נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1492
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

אמעריקע גייט צירוק צו די לבנה

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » מיטוואך נובעמבער 28, 2018 8:54 pm

מען רעדט פון א ברייטער פלאן וואס נאסא האט אינטער גענומען אויפן באפעל פון טראמפ אז מען זאל צירוק באנייען מענטשליכע לאנדונגען אויף די לבנה, און נאכמער, מען זאל פון דארט אנפירן מיט א פראגראם צו גיין ווייטער און שיקן מענטשן צו מארס.

דער גאנצער פראגראם לויפט אינטערן נאמען "לבנה צו מארס"

ממה נפשך
שר חמש מאות
תגובות: 653
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

תגובהדורך ממה נפשך » דאנארשטאג נובעמבער 29, 2018 10:24 am

עפעס איז דא נייעס מיט די BFR - די ספעיס עקס ראקעט וואס איז געפלאנט גענוצט צו ווערן פאר די מיסיע אין אפאר יאר ארום.

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1492
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » דינסטאג דעצמבער 11, 2018 8:22 pm

היינט ווערט אפגעצייכנט פופציג יאר (למס') פון ווען מען האט געלאנדעט אויף די לבנה.

די שפאנונג און דראמא ארום די לבנה לאנדונג וואלט לכאורה איבערגעשטיגן אלע אנדערע נייעס און אנטוויקלונגען וואס זענען פארגעקומען סיי ווי אימער אויף די וועלט און די לעצטע פופציג יאר, היינט הערט זיך עס שוין אפשר נישט אזוי דראמאטיש צילוב די נאכאנאנדע נייעס איבער ספעיס.

די בילד -געכאפט פון די לבנה- איז א ארגיענעל בילד פון די פלאנעט "ערד"

"ערד" איז איינס פון די אכט פלאנעטן אין די סאולאר סיסטעם, און איז איינס פון די 100,000,000,000 (הינדערט בילליאן) פלאנעטן וועלכע געפינען זיך אין אינזער גאלאקסיע "מילך וועג"
"מילך וועג" (MILKY WAY) איז איינס פון די אומצאליגע גאלאקסיעס אין די יוניווערס - געשאצט צו זיין צווישן 200 בילליאן ביז 2 טרילליאן!
(מארגן וועט זיין צווישן 10 אינטער זעראו ביז 115 דעגריס פארענהייט)
---
צוגעלייגטע
50 years apolo mission.JPG
50 years apolo mission.JPG (68.31 KiB) געזעהן 848 מאל
לעצט פאראכטן דורך דערבארומדיג'ער אום דינסטאג דעצמבער 11, 2018 9:29 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1492
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » דינסטאג דעצמבער 11, 2018 9:04 pm

אלזא מען איז שוין געפארן ביזן לבנה... שוין כמעט געדעקט די גאנצע יוניווערס...
א נעכטיגן טאג! מען דארף נאך גיין מילליאן מאל ווייטער אז מען זאל דעקן בלויז א הינדערט'סטעל פון א האר פון אינזער גאלאקסי, ווער רעדט נאך פונעם גאנצן יוניווערס מיט אירע בילליאנען אדער גאר טריליאנען גאלאקסיעס...

היינט איז געמאלדן געווארן בלויז די צווייטע מאל אין היסטאריע וואס א מענטשליכער סעטעלייט איז געגאנגען אביסל ארויס פונעם שטח ווי די זון שטראלן דאמינירן אינזער סאולאר סיסטעם, מען רעדט פונעם Voyager 2 קאפסול וואס איז ארויסגעשאסן געווארן אום 1977 דאס הייסט ארום 41 יאר צירוק! לויט די ספיד ביז איצט וואלט געדויערט 30,000 יאר אז דער Voyager 2 זאל אנקומען אינדרויסן פונעם סאולאר סיסטעם!

