נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

עס איז מיר גיט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 360
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 27, 2017 4:40 pm

Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עס איז מיר גיט »

מען זעהט די UNITED STATES אין SOUTH AMERICA
ישראל_הלוי
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 24021
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 05, 2006 12:01 pm

Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראל_הלוי »

ישראל_הלוי האט געשריבן:הערליך.

בילד געכאפט דורך נאסא'ס GOES-16 סעטעלייט פון 35 טויזענט קילאמעטער אוועק (בערך 22 טויזענט פוס).
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4866
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

ישראל_הלוי האט געשריבן:
ישראל_הלוי האט געשריבן:הערליך.

בילד געכאפט דורך נאסא'ס GOES-16 סעטעלייט פון 35 טויזענט קילאמעטער אוועק (בערך 22 טויזענט פוס).

מסתם א טעות, 22 טויזענט?

ממה נפשך האט געשריבן:
ישראל_הלוי האט געשריבן:
ישראל_הלוי האט געשריבן:הערליך.

בילד געכאפט דורך נאסא'ס GOES-16 סעטעלייט פון 35 טויזענט קילאמעטער אוועק (בערך 22 טויזענט פוס).

מסתם א טעות, 22 טויזענט?

וודאי א טעות. צ"ל מייל. סליחה.
ישראל_הלוי
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 24021
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 05, 2006 12:01 pm

Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראל_הלוי »

בילד געכאפט היינטיגן טאג אין 1968 דורך די Apolo 8 חבורה.
אטעטשמענטס
20211224_103038.jpg
20211224_103038.jpg (184.29 KiB) געזען 2718 מאל
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4866
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

שכח!

שוין לאנג געטראכט, דאס איז זייער א קלארע בילד פאר יענע צייטן, 1968 איז תשכ"ח..
יאנקעל פעדראטשיק
שר ששת אלפים
תגובות: 6090
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעל פעדראטשיק »

ישראל_הלוי האט געשריבן:הערליך.

העי! סיז אריין געקוועטשט אויף די רעכטע זייט. ווער האט דאס געטוהן?
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4866
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:
ישראל_הלוי האט געשריבן:הערליך.

העי! סיז אריין געקוועטשט אויף די רעכטע זייט. ווער האט דאס געטוהן?

די עיליענס וואס נעמען איין די וועלט
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10744
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

נאך 25 יאר פון צוגרייטונגען איז די $10 ביליאן 'דזשעימס וועב' אינפארעד ספעיס טעלעסקאופ, וועלכע איז איבער 100 מאל מער מאכטפול ווי נאסא'ס יעצטיגע 'האָבל' טעלעסקאופ, היינט ארויפגעשאסן געווארן צו די הויכע ספערן, אויף די 'אַריאַן 5' ראקעט.

די מאכטפולע טעלעסקאופ וועט נישט ארומפארן די וועלט, עס וועט פליען ביז 'לאגראנדזש פוינט 2', בערך 1.5 מיליאן קילאמעטער פון די וועלט, און וועט קענען כאפן בילדער פון אביעקטן ביליאנען ליכט-יארן אוועק.

10 ביליאן טאללער.......
באשעפער זיסער...
נאכאמאל 10 ביליאן (נישט א מ' מיט קיין פארשטאפטע נאז..)
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
ישראל_הלוי
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 24021
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 05, 2006 12:01 pm

Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראל_הלוי »

eller האט געשריבן:נאך 25 יאר פון צוגרייטונגען איז די $10 ביליאן 'דזשעימס וועב' אינפארעד ספעיס טעלעסקאופ, וועלכע איז איבער 100 מאל מער מאכטפול ווי נאסא'ס יעצטיגע 'האָבל' טעלעסקאופ, היינט ארויפגעשאסן געווארן צו די הויכע ספערן, אויף די 'אַריאַן 5' ראקעט.

די מאכטפולע טעלעסקאופ וועט נישט ארומפארן די וועלט, עס וועט פליען ביז 'לאגראנדזש פוינט 2', בערך 1.5 מיליאן קילאמעטער פון די וועלט, און וועט קענען כאפן בילדער פון אביעקטן ביליאנען ליכט-יארן אוועק.

