נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
Amazing
שר שלשת אלפים
תגובות: 3106
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Amazing »

איך שפיר זיך ווי אין שיעור ד' ווי די ''למדן'' מגי''ש רעדט א הויכע שפראך וואס נאר די לומדים שפרינגן מיט...

בין איך די איינציגסטע וואס ווייזט נישט וואס די שווארצע לעכער זענען? אדער פשוט ווי מיינע חברים אין ישיבה וואס האבן כלומר'שט מיטגעלעבט די שיעור ווען להאמת האבן זיי נישט געהאט א פריקן מושג וואס די ראש ישיבה רעדט...

@זאכליך איך שלינג מיט דורשט דיינע תגובות פליס זיי מאריך עס איז בכלל נישט באורד
א'מונה ב'טחון ג'עלט
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

דא האט איר מער איבער די שווארצע לעכער.

viewtopic.php?p=1426336#p1426336
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

די דרעגאן ספעיס שיף וואס איז געווארן ארויפגעשאסן שבת דורך ספעיס עקס איז יעצט אנגעקומען צו די ISS

Capture confirmed! The robotic arm grappled Dragon as the space station flew about about 260 miles over the Atlantic Ocean just east of the coast of Argentina.
אטעטשמענטס
DBj-1JQXYAAtg0N.jpg
DBj-1JQXYAAtg0N.jpg (58.31 KiB) געזען 3909 מאל
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

דאס איז א בילד פון בערך א שעה צוריק, דרעגאן פליט העכער די טייך נילוס. (בילד געכאפט פון די ISS)
אטעטשמענטס
1496667452980968.png
1496667452980968.png (198.05 KiB) געזען 3907 מאל
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

אינדיע האט היינט ארויפגעשאסן זייער ערשטע ראקעט, די מיסיע איז געווען א סוקסעס.
אטעטשמענטס
DBjlKNnVYAAYqzf.jpg
DBjlKNnVYAAYqzf.jpg (27.88 KiB) געזען 3905 מאל
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

ברעיקינג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

ספעיס-עקס האט באקומען די קאנטראקט פון די מיליטער צו ארויפשיסן די מיני ספעיס שאטל. דאס איז די ערשטע מאל וואס די מיליטער טיילט דאס צו פאר ספעיס-עקס.

די ארויפשיס איז געפלאנט פאר מיט אוגוסט.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

12 פרישע מענטשען זענען געווארן אויסגעוועלט אלס אסטראנאטן.
ווייס פרעזידענט מייק פענס רעדט יעצט ביי די איווענט.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

Capture.jpg
Capture.jpg (41.44 KiB) געזען 3745 מאל
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

די רוסן האבן היינט ארויפגעשאסן א סויאז ראקעט מיט סופלייס פאר די אינטערנאציאנאלע ספעיס סטאנציע.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

נאך א שטיקל נייעס.

די ספעיס שיף וואויעדזשאר 1 (Voyager) , האט די וואך דערגרייכט 138 אסטראנאמיקעל יוניטס ווייט פון די ערד, דאס איז די ווייטסטע ספעיס שיף וואס די מענטשהייט האט נאר ארויסגעשיקט.

1 אסטראנאמיקעל יוניט איז די ווייטקייט פון די ערד ביז די זון. דאס קומט אויס אז די וואויעדזשאר 1 איז כמעט 13 ביליאן מייל ווייט פון דיר...

די צייט וואס דויערט צו שיקן א מעסעדזש פון נאס"א צו די ספעיס שיף און צוריק איז 38 שעה און 15 מינוט! (מעסעדזשעס לויפן אויף די ספיד אף לייט)
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
חייקל אלצווייסער
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 09, 2017 12:18 am
לאקאציע: פארנעפלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חייקל אלצווייסער »

אינטערעסאנטער אשכול פול מיט רייכע ידיעות. ישר כח.
אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלפיים
תגובות: 2941
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלי' מקוה יוד »

זאכליך האט געשריבן:נאך א שטיקל נייעס.