זאגט מיר סטיוו זשאבס פון עפעל אז זיין אויסטערליש פארגעשריטענע נייע מאקינטאש קאמפיוטער האט געהאט א אויסטערלישע השפעה אויף די וועלט, ממש עס האט איבערגעלאזט קריץ אויף די יוניווערס!
און עלאן מאסק זאגט מיר אז ער גייט ממש מאכן א מהפכה! ער גייט פליען ביז מארס!!!!
און איך זאג דיר אז איין "אמן" אדער איין גמילת חסד פאר א צווייטן איד גייט טאקע ביז אויבן אויבן אויבן, אבער עפל מיט ספעיסעקס האבן נאכנישט דערלאנגט א קריץ אין די אייער שאלאכץ פון אינזער סאולאר סיסטעם, מאן דכר שמיה פון אינזער גאלעקסיע וואס ווערט בטל בס' רבוא פעמים תתק''ס אין אינזער יוניווערס.

עתיד הקב''ה להנחיל לכל צדיק וצדיק שי עולמות, אויב רעדט מען פון פליישיגע פלאנעטן און שטערנס, דאן וועל איך דאס רופן "אינזער" יוניווערס.

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4155
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דינסטאג דעצמבער 11, 2018 9:10 pm

איי דערבארומדיג׳ער. דע ביסטעך געוואלדיג. אזא מבין צו זיין..

זאג, יענע חברה, טאקע פון יענע חברה רעדעך.. דעי 2 חברה וואס זענען שוין אינדרויסן פונעם סאולער סיסטעם. האבן זיי דען א מיסיע צו ווי אהין זיי ברויכן אנקומען?
לכבוד די צווייטע יאר טאג פון ווען דאנאלד טראמפ יר״ה איז געווארן איינגעשוואוירן אלטס דער פרעזידענט, האבעך דא קלענערע אויסצוגן פון עקספערטן און גרויסע מיינונג זאגערס, וואס האבן דורכאויס די לעצטע צוויי יאר פאראויסגעשאצט די פאלגענדע:

דראפבאקסגוגל דרייוו

אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלף
תגובות: 1518
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

תגובהדורך אלי' מקוה יוד » דינסטאג דעצמבער 11, 2018 9:14 pm

שיין!
קען איך אייך מיט עפעס בייהילפיג זיין? פילט אייך פריי מיר צו קאנטאקטן אויף הענגאוטס elyemikva@gmail.com, כ'וועל פרובירן דאס בעסטע.

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1492
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » דינסטאג דעצמבער 11, 2018 9:20 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:זאג, יענע חברה, טאקע פון יענע חברה רעדעך.. דעי 2 חברה וואס זענען שוין אינדרויסן פונעם סאולער סיסטעם. האבן זיי דען א מיסיע צו ווי אהין זיי ברויכן אנקומען?

ניין, רוב סעטעלייטס אין ווייטן ספעיס דינען די נייגעריגקייט פון פארשערס.
Voyager 1 און Voyager 2 האבן פארשידענע אינסרומענטן אין סענסארס וואס זיי ניצן צו שטודירן דאס ארט ווי זיי זענען, אבער איצט גייען זיי בלית ברירה פארלעשן א פאר אינסטרומענטן צו סעיווען ענערזשי מיטן ציל צו פארלענגערן די מיסיע פאר נאך א פאר יאר.

שואלכענין
שר חמש מאות
תגובות: 947
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

תגובהדורך שואלכענין » מיטוואך דעצמבער 12, 2018 7:28 am

א דאנק פאר די אפדעיטס, ווער רעדט נאך פון די זאפטיגע שפראך...

די צוויי שד"ר'ניקעס (און מסתמא זענען זיי אויך חב"ד'ניקעס, וועלכע זענען דארט עוסק אין "יפוצו"...), האבן שוין עפעס ערנסט נוצן געברענגט פאר אונז? מען איז עפעס ערנסט געוואויר געווארן פון זיי?

ממה נפשך
שר חמש מאות
תגובות: 653
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

תגובהדורך ממה נפשך » מיטוואך דעצמבער 12, 2018 9:50 am

טייערע ווערטער דערבארעמדיגער!