10 ביליאן טאללער.......
באשעפער זיסער...
נאכאמאל 10 ביליאן (נישט א מ' מיט קיין פארשטאפטע נאז..)

דא קען מען טרעקן דעם וועב'נען...

https://jwst.nasa.gov/content/webbLaunc ... sWebb.html
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

ישראל_הלוי האט געשריבן:
eller האט געשריבן:נאך 25 יאר פון צוגרייטונגען איז די $10 ביליאן 'דזשעימס וועב' אינפארעד ספעיס טעלעסקאופ, וועלכע איז איבער 100 מאל מער מאכטפול ווי נאסא'ס יעצטיגע 'האָבל' טעלעסקאופ, היינט ארויפגעשאסן געווארן צו די הויכע ספערן, אויף די 'אַריאַן 5' ראקעט.

די מאכטפולע טעלעסקאופ וועט נישט ארומפארן די וועלט, עס וועט פליען ביז 'לאגראנדזש פוינט 2', בערך 1.5 מיליאן קילאמעטער פון די וועלט, און וועט קענען כאפן בילדער פון אביעקטן ביליאנען ליכט-יארן אוועק.

10 ביליאן טאללער.......
באשעפער זיסער...
נאכאמאל 10 ביליאן (נישט א מ' מיט קיין פארשטאפטע נאז..)

דא קען מען טרעקן דעם וועב'נען...

https://jwst.nasa.gov/content/webbLaunc ... sWebb.html

אויךף ווילאנג איז דער רייזע געפלאנט?
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

ישראל_הלוי
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 24021
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 05, 2006 12:01 pm

Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראל_הלוי »

הלבלר בקולמסו האט געשריבן:

אין בערך 29 טעג ברויך עס אנקומען צום דעסטינאציע בערך א מיליאן מייל אוועק פון די ערד פלאנעט. און עס וועט דארט וואינען פאר בערך 10 יאר ווען עס וועט אויסלויפן פון ברענשטאף.
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2924
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

ממה נפשך האט געשריבן:שכח!

שוין לאנג געטראכט, דאס איז זייער א קלארע בילד פאר יענע צייטן, 1968 איז תשכ"ח..

איך געדענק צו האבן אמאל געליינט אז נאסא האט געארבעט מיט קאודעק (איינער געדענקט נאך קאודעק..?) אהערצושטעלן די בעסטע סארט פילמס פאר איינס פון אירע מיסיעס.

איך ווייס אבער נישט צו מען רעדט פון די אפאולא 8 מיסיע.
זקן מלא רחמים.
ישראל_הלוי
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 24021
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 05, 2006 12:01 pm

Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראל_הלוי »

ישראל_הלוי האט געשריבן:
הלבלר בקולמסו האט געשריבן:
ישראל_הלוי האט געשריבן:
eller האט געשריבן:נאך 25 יאר פון צוגרייטונגען איז די $10 ביליאן 'דזשעימס וועב' אינפארעד ספעיס טעלעסקאופ, וועלכע איז איבער 100 מאל מער מאכטפול ווי נאסא'ס יעצטיגע 'האָבל' טעלעסקאופ, היינט ארויפגעשאסן געווארן צו די הויכע ספערן, אויף די 'אַריאַן 5' ראקעט.

די מאכטפולע טעלעסקאופ וועט נישט ארומפארן די וועלט, עס וועט פליען ביז 'לאגראנדזש פוינט 2', בערך 1.5 מיליאן קילאמעטער פון די וועלט, און וועט קענען כאפן בילדער פון אביעקטן ביליאנען ליכט-יארן אוועק.

10 ביליאן טאללער.......
באשעפער זיסער...
נאכאמאל 10 ביליאן (נישט א מ' מיט קיין פארשטאפטע נאז..)

דא קען מען טרעקן דעם וועב'נען...

https://jwst.nasa.gov/content/webbLaunc ... sWebb.html

אויךף ווילאנג איז דער רייזע געפלאנט?

