נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
ווייזער
שר מאה
תגובות: 224
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 17, 2017 10:50 am
לאקאציע: על אדמת נכר

ווער פייפט דא יעדע סעקונדע?

תגובהדורך ווייזער » דאנארשטאג ינואר 10, 2019 4:52 pm

ווער פייפט דא פון די הימלישע ספערן, פרעגן נאסא סייענטיסטן און אנגעשטעלטע קאסמישע אויערן, וועלכע כאפן אויף מאדנע סיגנאלן פון גאר ווייטע גאלאקסיעס.

עפעס האבן זיי נישט קיין מנוחה פון עפעס א מאדנעם פייף וואס באדערט זיי. עס איז נישט א פייף פון אונזער שכן דאהי, ניטאמאל פונעם סאלאר סיסטעם, ניטאמאל פון אונזערע מילקי וועי גאלאקסיע, ניטאמאל פון די לאקאל אדער די ווייטערע אנדרעמידע גאלאקסיע. ניין, טייערע ליינער.

מ'רעדט פון א סארט קול, וועלכע שלאגט זיך צו אונז פון א ווייטקייט פון 1.5 בּיליאן (בּ רבָּתי) ליכט יאר. (יעדע ליכט יאר איז א קיימא לן פון קרוב צו זעקס טריליאן מייל...)
סאו רעדט מען דא פון א שטרעקע אביסל מער פון א תחום שבת וואס דרייט א קאפ פאר די סייענטיסטן וועלכע קענען נישט מקיים זיין דעם שינת בשבת צוליב דעם תריעה טרילי-טריליאנען מייל אוועק פון עפעס א פארשטיפטע גאלאקסיע.

צי זיי ווייסן וואס זיי רעדן איז שווער צו וויסן, אבער זיי שרייען יאוונע ויאסנע אז זיי האבן געכאפט דעם טוטער וואס טומלט ארום און לאזט הערן ביז אונזערע סיגנאל-אויפכאפער הנקרא טעלעסקאפן.

space.jpg
מאדנע סיגנאלן קומען פון ווייטע גאלאקסיע
space.jpg (44.93 KiB) געזעהן 744 מאל


אלענפאלס די קולות קומען אין פארמען פון ראדיא-בורסעס אדער FRB, לויט די לעצטע אנדייטונג פון די קאנאדישע CHIME ראדיא טעלעסקאפ.

tels.jpg
קאנאדישע ראדיא טעלעסקאפ
tels.jpg (41.58 KiB) געזעהן 744 מאל

די קאנאדער CHIME ראדיא טעלעסקאפן זענען עטליכע הונדערט פוס לאנג, און שפיצן אן די אויערן צו די הימלישע קלאנגען און ראדיא סיגנאלן, און יעצט ב"ה קען מען שוין רואיגער שלאפן. מ'ווייסט שוין ווער ס'איז שולדיג. טוען עפעס דערצו, זעהט נישט אויס, דערווייל.

שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2503
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

תגובהדורך שאהן הענניטי » פרייטאג ינואר 11, 2019 9:12 am

מ'קען עס הערן?

אוועטאר
ווייזער
שר מאה
תגובות: 224
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 17, 2017 10:50 am
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך ווייזער » פרייטאג ינואר 11, 2019 1:59 pm

שאהן הענניטי האט געשריבן:מ'קען עס הערן?


אוודאי מיט די ריכטיגע ראדיא טעלעסקאפן, הערט מען.
מיט די פליישיגע אויערן קען מען נישט הערן.

שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2503
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

תגובהדורך שאהן הענניטי » פרייטאג ינואר 11, 2019 2:45 pm

איך מיין צו פרעגן צו ווען לייגט צו די פליישיגע אויער צום ראדיא טעלעסקאפ הערט מען.

אגב, א ריזיגער יישר כח פאר אלע נייעס ברענגער דא, איך דערקוויק זיך.

שואלכענין
שר חמש מאות
תגובות: 951
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

תגובהדורך שואלכענין » פרייטאג ינואר 11, 2019 4:13 pm

סאו, פון דארט קומען די אלע יו.עף.או'ס...
שוין, אבי די מיסטעריע איז געלעזט...

