נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5816
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » דינסטאג דעצמבער 12, 2017 9:45 pm

די מיסיע איז געווען ווייל מ'האט געדארפט קאמפיטן מיט רוסלאנד, ווען מ'האט אקאמפלישד די מיסיע האט מען עס אפגעשטעלט.

יעצט דארף מען פריש קאמפיטן מיט טשיינא.

(עכ"פ אזוי האלט טראמפ...)
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

Surface
שר חמישים ומאתים
תגובות: 421
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 14, 2013 10:29 pm

תגובהדורך Surface » דאנארשטאג דעצמבער 14, 2017 3:15 pm

זאכליך האט געשריבן:
אויבער-חכם האט געשריבן:טראמפ הייבט אן צוריק צושיקן מענטשען אויפן לבנה...


יאפ, דאס איז איינע פון די מעלות פון פרעזידענט טראמפ. נאסא וואס איז געשלאפן פאר 8 יאר האט צוריק באקומען איר חיות, און די פלענער זענען גרויס.

אנגעהויבן האט זיך עס מיטן צוריק עפענען די ספעיס קאנסול, וואס ווייס פרעזידענט מייק פענס פירט אן, אין יעצט מיטן אפיציעל אינטערשרייבן אז אמעריקאנע גייט צוריק צו די לבנה, און דאס איז יעצט די אפיציעלע פאליסי פון אמעריקע.

ס'איז דא אפאר סיבות פארוואס פרעזידענט טראמפ שטיפט אזוי שטארק דאס עקספלארן ספעיס.

ערשטענס פאר זיין נאמען. טראמפ האט געפרעגט די סייענטיסטן אויב ס'איז נאך מעגליך צו לאנדן א מענטש אויף מארס אין זיין ערשטע טערמין, אויף וואס זיי האבן געענטפערט אז ס'איז נישט מעגליך. אויף דעם האט טראמפ געפרעגט וואספארא דערגרייכונג איז נאך יא מעגליך, און נאך א לאנגע מיטינגען איז געבליבן אז מ'גייט צוריק צו די לבנה. ווי מ'זעהט וויל טראמפ לייגן א דערגרייכונג אין ספעיס אויף זיין נאמען.

אז מ'טראכט אריין, ס'ווערט שוין באלד 50 יאר פון ניעל ארמסטראנג האט געטרעטן אויף די לבנה, און מ'האט נאכנישט געמאכט קיין איין אזא גרויסע דערגרייכונג זייט דעמאלסט, און פון די לעצטע אפאלא מיסיע איז מען קיינמאל נישט צוריקגעגאנגען אויף די לבנה.

דערנאך קומט כינע, כינע ארבייט זייער פלייסיג אויף ספעיס עקספעדיציע, זיי בויען יעצט אן אייגענע ספעיס סטאנציע, און האבן פלענער אויף מיסיעס צו די לבנה, אויב אמעריקע װעט זיך נישט געבן קיין שאקל, גייט כינע איבערשטייגן אמעריקע אין ספעיס אזויווי די ספעיס רעיס ביי די קאלטע קריג.

כינע האט אויך פלענער פאר מארס, נישט קיין סאך אונטערשטעליג ווי אמעריקע, טראמפ מיט זיין אמעריקע פירסט געדאנקען גאנג האט שוין געמאלדן אז אמעריקע פלאנט צו ליעדן אין ספעיס, און זיין די ערשטע צו לאנדן מענטשן אויף מארס.

ונזכה ונחי' ונראה.

לאור די טראמפ נייעס איבער צירוקגיין צום לבנה, האט לעגא אין איילעניש פראדוצירט א פרישע קוואנטום פון זייער גאר פאפולערע Saturn V ראקעט סעט...

די סעט ארויסגעקומען פריער אינעם יאר, אבער איז אויסטערליש שנעל צוכאפט געווארן, יעצט איז עס צירוק אין סטאק פאר א רעלאטיוו גוטע פרייז.
אנלעס זיי האבן יעצט געמאכט א גרעסערע פראדוקשען וועט לכאורה די שיפמענט - אזוי ווי זיינע פארגייער - אויך זייער שנעל אויסלויפן.
בילד

ממה נפשך
שר חמש מאות
תגובות: 560
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

תגובהדורך ממה נפשך » פרייטאג דעצמבער 22, 2017 1:26 pm

ממה נפשך האט געשריבן:עלאן מאסק קען באשטיין ארויפצושיקן א טעסלא צו מארס, אלס די ערשטע דעליווערי...


