55 pm

Touchdown!

ממה נפשך
שר האלף
תגובות: 1564
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

תגובהדורך ממה נפשך » דאנארשטאג פאברואר 18, 2021 3:56 pm

געלאנדעט!
אויב דער פרעזידענט דארף ווערן קאנטראלירט, דארף עס זיין דורך געזעץ. אויב איז עס דורך פריוואטע קאמפאניס איז עס א סכנה פארן לאנד.

- - -

Boeing is the last to admit they made mistakes - this is why I no longer trust them.

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11889
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

תגובהדורך פאטאקי08 » דאנארשטאג פאברואר 18, 2021 3:57 pm

די ניסלעך האט געארבעט?
אידישע לוח
גמטריא קאלקולעיטאר
send any zip code to 845-209-2361 and get the ZMANIM for today

ממה נפשך
שר האלף
תגובות: 1564
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

תגובהדורך ממה נפשך » דאנארשטאג פאברואר 18, 2021 3:57 pm

נאר א שאד מ'לייגט אריין אזויפיל צייט כח און געלט אין אזעלכע שטותים.
אויב דער פרעזידענט דארף ווערן קאנטראלירט, דארף עס זיין דורך געזעץ. אויב איז עס דורך פריוואטע קאמפאניס איז עס א סכנה פארן לאנד.

- - -

Boeing is the last to admit they made mistakes - this is why I no longer trust them.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: IMBZ, Programming, מטעמים, מסתמא און 41 געסט