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלף
תגובות: 1711
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » מיטוואך דעצמבער 12, 2018 11:19 am

ממה נפשך האט געשריבן:טייערע ווערטער דערבארעמדיגער!
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

אוועטאר
נתן אייזיקסאן
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 31, 2018 9:29 am
פארבינד זיך:

ספּעיס-עקס גרייט זיך נאכאמאל ארויפצושיסן איינמאליגע פאלקאן 9

תגובהדורך נתן אייזיקסאן » דאנארשטאג דעצמבער 20, 2018 8:50 am

נאכפאלגענדיג א גליטש וואס האט אפגעשטעלט די אַרויפשיס מיסיע אין די לעצטע מינוט דינסטאג, האט ספּעיס-עקס פארראכטן די פראבלעמען און איז גרייט צו ווידער פּרובירן, האָפנדיג צו אריינשטעלן די ערשטע צען נייע יו.עס עיר פאָרס דזשי.פּי.עס. סאַטעליטן אין ארביט נאך די 9:03 היינטיגע ארויפשיס.

זעהט לייוו

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1492
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » דינסטאג דעצמבער 25, 2018 2:22 pm

נתן אייזיקסאן האט געשריבן:נאכפאלגענדיג א גליטש וואס האט אפגעשטעלט די אַרויפשיס מיסיע אין די לעצטע מינוט דינסטאג, האט ספּעיס-עקס פארראכטן די פראבלעמען און איז גרייט צו ווידער פּרובירן, האָפנדיג צו אריינשטעלן די ערשטע צען נייע יו.עס עיר פאָרס דזשי.פּי.עס. סאַטעליטן אין ארביט נאך די 9:03 היינטיגע ארויפשיס.

זעהט לייוו

דאס איז א דערגרייכונג פאר מאסק, געווען שמועות אז די מיליטער איז באזארגט צו נוצן ספעיס עקס היות איר CEO האט גערייכערט דראגס ברבים, דאס פארלעצט די מיליטערישע רעגולאציעס אז קיין איין קאנטראקטאר טאר נישט רייכערן דראגס.

מאסק האט קאטעגאריש אפגעלייקענט די הנחה אז ער רויכערט דראגס, זאגענדיג אז יעדער זעט גלייך אויף יענע ווידיאו אז ער ווייסט אפילו נישט וויאזוי מען רייכערט בכלל... אצינד האט מאסק סוקסעספול דארעכגעפירט די מיסיע פאר די מיליטער.

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1492
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » דינסטאג דעצמבער 25, 2018 2:33 pm

א אינטערעסאנטער בילד לעצטענס געכאפט דורך די האבעל טעלעסקאופ.

אויפן בילד זעט מען א שטערן וואס איז 15000 מאל ליכטיגער ווי די זון!
ארום די שטערן איז דא ריזיגע שטויב וואלקענעס וואס שפיגלען אפ די ליכטיגקייט פונעם שטערן דאס מאכט די בילד נאכמער אינטערעסאנט.
און די בעקגראונד זעט מען פילע אנדערע שטערנס עס האט נישט קיין שייכות צו די מחותן פון אינזער בילד.
--
דאס איז א ארגיענעל בילד, נישט מעשי ידי קאמפיוטער.
צוגעלייגטע
hubble.jpg
hubble.jpg (223.63 KiB) געזעהן 523 מאל

אוועטאר
קניידל פארעם
שר חמש מאות
תגובות: 649
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 18, 2018 2:58 pm
לאקאציע: העכער דער ערד(ישקייט)

תגובהדורך קניידל פארעם » דינסטאג דעצמבער 25, 2018 3:19 pm

WOW! דאס איז אין אונזער מילך-וועג געלעקסיע?

וואס א נפ"מ, פלאנסט צו רייזן אהין בקרוב? ניין, איך פרעג סתם פאר נייגער ווי ווייט דאס איז פון אונז..
טראכט, ווי לאנג ס'איז נאך לעגאל!