נישט צו מארס אבער די ערשטע פעילאוד אויפן פעלקאן העווי.

First Image of Elon Musk’s Tesla Roadster getting ready to go to Mars on a SpaceX rocket

There have been a lot of doubts and confusion around Elon Musk’s claim that the first payload of SpaceX’s new Falcon Heavy will be his own original Tesla Roadster.

But now it looks more real than ever as we get to see the first image of the electric vehicle being turned into a payload.

Earlier this month, Musk announced on Twitter that he plans to send his Roadster to Mars as the first payload on the inaugural demo flight of the SpaceX Falcon Heavy.

SpaceX is Musk’s other main company. It manufactures and launches rockets for commercial and military applications, but it is most known in the public for its plans to colonize Mars.

SpaceX currently only operates the Falcon 9 rocket, which consists of a core first stage booster and a second stage. The new Falcon Heavy is equipped with two additional Falcon 9 first stages. The rocket is expected to become the most powerful in the world when it debuts next month.

The rocket arrived in Florida this week ahead of the launch:

A lot of people thought that Musk was kidding about sending his Roadster and the fact that he messed with some media about it didn’t help.

But a source told us the plan is very real and now a picture of the payload has been circulating on the NASA Spaceflight forum:

tesla.jpg
tesla.jpg (492.06 KiB) געזעהן 1628 מאל


The image shows what appears to be a first generation Tesla Roadster (not the recently unveiled next gen) on a platform fitted on a SpaceX payload attach fitting.

It doesn’t get much more real than that.

Musk, who said that the vehicle has a sentimental value to him, described his motivation for the special mission earlier this month:

“I love the thought of a car drifting apparently endlessly through space and perhaps being discovered by an alien race millions of years in the future.”

It looks like he is going to get exactly that.

Electrek’s Take

We have to keep in mind that it’s a demonstration flight for a new rocket. It’s why they are keeping it safe by not launching a very valuable payload, like a satellite.

And it has some symbolism since the Roadster is considered by many EV enthusiasts as the vehicle that launched the EV revolution.

Now one could exist almost forever in the vacuum of space while those on earth are lost one by one over time.

Tesla only made just over 2,000 first generation Roadsters and many of them have already been lost due to damages or major technical issues. We learned that half a dozen Roadsters were lost in a fire earlier this year.

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7590
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » מאנטאג דעצמבער 25, 2017 2:56 pm

נעכטן איז געווארן אפגעצייכענט אן היסטארישער טאג, 50 יאר פון אפאלא 8.

אפאלא 8 איז געווען די ערשטע מאל וואס אסטראנטען זענען געפלויגן צו די לבנה, זיי האבן נישט געלאדענט נאר אריין אין די לבנה'ס ארביט. נאך אפאלא 8 האבן די רוסן איינגעזען אז אמעריקע האט שוין א פארטיגע ראקעט צו פירן אסטראנאטן צו די לבנה, נעמליך די סאטורן V ראקעטס, בשעת די רוסן האבן נאך ניטאמאל געהאט איין סוקסעספול ארויפשיס פון זייער N1 ראקעט.

דעמאלסט האבן די רוסן אומאפיציעל אויפגעגעבן די רעיס, אבער זײ האבן נישט געזאגט פאר קיינעם. ערשט אפאר חדשים שפעטער ווען אפאלא 11 האט געלאדענט אויף די לבנה האט אמעריקע אפגעצייכענט די זיג אינעם ספעיס רעיס.

1968 איז געווען א שווערע יאר פאר די וועלט אסאך לענדער האבן געהאט איבערקערענישן איבער פאליטיק, פרעזידענט קענעדי איז געווארן געשאסן און נאך אסאך פראבלעמען.

אפאלא 8 איז ארויסגעפלויגן דעצעמבער 21 פון קענעדי ספעיס צענטער, און זענען אנגעקומען צו די לבנה 3 טעג שפעטער אום דעצעמבער 24. דער ראקעט ברען אריינצוגיין אין די לבנה'ס ארביט האט געמוזט פארקומען בשעת די ראקעט איז געווען אויף די ווייטע זייט פון די לבנה, און דעמאלסט האט מען נישט געהאט קיין ראדיא קאנעקשן צו די אסטראנאטן.

