נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
מיסטעריעז
שר ששת אלפים
תגובות: 6909
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » מיטוואך יולי 06, 2016 10:11 am

זאכליך, שכח פאר דיין ערקלערונג, זייער קלאר און אינטערעסאנט!
וואו איז דָוִי?

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7596
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » מיטוואך יולי 06, 2016 10:11 am

די ספעיס-שיף new horizons, איר אפיציעלע מיסיע איז געקומען צו אן ענדע לעצטע יאר נאכן אריבער פליען נעבן פלאנעט פלוטאו.

יעצט האט נאס"א געמאלדן אז זיי גייען אויסציען די מיסיע און מ'גייט באזיכן נאך פלאנעטן, ווייטערע פלאנעטן.

די פלאנעט וואס מ'גייט באזיכן הייסט "2014 MU69", מ'פלאנט אנצוקומען אהין אין 2019.

בשעת'ן ארויפשיסן די new horizons אין 2005 האט מען נאך ניטאמאל געוויסט פון די נייע ווייטערע פלאנעטן.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7596
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » מיטוואך יולי 06, 2016 10:53 am

שכוח פאר אלע קאמפלימענטס, כ'בין נישט די בעסטע שרייבער, אבער כ'וועל פרובירן צו ענטפערן אויף אלע שאלות.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

אוועטאר
ווישוואש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4178
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » מיטוואך יולי 06, 2016 11:13 am

מיסטעריעז האט געשריבן:זאכליך, שכח פאר דיין ערקלערונג, זייער קלאר און אינטערעסאנט!

גא''מ, זייער אינטרעסאנט.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

אוועטאר
נו שוין
שר חמש מאות
תגובות: 749
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 13, 2015 12:47 am

תגובהדורך נו שוין » מיטוואך יולי 06, 2016 12:56 pm

שכוח זאכליך.

----

איז דא דארט ארום דעם דזשופיטער בערך 67 לבנות, דהיינו, אביעקטן וואס דרייען זיך ארום דעם דזשופיטער, איינע פון די לבנות רופט זיך "איירופא" Europa, די גדולה פון אט די לבנה איז אז סהאט זייער אסאך ענדליכקייטן צום פלאנעט ערד, איר סייז, טעמפראטור, וואסער און געס, אלעס קאמביינט ברענגט צום דעם טעאריע פון עקזיסטירנדע לעבעדיגע באשעפענישן אויף דער פלאנעט.

סוי די חכמים האבן שטארק חשק דארט צו טרעפן עפעס חיות, מיט אט די איציטיגע מיסיע האבן זיי חשק אויך צו אנטשיידן דעם חלום, אגב, אין יארע 2022 גרייט מען צו א נסיעה צו אט דעם לבנה - איירופא

האבגרויסהצלחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 428
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 04, 2015 1:03 pm

תגובהדורך האבגרויסהצלחה » מיטוואך יולי 06, 2016 1:16 pm

שכוח זאכליך

shalsheles
שר חמישים ומאתים
תגובות: 484
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm

תגובהדורך shalsheles » מיטוואך יולי 06, 2016 1:45 pm

מיט וואספארא קראפט פליעט דער ספעיס שיף פאר פינף יאר? גאז? סאלאר? ביטע ערקלערן.

אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4403
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

תגובהדורך מה פתאום??? » מיטוואך יולי 06, 2016 2:46 pm

ווישוואש האט געשריבן:
מיסטעריעז האט געשריבן:זאכליך, שכח פאר דיין ערקלערונג, זייער קלאר און אינטערעסאנט!

גא''מ, זייער אינטרעסאנט.

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7596
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » מיטוואך יולי 06, 2016 2:53 pm

די פשטות'דיגע תירוץ איז אז ס'איז נישטא וואס ס'זאל עס אפשטעלן, ווייל ס'איז נישטא קיין גרעוויטי. ממילא איינמאל מ'גיבט עס א שטיפ הייבט עס אן פליען אויפן זעלבן ספיד אן אפשטעל.

ווען מ'וויל טוישן די דירעקציע ווי ס'פליעט, מאכט מען מען א קליינעם אויפרייס (burst) וואס שאקעלט דעם שיף און פון דעם שטיפ טוישט זיך די דירעקציע.



דערנאך איז דא די קאנצעפט פון ארביט, Orbit.

יעדע פלאנעט האט ארום זיך אזא גרעוויטי קראפט וואס הייסט ארביט, וואס אנשטאט שלעפן צו זיך שלעפט עס ארום און ארום

אלע GPS סעטעלייט'ס דרייען זיך ארום די ארביט פון די ערד, די לבנה דרייט זיך אויך ארום אין די ערד'ס ארביט.