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלף
תגובות: 1637
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » זונטאג ינואר 13, 2019 11:36 am

וויאזוי קען מען וויסן פון וואו ווייט די קול קומט, און פון וועלכע שטערן?
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

לאלתר לחיים
שר האלף
תגובות: 1376
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2012 11:50 pm

תגובהדורך לאלתר לחיים » זונטאג ינואר 13, 2019 1:24 pm

אין איינע פון די היימישע צייטונגען איז די פארגאנגענע וואך געווען באריכטעד אז טשיינע האט ארויף געשיקט א ראבאט צום ווייטן זייט פון לבנה וואס זעהט קיינמאל די וועלט, וואס מ'איז דארט נאך קיינמאל געווען און האפן אויף 2030 ארויפצושיקן א מענטשט אהין.

דא איז די נייעס זייער שיין באריכטעד
צוגעלייגטע
2019-01-04-15_22_18-index.php-1024×1024.jpg
2019-01-04-15_22_18-index.php-1024×1024.jpg (387.78 KiB) געזעהן 536 מאל
בלאט בא.PNG
בלאט בא.PNG (102.65 KiB) געזעהן 536 מאל

לאלתר לחיים
שר האלף
תגובות: 1376
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2012 11:50 pm

תגובהדורך לאלתר לחיים » זונטאג ינואר 13, 2019 1:25 pm

נאך
צוגעלייגטע
2018-12-07-06_01_07-Change-4-lander-and-rover-undergoing-thermal-vacuum-tests-ahead-of-lunar-far-si.jpg
2018-12-07-06_01_07-Change-4-lander-and-rover-undergoing-thermal-vacuum-tests-ahead-of-lunar-far-si.jpg (303.45 KiB) געזעהן 533 מאל

לאלתר לחיים
שר האלף
תגובות: 1376
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2012 11:50 pm

תגובהדורך לאלתר לחיים » זונטאג ינואר 13, 2019 1:36 pm

בתפארתו
צוגעלייגטע
Capture.JPG
Capture.JPG (86.95 KiB) געזעהן 527 מאל

אוועטאר
צוקער וואסער
שר מאה
תגובות: 173
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

תגובהדורך צוקער וואסער » זונטאג ינואר 13, 2019 8:14 pm

וואס איז די קונץ, זיי האבן לכאורה געגאנוועט די סודות פון אמעריקא.

הענדימען
שר האלף
תגובות: 1355
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » זונטאג ינואר 13, 2019 10:48 pm

צוקער וואסער האט געשריבן:וואס איז די קונץ, זיי האבן לכאורה געגאנוועט די סודות פון אמעריקא.

דאס דארף מען אויך קענען...
כ'ווייס נישט אלעס

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

אוועטאר
צוקער וואסער
שר מאה
תגובות: 173
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

תגובהדורך צוקער וואסער » זונטאג ינואר 13, 2019 10:51 pm

גערעכט.

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1520
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » מאנטאג ינואר 14, 2019 2:44 pm

צוקער וואסער האט געשריבן:וואס איז די קונץ, זיי האבן לכאורה געגאנוועט די סודות פון אמעריקא.

אמעריקע האט נאכנישט באזוכט דארט.

עס איז די זייט פון די לבנה וואס מיר זעען נישט. ווען די לבנה איז טינקל ביי אונז, איז יענע זייט לעכטיג. (פארדעם האסטו נישט געזען דעם טשאנג פינעף ראקעט ביי קידוש לבנה... קענסט שוין קענסלען דיין אפוינטמענט ביי דר. אלכסנדר פון לאנדאן)

די פראבלעם איז: נישט מעגליך צו קאמיוניקירן פון די ערד צו יענע זייט לבנה ווייל די חומר פון די לבנה שטערט ראדיא סיגנאלן וואס מען שיקט פון די ערד.
טשיינע'ס לעזונג: מזכך זיין די חומר... ערנסט גערעדט, די פשוטע לעזונג איז עטליכע סעטעלייטס וואס רייזן ארום העכער די לבנה און שיקן ארום די קאמיוניקאציע סיגנאלן רינגס ארום צו אינזער זייט פון די לבנה, און פון דארט קען מען עס שוין פארכאפן צו אינזער פלאנעט.

אוועטאר
ווייזער
שר מאה
תגובות: 224
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 17, 2017 10:50 am
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך ווייזער » מאנטאג ינואר 14, 2019 2:56 pm

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:
צוקער וואסער האט געשריבן:וואס איז די קונץ, זיי האבן לכאורה געגאנוועט די סודות פון אמעריקא.

אמעריקע האט נאכנישט באזוכט דארט.

