נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11000
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » מאנטאג פאברואר 12, 2018 11:41 am

הרב לכתחילה סארי.. הרב זאכליך קענט איר מיר אפשר מסביר זיין וויאזוי מען די אפאלא מיסיעס איז צוגעגאנגען אנצוקומען די לבנה?
עפעס האב איך געליינט וועגן א שיפע ארביט עפעס אזוי קענט איר דאס מסביר זיין אין קורצן?

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7588
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » מאנטאג פאברואר 12, 2018 12:03 pm

פאטאקי08 האט געשריבן:הרב לכתחילה סארי.. הרב זאכליך קענט איר מיר אפשר מסביר זיין וויאזוי מען די אפאלא מיסיעס איז צוגעגאנגען אנצוקומען די לבנה?
עפעס האב איך געליינט וועגן א שיפע ארביט עפעס אזוי קענט איר דאס מסביר זיין אין קורצן?

איר מיינט דאס? (צום סוף פון די תגובה).
viewtopic.php?p=1506505#p1506505
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11000
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » מאנטאג פאברואר 12, 2018 12:20 pm

יא פון דעם רעד איך
עס איז זייער בקיצור, וואס איך פארשטיי נישט איז וויאזוי קען מען אנשטעלן ווי ווייט מען זאל אנקומען?

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7588
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » מאנטאג פאברואר 12, 2018 1:23 pm

ארביטל מעקעניקס איז טאקע קאמפליצירט, אבער מורא'דיג פונקטליך!

די זעלבע ווי מ'קען אויסרעכענען ווען די ליקוי חמה גייט זיין אין ווייסעך וויפל יאר ארום אויף די ספליט סקונדע, די זעלבע קען מען אויסרעכענען ווי שנעל מ'דארף פליען און אין וועלכע דירעקציע כדי אנצוקומען אויף א געוויסע פלאץ אין ספעיס-טיים.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7588
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » דינסטאג פאברואר 13, 2018 11:47 am

4 נייעסליך, דעטאלן וועלן מעגליך נאכפאלגן.

כינע האט סוקסעספולי ארויפגעשיקט נאך 2 סעטעלייט פאר זייער נעוויגאציע סיסטעם.

די רוסן האבן סוקסעספולי ארויפגעשיקט די פראגראס סופליי שיף צו די ISS.

אילאן מאסק זאגט אז ספעיס עקס בויעט נאך א דראון שיף פאר די מזרח בארטן.

פרעזידענט טראמפ האט ארויסגעלייגט זיין בודזשעט פלאן, ס'אנטהאלט אסאך טוישונגען פאר נאסא.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

דערבארומדיג'ער
שר חמש מאות
תגובות: 737
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » דינסטאג פאברואר 13, 2018 2:19 pm

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:
זאכליך האט געשריבן:די ארביט פעריאד פון די טעסלא קאר איז 2.4 יאר, דאס מיינט יעדע 2.4 יאר גייט עס מאכן די סייקל פון ערד ארביט צו מארס ארביט און צוריק.

אין פעברואר 2030 גייט עס אריבערפליען נאנט צו די ערד.


דאס איז מאטעמאטיש ריכטיג, אבער ביז דעמאלט וועט שוין נישט בלייבן קיין שריד ופליט פון די גאנצע זאך, די ראדיעישאן מיט די קליננע שטיינדלעך אין ספעיס וועלן חרוב מאכן די קאר בעפאר 2030 למס'

זע איך יעצט אז ס'איז דא מחלוקת בדבר... מאנכע האלטן אז שטיינדלעך וועלן אריינקלאפן אינעם קאר, אנדערע האלטן אז די שאנסן פאר א ערענסטע ציזאמשטויס מיט א שטיין איז זייער קליין

דערבארומדיג'ער
שר חמש מאות
תגובות: 737
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » דינסטאג פאברואר 13, 2018 2:25 pm

זאכליך האט געשריבן:
אמעריקאנער איר פארס אטאקירט ספעיס עקס ראקעט


ס'קומט אריין די נאכנישט באשטעטיגטע נייעס אז די אמעריקאנער איר פארס האט נישט מער און נישט ווייניגער אויפגעפירט א לופט אטאקע אויף די ספעיס עקס ראקעט וואס האט געלאדענט אין וואסער לעצטע וואך.