אלע פלאנעטן דרייען זיך אין די ארביט פון די זין.

די ספיד פון די ארביט ווענד זיך ווי גרויס די פלאנעט איז און ווי ווייט מ'איז פון די פלאנעט.

מיט דעם פארשטייט מען פארוואס אין ספעיס פארט מען נישט קיין גראדע ליין, ווייל איינמאל מ'איז אינדרויסן פון די ערד'ס גרעוויטי הייבט מען אן צו פליען אין די ערד'ס ארביט.

ווען מ'איז שוין אין די ערד'ס ארביט מאכט מען די מענואווערס צו ווערן ווייטער און ווייטער פון די ערד, און מ'גייט אריין אין די זין'ס ארביט. און אזוי ווייטער.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2479
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

תגובהדורך שאהן הענניטי » מיטוואך יולי 06, 2016 3:13 pm

סאו די ספעיס שיף, איינמאל עס איז ארויס פון די ערד גרעוויטי (אטמאספערע?) טוישט ער פון זיין גלייכע דירעקציע, און אנשטאט הייבט אהן צו גיין אין צירקל רינגס און ארום די ערד, און צוביסלעך דערווייטערט ער זיך פונעם ערדישן פלאנעט ביז ער קומט אהן צו די ארביט פון זיין באשטימטע דעסטענאציע, און דאן הייבט ער אהן צירקולירן די געוויסע פלאנעט, אא"וו.

איך האב עס ארויס?

אוועטאר
נו שוין
שר חמש מאות
תגובות: 749
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 13, 2015 12:47 am

תגובהדורך נו שוין » מיטוואך יולי 06, 2016 3:28 pm

יא, און דאס האט טאקע יעצט פאסירט, די דזשונא ספעיס שאטל האט נישט געלאנדט אויפן דזדופיטער, עס האט דערגרייכט די דזשופיטערס ארביט, און יעצט פארט עס רינגס און ארום דעם ארטיגען ארביט.

שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2479
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

תגובהדורך שאהן הענניטי » מיטוואך יולי 06, 2016 3:48 pm

Thanks

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7596
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » מיטוואך יולי 06, 2016 4:01 pm

שכוח נו שוין פארן ארויסהעלפן.

viewtopic.php?p=1194609#p1194609

דא איז דא א בילד ווי מ'זעהט אביסל דעם ענין, (אפשר זאלן טאקע די אחראים אהער ברענגען יענע שמועס) .
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

אוועטאר
נאטורליך
שר חמש מאות
תגובות: 940
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 3:15 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך נאטורליך » מיטוואך יולי 06, 2016 5:00 pm

זאכליך א שיינעם דאנק
קען איינער מסביר זיין, וויאזוי קען מען קאמיוניקעטן צו אזא ווייטע פלאץ? און וואס איז די שיעור ווי ווייט קען מען שיקן סיגנאלען פון דאנעט ?
יישר כח

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7596
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » מיטוואך יולי 06, 2016 6:09 pm

זארג נישט, ס'נישטא קיין 4g און אויך נישט קיין 3g דארט... די קאנעקשאן איז זייער שטייט, און שוואך.

למשל new horizons וואס האט געכאפט בילדער פון פלוטאו פאריאר, האלט נאך אלס אינמיטן צוריקשיקן די בילדער, ס'וועט זיין פארטיג ביז אפאר חדשים.

די ווייטקייט איז גורם סיי ס'זאל גיין שטייט, ווייל די כוואליעס לויפן אזוי שנעל ווי ספיד אף לייט, ממילא ווען די שיף איז א האלבע ליכטיאר ווייט, וועט נעמען א האלבע יאר ס'זאל אנקומען די מעסעדזש. און סיי ס'זאל זיין שוואך ווייל נאכן לויפן אזוי ווייט ווערט עס אומקלאר.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2479
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

תגובהדורך שאהן הענניטי » מיטוואך יולי 06, 2016 7:23 pm

Wow סיז נישט צום גלייבן פון וואספארא נומערן אין מרחק מ'רעדט דא, מה רבו מעשיך!