די ספעיס שיף וואויעדזשאר 1 (Voyager) , האט די וואך דערגרייכט 138 אסטראנאמיקעל יוניטס ווייט פון די ערד, דאס איז די ווייטסטע ספעיס שיף וואס די מענטשהייט האט נאר ארויסגעשיקט.

1 אסטראנאמיקעל יוניט איז די ווייטקייט פון די ערד ביז די זון. דאס קומט אויס אז די וואויעדזשאר 1 איז כמעט 13 ביליאן מייל ווייט פון דיר...

די צייט וואס דויערט צו שיקן א מעסעדזש פון נאס"א צו די ספעיס שיף און צוריק איז 38 שעה און 15 מינוט! (מעסעדזשעס לויפן אויף די ספיד אף לייט)

דאס מיינט אז די ספעיס שיף איז שוין דורכגעפארן די זון?
קאמפיוטער עקספערט
שר האלפיים
תגובות: 2190
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 18, 2016 8:42 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמפיוטער עקספערט »

זאכליך האט געשריבן:נאך א שטיקל נייעס.

די ספעיס שיף וואויעדזשאר 1 (Voyager) , האט די וואך דערגרייכט 138 אסטראנאמיקעל יוניטס ווייט פון די ערד, דאס איז די ווייטסטע ספעיס שיף וואס די מענטשהייט האט נאר ארויסגעשיקט.

1 אסטראנאמיקעל יוניט איז די ווייטקייט פון די ערד ביז די זון. דאס קומט אויס אז די וואויעדזשאר 1 איז כמעט 13 ביליאן מייל ווייט פון דיר...

די צייט וואס דויערט צו שיקן א מעסעדזש פון נאס"א צו די ספעיס שיף און צוריק איז 38 שעה און 15 מינוט! (מעסעדזשעס לויפן אויף די ספיד אף לייט)

אנבעליוועבעל ארבעט שוין אריין כמעט 40 יאר
לאלתר לחיים
שר האלף
תגובות: 1462
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 18, 2012 11:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאלתר לחיים »

אלי' מקוה יוד האט געשריבן:
זאכליך האט געשריבן:נאך א שטיקל נייעס.


1 אסטראנאמיקעל יוניט איז די ווייטקייט פון די ערד ביז די זון. דאס קומט אויס אז די וואויעדזשאר 1 איז כמעט 13 ביליאן מייל ווייט פון דיר...

דאס מיינט אז די ספעיס שיף איז שוין דורכגעפארן די זון?

לאו דווקא, ער פארט אויף די אנדערע זייט, דהיינו די זון איז אינמיטן און די כוכבי לכת (פלאנעטן) דרייען זיך ארום (לפי הנראה לעינים), דער נענטסטער דרייט זיך די קלענסטע רינג און ווי ווייטער איז די רינג ארום די זון גרעסער, די וועלט איז די דריטע, מארס איז די פערטע. מ'ארבעט יעצט ארויף צו גיין אויף מארס מיינט עס מער אוועק פון די זון.
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

זאכליך האט געשריבן:היינט האט ספעיס-עקס געמאלדן אז די בולגאריע קאמוניקאציע קאמפעני, איינע פון ספעיס-עקס קאסטומערס, האט מסכים געווען צו שיקן זייער סעטעלייט אועף א גענוצטע ראקעט.

די מיסיע איז געפלאנט פאר מיד יוני, דאס וועט זיין די צווייטע מיסיע צו נוצן א גענוצטע ראקעט. מ'גייט נוצן די ראקעט וואס מ'האט גענוצט אום יאנואר 14, דאס איז א טוירנאראונד פון קארגע 5 חדשים.

ס'איז נישט קלאר וויפל דיסקאונט זיי באקומען פארן נוצן א גענוצטע ראקעט.


מ'גרייט זיך שוין פאר די מיסיע, מ'גייט באלד מאכן די טעסט פייער. די ארויפשיס איז געפלאנט פאר מאנטאג אום 2:10 נאכמיטאג.

