נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
יש ברירה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4846
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » דאנארשטאג סעפטעמבער 01, 2016 11:01 am

א פאלקאן 9 ראקעט האט עקספלאדירט אין א טעסט פלייט וועלכע איז אפגעהאלטן געווארן און בעפארברייטונג צו א געפלאנטע ארויסשיס סוף וואך :-(

די עקספלאזשין האט פארניכטעט די ראקעט ווי אויך א איזרעלישע קאמיוניקאציע סאטעלייט וואס זי האט געדארפט ארויפטראגן אין די געפלאנטע מיסיע

די אויפרייס איז געשפירט געווארן פאר מיילן ווייט אבער האט נישט געקאסט קיינע לעבנס
Screenshot_2016-09-01-11-04-31-1.png

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלף
תגובות: 1073
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » דאנארשטאג סעפטעמבער 01, 2016 11:48 am

ווי איז דאס געווען, אין ארץ ישראל?
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
ויתן לך
שר האלפיים
תגובות: 2219
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע: ביים סידור'ל פאר הבדלה

תגובהדורך ויתן לך » דאנארשטאג סעפטעמבער 01, 2016 11:50 am

אין פלארידא
אין אנדערע נייעס פון ספעיס האט מען באומען א רעדיו מעסעזעדש פון א שטערן וואס איז ווייט 95 יאר ליכט
אמונה בטחון גאולה

אוועטאר
יש ברירה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4846
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » דאנארשטאג סעפטעמבער 01, 2016 11:52 am

ויתן לך האט געשריבן:אין פלארידא
אין אנדערע נייעס פון ספעיס האט מען באומען א רעדיו מעסעזעדש פון א שטערן וואס איז ווייט 95 יאר ליכט

פאר איר ווערט פרייליך.... זיי זאגן יעצט אז עס איז זיכער נישט געקומען פין דארט

אוועטאר
יש ברירה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4846
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » מוצ"ש סעפטעמבער 03, 2016 11:58 pm

שוין.. עס טועט זיך אז די נישט גוטע פון אנדערע פלאנעטן האבן געפירט צו די אויפרייס. קאנספיראציע ליבהאבער צייכענען אן אויף א מיסטריעזע אביעקט וועלכעע דרייט זיך נעבן די ארויסשיס פלאטפארמע און דערנאך זעהט מען אים העכער די ראקעט בשעת'ן אויפרייס

דאס קומט אין די זעלבע צייט וואס ספעיס עקס זאגט אז זיי ווייסן נישט די אורזאך פון די אויפרייס
צוגעלייגטע
Screenshot_2016-09-03-23-55-24-1.png
Screenshot_2016-09-03-23-55-27-1.png
Screenshot_2016-09-03-23-55-29-1.png

שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2438
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

תגובהדורך שאהן הענניטי » זונטאג סעפטעמבער 04, 2016 2:00 am

יש ברירה האט געשריבן:
ויתן לך האט געשריבן:אין פלארידא
אין אנדערע נייעס פון ספעיס האט מען באומען א רעדיו מעסעזעדש פון א שטערן וואס איז ווייט 95 יאר ליכט

פאר איר ווערט פרייליך.... זיי זאגן יעצט אז עס איז זיכער נישט געקומען פין דארט

וואס איז די ווייטסטע שטערן וואס מ'איז אין קאנטאקט?

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלף
תגובות: 1073
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » זונטאג סעפטעמבער 04, 2016 2:49 am

יש ברירה האט געשריבן:שוין.. עס טועט זיך אז די נישט גוטע פון אנדערע פלאנעטן האבן געפירט צו די אויפרייס. קאנספיראציע ליבהאבער צייכענען אן אויף א מיסטריעזע אביעקט וועלכעע דרייט זיך נעבן די ארויסשיס פלאטפארמע און דערנאך זעהט מען אים העכער די ראקעט בשעת'ן אויפרייס

דאס קומט אין די זעלבע צייט וואס ספעיס עקס זאגט אז זיי ווייסן נישט די אורזאך פון די אויפרייס