עס איז די זייט פון די לבנה וואס מיר זעען נישט. ווען די לבנה איז טינקל ביי אונז, איז יענע זייט לעכטיג. (פארדעם האסטו נישט געזען דעם טשאנג פינעף ראקעט ביי קידוש לבנה... קענסט שוין קענסלען דיין אפוינטמענט ביי דר. אלכסנדר פון לאנדאן)

די פראבלעם איז: נישט מעגליך צו קאמיוניקירן פון די ערד צו יענע זייט לבנה ווייל די חומר פון די לבנה שטערט ראדיא סיגנאלן וואס מען שיקט פון די ערד.
טשיינע'ס לעזונג: מזכך זיין די חומר... ערנסט גערעדט, די פשוטע לעזונג איז עטליכע סעטעלייטס וואס רייזן ארום העכער די לבנה און שיקן ארום די קאמיוניקאציע סיגנאלן רינגס ארום צו אינזער זייט פון די לבנה, און פון דארט קען מען עס שוין פארכאפן צו אינזער פלאנעט.


רעב דערבארעמדיגער,
לויט ווי איך פארשטיי איז יענע זייט שטענדיג אוועקגעדרייט פון די וועלט. שטענדיג, עולם ועד. עס איז קיינמאל נישט אויסגעדרייט צו די וועלט.
די לבנה דרייט זיך ארום די וועלט אויף איין זייט. נישט קיילעכדיג. דאס מיינט אז יענע גאנצע לבנה-קוגל, זעט קיינמאל נישט די וועלט, און מיר קענען עס קיינמאל נישט זעהן פון אונזער וועלט.

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1520
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » מאנטאג ינואר 14, 2019 2:59 pm

ריכטיג.

איר זעט פון מיינע ווערטער אנדערש?

אוועטאר
קניידל פארעם
שר חמש מאות
תגובות: 665
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 18, 2018 2:58 pm
לאקאציע: העכער דער ערד(ישקייט)

שיטת קאפערניקוס

תגובהדורך קניידל פארעם » דינסטאג ינואר 15, 2019 3:30 pm

איך האב נישט געטראפן אן אשכול וואס רעדט דירעקט פון דעם נושא, פרעג איך מיין פראגע דא.

לויט קאפערניקוס, וואס איז היינט אנגענומען אין די וועלט, אז די וועלט דרייט זיך ארום די זין און אויסער דעם איז ער סובב על צירו, קומט אויס אז למשל היינט 12:00 אינמיטן טאג איז די זין אויף דער זייט
Capture.PNG
Capture.PNG (472.6 KiB) געזעהן 282 מאל


אין א האלב יאר ארום פונקטליך, 180 מעת לעת'ן, וועט ער דאך זיין אויף די אנדערע זייט
Capture2.PNG
Capture2.PNG (483.85 KiB) געזעהן 282 מאל

יעצט, אויב די וועלט דרייט זיך ארום אין פונקטליך 24 שטונדן, דארף ווען אויסקומען אז אין 180 מעת לעת פונקטליך, זאל זיין נאכט אויפן ערשטן בילד דארט וואו ס'איז יעצט טאג, ווייל די זין איז יעמאלט אויף די אנדערע זייט וועלט, דערווייל איז אבער פשוט פאר יעדן אז אין 180 מעת לעת ארום 12:00, וועט אויך זיין טאג אויפן ערשטן בילד דארט וואו ס'איז יעצט טאג, ווי אזוי קען דאס זיין?

איך האף אז מ'פארשטייט מיין פראגע.
טראכט, ווי לאנג ס'איז נאך לעגאל!

לאלתר לחיים
שר האלף
תגובות: 1376
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2012 11:50 pm

תגובהדורך לאלתר לחיים » דינסטאג ינואר 15, 2019 3:47 pm

די רינג וואס די וועלט דרייט זיך על צירו איז נישט א גאנצע, ס'איז מיט אפאר דאכצעך 4 מינוט וויניגער נאר צוזאמען מיט די קליין פארשריט וואס די וועלט דרייט זיך ארום די זון קומט עס אויס 24 מעלות

אוועטאר
שפיגליצקי
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

תגובהדורך שפיגליצקי » דינסטאג ינואר 15, 2019 4:18 pm

.

אוועטאר
קניידל פארעם
שר חמש מאות
תגובות: 665
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 18, 2018 2:58 pm
לאקאציע: העכער דער ערד(ישקייט)

תגובהדורך קניידל פארעם » דינסטאג ינואר 15, 2019 4:19 pm

לאלתר לחיים האט געשריבן:די רינג וואס די וועלט דרייט זיך על צירו איז נישט א גאנצע, ס'איז מיט אפאר דאכצעך 4 מינוט וויניגער נאר צוזאמען מיט די קליין פארשריט וואס די וועלט דרייט זיך ארום די זון קומט עס אויס 24 מעלות

מיינסט 360 מעלות אין 24 שעה.

