זאכליך האט געשריבן:ער האט מחדש געווען אסאך זאכן.
אבער זיין גרעסטע חידוש און לעגעסי איז די "האקינג ראדיאציע" וואס ער האט מחדש געווען, נעמליך אז בלעק האולס גיבן ארויס א געוויסע ראדיאציע.
אין קורצן (גאר אין קורצן) 2 פארקניפטע פארטיקעלס וואס געפינען זיך ביים עק פון די בלעק האול, וועלן זיך אפטיילן, איינס וועט אריינפאלן אין די בלעקהאול, און די צווייטע וועט אוועקפליען. וויבאלד זיי זענען געווען פארקניפט, מיינט עס אז די פארטיקל וואס פליעט אוועק נעמט מיט אביסל ענערגיע פון די בלעקהאול, און ענעריגע איז דאך מעסס (e=mc^2).
און צוליב די ברעקלעך מעסס וואס ס'פארלירט האט סטיווען האקינג מחדש געווען וועט די בלעקהאול צום סוף פארלירן אלע מעסס און צוגיין.
די חידוש פון די אויפטרעף איז אז ס'שטעלט צוזאמען איינשטיין טעאריע פון רעלאטיוויטעט מיט קוואנטום מעקעניקס אז ביידע זאלן שטימען (אויף דעם ספעציפישן פאל).
איך זוך א חברותא איבערצוגיין דעם 'קורצן' שיעור...
ביטע הרב זאכליך, ווען איר האט אביסל איבעריג צייט, זייט מער מאריך און באשרייב עס מיט מער ביאור פאר די שוואכערע קעפ.