דא האט איר נאך בילדער פון די מיסטריעזע זאך וואס פליט דארטן בשעת מעשה, גלייך נאכן צווייטע אויפרייס.
אינטערסאנט איז אז ביי די צוויי אונטערשטע בילדער פליט די זאך צום פייער(נישט עס פליט אוועק אז מ'זאל קענען זאגן אז עס איז שטיקער ברוכווארג)
נ.ב. די בילדער האב איך געסקרין-שאט פון די ווידיאו וואס פנחס בן חיים האט געברענגט דא
קליפ פונעם אויפרייס
צוגעלייגטע
Screenshot_20160904-021850-3.png
Screenshot_20160904-022026-2.png
Screenshot_20160904-021909-2 (1).png
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

כווייס נישט אלעס
שר חמש מאות
תגובות: 926
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 29, 2015 1:02 am
לאקאציע: BETWEEN
פארבינד זיך:

תגובהדורך כווייס נישט אלעס » זונטאג סעפטעמבער 04, 2016 4:49 am

כהאב ערגעץ געזעהן אז זיי זאגן אז א דראון איז שולדיג און די פייער

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7571
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » מיטוואך נובעמבער 16, 2016 8:48 pm

די ספעיס שיף "new horizons" וואס איז דורכגעפלויגן די פלאנעט פלוטאו, האלט נאך אלס אינמיטן דאונעלדען די בילדער און דאטא וואס זי האט אפגעכאפט פונעם פלאנעט.

פרישע דאטא וואס איז אריינגעקומען שלאגט פאר אז ס'איז דא א גרויסע פארפרוירענע ים אויף דעם ווייטן פלאנעט!
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

eller
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4151
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » מיטוואך נובעמבער 16, 2016 8:50 pm

זאכליך האט געשריבן:די ספעיס שיף "new horizons" וואס איז דורכגעפלויגן די פלאנעט פלוטאו, האלט נאך אלס אינמיטן דאונעלדען די בילדער און דאטא וואס זי האט אפגעכאפט פונעם פלאנעט.

פרישע דאטא וואס איז אריינגעקומען שלאגט פאר אז ס'איז דא א גרויסע פארפרוירענע ים אויף דעם ווייטן פלאנעט!

וואספארא קאליר ?? שווארטץ ? אדער רויט ?
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7571
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » מיטוואך נובעמבער 16, 2016 9:37 pm

תיקון טעות.

נאס"א האט שוין געענדיגט דאונעלדען (ס'הייסט עכט דאונלינקען, ווען א ספעיס שיף שיקט צוריק דאטא) אלע דאטא פון פלוטאו, די לעצטע ביטס פון דאטא איז געווארן ריסיווד אקטאבער 25, צו א טאטאל פון 6.25 גיגעבייטס פון דאטא.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7571
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » מיטוואך נובעמבער 16, 2016 9:45 pm

די וואסער איז לויט זיי צוגעדעקט מיט א שיכט. לויט ווי איך פארשטיי רעדט מען פון די שטארק ווייסע חלק פון אינטען.
צוגעלייגטע
origin.jpg
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7571
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » מיטוואך נובעמבער 16, 2016 9:51 pm

ווען נאס"א האט ארויפגעשיקט די טעלעסקאופ האבבל 15 יאר צוריק, איז די סייענטיפישע וועלט געווען אויף מיט די קלארע בילדער וואס מ'האט באקומען, ס'האט געהאט די פראגעשריטענסטע לענסעס אין יענע צייט.

יעצט ווען מ'קוקט צוריק די חילוק פון האבבל און ניו הארייזענס איז עס ממש נישט צום פארגלייכן, נישט ווייל ניו הארייזענס לענסעס זענען זייער גוט, נאר ווייל ס'איז אריבער געפלויגן זייער נאנט.
צוגעלייגטע
pluto comparison bordered.jpg
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

אוועטאר
יש ברירה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4846
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » מיטוואך נובעמבער 16, 2016 10:25 pm

שכח זאכליך די בילדער זענען עפעס ארויס פון די וועלט (ליטערלי....!)

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6770
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » מיטוואך נובעמבער 16, 2016 10:55 pm

מה רבי מעשך ה׳.. איך ווער איבערגענימען פון זען די בילד, עס איז ווינדערליך שיין און ווינדערליך בכלל
איטס עי ביזנעס דואינג פלעזשור וויט יו...

קרעדיט: כ׳געדענק נישט.

