נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען
Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען
Astronauts arriving to space station
https://drive.google.com/file/d/1-4m-_b ... p=drivesdk

אויבנאויף בין איך טאקע נישט קיין גבר אלים, אבער ווער עס הייבט זיך מיט מיר אן ד' וה' ישלם
- ענדע צדיק!
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6186
- זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
- פארבינד זיך:
Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען
די פאטאגרעפער איז גרייט..

א קאפ...

הענט...

ברוך הבא...

קומט צום ווארט...

נו, מען זעהט די פלאמען פון דארט...?

פארוואס זיך מוטשענען צי האלטן די מייק?

ביי...

א קאפ...
הענט...
ברוך הבא...
קומט צום ווארט...
נו, מען זעהט די פלאמען פון דארט...?
פארוואס זיך מוטשענען צי האלטן די מייק?
ביי...
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
בלאג - מיינע ארכיוון
Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען
וואס געשענהט יעצט מטיט די ספעיס עקס קאפסול ?
בלייבט עס צוגעבינדען דארט ?
און וויפיל ביליגער האט געקאסט די לאנטש ווי ביי די אמאליגע ?
און דאכט זיך אז מ'קען איבערניצן די ראקעט.

איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
---
לאמיר זיין א חלק פון די טויזענטער אידן וואס דאנקן די באשעפער יעדן טאג מיטן זאגן די תפילת תודה
---
לאמיר זיין א חלק פון די טויזענטער אידן וואס דאנקן די באשעפער יעדן טאג מיטן זאגן די תפילת תודה
Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען
לעמעלע האט געשריבן:Astronauts arriving to space station
https://drive.google.com/file/d/1-4m-_b ... p=drivesdk
Thanks
- האסט נייעס
- שר חמש מאות
- תגובות: 741
- זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 11:43 am
- לאקאציע: דא... אויב זעהסטו נישט, קוק גוט..
Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען
ענדע צדיק! האט געשריבן:די פאטאגרעפער איז גרייט..
א קאפ...
הענט...
ברוך הבא...
קומט צום ווארט...
נו, מען זעהט די פלאמען פון דארט...?
פארוואס זיך מוטשענען צי האלטן די מייק?
ביי...
מען קען עס נישט זעהן.... דעי פיקטשערס עפענען זיך נישט
- סטיטשינער
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 14904
- זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm
- לאקאציע: 50°18′N 21°4′E
eller האט געשריבן:וואס געשענהט יעצט מטיט די ספעיס עקס קאפסול ?
בלייבט עס צוגעבינדען דארט ?
און וויפיל ביליגער האט געקאסט די לאנטש ווי ביי די אמאליגע ?
און דאכט זיך אז מ'קען איבערניצן די ראקעט.
עס בלייבט געפארקט דארט ביז מ גייט אהיים.
די ראקעט האט סאקסעספול געלאנדעט אויפן אנטלאנטיק (אויף א כמו שיף) אפאר מינוט נאכן הייבן און איז יעצט אויפן וועג צוריק צו פלארידא, ווי מגייט עס מאכן גרייט פארן נעקסטע מאל.
פאר נאסא פלעגט קאסטען יעדע רייזע 450 מיליון. פאר רוסלאנד צאלט מען 80 מיליון פער מענטש און פאר Space x צאלט מען 50.
"האבן ענק געטוישט וועש ווי מען האט ענק געהייסן?"
"נעוודאי! איך האב גענומען זיינע און ער האט גענומען מיינע!"
"נעוודאי! איך האב גענומען זיינע און ער האט גענומען מיינע!"
- ענדע צדיק!
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6186
- זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
- פארבינד זיך:
Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען
האסט נייעס האט געשריבן:מען קען עס נישט זעהן.... דעי פיקטשערס עפענען זיך נישט
אאפ ווייסעך נישט פארוואס
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
בלאג - מיינע ארכיוון
Re:
סטיטשינער האט געשריבן:eller האט געשריבן:וואס געשענהט יעצט מטיט די ספעיס עקס קאפסול ?
בלייבט עס צוגעבינדען דארט ?
און וויפיל ביליגער האט געקאסט די לאנטש ווי ביי די אמאליגע ?
און דאכט זיך אז מ'קען איבערניצן די ראקעט.
עס בלייבט געפארקט דארט ביז מ גייט אהיים.