ספעיס-עקס גייט פרובירן צו לאנדן די ראקעט צום צווייטן מאל אויף א בארדזש שיף אין די אטלאנטיק אקעאן. דאס איז די צווייטע מאל ספעיס-עקס נוצט איבער א ראקעט.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

אום האלב 7 האט מען דורכגעפירט די טעסט פייער, ספעיס-עקס האט געמאלדן אז די טעסט איז דורך סוקסעספולי.

די הכנות פאר די מאנטאג דיגע מיסיע איז אין שוואנג.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4845
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

שכח זאכליך פאר די כסדרדיגע אפדעיטס און רייכע ידיעות.
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

זאכליך האט געשריבן:די רוסן האבן היינט ארויפגעשאסן א סויאז ראקעט מיט סופלייס פאר די אינטערנאציאנאלע ספעיס סטאנציע.

די רוסישע ספעיס שיף וואס ווערט גערופן "פראגרעס" איז אנגעקומען צו די אינטערנאציאנאלע ספעיס סטאנציע אום האלב אכט.

ס'האט דעליווערט ברענשטאף, וואסער, אקסידזשין, און נאך סופלייס.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

טשיינא האט היינט ארוי זייער ערשטע ספעיס טעלעסקאופ, די טעלעסקאופ גייט שטודירן די 'שווארצע לעכער'.

די סיבה פארוואס מ'דארף א טעלעסקאופ אין ספעיס איז ווייל די אטמאספער מאכט אלעס בלורי און די בילדער קומען נישט צוריק קלאר, אויב די טעלעסקאופ איז אינדרויסן פון די אטמאספער, גיבט עס צוריק סאך קלארערע אינפארמאציע.

אמעריקא האט יעצט אין דינסט 2 ספעיס טעלעסקאופ'ס, איינס הייסט האבבל, און די צווייטע שפיטצער.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלפיים
תגובות: 2941
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלי' מקוה יוד »

שפיצער? היימישע זאך...
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

ספעיס-עקס האט אפגעשטו די בולגאריע מיסיע אויף פרייטאג צו גיבן צייט פאר די אינדזש צו טוישן א פעלערהאפטיגע וועלוו.

דאס קעגן פירן צו ביזי סקעדזשועל פאר ספעיס-עקס ווייל זיי האבן נאך א מיסיע נעקסטע וואך אין קאליפארניע.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

כינע האט געליטן א דורכפאל. זיי האבן ארויפגעשאסן א קאמוניקאציע סעטעלייט אבער ס'איז נישט אנגעקומען צו די ריכטיגע ארביט.

ס' האט געדארפט זיין ביי 22 טויזנט מייל הויעך, אבער ס'איז נאר אנגעקומען צו 16 טויזנט מייל. מ' זיכט וואלונטירן צו גיין שטיפן די סעטעלייט די איבעריגע 6 טויזנט מייל.

ווי ס'איז יעצט איז עס גארנישט ווערט ווייל ס' דרייט זיך ארום די וועלט צו שנעל.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

אלי' מקוה יוד האט געשריבן:שפיצער? היימישע זאך...

ס' ווערט גערופן שפיטצער נאך א געוויסע אסטראנאמער וואס האט געהייסן שפיטצער, גראדע איז יענער געווען א קריסט.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

זאכליך האט געשריבן:טשיינא האט היינט ארוי זייער ערשטע ספעיס טעלעסקאופ, די טעלעסקאופ גייט שטודירן די 'שווארצע לעכער'.

די סיבה פארוואס מ'דארף א טעלעסקאופ אין ספעיס איז ווייל די אטמאספער מאכט אלעס בלורי און די בילדער קומען נישט צוריק קלאר, אויב די טעלעסקאופ איז אינדרויסן פון די אטמאספער, גיבט עס צוריק סאך קלארערע אינפארמאציע.

אמעריקא האט יעצט אין דינסט 2 ספעיס טעלעסקאופ'ס, איינס הייסט האבבל, און די צווייטע שפיטצער.


כ'האב געמאכט א שטיקל מישמאש, סארי.

די כינעזער טעלעסקאופ כאפט אויף עקס רעי כוואליעס.
די האבבל כאפט אויף וויזיבל לייט כוואליעס
און די שפיטצער כאפט אויף אינפרע רעד כוואליעס.