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4392
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » מיטוואך נובעמבער 16, 2016 11:08 pm

זאכליך האט געשריבן:די וואסער איז לויט זיי צוגעדעקט מיט א שיכט. לויט ווי איך פארשטיי רעדט מען פון די שטארק ווייסע חלק פון אינטען.
בילד

נורא נוראות! ובפרט אז מ'טראכט אביסל אריין אין דעם אז מ'פארשטייט נישט קיין טראפ "פארוואס" דער רבש"ע האט דאס באשאפען און באנייעט עס יעדען טאג און ס'האלט זיך אויף זיין פלאץ.

ס'קוקט אויס אז ס'איז נישט אינגאנצן רינדעכיג. אונטען אויף די רעכטע זייט זעט אויס אז ס'גייט אריין אביסל, מה הפשט?
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6770
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » מיטוואך נובעמבער 16, 2016 11:09 pm

דאס איז צוליב די טינקלקייט אזוי ווי די לבנה
איטס עי ביזנעס דואינג פלעזשור וויט יו...

קרעדיט: כ׳געדענק נישט.

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4392
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » מיטוואך נובעמבער 16, 2016 11:27 pm

אויסגערעכנט האט געשריבן:דאס איז צוליב די טינקלקייט אזוי ווי די לבנה

פלאטו'ס ליכטיגקייט טוישט זיך אויך כסדר אזוי ווי די לבנה? שטייט פלאטו אין וועג פאר די זון?
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7571
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » מיטוואך נובעמבער 16, 2016 11:33 pm

א גאנצע געטועכץ איבער די ווייסע חלק, ווייל ס'קוקט אויס ווי די שעיפ פון א הארצעלע.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6770
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » דאנארשטאג נובעמבער 17, 2016 12:45 am

נא_שכל האט געשריבן:
אויסגערעכנט האט געשריבן:דאס איז צוליב די טינקלקייט אזוי ווי די לבנה

פלאטו'ס ליכטיגקייט טוישט זיך אויך כסדר אזוי ווי די לבנה? שטייט פלאטו אין וועג פאר די זון?

אזוי זעט מיר אויס, וועסט באמערקן ווי עס ווערט טינקעלער און טינקעלער, נישט א שארפע ענדע ווי ביי די אנדערע זייט.
איטס עי ביזנעס דואינג פלעזשור וויט יו...

קרעדיט: כ׳געדענק נישט.

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7571
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » זונטאג נובעמבער 20, 2016 11:10 pm

שבת האט נאס"א ארויפגעשיקט א נייע גענעראציע וועטער סעטעלייט, גערופן GOES-R.

די נייע סעטעלייט גייט קענען אפכאפן קלארערע בילדער און מער אפט, ס'איז צו ערווארטן אז די וועטער פארקעסטס וועלן ווערן מער פונקטליכער.
צוגעלייגטע
imrs.jpg
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

אוועטאר
יש ברירה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4846
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » דאנארשטאג דעצמבער 29, 2016 1:18 pm

בין איך נעכטן געוואור געווארן עפעס, פאר מיר איז עס געוועהן פלאי פלאים! טא, נעוואדע (נד"ס) וועט מען עס מיטיילן…

האט איר זיך אמאל געווינדערט פארוואס האט נאסא אויסגעקליבן די ארט "קעיפ קענעוורעל" אין פלארידע פאר זייער ארויספלי פלאטפארם? פון גאנץ אמעריקע, דוקה פלארידא?

און די ווינדער איז נאך גרעסער… ווען ארגינעל זענען די ערשטע ראקעטן וואס מען האט ארויסגעשאסן ארויסגעפלויגן פין א מיסיל טעסט רעינדש אין 'ניו מעקסיקא' און מען האט עס נאר שפעטער אריבערגעפירט דוקה צו פלארידא, פארוואס?

און די ווינדער גייט נאך ווייטער… ווי באקאנט איז פלארידא א סטעיט וועלכע מיטשעט זיך מיט שטענדיגע האריקעינס און רעגן שטורעמס א זאך וועלכע פאראורזאכט שטענדיגע "דילעיס" מיט די ארויסשיס דאטומען

עס האט שוין פאסירט דארט אז א ראקעט - בלויז סעקונדעס נאכן ווערן ארויפגעשאסן - האט זיך געטראפן מיט א בליץ און פונעם גאנצן ראקעט איז געבליבן א קליינע הויפן סקרעפ מעטאל…

איז פארוואס נישט טרעפן א בעסערע ארט?! אתמה!