אין בערך 29 טעג ברויך עס אנקומען צום דעסטינאציע בערך א מיליאן מייל אוועק פון די ערד פלאנעט. און עס וועט דארט וואינען פאר בערך 10 יאר ווען עס וועט אויסלויפן פון ברענשטאף.
אטעטשמענטס
Screenshot_20211229-112822_Twitter.jpg
Screenshot_20211229-112822_Twitter.jpg (377.56 KiB) געזען 1852 מאל
שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2909
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאהן הענניטי »

ווען מ'רעדט פון ביליאנען ליכט יאר אוועק, וואס מאכט אויס דעי פיצי דיסטענס פון א מיליאן מייל? וואס פארדינט ער מיטן גיין אזוי ווייט פון ערד?
אוועטאר
רואיג!
שר האלף
תגובות: 1866
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 18, 2014 12:32 am

Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רואיג! »

שאהן הענניטי האט געשריבן:ווען מ'רעדט פון ביליאנען ליכט יאר אוועק, וואס מאכט אויס דעי פיצי דיסטענס פון א מיליאן מייל? וואס פארדינט ער מיטן גיין אזוי ווייט פון ערד?

ביי א יעדע ארביט איז דא צוויי כוחות וואס ארבעטן איינס אקעגן די אנדערע, טראכט פון א סאטילייט וואס גייט ארום די וועלט. פון איין זייט איז דא די כח פון גראוויטי, וואס שלעפט די סאטילייט צום וועלטל, פון די אנדערע זייט איז דא די כח פון די פליענדיגע סאטילייט אליין, וואס וויל אוועקפליען. פונקט ווי מען דרייט זיך ארום אין א רינג גאר שנעל, וועט מען זיך דארפן שטארק אנכאפן נישט אוועקצופליען, אזוי וויל די סאטילייט אוועקפליען וויבאלד עס דרייט זיך ארום גאר שנעל. דערפאר דארף מען יעדע סאטילייט אנשטעלן אויף א פונקטליכע ספיד (געוואנדען ווי ווייט עס איז), עס זאל נישט אוועק פליען, און נישט אראפפאלן, נאר בלייבן באלאנסירט.

דאס איז אלעס גוט ביי א געווענליכע ארביט, ווען איין גוף פליט ארום א צווייטע, אבער ווען א סאטילייט פליט ארם צוויי פלאנעטן למשל, ווערן די חשבונות אסאך מער קאמפליצירט. אין די יעצטיגע פאל האט מען געוואלט לייגן די טעלעסקאופ עס זאל ארומפליען סיי די וועלט און סיי די זון, אויב וועט מען עס לייגן נאנט צום וועלט וועט עס אהערפאלן, אויב וועט מען עס לייגן נאנט צום זון וועט עס אהינפאלן, איז וואו לייגט מען עס? זענען פארהאן 5 פונקטן וואו די גראוויטי באלאנסירט זיך צווישן יעדע צוויי גופים, און דארט קען מען זיך אהינשטעלן אויב מען וויל זיין סטאביל. די פונקטען זענען אויסגערעכנט געווארן דורך מאטעמעטישנס הונדערטע יארן צוריק, ובראשם " דזאסעף לאגראנזש", ועל שמו ווערט אנגערופן די פינף לאגראנזש פונקטען.

אין די יעצטיגע פאל איז די זון די גרויסע געלע קוגל אינדערמיט, און די וועלט איז די קליינע בלויע רינגעל, און די פינף גרינע פונקטען זענען די לאגרנדזש פונקטען. דארט קען מען לייגן סאטילייטס צו ארומפארן די זון צוזאמען מיט די וועלט.

Lagrangianpointsanimated.gif
Lagrangianpointsanimated.gif (287.46 KiB) געזען 1568 מאל

די דזעימס וועב טעלעסקאופ איז געבויט אויף א וועג צו זיין גאר סענסיטיוו צו שטראלן, כדי צו קענען אויפכאפן א גרויסע רעינזש פון שטראלן. דעריבער וויל מען נישט אז שטראלן פון די זון זאל אנקומען צום אפאראט, און אפילו נישט שטראלן פון די וועלט אדער לבנה. דערפאר האבן זיי געמאכט די גאנצע שוץ סיסטעם וואס זאל אפהיטן די אפאראט פון די שטראלן און היץ.