אויב אזוי איז דאס וואס @זאכליך האט געשריבן דא נישט ממש מדויק, ווייל ס'מוז געדויערן עטוואס ווייניגער פון 24 שעה פאר די סעטעלייטס צו ארום גיין דעם גאנצן רינג פון 156 טויזנט מייל, ווארום אויב געדויערט דאס פונקטליכע 24 שעה וואלטן זיך די סעטעלייטס יא גערוקט פון איין מקום צום צווייטן.
טראכט, ווי לאנג ס'איז נאך לעגאל!

לאלתר לחיים
שר האלף
תגובות: 1376
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2012 11:50 pm

תגובהדורך לאלתר לחיים » מיטוואך ינואר 16, 2019 1:41 am

ס'האט נישט איינס צום צווייטן,
די וועלט איז נישט קיין גאנצע 360 פאר זיך, און לגבי די זון איז עס 24, אבער די סעטעלייט קען נאך אלץ זיך דרייען מיט א ספיד צו ענדיגן א וועלט רינג אין 24 שעה פונקט ווי מ'קען אים ווען דרייוון מיט א ספיד פון 12 שעה א וועלט רינג
דו''ק וטישטעך..
דיין טענה'סט אז אונזער 24 שעה איז נישט קיין עכטע 24, איז נישט קײן טענה, ווייל אונז האבן זיך קובע געווען צו רעכענען א טאג 24 שעה וויבאלט פון די וועלט זעהן מען אז א טאג איז 24 שעה ס'איז נאר אן העכערע חשבון אז דאס איז צוזאמגעשטעלט פון צוויי גורמים די סיבוב על צירו און זיין מיסיע ארום די זון.
ונפק''מ לקידושי אשה אויב ס'איז אליין 24 אדער צאם געשטעלט..

man
שר העשר
תגובות: 21
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 15, 2018 2:02 am

תגובהדורך man » מיטוואך ינואר 16, 2019 5:25 am

הרב #קניידל דיין שאלה איז א שיינע און אסאך האבען זיך פארפלאנטערט און דעהם,
אבער די תירוץ איז פשוט אזויווי #לאלתר האט געשריבען אין איך וועל עס נאר מסביר זיין,
די ערד דריידט זיך ארום א סיבוב פון 23 שעה 56 מינוט 4 סקונדעס, סוי יעדען טאג ווערט די וועלט אונטערשטעליג פון אונזער 24 שעות זייגער מיט 3 מינוט 56 סקונדעס = 236 סקונדעס א טאג,
יעצט נאך אן האלבען (זון) יאר [182.5 טעג] האלטען מיר מיט 43070 סקונדעס אפגעריקט פון אונזער זייגער,
43070 סקונדעס איז 11 שעה 57 מינוט 50 סקונדעס! (באמת אביסעל מער, ווייל א יאר איז אביסעל מער פון 365 טעג).
און אנדערע ווערטער: 12 pm היינט זענען מיר אויסגעדרייט צו מזרח (נניח) צו די זייט פון די זון, און אין אן האלבען יאר ארום 12 pm (כמעט) זענען מיר אויסגעדרייט צו מערב (נניח) וואס דאס איז אויכעט אנקעגן די זון!
אזוי פארשטיי איך עס, און אדרבה אויב איך מאך א טעות זיי מיר מתקן.

אוועטאר
nmi
שר חמש מאות
תגובות: 875
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » מיטוואך ינואר 16, 2019 5:38 am

לאלתר לחיים האט געשריבן:אין איינע פון די היימישע צייטונגען איז די פארגאנגענע וואך געווען באריכטעד אז טשיינע האט ארויף געשיקט א ראבאט צום ווייטן זייט פון לבנה וואס זעהט קיינמאל די וועלט, וואס מ'איז דארט נאך קיינמאל געווען און האפן אויף 2030 ארויפצושיקן א מענטשט אהין.

דא איז די נייעס זייער שיין באריכטעד

וואס הייסט די זייט פון די לבנה וואס זעהט קיינמאל נישט די וועלט??? ווער ס'איז אויף די לבנה ווערט אים יעדע פאר מינוט טינקל און ליכטיג ווייל די לבנה דרייט זיך ארום און ארום אווי אונזער וועלט?