די ראקעט האט סאקסעספול געלאנדעט אויפן אנטלאנטיק (אויף א כמו שיף) אפאר מינוט נאכן הייבן און איז יעצט אויפן וועג צוריק צו פלארידא, ווי מגייט עס מאכן גרייט פארן נעקסטע מאל.
פאר נאסא פלעגט קאסטען יעדע רייזע 450 מיליון. פאר רוסלאנד צאלט מען 80 מיליון פער מענטש און פאר Space x צאלט מען 50.
אוואו קען זיין אז רוסלאנד צאלט אזוי ווייניג ?
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
---
לאמיר זיין א חלק פון די טויזענטער אידן וואס דאנקן די באשעפער יעדן טאג מיטן זאגן די תפילת תודה
---
לאמיר זיין א חלק פון די טויזענטער אידן וואס דאנקן די באשעפער יעדן טאג מיטן זאגן די תפילת תודה
- סטיטשינער
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 14904
- זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm
- לאקאציע: 50°18′N 21°4′E
eller האט געשריבן:סטיטשינער האט געשריבן:eller האט געשריבן:וואס געשענהט יעצט מטיט די ספעיס עקס קאפסול ?
בלייבט עס צוגעבינדען דארט ?
און וויפיל ביליגער האט געקאסט די לאנטש ווי ביי די אמאליגע ?
און דאכט זיך אז מ'קען איבערניצן די ראקעט.
עס בלייבט געפארקט דארט ביז מ גייט אהיים.
די ראקעט האט סאקסעספול געלאנדעט אויפן אנטלאנטיק (אויף א כמו שיף) אפאר מינוט נאכן הייבן און איז יעצט אויפן וועג צוריק צו פלארידא, ווי מגייט עס מאכן גרייט פארן נעקסטע מאל.
פאר נאסא פלעגט קאסטען יעדע רייזע 450 מיליון. פאר רוסלאנד צאלט מען 80 מיליון פער מענטש און פאר Space x צאלט מען 50.
אוואו קען זיין אז רוסלאנד צאלט אזוי ווייניג ?
זיי צאלן מער פאר די גאנצע רייזע. זיי בעטען אמעריקא פער מענטס.
"האבן ענק געטוישט וועש ווי מען האט ענק געהייסן?"
"נעוודאי! איך האב גענומען זיינע און ער האט גענומען מיינע!"
"נעוודאי! איך האב גענומען זיינע און ער האט גענומען מיינע!"
- טשאדעלע באדעלע
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8026
- זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
- לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.
Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען
פאלגענד איז א לענגערע און צוזאמגעשטעלטן קליפיטשקע פונעם נעכטיגן נאסא אסטראנאטן ארויפשיס מיטן פאלקאן 9 ראקעט פון ספעיסעקס.
עס ווערט געזעהן דעם לאונטש, ערשטע סטעידזש סעפארעישן, צווייטע סטעידזש אקטעוועזירט, ערשטע סטעידזש לאנדונג אויפן דראון שיפ, צווייטע סטעידזש סעפארעישן, [נאכן גרייכן ארביט] א טור אינעם דרעגאן ספעיס שיפ!, א גוט מארגן פון ארביט, דאקינג דעם אינטענאציאנאלע ספעיס סטאנציע, מעמד שלום עליכם.
דראפבאקס — גוגל דרייוו

סטעי טונד!
-
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6439
- זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
- לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס
Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען
טשאדי, טענקס!! יור אמעיזינג!!
נא... ווי האלט מען מיט די פלענער ארויפצוגייען נאך אין 2020 צום לבנה??...
נא... ווי האלט מען מיט די פלענער ארויפצוגייען נאך אין 2020 צום לבנה??...
-
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6439
- זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
- לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס
Re:
סטיטשינער האט געשריבן:eller האט געשריבן:וואס געשענהט יעצט מטיט די ספעיס עקס קאפסול ?
בלייבט עס צוגעבינדען דארט ?
און וויפיל ביליגער האט געקאסט די לאנטש ווי ביי די אמאליגע ?
און דאכט זיך אז מ'קען איבערניצן די ראקעט.
עס בלייבט געפארקט דארט ביז מ גייט אהיים.
די ראקעט האט סאקסעספול געלאנדעט אויפן אנטלאנטיק (אויף א כמו שיף) אפאר מינוט נאכן הייבן און איז יעצט אויפן וועג צוריק צו פלארידא, ווי מגייט עס מאכן גרייט פארן נעקסטע מאל.
פאר נאסא פלעגט קאסטען יעדע רייזע 450 מיליון. פאר רוסלאנד צאלט מען 80 מיליון פער מענטש און פאר Space x צאלט מען 50.
איז דאך עס יא סאאך ביליגער ווי רוסלאנד.
Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען
א גרויסן ישר כח טשאדי,
יו מעיד מיי דעי,
די קליפ איז זייער שיין און פראפעשינעל צאמגעשטעלט,

