נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

ממה נפשך
שר חמש מאות
תגובות: 653
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

תגובהדורך ממה נפשך » דאנארשטאג נובעמבער 15, 2018 6:28 pm

יישר כח פארן עס אזוי שיין אראפשרייבן.

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1493
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » דאנארשטאג נובעמבער 15, 2018 8:47 pm

ממה נפשך האט געשריבן:גייט ער מאכן געלט דערפון, מיינט דאס אז ער גייט ווערן א אינטערנעט פראוויידער?



נו וודאי, פון דעם רעדט מען דאך

לאלתר לחיים
שר האלף
תגובות: 1374
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2012 11:50 pm

תגובהדורך לאלתר לחיים » דאנארשטאג נובעמבער 15, 2018 9:04 pm

דאכצעך ס'געווען די וואך אין די נייעס אז רוסלאנד האט ארויף געשיקט צום ספעיס א נוקלעאר שיף.
איינער מיט מער אינפארמאציע ביטע?

Wow a1
שר חמישים ומאתים
תגובות: 377
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2018 3:38 pm

תגובהדורך Wow a1 » פרייטאג נובעמבער 16, 2018 11:26 am

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:
ממה נפשך האט געשריבן:גייט ער מאכן געלט דערפון, מיינט דאס אז ער גייט ווערן א אינטערנעט פראוויידער?



נו וודאי, פון דעם רעדט מען דאך

וואס גייט זיין די מעלה דערפון מער ווי די אלע ביז היינט?
People are looking for the place of happiness they are not realizing that it is located in the brain

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1493
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » פרייטאג נובעמבער 16, 2018 11:32 am

Wow a1 האט געשריבן:
דערבארומדיג'ער האט געשריבן:
ממה נפשך האט געשריבן:גייט ער מאכן געלט דערפון, מיינט דאס אז ער גייט ווערן א אינטערנעט פראוויידער?



נו וודאי, פון דעם רעדט מען דאך

וואס גייט זיין די מעלה דערפון מער ווי די אלע ביז היינט?


i dont know exactly

i think that cable internet will be faster but starlink will be much faster on phone/tablet

it will be all over the world so you need only 1 plan and you can travel everywhere with that internet plan

also this will work in rural areas where there is no internet service it, billions of people around the wrold still does not have internte

if i remember well: musk said it will be around 10 GBPS

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1493
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » דינסטאג נובעמבער 20, 2018 12:55 pm

היינט ווערט אפגעצייכנט די 20'טע אניווערסערי פון די אינטערנאציאנאלע ספעיס סטאנציע, די סטאנציע איז געבויט געווארן, און ווערט אויפגעהאלטן בשותפות דורך מערערע לענדער אינאיינעם.

דער סטאנציע איז מיט די יארן כסדר געווארן פארגרעסערט, אסטראנאטן האבן זייענדיג און ספעיס צוגעבויט נאך און נאך חלקים ביז עס קוקט אויס אזוי ווי עס שטייט היינט.
צוגעלייגטע
בילד געכאפט אום 2011 למס דורך א רוסישער סאיעץ ראקעט מען קען זען די אמעריקאנער ספעיס שאטל צוגעטשעפעט צום סטאנציע.JPG
בילד געכאפט אום 2011 למס דורך א רוסישער סאיעץ ראקעט מען קען זען די אמעריקאנער ספעיס שאטל צוגעטשעפעט צום סטאנציע.JPG (78.74 KiB) געזעהן 691 מאל
יונגע ספעיס סטאנציע אלטזייענדיג בלויז 2 יאר..JPG
יונגע ספעיס סטאנציע אלטזייענדיג בלויז 2 יאר..JPG (68.2 KiB) געזעהן 691 מאל
בילד געכאפט ארום 6 וואכן צירוק דורך א גרופע אסטראנאטן וועלכע האבן פארלאזט די סטאנציע מיט א סאיעץ ראקעט.JPG
בילד געכאפט ארום 6 וואכן צירוק דורך א גרופע אסטראנאטן וועלכע האבן פארלאזט די סטאנציע מיט א סאיעץ ראקעט.JPG (137.14 KiB) געזעהן 702 מאל

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1493
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » זונטאג נובעמבער 25, 2018 3:43 pm

מארגן גייט פארקומען איינס פון די מערסט איספירירנדע נייעס דאס יאר און ספעיס, האפענטליך מיט סוקסעס.

נאסא גייט לאנדן א ראבאט אויפן מאדים -דאכט זיך מיר אז דאס איז די דריטע אין די סעריע- א סעט פון קאמפליצירטע סטעפס דארפן גוט געלונגן איינער נאכן אנדערן, אז נישט וועט יארן פון ארבעט דורך די גרעסטע סייענטיסטן און אינזשענירן וואס נאסא פארמאגט גיין אין גארביזש!