אוועטאר
בענקעל
שר האלפיים
תגובות: 2735
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

דזאנאו אין בילדער

תגובהדורך בענקעל » דאנארשטאג יולי 07, 2016 6:40 pm

עס נעמט 48 מינוט פאר א סיגנאל אנציקומען צו נאסא.
א פייער בורסט אונטערן שיף פאר 35 מינוט צו פארשטאטערן די שנעלקייט כדי אריין צו גיין אין דזאפיטער ארביט

יעדע סולער פענעל וועגט 250 פונט.
צוגעלייגטע
rps20160707_183343.jpg
די חילוק אין סאלאר וואלן פון אונזער פלאנעט
rps20160707_183307.jpg
די ווייטקייט פון די זון
rps20160707_183112.jpg
די גרויסקייט

אוועטאר
בענקעל
שר האלפיים
תגובות: 2735
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

תגובהדורך בענקעל » דאנארשטאג יולי 07, 2016 6:43 pm

.
צוגעלייגטע
rps20160707_183134.jpg
מען לייגט עס אריין אין די ראקעט צאמגעלייגט
rps20160707_183225.jpg
עס ווערט ארויס געשאסן פונעם ראקעט
rps20160707_182941.jpg
עס עפענען זיך די סאלאר פענעלן

אוועטאר
בענקעל
שר האלפיים
תגובות: 2735
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

תגובהדורך בענקעל » דאנארשטאג יולי 07, 2016 6:47 pm

.
צוגעלייגטע
rps20160707_183248.jpg
די חילוק אין זון כוואליעס פון די וועלט און דזאפיטער
rps20160707_183154.jpg
מען מאכט פראבעס אויף יעדן סאלאר פענעל עקסטער צוליב איר גרויסקייט

שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2479
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

תגובהדורך שאהן הענניטי » דאנארשטאג יולי 07, 2016 7:13 pm

הערליך, א ריזיגן דאנק

אוועטאר
יש ברירה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5834
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » פרייטאג יולי 08, 2016 12:12 am

אין אנדערע "ספעיס נייעס" האבן פארשער אנדעקט א פרישע ריזיגע פלאנעטן פיהר מאל די גרויס פין דשופיטער!

אבער נישט דאס איז די חידוש

די פלאנעט האט נישט איינס נישט צוויי נאר דריי זונען! אין געוויסע צייטן געפינען זיך אלע דריי זונען אינדרויסען שאפענדיג דריי סאן סעטס און דריי סאן רייזעס טעגליך

איך עצה דעם היימישען עולם אוועקצושטיין פין דעם פלאנעט ביז מען קלארט אויס ביז ווען מען קען דארט דאווענען מנחה....

אוועטאר
ווישוואש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4178
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » פרייטאג יולי 08, 2016 12:34 am

יש ברירה האט געשריבן:איך עצה דעם היימישען עולם אוועקצושטיין פין דעם פלאנעט ביז מען קלארט אויס ביז ווען מען קען דארט דאווענען מנחה....

וואס איז דיין אגענדע??
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

אוועטאר
יש ברירה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5834
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » פרייטאג יולי 08, 2016 12:59 am

ווישוואש האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:איך עצה דעם היימישען עולם אוועקצושטיין פין דעם פלאנעט ביז מען קלארט אויס ביז ווען מען קען דארט דאווענען מנחה....

וואס איז דיין אגענדע??

זייער פשוט, איך פארגין נישט די דבר יום ביומו צעטל פונעם נייעם פלאנעט זאל מאכן אזויפיל געלט דארט פין די "מעוררים"...

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7596
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » פרייטאג יולי 22, 2016 6:16 pm

אפאר טאג צוריק האט ספעיס'עקס ווידעראמאל געלאנדעט א ספעיס-שיף צוריק אויף די אייגענע פיס. דאסמאל אויף די טריקעניש, נישט ווי פארדעם אויף א בארטש אין וואסער.

ספעיס'עקס איז א פריוואטע קאמפעני וואס ארבייט פאר נאס"א, זייער ציל איז צו קענען איבערניצן די ספעיס-שיף אפאר מאל א טאג, ווי א פליגער...
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7596
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » זונטאג יולי 24, 2016 2:35 pm

אין ליכט פון די סוקסעספולע לענדינג פון ספעיס'עקס פאלקאן 9 ראקעט, האט די קאמפעני געמאלדן אז זיי גייען פארקורצערן די צייט וואס נעמט צווישן איין ארויפשיס ביזן צווייטן און זיי צילן ארויפצושיסן נאך 18 ראקעטס ביזן ענדע יאר.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Majestic-12 [Bot], rogers, וויכטיג מאכער, זזה, יש ברירה, קנעטענע קיגעל, שתקן און 63 געסט