יעצט האבן זיי עס געדארפט אויסשטעלן אויף א וועג אז די וועלט זון און לבנה זאלן אייביג זיין אויף איין זייט פון דעם טעלעסקאופ. אויף די זייט וועט זיין די שוץ סיסטעם, און די סאולער פענעלס, און די אנטענעס וואס רעדן צום וועלט. און אויף די אנדערע זייט וועט זיין די עצם טעלעסקאופ. בשעת די סאולער פענעלס וועלן זיין עטליכע הונדערט דעגרי הייס, וועט די טעלעסקאופ זיין עטליכע הונדערט דעגרי אונטער זיראו (פערנהייט).

אשר על כן, די בעסטע פלאץ צו לייגן די טעלעסקאופ איז די פונקט וואס ווערט אנגערופן לאגראנדזש 2. ווי מען זעט אויפן בילד, ווען מען איז ביי L2, איז די וועלט און די זון אייביג אויף איין זייט, בשעת די אנדערע זייט האט א גוטע וויו צו די גאנצע בריאה.

איינמאל די טעלעסקאופ איז ביי L2, איז עס היפש סטאביל, און עס ווערט ע"פ רוב קאנטראלירט דורך די עלעקטיריציטעט פון די סאולער פענעלס. פון צייט צו צייט דארף מען אביסל ברענשטאף פאר עדזשאסטמענטס. פון די ביסל ברענשטאף וואס מען האט זיך געשפארט ביים ארויפפארן, האט מען לכאורה פארדינט א גוטע פאר יאר מער וואס עס וועט ארבעטן גוט.
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4866
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

Wow @רואיג, א קלארקייט אין די טיפסטע נושאים!

זייער שיין מסביר געווען, און דאס גיבט אביסל צו פארשטיין פארוואס די פראיעקט האט געקאסט אזוי סאך.

לויט די סייענטיסטן/אינדזשענירן וואס ארבעטן דערויף איז די שוץ סיסטעם אליינס איינע פון די גרעסטע חכמות ארויפגעלייגט צו ווערן אויף א סעטעלייט מימות עולם. אריינגערעכנט די פאקט אז די שוץ סיסטעם און ווי אויך די טעלעסקאופ דארפן זיך דארט אויבן אויסשפרייטן צו אסאך ברייטער ווי וואס גייט אריין אין א סעטעלייט.
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4866
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

james webb.gif
james webb.gif (708.48 KiB) געזען 1451 מאל

Screen Shot 2021-12-30 at 1.28.17 PM.png
Screen Shot 2021-12-30 at 1.28.17 PM.png (383.3 KiB) געזען 1445 מאל
הר גריזים
שר האלף
תגובות: 1531
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הר גריזים »

שכח רואיג! הערליך און קלאר!
Toyota
שר שלשת אלפים
תגובות: 3569
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 12:05 pm

Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Toyota »

זייער שיין אין קלאר אבער זיי אביסל מסביר די פאראגראף

"די דזעימס וועב טעלעסקאופ איז געבויט אויף א וועג צו זיין גאר סענסיטיוו צו שטראלן, כדי צו קענען אויפכאפן א גרויסע רעינזש פון שטראלן. דעריבער וויל מען נישט אז שטראלן פון די זון זאל אנקומען צום אפאראט"

מ'וויל יא אויפכאפן שטראלן אדער נישט??
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

יישר כח רואיג פאר די קלארע הסבר און ממה נפשך פאר די בילדער
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2909
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאהן הענניטי »

יישר כח רואיג הערליך
אוועטאר
רואיג!
שר האלף
תגובות: 1866
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 18, 2014 12:32 am

Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רואיג! »

Toyota האט געשריבן:זייער שיין אין קלאר אבער זיי אביסל מסביר די פאראגראף

"די דזעימס וועב טעלעסקאופ איז געבויט אויף א וועג צו זיין גאר סענסיטיוו צו שטראלן, כדי צו קענען אויפכאפן א גרויסע רעינזש פון שטראלן. דעריבער וויל מען נישט אז שטראלן פון די זון זאל אנקומען צום אפאראט"

מ'וויל יא אויפכאפן שטראלן אדער נישט??

