לייט יאר מאס, אזוי ווי מען מעסט אינטשעס ביי א פלייוואד, פיס ביי א דירה, עקרס ביי מעסטן א שטאט, מייל צווישן 1 שטאט און 2טע, מען קען נישט זאגן אז וויליאמסבורג איז ווייט פון מאנטיסעלא 10 מיליאן אינטשעס אדער 200 טויזנט פיס
אזוי איז אין די ספעיס וואס מייל איז ווייניגער ווי א אינטש, סא די אסטרנאמישע ציפערן גייען דארט מיט''לייט יערס '' ליכט יארן
איין לייט יאר איז 5.88 טריליאן מייל( ס'נעמט א יאר אז א שיין זאל פליען 5.88 טריליאן מייל, 186,000 א סעקונדע )
א לייט יאר איז ווי לאנג סנעמט פאר א שיין צי פליען, ווי באקאנט איז א לייט די שנעלסטע ספיד קאמפער צי א קול וואס נעמט לענגער וועגן דעם זעהט מען קודם די בליץ און נאכדעם הערט מען די דינערן
די לבנה שיין נעמט עטליכע סעקונדעס ווייל סאיז זייער נאנט(לייט פליט 186,000מייל א סעקונדע ), די זין איז אויך גאנץ נאנט( 93 מיליאן מייל )סנעמט 8 מניט בערך, און אנדערע ווערטער די זין איז 8 מניט לייט יאר ווייט( רוב שטערנס וואס אינץ זעה מער איז עטליכע לייט יאר ווייט נישט לייט סעקונדעס נישט מניט נישט טעג וואכן חדשים נאר לייט יארן
גרעוועטי
ווי גרעסער א זאך איז אלץ שטערקער שלעפט עס, די לבנה איז קלענער האט עס א שוואכערע גרעוועטי, מכוח הגרעוועטי שלעפט נישט די ערד אראפ די לבנה וואס סאיז קלענער, נאר אנשטאט דרייט זיך די לבנה ארום די ערד, סקימט פון די ערדס גרעוועטי, די זעלבע זאך די אינטערנאציאנאלע ספעיס סטאנציע דרייט זיך ארום די וועלט אינדרויסן פון די אטמאספער מיט די ביסל כוח פון גרעוועטי איך פארשטיי נישט פינקטלעך אבער עפעס אזוי
די ערד מיט די שבעה כוכבי לכת( סאיז 9 פלאנעטן )דרייען זיך ארום די זין דורך די זין גרעוועטי
גאלעקסי
( בילד וויאזוי סקיקט אויס פון א טעלעסקאפ די גרויסע צאל שטערן זעט מען ווי איין גרויסע שיין און שעפ פון א האריקען )
א גאלעקסי איז א אסטרנאמישע צאל שטערנס גראפ, סזעהט אויס ווי א האריקען שעיפ
די ערד מיט די זין און די שבעה כוכבי לכת זענען א פיצי חלק פון די געלעקסי ווי אינץ זעמער '' די מילקי וועי '' די מילך וועג, אינזער שבעה כוכבי סאלער סיסטעם האט בלויז 1 שטערן די זין , פון די בליאנען שטערנס אין די גאלעקסי
( אינץ ריפן אן אלע שיינען פון די הימל שטערנס הגם אינץ זעמער אויך נאנטע פלאנעטן וואס סאיז נישט קיין שטערן )
אינזער געלעקסי איז גרויס 52,850 לייט יארן ברייט
אינזער גאלעקסי האט בערך 250 ביליאן ± 150 ביליאן שטערנס חוץ פלאנעטן, אונץ מיט די פשוטע אויגן קען מען נישט זעהן קיין שטערנס פון אנדערע גאלעקסי'ס
סופער געלעקסי galaxy cluster
[/quote]
איז א גרופע פון טויזנטער אדער 100ער גאלעקסי'ס צווישן 1 גאלעקסי און א 2טע גאלעקסי איז פון אסאך ליכט יארן ביז 13 ביליאן לייט יאר צווישן איין גאלעקסי און די 2טע
אויף די בילד פון א סופער גאלעקסי קלאסטער זעט מען קליינע שטערנדלעך, איעדע שטערנדל איז א.. גאלעקסי
Caelum Supercluster, also known as SCl 59
איז א גרופע סופער גאלעקסי'ס וואס איז אסטרנאמישע ציפערן ברייט און אסטראנאמישע ווייטקייט צווישן איין סופער קלאסטער און די 2טע, און האט אסטרנאמישע צאל שטערנס כעפר הארץ
המשך יבא
דא קען מען זעהן עפעס א הסבר דורך א ווידיא
לייטער האט געשריבן:ווייזער האט געשריבן:הרב מנשה ישראל רייזמאן - גלגל החמה והשמש
איינער מיט נאך ווידאס פון געלעקסי'ס זין לבנה ערד וכדומה