די גאנצע וועלט איז געשטאנען צוגענאגאלט צו די ראדיא און געווארט מיט א שטילקייט ביז די ראקעט קומט ארויס פון די אנדערע זייט לבנה, צו זעהן אויב ס'איז געווען סוקסעספול, אויב וואלט איז נישט דורך מיט סוקסעס, וואלט די אסטראנאטן געבליבן אין ספעיס פאר אייביג.

צו די פונקטליכע סעקונדע, איז ראקעט ארויסגעקומען פון די אנדערע זייט, וואס האט געמיינט אז ס'איז אדורך סוקסעספולי, און דעמאלסט האבן די אסטראנאטן געשען צום ערשטן מאל א הערליכע בילד, earthrise די ערד שיינט אויף! זיי האבן געזען ווי פון די האריזאנט פון די לבנה קומט די ערד צוביסלעך ארויף העכער און העכער, א בילד וואס זיי האבן נישט ערווארטעט.

260px-NASA-Apollo8-Dec24-Earthrise.jpg
260px-NASA-Apollo8-Dec24-Earthrise.jpg (6.05 KiB) געזעהן 1581 מאל


אביסל שפעטער ווען די נאכט איז צוגעפאלן אין אמעריקע, וואס ווערט אפגעצייכענט אין אמעריקע אלס די גרעסטע גלויביגע חאגע, האבן די אסטראנאטן געזאגט אז זיי האבן א מעסעדזש איבערצוגעבן פאר די וועלט, און אויף לייוו ראדיא האבן זיי אנגעהויבן פארליינען פרשת בראשית אין ענגליש. In the beginning God created the heaven and the earth. אזוי האבן זיי זיך איינגעטיילט יעדע פון זיי האט פארגעליינט אפאר פסוקים. דערנאך האט די אסטראנאט פרענק בארמען צוגעענדיגט "און מיר די מאנשאפט פון אפאלא 8 ווילן מיר וואונטשן א גוטע נאכט, גוטע מזל, דערהויבענע חאגע, גאט זאל ענק אלע בענטשן, ענק אלע אויף די גוטע ערד"!

https://www.dropbox.com/s/4r67qi0s1q7hik0/

די מיסיע איז געווען לייוו אויף די ראדיא אין 15 אנדערע שפראכן, און ווערט פאררעכנט אלס איינע פון די מערסט געדעקטע פאסירונג און די היסטאריע. א שטיק צייט נאך די מיסיע האט די אסטראנאט פרענק בארמען באקומען א טעלעגראם פון אן אומבאקאנטן "איר האט געראטעוועט די יאר 1968".
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11006
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » מאנטאג דעצמבער 25, 2017 3:37 pm

פרעזידענט קענעדי איז געשאסן געווארן November 22, 1963
מן הסתם מיינסטו RFK

ממה נפשך
שר חמש מאות
תגובות: 560
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

תגובהדורך ממה נפשך » דינסטאג דעצמבער 26, 2017 9:48 am

Wow
שכח פאר די שטיקל היסטאריע מיט א שיינעם שפראך

אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלף
תגובות: 1401
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

תגובהדורך אלי' מקוה יוד » דינסטאג דעצמבער 26, 2017 9:54 am

ממה נפשך האט געשריבן:Wow
שכח פאר די שטיקל היסטאריע מיט א שיינעם שפראך
קען איך אייך מיט עפעס בייהילפיג זיין? פילט אייך פריי מיר צו קאנטאקטן אויף הענגאוטס elyemikva@gmail.com, כ'וועל פרובירן דאס בעסטע.

ממה נפשך
שר חמש מאות
תגובות: 560
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

תגובהדורך ממה נפשך » מיטוואך ינואר 03, 2018 12:41 pm

פאריגע וואך Dec 28 איז פעלקאן העווי ארויפגעזעצט געווארן אויפן לאונטש פעד 39A אין קענעדי ספעיס סענטער, פלארידע.

ס'איז נאכנישט דא קיין schedule date ווען עס גייט לאונטשן, אבער פאריגע חודש האט SpaceX געמאלדן אז אויב אלעס גייט ווי געפלאנט וועט עס זיין ערגעץ אין Jan.