אוועטאר
הודו להשם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 481
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 17, 2017 3:44 pm
לאקאציע: בבית מדרשו של רבינו

תגובהדורך הודו להשם » דינסטאג דעצמבער 25, 2018 3:25 pm

WOW! מָה רַבּוּ מַעֲשֶׂיךָ ה'!

שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2500
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

תגובהדורך שאהן הענניטי » דינסטאג דעצמבער 25, 2018 3:29 pm

Wow

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1492
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » דינסטאג דעצמבער 25, 2018 3:31 pm

קניידל פארעם האט געשריבן:WOW! דאס איז אין אונזער מילך-וועג געלעקסיע?

וואס א נפ"מ, פלאנסט צו רייזן אהין בקרוב? ניין, איך פרעג סתם פאר נייגער ווי ווייט דאס איז פון אונז..

די ביסט איצט אינעם מילעך וועג!

די שטערן איז עפעס אנדערש אינגאנצן, א איינצעלנער שטערן ארומגענומען מיט גרויסע וואלקענעס

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1492
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » דינסטאג דעצמבער 25, 2018 9:05 pm

קניידל פארעם האט געשריבן:WOW! דאס איז אין אונזער מילך-וועג געלעקסיע?

וואס א נפ"מ, פלאנסט צו רייזן אהין בקרוב? ניין, איך פרעג סתם פאר נייגער ווי ווייט דאס איז פון אונז..

איך האב נישט גוט געליינט דיין קשיא לעצטע מאל, איך מיין אז דאס איז אין אונזער גאלעקסיע.

אלענפאלס עס איז געשאצט צו זיין 6500 ליכט יאר ווייט פון אינז, נאסא זאגט אז זי איז זייער קאנפידענט און די שאצונג מיט א מארזשין אף ערראר פון בלויז 1 פראצענט.

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7600
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » מיטוואך דעצמבער 26, 2018 2:02 pm

יישר כוח דערבארעמדיגער, מיר האבן הנאה צו ליינען דיינע אפדעיטס!
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4155
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מיטוואך דעצמבער 26, 2018 2:16 pm

קוק נאר אהער וועמינז האמער דא?.. זאכי אליינס!
לכבוד די צווייטע יאר טאג פון ווען דאנאלד טראמפ יר״ה איז געווארן איינגעשוואוירן אלטס דער פרעזידענט, האבעך דא קלענערע אויסצוגן פון עקספערטן און גרויסע מיינונג זאגערס, וואס האבן דורכאויס די לעצטע צוויי יאר פאראויסגעשאצט די פאלגענדע:

דראפבאקסגוגל דרייוו

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7600
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » מיטוואך דעצמבער 26, 2018 3:53 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:קוק נאר אהער וועמינז האמער דא?.. זאכי אליינס!

טענקס פאר די וועלקאם, אבער מיר האבן קיינמאל נישט פארלאזט אייוועלט, כ'בין פשוט מער פארנומען לעצטענס ממילא ליין איך מער...
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1492
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » מיטוואך דעצמבער 26, 2018 9:07 pm

זאכליך האט געשריבן:יישר כוח דערבארעמדיגער, מיר האבן הנאה צו ליינען דיינע אפדעיטס!

יישר כח, סאיז מיר א כבוד דיינס א קאמפלימענט.

אוועטאר
קניידל פארעם
שר חמש מאות
תגובות: 649
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 18, 2018 2:58 pm
לאקאציע: העכער דער ערד(ישקייט)

תגובהדורך קניידל פארעם » דאנארשטאג דעצמבער 27, 2018 3:00 pm

זאכליך האט געשריבן:יישר כוח דערבארעמדיגער, מיר האבן הנאה צו ליינען דיינע אפדעיטס!

זאכי, דיר קומצעך ווייסעך וואס :evil: קענסט נישט אביסל אפדעיטן דא מיט נייעס כיד ה' הטובה עליו?!