The Divided States Of America
- נשמת השכל
- שר האלפיים
- תגובות: 2412
- זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
- לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...
Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:פאלגענד איז א לענגערע און צוזאמגעשטעלטן קליפיטשקע
ישר כח ר' טשאדעלע!
אגב. האסט שוין אמאל -ביי מיסטעיק - געשריבן דאס ווארט "קליפ" געהעריג.....?
דזשאסט דזשאוקינג....
א חכם גלויבט אין די פאקטן לויט ווי אזוי ער "פארשטייט" עס, א נער גלויבט אין די פאקטן 'נאר' לויט ווי אזוי ער "זעהט" עס!
כתוב על לוח - מיינע געדאנקען
קאמענטארן אויף: כתוב על לוח - מיינע געדאנקען
כתוב על לוח - מיינע געדאנקען
קאמענטארן אויף: כתוב על לוח - מיינע געדאנקען
- האסט נייעס
- שר חמש מאות
- תגובות: 741
- זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 11:43 am
- לאקאציע: דא... אויב זעהסטו נישט, קוק גוט..
Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:פאלגענד איז א לענגערע און צוזאמגעשטעלטן קליפיטשקע פונעם נעכטיגן נאסא אסטראנאטן ארויפשיס מיטן פאלקאן 9 ראקעט פון ספעיסעקס.
עס ווערט געזעהן דעם לאונטש, ערשטע סטעידזש סעפארעישן, צווייטע סטעידזש אקטעוועזירט, ערשטע סטעידזש לאנדונג אויפן דראון שיפ, צווייטע סטעידזש סעפארעישן, [נאכן גרייכן ארביט] א טור אינעם דרעגאן ספעיס שיפ!, א גוט מארגן פון ארביט, דאקינג דעם אינטענאציאנאלע ספעיס סטאנציע, מעמד שלום עליכם.
דראפבאקס — גוגל דרייוו
שכח!
-
- שר העשר
- תגובות: 48
- זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 27, 2019 9:37 am
Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען
קען איינער מיר מסביר זיין ביטע:
- אינמיטען וועג זעהט מען זיי אהנע ספעציעלע קליידער, און ביים סוף זעהט מען זיי מיט די קליידער, ווען טוען זיי עס אהן און ווען טוט מען עס אויס?
וויפוהל מאל צוטיילט זיך די ספעיס שיף אינמיטן וועג?
ווי שנעל פארט די ספעיס שיף איינמאל עס איז אפגעטיילט פונעם גרויסע טאנק? און מיט ואספארא כח פארט ער (גאז,ברענשטאף)?
אויב די ספעיס סטעישען איז נאר 400 KM פון וועלט, פ"וו געדארט עס אזוי לאנג אנצוקומען אהין?
- טשאדעלע באדעלע
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8026
- זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
- לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.
Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען
קודם צו דאס וואס דו פרעגסט לגבי די ספעציעלע שיץ אנצוגן. דאס איז נאר וויכיטיג ווילאנג מען איז אינעם אטמאספער, ווי די לופט דריק איז זייער שטארק. איינמאל מען קומט אן אין ארביט, וואס איז ארום 10 מינוט אריין אין די רייזע, זענען זיי אין 0 גרעוועטי. דער קאפסול איז זעלבס פארשטענדליך גאר שטארק געסיעלד, און עס האט אקסעדזשין מיט לופט אינעוויינוג די אסטראנאטן זאלן קענען אטעמען (אזוי ווי אינעם ספעיס סענטער).
[אין ספעיס טוען די אסטראנאטן אן די ספעציעלע און גאר שווערע עקוויפמענט נאר ווען זיי גייען ארויס אינדרויסן פונעם סטאנציע. דארט איז דא אסאך מער זאכן פון וואס מ׳ברויך זיין באשיצט אחוץ באקומען לופט צו אטעמען].