פעלקאן העווי איז אזוי פאוערפול ווי אכצן 747 עראפלאנען...

With more than 5 million pounds of thrust at liftoff — equal to approximately eighteen 747 aircraft at full power — Falcon Heavy will be the most powerful operational rocket in the world by a factor of two

די נייע פעלקאן העווי ראקעט זיצט אויפן לאונטש פעד צו דורכגיין געוויסע טעסטס און עווענטועל צו ווערן ארויפגעשאסן.

38583829295_d658ecb02f_o.0.jpg
38583829295_d658ecb02f_o.0.jpg (125.28 KiB) געזעהן 1366 מאל

אוועטאר
וויי-פיי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 453
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 19, 2016 11:11 am
לאקאציע: jersey city
פארבינד זיך:

תגובהדורך וויי-פיי » מאנטאג ינואר 08, 2018 6:12 pm

שואלכענין האט געשריבן:[במאמר המוסגר: די אלייענס (יו.עף.או.ס) זענען א מיסטעריע, וואס יעדער לערנט אריין וויאזוי ער וויל.].



חלהדעקל האט געשריבן:
חאכאם האט געשריבן:האט מען שוין געהערט אז באשעפענישן פון אנדערע פלאנעטן זאל זוכן פאר באשעפענישן אויף אונזער וועלט? ?


וואדע אזוי, די אלייענס (פלאכע טעלערל שעיפ) אין UFO'ס זענען אפטע באזוכערס ביי אונזער וועלטל, :lol: :lol:


עס איז דא עקסטערע אשכול וועגן UFOUFO
האט איר א איבריגע מיניט? פירט אויס א שידוך דורך לזווג http://lezaveg.com

ממה נפשך
שר חמש מאות
תגובות: 560
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

תגובהדורך ממה נפשך » דינסטאג ינואר 09, 2018 11:40 am

עפעס דרייט זיך איבער וועגן א ראקעט Zuma וואס ספעיס-עקס האט ארויפגעשאסן זונטאג מיט א מיסטריעזע פעילאוד פון די יונייטעד סטעיטס עיר פארס, קומט אריין באריכטן אז ס'האט אראפגעקראכט.

די מידיע רעפארט עס אז ביידע זייטן שפילן יעצט די בלעים געים.

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7590
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » דינסטאג ינואר 09, 2018 12:21 pm

אסאך גלייבן אז די מיסיע איז יא געווען א סוקסעס, נאר די חברה טרייען צו צומישן דעם עולם מ'זאל עס נישט קענען טרעקן.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3147
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » דינסטאג ינואר 09, 2018 12:24 pm

#קאנספיראציע.

פארוואס זאל דיך דער אגענטור צולייגן בפני כל עם ועדה? מאכט עפעס נישט קיין קאמען - ווי דער פרעצלדענט רופט עס.

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7590
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » דינסטאג ינואר 09, 2018 12:51 pm

אויב איז עפעס געגאנגען ראנג מיט די פאלקאן 9 דארף ספעיס עקס דורכפירן א געהעריגע אויספארשונג, און ביז ס'איז נישט פארטיג קענען זיי נישט מאכן נאך מיסיעס.

ממילא אויב זעהסטו אז זיי גייען אן ווי געהעריג איז א סימן אז פון זייער זייט איז טאקע גארנישט געווען שלעכט.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

ממה נפשך
שר חמש מאות
תגובות: 560
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

תגובהדורך ממה נפשך » דינסטאג ינואר 09, 2018 2:35 pm

זאכליך האט געשריבן:אסאך גלייבן אז די מיסיע איז יא געווען א סוקסעס, נאר די חברה טרייען צו צומישן דעם עולם מ'זאל עס נישט קענען טרעקן.



אויב איז עס אמת איז עס א גוטע מאוו

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11006
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » דינסטאג ינואר 09, 2018 5:12 pm

וואס טוט זיך מיט די פעלקאן העווי?
ווען פארט ער ארויף?