נישט אז איך מאך אוועק דערבארעמדיגער, נאר ביי דיר פלעגט דאס זיין אפטער, באגלייט מיט בילדער אין קליפס, למשל, ווען נאסא האט געלאנדעט לעצטנס אויף מארס, האט מען נישט געהערט פון דיר קיין פיפס, פאסט דאס? האט איר דאס געזעהן ביי אייער טאטן?? ביי אייער מאמע'ן??

שיין האב איך שוין געבעטן אין אישי, צייט צו נוצן דעם קאנטשיק.....
טראכט, ווי לאנג ס'איז נאך לעגאל!

אוועטאר
א נייער
שר חמש מאות
תגובות: 827
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

תגובהדורך א נייער » דאנארשטאג דעצמבער 27, 2018 3:48 pm

קניידל פארעם האט געשריבן:
זאכליך האט געשריבן:יישר כוח דערבארעמדיגער, מיר האבן הנאה צו ליינען דיינע אפדעיטס!

זאכי, דיר קומצעך ווייסעך וואס :evil: קענסט נישט אביסל אפדעיטן דא מיט נייעס כיד ה' הטובה עליו?!

נישט אז איך מאך אוועק דערבארעמדיגער, נאר ביי דיר פלעגט דאס זיין אפטער, באגלייט מיט בילדער אין קליפס, למשל, ווען נאסא האט געלאנדעט לעצטנס אויף מארס, האט מען נישט געהערט פון דיר קיין פיפס, פאסט דאס? האט איר דאס געזעהן ביי אייער טאטן?? ביי אייער מאמע'ן??

שיין האב איך שוין געבעטן אין אישי, צייט צו נוצן דעם קאנטשיק.....

@קניידל, זאכי איז נישט שולדיג אז דיין קניידל האט צוגעברענט.
----
מיינע רבי'ס פלעגן זאגן אז ווען מען רעגט זיך אויף זאל ציילן ביז צעהן וועט די כעס אוועק גיין.

-----
און אז דו ווילסט נוצן דעם קאנטשיק מוז איך מיר נישט אנשטרענגן צו ליינען.
ווען איינער לייגט ארויס זיין איי-קיו, איז מיין וואג נישט קיין פראבלעם...
קרעדיט וויכי

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1492
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » דאנארשטאג דעצמבער 27, 2018 10:42 pm

זאכליך האט געשריבן:די ספעיס-שיף new horizons, איר אפיציעלע מיסיע איז געקומען צו אן ענדע לעצטע יאר נאכן אריבער פליען נעבן פלאנעט פלוטאו.

יעצט האט נאס"א געמאלדן אז זיי גייען אויסציען די מיסיע און מ'גייט באזיכן נאך פלאנעטן, ווייטערע פלאנעטן.

די פלאנעט וואס מ'גייט באזיכן הייסט "2014 MU69", מ'פלאנט אנצוקומען אהין אין 2019.

בשעת'ן ארויפשיסן די new horizons אין 2005 האט מען נאך ניטאמאל געוויסט פון די נייע ווייטערע פלאנעטן.

new horizons איז געפלאנט אריבער צו פליען די "2014 MU69" פלאנעט אום JAN 1 , דאס הייסט קומענדיגע שבת.

די מיסיע האט אויפגעטריבן גרויס עקסטאז וויבאלד עס איז די ווייטסטע אביעקט ווי נאסא איז נאר אמאל אנגעקומען.

אצינד איז געמאלדן געווארן אז מען וועט דאס נישט קענען מיטהאלטן, נאסא וועט נישט ווייזן די לעבעדיגע בילדער, נישט אפהאלטן קיין פרעס קאנפרענץ,

ווייסט פארוואס? גאווערמענט שאטדאון!


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: abeg, farmer, Google [Bot], דניאל אויערבאך, טעם וריח, פראהביטש, קהל עדתינו, קליינקעפיק, שטיל, שליו ודגים און 90 געסט