שוין לאנג צירוק האב איך געזען א גענצע סעריע פון ווידיאו קליפס וואס נאסא האט ארויסגעגען איבער די געבוי און לאנדונג פונעם פריערדיגן מארס ראווער, מען האט געבויט א אויסטערליש פארגעשריטענע לאבראטאריע אינעם ראבאט בכדאי צו פארשן די מאטריאל אויפן מארס פלאנעט, די הכנות האבן אריינגענומען אבנארמאל קאמפליצירטע חשבונות וואס אויב איין האר קלאפט נישט איז אלעס דערנאך!

איך בין זיכער אז מאסק'ס גאנצע וויזיע פון טעסלע קארס איז אינספייערד פונעם מארס ראווער, צוויי הויפט באשטאנדטיילן וואס שטעלט טעסלע פאראויס פון אלע אנדערע קאר קאמפאניס זענען שוין פארגעקומען אויפן ראווער, טעסלע סעלף דרייווינג טעכנאלאגיע וואס איז באזירט בעיקר אויף קעמערעס, און די טעכניק פון טעסלע אריבערצושיקן אפדעיטס צו זייער קארס דורך א סאפטוועיר אפדעיט, צ.ב.ש. טעסלע האט געטוישט די וועג וויאזוי זייערע ברעיקס ארבעטן און קארס וואס זענען געווען ביים קאסטומער אין פארקינג לאט דורך א סאפטוועיר אפדעיט.

די געדאנק איז לכאורה אינספייערעד געווארן פונעם ראווער, נאסא האט ארויפגעשטעלט אויפן ראווער סעלף דרייווינג מעגליכקייטן דורך א סאפטוועיר אפדעיט, דאס הייסט אז נאך עטליכע חדשים וואס די ראווער איז געווען אויפן מארס, האבן די נאסא אינזשענירס געלאזט בויען א סאפטוועיר פארן ראווער וואס האט ערמעגליכט פארן ראווער אז ער זאל אליינס פארן אן זיך אנשטויסן און שטיינער וכדו' די סאפטוועיר האט געניצט בלויז די קעמערעס פונעם ראווער.

אויף איין קליפ זעט מען וויאזוי די אינעזשנירן האלטן מיט די דראמאטישע לאנדונג, מען קען עס פשוט נישט שילדערן... די קאלטע קעפ זענען שטיל געזיצן אין נערוועזיקייט/ שפאנונג /נייגער/ האפענונג ועוד, מיט אפענע מיילער און ווייסע פנימ'ער ביז די לאנדונג איז דערקלערט געווארן א סוקסעס, זיי האבן נישט געוויסט וואס צו טוהן מיט זיך פאר שמחה... געטאנצן און געקלאטשט ווי קליינע קינדער!

איך האב געלאזט א טרער דעמאלטס איבערן סקרין! איך האב געטראכט אז דאס איז ווארשיינליך די בעסטע גשמיות'דיגע משל וואס איך האב מיטגעהאלטן איבער די שמחה וואס א נשמה האט אויב קומט ער אן אויף יענע וועלט און ער האט אויסגעפירט א שווערע תפקיד אויף די וועלט! הזורעים בדמעה ברינה יקצורו.

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1493
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » מאנטאג נובעמבער 26, 2018 1:43 pm

איין שעה געבליבן!
אינזשענירן האבן געדארפט מאכן א לייכטע קארעקשאן אינעם ראקעט כדאי ער זאל פליען און לאנדן אויפן דעזיגנירטן שטח אויף מארס

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4155
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מאנטאג נובעמבער 26, 2018 1:48 pm

איז דא א וועג צו וויסן אויב די וועטער אויפן מארס איז גוט?

אויב ווייסעך גוט האט זיל א פריעדיגע לאנדונג אויפן מארס אנגעשטויסן אין א זאמד שטורעם.
לכבוד די צווייטע יאר טאג פון ווען דאנאלד טראמפ יר״ה איז געווארן איינגעשוואוירן אלטס דער פרעזידענט, האבעך דא קלענערע אויסצוגן פון עקספערטן און גרויסע מיינונג זאגערס, וואס האבן דורכאויס די לעצטע צוויי יאר פאראויסגעשאצט די פאלגענדע:

דראפבאקסגוגל דרייוו

לאלתר לחיים
שר האלף
תגובות: 1374
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2012 11:50 pm

תגובהדורך לאלתר לחיים » מאנטאג נובעמבער 26, 2018 1:54 pm

רוסלאנד האט געמאלדן אז זיי גייען אנקומען צום לבנה און זיי איבערקוקן אויב אמעריקע איז טאקע דארטן געווען שוין...
קאמענטארן זענען איבריג..