ממה נפשך
שר חמש מאות
תגובות: 560
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

תגובהדורך ממה נפשך » מאנטאג ינואר 15, 2018 12:22 pm

די פעלקאן העווי סטעטיק פייער טעסט איז עקספעקטעד פאר היינט ארום 4:00 נאכמיטאג, לויט באריכטן אז מ'זעט ארבעטערס ביים 39A סטעידזש אנפילן די טאנקען מיט געז.

אויב אלע 27 ענדזשינס ווערן אנגעצינדן סוקסעספול, גיבט עס די גרין לייט צו גיין צו די פיינעל לאונטש, וואס ווי באריכטעט איז געפלאנט ערגעץ אין Jan.

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7590
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » מאנטאג ינואר 15, 2018 4:28 pm

אפגעשטיפט אויף מארגן.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

ממה נפשך
שר חמש מאות
תגובות: 560
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

תגובהדורך ממה נפשך » מאנטאג ינואר 15, 2018 6:38 pm

אינטערעסאנט צו זעהן וויפיל מאל פעלקאן העווי איז שוין אפגעשטיפט געווארן...

וויקיפידיע:

SpaceX_Falcon_Heavy_schedule_delays.png
SpaceX_Falcon_Heavy_schedule_delays.png (36.67 KiB) געזעהן 920 מאל

אוועטאר
צל עובר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4839
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דינסטאג ינואר 16, 2018 12:02 am

די מעשה פון פאלקאן 9 איז בעיקר נאר באריכטעט דורך די וואשינגטאן פאוסט, וואס איז געאוינט ביי דזשעף בעזאס, דער בעה"ב פון בלו ארידזשין, וואס פרובירט צו זיין א קאמפעטישן פאר ספעיס עקס, סוי עס מוז נישט זיין אמת.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

ממה נפשך
שר חמש מאות
תגובות: 560
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

תגובהדורך ממה נפשך » דינסטאג ינואר 16, 2018 9:09 am

אינטערעסאנט וואס דו זאגסט, נישט געוואוסט אז ער איז בעל הבית פון בלו ארידזשין.

אבער פון וואסערע מעשה רעדסטו?

אוועטאר
צל עובר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4839
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דינסטאג ינואר 16, 2018 4:27 pm

ממה נפשך האט געשריבן:אינטערעסאנט וואס דו זאגסט, נישט געוואוסט אז ער איז בעל הבית פון בלו ארידזשין.

אבער פון וואסערע מעשה רעדסטו?


וואס מ'רעדט פון דעם אפאר תגובות צוריק.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

ממה נפשך
שר חמש מאות
תגובות: 560
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

תגובהדורך ממה נפשך » מיטוואך ינואר 17, 2018 4:55 pm

איי העוו נאו קלא וואס ס'גייט פאר דארט:

SpaceX Falcon Heavy status updates: Now targeting Friday for test fire at KSC

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7590
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » מיטוואך ינואר 17, 2018 5:10 pm

ULA גרייט זיך ארויפצושיסן א ראקעט מארגן פון קעיפ קאנאוורעיל, ממילא ביז זיי זענען פארטיג קען מען נישט מאכן די טעסט פייער.

מיין פראדישקאן איז אז ס'גייט נישט ארויפגיין אין יאנואר, כ'וואלט מיך אפילו געוואגט צו זאגן נישט פאר סוף מארטש.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

אוועטאר
צל עובר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4839
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג ינואר 18, 2018 1:06 am

וואס איז געשען ?
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
dim
שר חמש מאות
תגובות: 662
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 28, 2014 3:57 pm

תגובהדורך dim » דאנארשטאג ינואר 18, 2018 11:47 am

זאכליך האט געשריבן:ULA גרייט זיך ארויפצושיסן א ראקעט מארגן פון קעיפ קאנאוורעיל, ממילא ביז זיי זענען פארטיג קען מען נישט מאכן די טעסט פייער.

מיין פראדישקאן איז אז ס'גייט נישט ארויפגיין אין יאנואר, כ'וואלט מיך אפילו געוואגט צו זאגן נישט פאר סוף מארטש.

וואספארא זאכן שיקט ULA ארויף? פאר א רעגירונג אדער א אייגענע מיסיע?


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: abeg, Burach_Nussen, אלי' מקוה יוד, אלעזר וויינפעלד, בן הצעיר, ווייס פרעזידענט, זזה, טראנספארט, יישר כח, מיגו, נו גוט נו שוין און 69 געסט