באמת זענען דא צוויי הויפט סיבות

די ערשטע איז פשוט, די ראקעטן זענען געווארן זייער גרויס און מער געפארפול און נאסא האט געזיכט א פלאץ פין ווי זיי ארויסצושיסן אן שטעלן די איינוואוינער אין געפאר

ווי אויך האבן זיי געזיכט א ארט וואס איז נעבן די וואסער אזוי ארום צו קענען טראנספערירן די ראקיטס דורכן וואסער און נישט דורך באוואוינטע ערטער און מיט דעם אויסשטעלן די מענטשן צו די געפאר פון א עקסידענטעל אויפרייס

אבער די סיבה איז נישט די גאנצע תי', אמער די גאנצע איסט קאסט איז נעבן וואסער טא פארוואס נישט אויסקלייבן א צווייטע סטעיט וועלכע האט בעסערע וועטערן און איז נישט אויסגעשטעלט צו נאכאנאנדע האריקעינס וכו'?

הערט און שטוינט!

לאמיר זיך פארשטעלן, א "סידי" וואס דרייט זיך אינעם סידי פלעיער, אינדערמיט איז פארהאן א רינדעכיגע לאך דענאך איז ער פלאך ביזן עק וועלכע איז אויך רינדעכיג

לאמיר מאכן צוויי צייכענונגען אויפן סידי, איינס ביי איר אינעווייניגסטע רונג און איינס ביים עק פונעם סידי אינדרויסן, אויב זאל מען איר אראפלייגן פלאך אויף דער ערד און עס דרייען א פולע צירקל ביז די צייכן קומט אן צום זעלבן פלאץ ווי עס איז געווען ביים אנהייב, מערקט מען א פשוט'ע זאך

ווען די אינעווייניגסטע צייכן קומט אן צו איר ארגינעלע פלאץ איז די דרויסענדע צייכן אויך אנגעקומען צי איר ארגינעלע פלאץ ביידע האבן געמאכט א פולע קרייז אין די זעלבע צייט

יעצט, וויפיל שטח איז די צייכן וואס איז אינעווייניג ביים קליינעם צירקל געפארן? לאמיר זאגן א אינטש, יעצט וויפיל איז די דרויסענדע צייכן געפארן? פיל מער! הגם ביידע האבן גענדיגט די זעלבע צירקל! איז די דרויסענדע צייכן געגאנגען פיל מער אין די זעלבע צייט ווי די אינעווייניגסטע! און אנדערע ווערטער, די דרויסענדע עק איז געפארן שנעלער ווי די אינעווייניגסטע!

צו העלפן די דמיון, א בילד פון א סידי
large.jpg


לאמיר עס נעמען איין טריט ווייטער, שטעלט אייך פאר אז די סידי האט נישט קיין לאך בלויז א פלאכע רינדעכיגע פלאטע. אויב זאלט איר מאכן א פינטל פונקט און צענטער און דרייען די סידי פלאכערהייט וועט זיך די צייכן נישט רירן פון ארט! איר מאכט א פולע צירקל אבער פונקט אינדערמיט איז די צייכן אויפ'ן זעלבן ארט די גאנצע צייט!

אט די זעלבע מעשה פאסירט מיט די וועלט!

די וועלט איז דאך רינדעכיג אבער די וועלט שטייט נישט אויף איין פלאץ, זי דרייט זיך אויף איר עקסעל ארום און ארום ווי א דריידעל… הגם מיר שפירן דאס נישט איז עס אבער א פאקט

יעצט טראכט אריין, אויב זאל איינער שטיין אויף די "נארט" אדער "סאוט פאול" וועט ער זיך נישט רירן פון ארט ווארום די וועלט דארט ביים שפיץ מאכט בכלל נישט קיין צירקל

אלס אראפציער פונעם שפיץ, ווי די וועלט ווערט ברייטער און ברייטער אלץ א גרעסערע קרייז מאכט זי, ביז מען קומט אן צום ברייטסטן פלאץ ביים "עקוועיטער" דארט מאכט זי די גרעסטע צירקל און ווי נאר מען גייט ווייטער און די וועלט פארשמעלערט זיך ווערט די קרייז צוריק קלענער און קלענער
latitude.jpg
latitude.jpg (23.32 KiB) געזעהן 1444 מאל