ספעיס עקס האט נישט געפלאנט די ראקעט זאל סורווייווען, אבער צו זייער גוט מזל האט עס סורווייווד און ס'איז געבליבן שווימען אויפן וואסער פלאך. אזא ראקעט קען אויפרייסן יעדע מינוט, צוליב די פרעשור און מעכאניזם וואס ס'אנטהאלט.

אילאן מאסק האט געטוויט אז מ'גייט עס פרובירן צו שלעפן צו די בארטן, אבער ווי ס'קוקט אויס האבן זיי עס נישט געקענט דורכפירן. און וויבאלד ס'שטעלט א געפאר פאר די שיפן ארום האט די איר פארס עס געמוזט דעסטרויען...


קלארשטעלונג, מען רעדט נישט פונעם פאלקאן העווי.

למעשה האט SPACEX געדינגען א פרייואטע קאמפאני קעיר צי נעמען פונעם ראקעט, און די עירפארס האט נישט געדארפט אויפרייסן

ממה נפשך
שר חמש מאות
תגובות: 538
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

תגובהדורך ממה נפשך » מיטוואך פאברואר 14, 2018 9:47 am

די טעסלא וואס איז ארויפגעשיקט געווארן מיט די פעלקאן העווי, גייט היינט געזען ווערן צום לעצטן מאל פאר עס ווערט פארשוואונדן פונעם מענטשליכן (טעלעסקאפ) אויג.

Virtual Space Telescope גיבט די מעגליכקייט צו זען לייוו טעלעסקאפ פון געוויסע אביעקטן און פלאנעטן אין ספעיס, ווי אויך קען מען נאך זען די רויטע טעסלא מיט'ן סטארמען. וויבאלד די טעסלא פארט ווייטער און ווייטער פון אונזער וועלט ווערט עס שווערער און שווערער עס צו זען, היינט איז די טאג וואס ס'גייט אינגאנצן פארשוואונדן ווערן פונעם האריזאנט.

פארשטייט זיך נאר פאר אונז מענטשלעך פון אונזער וועלט, פאר די איינוואוינער אויף מארס ווערט עס נענטער און נענטער...

דא קען מען זען, די קליינע פינטל וואס פליט אינדערמיט איז די טעסלא:

image001.gif
image001.gif (661 KiB) געזעהן 1196 מאל

אוועטאר
נישט פשוט
שר חמש מאות
תגובות: 787
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 1:12 pm

תגובהדורך נישט פשוט » מיטוואך פאברואר 14, 2018 3:16 pm

שכח מיסטער ממה
איך זעה דריי פינטליך, סאיז אז די זעלבע ? נאר ס'קען נישט אזוי גוט אויפכאפן ווערט עס אפגעהאקט ?
Mistakes Are Proof That You Are Trying -If You Fail to Plan, You Plan to Fail..

ממה נפשך
שר חמש מאות
תגובות: 538
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

תגובהדורך ממה נפשך » מיטוואך פאברואר 14, 2018 4:15 pm

נישט פשוט האט געשריבן:שכח מיסטער ממה
איך זעה דריי פינטליך, סאיז אז די זעלבע ? נאר ס'קען נישט אזוי גוט אויפכאפן ווערט עס אפגעהאקט ?


סקוקט אויס ווי א ריפלעי 3 מאל די זעלבע זאך

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3060
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בולוד

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דאנארשטאג פאברואר 15, 2018 10:01 am

מענין לענין...א ווידיאו פון א סאקסעספולער ראקעט לאונטש
https://drive.google.com/open?id=1dJWVa ... 8Bvy0cG1Ey
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

ממה נפשך
שר חמש מאות
תגובות: 538
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

תגובהדורך ממה נפשך » דאנארשטאג פאברואר 15, 2018 10:16 am

SpaceX האט אויפן סקעדזשועל פאר דעם שבת ארויפצושיקן א ספאנישע סעטעלייט גערופן Paz. לויט באריכטן פלאנט SpaceX אויך ארויפצולייגן אויף דעם ראקעט 2 עקספערימענטל קאמיוניקעשאנס סעטעלייטס אלס א טעסט פאר די Starlink פראיעקט.