שטעל דיר פאר מען לייגט ארויס א מייק וואס איז גאר סענסיטיוו, כדי צו קענען אויפכאפן און רעקארדירן יעדע שארך, און איינער גייט צו און שרייט אריין... מען וועט נאר הערן דעם יעניגער שרייען, און גארנישט אנדערש. די טעלעסקאופ זיצט מיט אנגעשפיצטע אויגן צו אויפכאפן יעדע שוואכע שטראל פון די אנדערע עק בריאה, אויב שיינט די זון אריין וועט מען נאר קענען זען די זון.

עס איז אינטערסאנט אנצומערקן, כאטש די יעצטיגע טעלעסקאופ האט גאר א ברייטע רעינזש פון שטראלן וואס עס גייט קענען זען, איז עס בעיקר שטראלן וואס א מענטש קען נישט זען. א געווענליכער מענטש קען זען פון בערך 380 ביז 750 נענאו-מיטערס, דאס איז פון ווייאלעט ביז רויט. די שטראלן וואס זענען קלענער פון ווייאלעט, ווערן אנגערופן אולטרא-ווייאלעט און א מענטשליכע אויג קען עס נישט זען, דערנאך איז עקס-רעיס, און די קלענסטע איז גאמא-רעיס. פון די אנדער זייט איז דא די שטראלן וואס זענען גרעסער פון רויט, און ווערט אנגערופן אינפרע-רעד. דערנאך קומט מייקראו-וועיווס, און די גרעסטע איז רעדיאו-וועיס.

האבעל טעלעסקאופ קען זען פון 100 נענאו-מיטערס ביז 2,500. דאס מיינט עס זעט די גאנצע ספעקטרום וואס א מענטש זעט, א חלק פון די אולטרא-ווייאלעט, און א חלק פון אינפרע-רעד. (נישט איין מאשין זעט דאס אלעס, צווישן אלע אינסטרומענטן וואס איז דא אויף האבעל קען מען דאס זען).

דזשעימס וועב וועט זען פון 600 נענאו-מיטערס ביז 28,000. דאס מיינט עס וועט נישט קענען זען אלעס וואס א מענטש זעט, נאר ארענדזש און רויט, אבער עס וועט זען טיף אריין אין די אינפרע-רעד.

דערפאר דארף מען האלטן די טעלעסקאופ גאר קאלט, ווייל אינסטרומענטן וואס כאפן אויף אינפרע-רעד ארבעטן נאר אין די קעלט. דאס איז די סיבה פארוואס מען האט געדארפט מאכן אזא פארגעשריטענע שוץ סיסטעם, און עס איז נישט גענוג געווען א ווענטל צו אפהאלטן די שטראלן און שוין, נאר מען וועט אויסשפרייטן פינף לעיערס צו אינסולעיטן פון היץ.

וואס איז טאקע די סיבה צו ווילן קוקן אויף די שטארק רויטע שטראלן? ווייל ווען אן אביעקט גייט אוועק פון דער אבזערווירער, ווערן די שטראלן מער רויט. קומט אויס אז ווען אונז קוקן אויף די רויטע, קוקן אונז באמת אויף אלע. (עס ווערט אנגערופן די רעליטיוויסטיק דאפלער עפעקט, ליגט מיר אין קאפ מען האט שוין ערגעץ געשמועס דערפון אויפן וועלטעל, איך קען עס נישט יעצט טרעפן).

---

א דאנק פאר אלע דאנקער'ס. זעט אויס דער עולם דאנקט היינטיגע צייטן מער ווי ווען איך בין געווען מער אקטיוו, אכשר דרא...
אוועטאר
מים חיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4994
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מים חיים »

זייער אינטערעסאנט הרב רואיג, יישר כח
דא איז שטיקל גרעף וואס איז געווען אין די קאמיוניטי קאנעקשינס, אויף די רעכטע זייט קען מען זען וואס דו שרייבסט
188.jpg
188.jpg (276.99 KiB) געזען 3274 מאל
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”