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4155
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מאנטאג נובעמבער 26, 2018 2:01 pm

ס׳איז אקעי. אמעריקא קען נקמה נעמען אין הייערן באב מוללער וואס וועט דערגיין אויב רוסלאנד האט טאקע איבערגעקוקט.
לכבוד די צווייטע יאר טאג פון ווען דאנאלד טראמפ יר״ה איז געווארן איינגעשוואוירן אלטס דער פרעזידענט, האבעך דא קלענערע אויסצוגן פון עקספערטן און גרויסע מיינונג זאגערס, וואס האבן דורכאויס די לעצטע צוויי יאר פאראויסגעשאצט די פאלגענדע:

דראפבאקסגוגל דרייוו

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1493
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » מאנטאג נובעמבער 26, 2018 2:11 pm

איך האב געזען וודיאו פונעם לאנדונג ארום זעקס יאר צירוק, איך געדענק נישט קיין זאמד שטורעם, אבער עס זענען שוין געווען עטליכע מיסיעס ארום אין אויף מארס, אצינד ווייסט נאסא בערך די וועטערס אויפן מארס.

אויפן בילד איז נאסא וועטער שאצונג א פאר טאג צירוק, דאס איז די וועטער פון 16 מייל העכער מארס, זע אנגעצייכנט אנדערע ספעיס קרעפטס ארום און אויף מארס,
עס איז אויך דא אנדערע SPACE CRAFTS וואס זענען נישט אין בילד, צווישן זיי ODYSEE וואס איז איז נאך פון 2000 און איז אקטיוו
צוגעלייגטע
וועטער.JPG
וועטער.JPG (53.9 KiB) געזעהן 525 מאל

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1493
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » מאנטאג נובעמבער 26, 2018 3:02 pm

געלאנדעט, באלד וועט מען וויסן צו עס לעבט נאך...

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1493
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » מאנטאג נובעמבער 26, 2018 3:13 pm

אלעס קלאפט גוט ביזדערווייל

אוועטאר
וויי-פיי
שר חמש מאות
תגובות: 781
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 19, 2016 11:11 am
לאקאציע: jersey city
פארבינד זיך:

תגובהדורך וויי-פיי » מאנטאג נובעמבער 26, 2018 3:14 pm

שוין אנגעצינדען? בילדער?
האט איר א איבריגע מיניט? פירט אויס א שידוך דורך לזווג http://lezaveg.com

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4155
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מאנטאג נובעמבער 26, 2018 3:20 pm

שוין צוריקגעשיקט בילדער, מיסיע א סוקסעס!
לכבוד די צווייטע יאר טאג פון ווען דאנאלד טראמפ יר״ה איז געווארן איינגעשוואוירן אלטס דער פרעזידענט, האבעך דא קלענערע אויסצוגן פון עקספערטן און גרויסע מיינונג זאגערס, וואס האבן דורכאויס די לעצטע צוויי יאר פאראויסגעשאצט די פאלגענדע:

דראפבאקסגוגל דרייוו

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1493
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » מאנטאג נובעמבער 26, 2018 3:22 pm

ארויפשיס, אימיטן וועג, שוין דארטן...
צוגעלייגטע
2 צוזאמגעשטעלט פון עכטע ווידיאו.JPG
2 צוזאמגעשטעלט פון עכטע ווידיאו.JPG (57.78 KiB) געזעהן 469 מאל
פרישע בילד אראפגעשיקט אין די מינוטן.JPG
פרישע בילד אראפגעשיקט אין די מינוטן.JPG (42.52 KiB) געזעהן 469 מאל
1.JPG
1.JPG (45.85 KiB) געזעהן 469 מאל

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1493
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » מאנטאג נובעמבער 26, 2018 3:24 pm

דא איז אינמיטן וועג.

בילד געכאפט אינמיטן וועג, פון צוויי סעטעלייטס וועלכע זענען כסדר נאכגעפלויגן InSight .
די צוויי סעטעלייטס האבן אראפגעשיקט רעפארטס פונעם גאנצן לאנדונג, זיי זענען געבליבן הענגן ארום צוויי טויזנט מייל העכער מארס
צוגעלייגטע
mar oc.JPG
mar oc.JPG (35.41 KiB) געזעהן 464 מאל

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1493
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » מאנטאג נובעמבער 26, 2018 3:30 pm

טשאדי, וועסט מהנה זיין דעם עולם אויב די קענסט ברענגן דראפבאקסעס
צום געפינען אויף https://www.nasa.gov/

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4155
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מאנטאג נובעמבער 26, 2018 3:34 pm