Starlink איז א פראיעקט וואס מאסק האט אנגעהויבן מיט א פלאן ארויפצושיקן קרוב צו 12,000 אינטערלינקד סעטעלייטס צוצושטעלן שנעלע אינטערנעט איבער די גאנצע וועלט, וכלשונם: צו באדן די ערד (Earth) אין שנעלע-ספיד אינטערנעט.

די קאמפעני האפט אין די קומענדיגע יארן ארויפצושיקן 4,425 סעטעלייטס צו די ארביט בערך 7-8 הונדערט מייל העכער די ערד און נאך 7,500 צו נידעריגערע ארביטס, וואס וועלן צוזאמען פארמירן א "אינטערלינקד היי ספיד אינטערנעט סיסטעם".

די צוויי סעטעלייטס גערופן Microsat-2a און Microsat-2b וועלן דורכפירן געוויסע טעסטס און צוריקשיקן דעטע, אויף צו קענען גיין ווייטער מיט די פלענער.

דאס אלעס ארום דער פראיעקט ווייסט מען פון דאקומענטן און געוויסע סארסעס, SpaceX אליינס רעדט נישט דערפון, ס'קוקט אויס ווי זיי ווילן עס דערווייל האלטן בסוד. פאריגע וואך נאך די פעלקאן העווי לאונטש ביי א פרעסע קאנפערענץ האט א רעפארטער געפרעגט מאסק וואס ער קען זאגן וועגן די Starlink פראיעקט, האט ער געענטפערט:
Off topic, Today's topic is Falcon Heavy

אוועטאר
כא כא כא
שר חמש מאות
תגובות: 866
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 5:28 pm

תגובהדורך כא כא כא » דאנארשטאג פאברואר 15, 2018 10:17 am

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:מענין לענין...א ווידיאו פון א סאקסעספולער ראקעט לאונטש
https://drive.google.com/open?id=1dJWVa ... 8Bvy0cG1Ey

פיין.... פיין.....
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט
קח''א קארדינעיטאר

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11000
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » דאנארשטאג פאברואר 15, 2018 11:36 am

איך האב נישט געטראפן קיין בעסערע פלאץ ווי דאס צו לייגן
אויב זענט איר היינט אין דרום אמעריקע וועט איר קענען מיטהאלטן א טיילווייזע ליקוי החמה

באקסער בוים
שר מאה
תגובות: 202
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 12:41 pm

תגובהדורך באקסער בוים » דאנארשטאג פאברואר 15, 2018 12:35 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:מענין לענין...א ווידיאו פון א סאקסעספולער ראקעט לאונטש
https://drive.google.com/open?id=1dJWVa ... 8Bvy0cG1Ey

:lol: :lol: :lol: :lol:
כ'האב באמת נישט קיין מיינונג אויף די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.

באקסער בוים
שר מאה
תגובות: 202
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 12:41 pm

תגובהדורך באקסער בוים » דאנארשטאג פאברואר 15, 2018 12:36 pm

ממה נפשך האט געשריבן:Starlink איז א פראיעקט וואס מאסק האט אנגעהויבן מיט א פלאן ארויפצושיקן קרוב צו 12,000 אינטערלינקד סעטעלייטס צוצושטעלן שנעלע אינטערנעט איבער די גאנצע וועלט, וכלשונם: צו באדן די ערד (Earth) אין שנעלע-ספיד אינטערנעט.


מיינט עס אז ער פלאנט איבערצונעמען די אינטערנעט פראוויידינג מארקעט איבער די וועלט?
כ'האב באמת נישט קיין מיינונג אויף די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.

דערבארומדיג'ער
שר חמש מאות
תגובות: 737
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » דאנארשטאג פאברואר 15, 2018 12:37 pm

די אינטענעט סערוויס איז נישט דוקא א סוד, מאסק האט נישט געוואלט רעדן דערפון ביום שמחת לבו ווען ער האט ענדליך דערלעבט די פאלקאן העווי לאנטש, לקיים מה שנאמר אין מערבין שמחה בשמחה... אבער מאסק האט שוין געמאלדן די אינטערנעט פלאן ברבים און יארע 2015

היינט אז געווען גרויסע נייעס ווען די FCC קאמישענער האט גערופן אלע מעמבערס פון די FCC צי באשטעטיגן די אינטערנעט סערוויס פון SPACEX