אגב . אז מ'רעדט שוין פון די לבנה. כ'האב געהערט פון א יוד אז ווען אמעריקע האט די ערשטע מאל ארויפגעשיקט א מענטש צו די לבנה האט די רבי זי"ע געזאגט אז זיי זענען ארויף אויף א צווייטע לבנה פון וואס מיר זענען מחדש ווייל ס'איז דא עפעס א פסוק צו וואס אז קיינער קען אויף דעם נישט ארויף. עפעס שווימט מיר אין קאפ אז דער יוד האט עפעס ארום גערעדט דערוועגן אפאר יאר צוריק

אוועטאר
nmi
שר חמש מאות
תגובות: 875
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » מיטוואך ינואר 16, 2019 5:42 am

קניידל פארעם האט געשריבן:איך האב נישט געטראפן אן אשכול וואס רעדט דירעקט פון דעם נושא, פרעג איך מיין פראגע דא.

לויט קאפערניקוס, וואס איז היינט אנגענומען אין די וועלט, אז די וועלט דרייט זיך ארום די זין און אויסער דעם איז ער סובב על צירו, קומט אויס אז למשל היינט 12:00 אינמיטן טאג איז די זין אויף דער זייט
Capture.PNG


אין א האלב יאר ארום פונקטליך, 180 מעת לעת'ן, וועט ער דאך זיין אויף די אנדערע זייט
Capture2.PNG

יעצט, אויב די וועלט דרייט זיך ארום אין פונקטליך 24 שטונדן, דארף ווען אויסקומען אז אין 180 מעת לעת פונקטליך, זאל זיין נאכט אויפן ערשטן בילד דארט וואו ס'איז יעצט טאג, ווייל די זין איז יעמאלט אויף די אנדערע זייט וועלט, דערווייל איז אבער פשוט פאר יעדן אז אין 180 מעת לעת ארום 12:00, וועט אויך זיין טאג אויפן ערשטן בילד דארט וואו ס'איז יעצט טאג, ווי אזוי קען דאס זיין?

איך האף אז מ'פארשטייט מיין פראגע.

דיין חשבון שטימט בכלל נישט. ווען כ'וואלט ווען געהאט די כח ארויסצוברענגן אויפן פעדער די גאנצע חשבון וואלט איך עס ווען דיר געשריבן

אוועטאר
nmi
שר חמש מאות
תגובות: 875
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » מיטוואך ינואר 16, 2019 5:56 am

nmi האט געשריבן:
לאלתר לחיים האט געשריבן:אין איינע פון די היימישע צייטונגען איז די פארגאנגענע וואך געווען באריכטעד אז טשיינע האט ארויף געשיקט א ראבאט צום ווייטן זייט פון לבנה וואס זעהט קיינמאל די וועלט, וואס מ'איז דארט נאך קיינמאל געווען און האפן אויף 2030 ארויפצושיקן א מענטשט אהין.

דא איז די נייעס זייער שיין באריכטעד

וואס הייסט די זייט פון די לבנה וואס זעהט קיינמאל נישט די וועלט??? ווער ס'איז אויף די לבנה ווערט אים יעדע פאר מינוט טינקל און ליכטיג ווייל די לבנה דרייט זיך ארום און ארום אווי אונזער וועלט?

כ'זעה אז איך בין נישט אינגאנצן גערעכט. באט עיין דא ביי די צווייטע שאלה
https://planetarium.madison.k12.wi.us/m ... oonfaq.htm

אוועטאר
צוקער וואסער
שר מאה
תגובות: 173
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

תגובהדורך צוקער וואסער » מיטוואך ינואר 16, 2019 9:11 am

nmi האט געשריבן:אגב . אז מ'רעדט שוין פון די לבנה. כ'האב געהערט פון א יוד אז ווען אמעריקע האט די ערשטע מאל ארויפגעשיקט א מענטש צו די לבנה האט די רבי זי"ע געזאגט אז זיי זענען ארויף אויף א צווייטע לבנה פון וואס מיר זענען מחדש ווייל ס'איז דא עפעס א פסוק צו וואס אז קיינער קען אויף דעם נישט ארויף. עפעס שווימט מיר אין קאפ אז דער יוד האט עפעס ארום גערעדט דערוועגן אפאר יאר צוריק



מקור?


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Baidu [Spider], Good eye, אברך, בארג, בעריש'ל, מה ידידות, פיליבאסטער, קהל עדתינו, ר' זעקל און 69 געסט