אין די סארט מיסיע׳ס ווי נעכטן, ווי די קארגאו איז נישט אזוי שווער, און מען גייט נישט צו א גאר ווייטע דעסטענאציע, איז פארהאן 2 סטעידזש׳ס. דער ערשטע סטעידזש איז דער גרויסע בוסטער [וואס איז צוויי דריטל פונעם גאנצן ראקעט], דאס הייבט אינטער דעם גאנצן געשעפט, א 30 שטאקיגע שווערע מאשין פיל מיט גאזאלין, און שטופט אים פון ספיד 0 ביז ארום 4.5 טויזענט מייל פער שטונדע, און צו א הייעך פון ארום 50 מייל העכער דער ערד.
איינמאל עס איז ביי אזא שנעלקייט און ביי אזא הייעך איז עס שוין כמעט אינגאנצן ארויס פונעם אטמאספער, ווי א שוואכערע ענדזשין קען שוין שטיפן דעם קאפסול אסאך גרינגער, דארט ווערט אקטעוועזירט סטעידזש 2. דער אויבערשטע חלק לאזט אפ דעם גרויסן בוסטער, ומשם ואילך, ביז אריין אין ארביט, מיט יעדן ביסעלע קראפט באקומט דער קאפסול אסאך אסאך מער מומענטום ווי מיטן גרויסן בוסטער ביי א נידריגע הייעך. דער צווייטע סטעידזש שטופט אים נאך עטליכע מינוט ביז צו א שנעלקייט פון 17.5 מייל פער שטונדע, וואס איז דער גענוי ספיד מיט וואס דער אינטערנאצינאלע ספעיס צענטער פארט ארום די וועלט, ביי א הייעך פון 250 מייל.
און פארוואס עס נעמט אזוי לאנג איז שווערער מסביר צו זיין אין קורצן.
[אין ספעיס טוען די אסטראנאטן אן די ספעציעלע און גאר שווערע עקוויפמענט נאר ווען זיי גייען ארויס אינדרויסן פונעם סטאנציע. דארט איז דא אסאך מער זאכן פון וואס מ׳ברויך זיין באשיצט אחוץ באקומען לופט צו אטעמען].
אין די סארט מיסיע׳ס ווי נעכטן, ווי די קארגאו איז נישט אזוי שווער, און מען גייט נישט צו א גאר ווייטע דעסטענאציע, איז פארהאן 2 סטעידזש׳ס. דער ערשטע סטעידזש איז דער גרויסע בוסטער [וואס איז צוויי דריטל פונעם גאנצן ראקעט], דאס הייבט אינטער דעם גאנצן געשעפט, א 30 שטאקיגע שווערע מאשין פיל מיט גאזאלין, און שטופט אים פון ספיד 0 ביז ארום 4.5 טויזענט מייל פער שטונדע, און צו א הייעך פון ארום 50 מייל העכער דער ערד.
איינמאל עס איז ביי אזא שנעלקייט און ביי אזא הייעך איז עס שוין כמעט אינגאנצן ארויס פונעם אטמאספער, ווי א שוואכערע ענדזשין קען שוין שטיפן דעם קאפסול אסאך גרינגער, דארט ווערט אקטעוועזירט סטעידזש 2. דער אויבערשטע חלק לאזט אפ דעם גרויסן בוסטער, ומשם ואילך, ביז אריין אין ארביט, מיט יעדן ביסעלע קראפט באקומט דער קאפסול אסאך אסאך מער מומענטום ווי מיטן גרויסן בוסטער ביי א נידריגע הייעך. דער צווייטע סטעידזש שטופט אים נאך עטליכע מינוט ביז צו א שנעלקייט פון 17.5 מייל פער שטונדע, וואס איז דער גענוי ספיד מיט וואס דער אינטערנאצינאלע ספעיס צענטער פארט ארום די וועלט, ביי א הייעך פון 250 מייל.
און פארוואס עס נעמט אזוי לאנג איז שווערער מסביר צו זיין אין קורצן.
סטעי טונד!
-
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6439
- זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
- לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס
Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען
כ'מיין אז ס'האט זיך אפגטיילט צוויי מאל, ד.מ. איינמאל האט זיך די ערשטע בוסטער aka די ראקעט אפגעטיילט, און שפעטער האט זיך א צווייטע בוסטער אפגעטיילט, און די קאפסול איז ווייטער געפלויגן, דאס מיינט אז ס'איז געווען א דריטע בוסטער, ניין?
Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען
ענדע צדיק! האט געשריבן:האסט נייעס האט געשריבן:מען קען עס נישט זעהן.... דעי פיקטשערס עפענען זיך נישט