ספעיסעקס וועט דארפן אפראוואלס פון מערערע רעגירונג אגענטורן, FCC איז די אמעריקאנע אגענטור וואס געבט זיך אפ מיט רעגולאציעס אויף די טעלעפאון/אינטערנעט/טעלעוויזיע בראודבענד, און זייער אפראוואל איז גוטע נייעס פאר די סטארלינק פראיעעקט

דערבארומדיג'ער
שר חמש מאות
תגובות: 737
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » דאנארשטאג פאברואר 15, 2018 12:41 pm

באקסער בוים האט געשריבן:
ממה נפשך האט געשריבן:Starlink איז א פראיעקט וואס מאסק האט אנגעהויבן מיט א פלאן ארויפצושיקן קרוב צו 12,000 אינטערלינקד סעטעלייטס צוצושטעלן שנעלע אינטערנעט איבער די גאנצע וועלט, וכלשונם: צו באדן די ערד (Earth) אין שנעלע-ספיד אינטערנעט.


מיינט עס אז ער פלאנט איבערצונעמען די אינטערנעט פראוויידינג מארקעט איבער די וועלט?

ניין, עס זענען שוין יעצט דא עטליכע קאמפעטישאנס וועלכע ארבעטן העפטיג אהערצישטעלן אינטענעט דורך סעטעלייטס.

ווי אויך פארשטיי איך אז עס וועט נישט זיין אזא שנעלע ספיד ווי קעיבעל, אבער עס וועט זיין שנעלער פון 4G, אזוי ליגט מיר אין קאפ

הצדיק
שר האלף
תגובות: 1673
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

תגובהדורך הצדיק » דאנארשטאג פאברואר 15, 2018 6:28 pm

טשיינע האט זייער אייגענע GPS ווערזשין סעטעלייט סיסטעם, קען איינער עס באשרייבן @ זאכליך @דעבארימדיגער.

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7588
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » דאנארשטאג פאברואר 15, 2018 10:50 pm

ממה נפשך האט געשריבן:SpaceX האט אויפן סקעדזשועל פאר דעם שבת ארויפצושיקן א ספאנישע סעטעלייט גערופן Paz.

אפגעשטיפט אויף זינטאג, יעי!
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

אוועטאר
צל עובר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4117
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג פאברואר 15, 2018 11:00 pm

ביום שמחת לבו, יעי , דער עולם איז אין.

שכח באדעלע פארן קליפ.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

דערבארומדיג'ער
שר חמש מאות
תגובות: 737
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

ווי איז ראודסטאר?

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » זונטאג פאברואר 18, 2018 12:24 pm

א נייער וועבסייט איז געגרינדער געווארן צי טרעקן דעם שטערן מאן... אפדעיט זענען לייוו סעקונדע ביי סעקונדע
http://www.whereisroadster.com/
צוגעלייגטע
02.18.2018. _ 12.22 pm.PNG
02.18.2018. _ 12.22 pm.PNG (132.54 KiB) געזעהן 803 מאל

ממה נפשך
שר חמש מאות
תגובות: 538
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

תגובהדורך ממה נפשך » זונטאג פאברואר 18, 2018 12:46 pm

ס'ארבעט מסתם לויט'ן חשבון, אזויווי א לוח, ניין?

כ'גלייב נישט אז די ריעל טרעקינג איז פאבליק.

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7588
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » זונטאג פאברואר 18, 2018 12:49 pm

זאכליך האט געשריבן:
ממה נפשך האט געשריבן:SpaceX האט אויפן סקעדזשועל פאר דעם שבת ארויפצושיקן א ספאנישע סעטעלייט גערופן Paz.

אפגעשטיפט אויף זינטאג, יעי!

אפגעשטיפט אויף מיטוואך, יוי!
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

דערבארומדיג'ער
שר חמש מאות
תגובות: 737
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » מאנטאג פאברואר 19, 2018 10:26 pm

ממה נפשך האט געשריבן:ס'ארבעט מסתם לויט'ן חשבון, אזויווי א לוח, ניין?

כ'גלייב נישט אז די ריעל טרעקינג איז פאבליק.

thats right. its not officially from spacex

very interesting, the person who created this website came out with several calculations about the starmen orbit but musk came out with difffrent
calculations

that person fealt like a fool but after a while musk came back to give updated details about the smarten orbit and happens to be that person was right from the first minute


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 8 געסט