כ׳האב אלעס. רוב האבן נשים. כ׳פראביר.
לכבוד די צווייטע יאר טאג פון ווען דאנאלד טראמפ יר״ה איז געווארן איינגעשוואוירן אלטס דער פרעזידענט, האבעך דא קלענערע אויסצוגן פון עקספערטן און גרויסע מיינונג זאגערס, וואס האבן דורכאויס די לעצטע צוויי יאר פאראויסגעשאצט די פאלגענדע:

דראפבאקסגוגל דרייוו

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1493
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » מאנטאג נובעמבער 26, 2018 3:40 pm

געטראפן א בעסער בילד פון אינמיטן וועג

אגב, זע ווי נאנט די ערד איז צו די לבנה, זע די פילע שטערנס און פלאנעטן, ערד און לבנה איז בלויז איינס פון זיי...
צוגעלייגטע
Insight on its way.JPG
Insight on its way.JPG (44.52 KiB) געזעהן 440 מאל

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1493
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » מאנטאג נובעמבער 26, 2018 3:55 pm

נאסא האט א אינטערעסאנטע ליסט וואס ווייזט אלע ספעיס קרעפטס.

זעט "קעפלער" וועם @ווייזער האט לעצטענס מספיד געווען, עס ווערט געוויזן איז טיף אריין אין ספעיס, דערנעבן ווערט געוויזן האבעלל, דענק איך נאך ווי רב ביללער פלעגט רעדן דערפון אין יפה בעתו...

נעבן דעם זון קען מען זען "פארקער" דאס איז א מיסיע וואס איז נאך נישט אנגעקומען צום ציהל, זע די לעצטע פאר בלעטער ווי מען רעדט דערפון

נעבן מארס קען מען זען די היינטיגע INSIGHT לענדער
צוגעלייגטע
ליסט פון סעטעלייטס און ספעיס, נאנט און ווייט..JPG
ליסט פון סעטעלייטס און ספעיס, נאנט און ווייט..JPG (129.58 KiB) געזעהן 425 מאל

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1493
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » דינסטאג נובעמבער 27, 2018 1:00 am

אינטערעסאנטע בילד פון די צווילינג סעטעלייט וואס איז מיטגעפלויגן מיטן "אינסייט" לענדער, דער בילד איז שוין נאכדעם וואס אינסייט האט געלאנדעט, עס איז ארום 4000 מייל העכער מארס.
דער סעטעלייט איז בערך אזוי גרויס ווי די סייז פון א בריעפקעיס, מיט אויסגעשפרייטע סאולער פענעלס איז עס עטוואס גרעסער. זע בילד ווי מען גרייט צו די סעטעלייט, מיין פילטער פארשווארצט די פנים'ער פון די ארבעטער, אבער העלפט אפשאצן ווי קליין דער סעטעלייט איז.

פריער האב איך געלייגט א בילד ווי מען קען זען די זעלבע סעטעלייט ווען עס איז געווען אינמיטן וועג, דארט האט מען קוים אנגעזען מארס
צוגעלייגטע
ביים ארבעטן אויף די צווילינג סעטעלייט.JPG
ביים ארבעטן אויף די צווילינג סעטעלייט.JPG (233.86 KiB) געזעהן 361 מאל
actuall photo .JPG
actuall photo .JPG (66.96 KiB) געזעהן 361 מאל

אוועטאר
צוקער וואסער
שר מאה
תגובות: 171
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

תגובהדורך צוקער וואסער » דינסטאג נובעמבער 27, 2018 9:12 am

זייער אינטרעסאנט, גיין אן.

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1493
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

אמעריקע גייט צירוק צו די לבנה

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » מיטוואך נובעמבער 28, 2018 8:44 pm

מארגן וועט די אמעריקאנער ספעיס אגענטור אפהאלטן א קאנפרענץ ווי מען וועט מעלדן פלענער פון צירוק גיין אויף די לבנה.

די פלענער זענען צו ניצן פרייוואטע ראקעט קאמפאניס (אויבן האב איך אויסגערעכנט עטליכע פרייוואטע ראקעט קאמפאניס וואס האבן פלענער פון לבנה מיסיעס, אריינגערעכנט די קאמפאניס פון זשעף בעזאס און עלאן מאסק)

דער טשערמאן פון נאסא האט געשריבן אין א טוויט אנפאנג וואך: "מיר וועלן זיך צירוקקערן צו די לבנה שנעלער ווי די מיינסט"


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: abeg, AMAZON HELP, farmer, Newegg, private, אשר נחום, בארג, וויכטיג מאכער, פארשטייסט?, קהל עדתינו, קליינקעפיק, שליו ודגים און 70 געסט