אמעריקא האט סאך מער ווי 2 טעלעסקאופ' ס אין ספעיס, כ'ווייס נישט פארוואס פונקט האבבל און שפיטצער זענען אזוי באקאנט.

וויזיבל לייט און אינפרע רעד קען מען אויפכאפן אויף די ערד, נאר ס'איז נישט אזוי קלאר. אבער עקס רעי כוואליעס קען מען נישט אויפכאפן נאר פון ספעיס, ווייל די אטמאספער פארשטעלט די שעדליכע עקס רעיס כוואליעס וואס קומען פון ספעיס.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

די וועטער אויסקוק אין פלארידע פאר פרייטאג קוקט אויס צוגענגלעך פאר אן ארויפשיס, ממילא ביז דערווייל גייען די פלענער פאראויס פאר די בולגאריע סעטעלייט ארויפשיס.

דאס איז די ערשטע קאמוניקאציע סעטעלייט פאר בולגאריע, ס'גייט ווערן פלאצירט אין geostationary ארביט 22 טויזנט מייל העכער די ערד, העכער בולגאריע.

די סעטעלייט איז ערווארטעט צו ארבייטן פאר 15 יאר, און ס' גייט אפקאסטן 235 מיליאן דאלער.

ספעיס-עקס גייט ניצן א ראקעט וואס איז גענוצט געווארן אין יאנואר פאר די ערשטע רונדע פון "אירידיום נעקסט" סעטעלייטס, און זיי פלאנען צו לאנדן די ראקעט צום צווייטן מאל אויף איר אייגענע פיס, אויף א שיף אין די אטלאנטיק אקעאן.

C_pPTLpVYAAju6H.jpg
C_pPTLpVYAAju6H.jpg (150.66 KiB) געזען 4209 מאל


----

אין די זעלבע צייט גייט פאר די לעצטע הכנות פאר נאך א ספעיס-עקס ארויפשיס פון קאליפארניע אויף זינטאג נאכמיטאג, די ציל פון די מיסיע איז ארויפצושיקן די 2טע רונדע פון 10 "אירידיום נעקסט" סעטעלייטס.

אויב גייט אלעס ווי געפלאנט איז דאס די ערשטע מאל וואס ער האט פריוואטע ספעיס פירמע שיסט ארויף 2 ראקעטעס אין א קורצע צייט אפשניט פון 48 שעה.

ספעיס-עקס פלאנט אויך צו לאנדן די ראקעט אויף א שיף אין די פאסיפיק אקעאן.

בערך א שעה נאכן ארויפשיסן גייט די ראקעט ארויסלאזן די סעטעלייטס איינס ביי איינס אפגעטיילט 90 סקונדעס צווישן יעדע, ביז אלע 10 וועלן זיין דיפלויד.

אירידיום איז א סעטעלייט קאמוניקאציע פירמע וואס אפערירט אין LEO (נידעריגע ערד ארביט), זיי האבן א פלאטע פון 72 סעטעלייטס וואס דרייען זיך ארום די וועלט יעדע 100 מינוט, און גיבן קאמוניקאציע פאר יעדע פלאץ אויף די וועלט.

זיי ריפלעיסן יעצט די ערשטע פלאטע סעטעלייטס וואס איז שוין זייער אלט, מיט א נייע אפגרעידעט ווערסיע פון די סעטעלייטס פארדעם רופן זיי עס "אירידיום נעקסט", אלס די נעקסטע גענעראציע.

אירידיום סעטעלייטס זענען אויך באקאנט צוליב די בליטשקעס וואס ס'פראדאצירט אויף די הימל, און ביי געוויסע פעלער קען עס אפילו זעהן בייטאג.

אירידיום האט צוגעטיילט פאר ספעיס-עקס אלע מיסיעס צו ארויפשיסן די נעקסטע גענעראציעס סעטעלייט, צו א טאטאל קאנטראקט פון א האלב ביליאן דאלער.
DB6A9yoUIAApo25.jpg
DB6A9yoUIAApo25.jpg (205.43 KiB) געזען 4209 מאל
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”