אבער געדענקט, די צייט איז די זעלבע! די וועלט מאכט א פולע צירקל אויף איינמאל, עס נעמט די זעלבע לאנג פאר די וועלט אנצוקומען צום זעלבן פונקט נישט קיין חילוק ווי איר זענט, צו אין אלאסקע צו אין ניו יארק א רונג איז א רונג

אין אנדערע ווערטער ווי ברייטער די וועלט ווערט אלץ שנעלער דרייט זי זיך! ווייל זי דארף כאילו אניאגן פיל מער שטח - טויזענטער מיילן - אין די זעלבע צייט וואס דער ביים עק גייט קוים א אינטש…

נאך איין נקודה, ווען א ספעיס שאטעל פליעט ארויס און וויל גרייכן לאמיר זאגן די אינטערנאציאנאלע ספעיס סטאנציע וועלכע פליעט ארום אין "ארביט" רונגס ארום די וועלט, איז אויסער וואס זי דארף פארן אויף ארויף איר צו גרייכן דארף זי אבער אויך אויפיקן אסאך ספיד נאך צו יאגן איר ציל וועלכע פליעט א וואפינג 17,150 מייל א שעה!!

און דא קומט פלארידא אריין אינעם בילד! זייענדיג געאגראפיש זייער נאנט צום עקוועיטער (עכ"פ די נענסטע אין אמעריקע) אטאמאטיש דרייט זי זיך פיל שנעלער ווי לאמיר זאגן ניו יארק, נאך פאר זי הייבט אפי' אן ניצן איר אייגענע קראפט ווערט זי ווי ארויסגעשאסן דורך די ערד זעלבסט! און זי פליעט מיט די שנעלקייט פון די וועלט
latlong2_National_Atlas.gif
מערק ווי פלארידא שטעקט זיך ארויס צו די עקוועיטער
latlong2_National_Atlas.gif (10.61 KiB) געזעהן 1444 מאל

מיט דעם וועט איר אויך פארשטיין פארוואס ראקעטן ווערן שטעדיג ארויסגעשאסן צו "איסט" ווייל די וועלט דרייט זיך אין יענע ריכטונג!

טא, אויב וועט איר אין די "ערשטע רגע" א בליק טאן אויפן ספעדאמעטער פונעם שאטעל וועט איר דארט זעהן שטיין…

איר פארט יעצט אויף: 913 MPH!!! אט דאס הייסט א "העד סטארט..."

אוי מיינע קישקעס!!

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלף
תגובות: 1180
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » דאנארשטאג דעצמבער 29, 2016 1:24 pm

WOW זייער קלאר באשריבן, יישר כח


אגב ביי אונז אידן איז אנגענומען אז די וועלט דרייט זיך נישט נאר די מערכת השמים דרייט זיך, ניין?
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

אוועטאר
יש ברירה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4846
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » דאנארשטאג דעצמבער 29, 2016 1:28 pm

חושב מחשבות... האט געשריבן:WOW זייער קלאר באשריבן, יישר כח


אגב ביי אונז אידן איז אנגענומען אז די וועלט דרייט זיך נישט נאר די מערכת השמים דרייט זיך, ניין?

אן אריין גיין אין דעם שמועס

איר רעדט לכו' פון די גלגול ארום די זון וואס די וועלט מאכט אדער מאכט נישט, מיר רעדן פון די וועלט אליינס, אויף איר פלאץ, דרייט זיך ווי א דריידל

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלף
תגובות: 1180
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » דאנארשטאג דעצמבער 29, 2016 1:32 pm

יא יא,

איך רעד צו די זון דרייט זיך ארום די וועלט, צו פארקערט


אינטרעסאנט האב איך נישט געוויסט אז די וועלט אליינס דרייט זיך, א"כ נעמט פאר די זון ארומצופארן מער פון 365 טעג נאר די וועלט טוט א חלק, שטומט?
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: police, א פיינע מענטש, בארג, בילדער, דממה דקה, זושא, יישר כח און 33 געסט