אאפ ווייסעך נישט פארוואס
אנשטאט לייגן די לינק וואס די האסט געלייגט, ברויכסטו לייגן די אימעזש אדרעס, דורכן רייט קליקן אויפן בילד ווען ס'איז געזומט, למשל ביים ערשטן בילד איז עס דאס https://i.ibb.co/44LjZR8/Screen-Shot-20 ... -12-PM.png
- טשאדעלע באדעלע
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8026
- זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
- לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.
Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען
וואס טוט זיך האט געשריבן:כ'מיין אז ס'האט זיך אפגטיילט צוויי מאל, ד.מ. איינמאל האט זיך די ערשטע בוסטער aka די ראקעט אפגעטיילט, און שפעטער האט זיך א צווייטע בוסטער אפגעטיילט, און די קאפסול איז ווייטער געפלויגן, דאס מיינט אז ס'איז געווען א דריטע בוסטער, ניין?
יא יא. איינמאל סטעידזש 2 האט אפגעטראגן דעם קאפסול צו 17.5 טויזענט מייל פער שטונדע לאזט דער קאפסול אפ דעם קליינעם בוסטער אויך.
סטעי טונד!
Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען
איז די פרעזידעט צוריק געקומען צום עכטען לאנטש?
-
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6439
- זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
- לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס
Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען
ירנן האט געשריבן:איז די פרעזידעט צוריק געקומען צום עכטען לאנטש?
אויפן קליפטשע וואס טשאדי ברענגט, זעעט מען דעם פרעזידענט ביים לאונטש.
- סטיטשינער
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 14904
- זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm
- לאקאציע: 50°18′N 21°4′E
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:קודם צו דאס וואס דו פרעגסט לגבי די ספעציעלע שיץ אנצוגן. דאס איז נאר וויכיטיג ווילאנג מען איז אינעם אטמאספער, ווי די לופט דריק איז זייער שטארק. איינמאל מען קומט אן אין ארביט, וואס איז ארום 10 מינוט אריין אין די רייזע, זענען זיי אין 0 גרעוועטי. דער קאפסול איז זעלבס פארשטענדליך גאר שטארק געסיעלד, און עס האט אקסעדזשין מיט לופט אינעוויינוג די אסטראנאטן זאלן קענען אטעמען (אזוי ווי אינעם ספעיס סענטער).
[אין ספעיס טוען די אסטראנאטן אן די ספעציעלע און גאר שווערע עקוויפמענט נאר ווען זיי גייען ארויס אינדרויסן פונעם סטאנציע. דארט איז דא אסאך מער זאכן פון וואס מ׳ברויך זיין באשיצט אחוץ באקומען לופט צו אטעמען].
אין די סארט מיסיע׳ס ווי נעכטן, ווי די קארגאו איז נישט אזוי שווער, און מען גייט נישט צו א גאר ווייטע דעסטענאציע, איז פארהאן 2 סטעידזש׳ס. דער ערשטע סטעידזש איז דער גרויסע בוסטער [וואס איז צוויי דריטל פונעם גאנצן ראקעט], דאס הייבט אינטער דעם גאנצן געשעפט, א 30 שטאקיגע שווערע מאשין פיל מיט גאזאלין, און שטופט אים פון ספיד 0 ביז ארום 4.5 טויזענט מייל פער שטונדע, און צו א הייעך פון ארום 50 מייל העכער דער ערד.
איינמאל עס איז ביי אזא שנעלקייט און ביי אזא הייעך איז עס שוין כמעט אינגאנצן ארויס פונעם אטמאספער, ווי א שוואכערע ענדזשין קען שוין שטיפן דעם קאפסול אסאך גרינגער, דארט ווערט אקטעוועזירט סטעידזש 2. דער אויבערשטע חלק לאזט אפ דעם גרויסן בוסטער, ומשם ואילך, ביז אריין אין ארביט, מיט יעדן ביסעלע קראפט באקומט דער קאפסול אסאך אסאך מער מומענטום ווי מיטן גרויסן בוסטער ביי א נידריגע הייעך. דער צווייטע סטעידזש שטופט אים נאך עטליכע מינוט ביז צו א שנעלקייט פון 17.5 מייל פער שטונדע, וואס איז דער גענוי ספיד מיט וואס דער אינטערנאצינאלע ספעיס צענטער פארט ארום די וועלט, ביי א הייעך פון 250 מייל.
און פארוואס עס נעמט אזוי לאנג איז שווערער מסביר צו זיין אין קורצן.
ווי איך האב פארשטאנען, איז די סויט געמאכט כדאי זיי זאלן האבן אן אייגענער סאפליי פון אקסידשען אויב עפעס געשעט. איינמאל זיי זענען אין ספעיס איז די זאך מער ווייניגער פארזיכערט דארפן זיי נישט די שוץ. דערפאר ביים דאקן וואס איז שוין יא אן ערנסטע מעשה מוז מען יא גיין מיט דעם.
איינמאל מען איז שוין אין ארביט פליט מען שוין פון זיך אליינס צוליב די געוואלדיגע נפלאות הבורא. א מאטאר דארף מען נאר אויף זיך צו פארגלייכן מין ISS.
"האבן ענק געטוישט וועש ווי מען האט ענק געהייסן?"
"נעוודאי! איך האב גענומען זיינע און ער האט גענומען מיינע!"
"נעוודאי! איך האב גענומען זיינע און ער האט גענומען מיינע!"
-
- שר העשר
- תגובות: 48
- זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 27, 2019 9:37 am
Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען
יישר כח טשאדי סיי פארן קליפשע און סיי פארן באשרייבונג
נאכן פרעגן האב איך געטראפן תשובה צו מיין לעצטע שאלה דא: viewtopic.php?f=6&t=30752&start=25
ווי איך האב פארשטאנען טיילט זיך אפ פונעם קעפסול 2 שטיקלעך, אויב אזוי, פ"ו קומט נאר צוריק איין שטיקל און ווי לאזט מען די קלענרע ענדשין?
ווילאנג גייען די אסטראנאטן בלייבן אויבן?
ווען איז די אמעריקאנע אסטראנאט (וואס האט מקבל פנים געוועהן די פריש ארויפגעקומענע) ארויפגעפלויגען, 9 יאר צוריק?? און ווען זענען די רוסישע ארויף?
נאכן פרעגן האב איך געטראפן תשובה צו מיין לעצטע שאלה דא: viewtopic.php?f=6&t=30752&start=25
ווי איך האב פארשטאנען טיילט זיך אפ פונעם קעפסול 2 שטיקלעך, אויב אזוי, פ"ו קומט נאר צוריק איין שטיקל און ווי לאזט מען די קלענרע ענדשין?
ווילאנג גייען די אסטראנאטן בלייבן אויבן?
ווען איז די אמעריקאנע אסטראנאט (וואס האט מקבל פנים געוועהן די פריש ארויפגעקומענע) ארויפגעפלויגען, 9 יאר צוריק?? און ווען זענען די רוסישע ארויף?
Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען
פאר ווער ס'פארשטייט...
(דאס איז א פראגראמינג וויץ אז די קאוד מיט וואס מ'האט געשריבן די פראגראם איז אזוי העווי אז ס'וועגט מער ווי די עיקר זאך אין א ראקעט, די אויל)

לעצט פאראכטן דורך ממה נפשך אום מאנטאג יוני 01, 2020 3:44 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אויב דער פרעזידענט דארף ווערן קאנטראלירט, דארף עס זיין דורך געזעץ. אויב איז עס דורך פריוואטע קאמפאניס איז עס א סכנה פארן לאנד.
- - -
Boeing is the last to admit they made mistakes - this is why I no longer trust them.

צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”
ווער איז אונליין
באנוצערס וואס דרייען זיך דא: AhrefsBot, Kollel, loeffler, MCITP, א גולם, בעל דמיון, היכלי, זזה, לפנות בוקר, נאר חסרונות, נו גוט נו שוין, נישטאמת, פיצי קעפעלע, קאפהאלטער און 71 געסט