נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

באקסער בוים
שר האלף
תגובות: 1858
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 12:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באקסער בוים »

זאכליך האט געשריבן:ער האט מחדש געווען אסאך זאכן.

אבער זיין גרעסטע חידוש און לעגעסי איז די "האקינג ראדיאציע" וואס ער האט מחדש געווען, נעמליך אז בלעק האולס גיבן ארויס א געוויסע ראדיאציע.

אין קורצן (גאר אין קורצן) 2 פארקניפטע פארטיקעלס וואס געפינען זיך ביים עק פון די בלעק האול, וועלן זיך אפטיילן, איינס וועט אריינפאלן אין די בלעקהאול, און די צווייטע וועט אוועקפליען. וויבאלד זיי זענען געווען פארקניפט, מיינט עס אז די פארטיקל וואס פליעט אוועק נעמט מיט אביסל ענערגיע פון די בלעקהאול, און ענעריגע איז דאך מעסס (e=mc^2).

און צוליב די ברעקלעך מעסס וואס ס'פארלירט האט סטיווען האקינג מחדש געווען וועט די בלעקהאול צום סוף פארלירן אלע מעסס און צוגיין.

די חידוש פון די אויפטרעף איז אז ס'שטעלט צוזאמען איינשטיין טעאריע פון רעלאטיוויטעט מיט קוואנטום מעקעניקס אז ביידע זאלן שטימען (אויף דעם ספעציפישן פאל).

איך זוך א חברותא איבערצוגיין דעם 'קורצן' שיעור...

ביטע הרב זאכליך, ווען איר האט אביסל איבעריג צייט, זייט מער מאריך און באשרייב עס מיט מער ביאור פאר די שוואכערע קעפ.
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

לויט די לעצטע שאצונגן גייט די כינעזע ספעיס סטאנציע אראפקראכן דעם ערשטן טאג חול המועד.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלפיים
תגובות: 2957
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלי' מקוה יוד »

יישר כח פאר אונזער ספעיס קאפיטאן מר זאכליך פאר די עקסקלוסיוו באריכטן פאר אונזער קרעטשמע.
אוועטאר
פערדס מיניסטער
שר האלף
תגובות: 1539
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 10:39 pm
לאקאציע: איך ווייס נישט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פערדס מיניסטער »

וואו אין די וועלט וועט עס פאלן?
אוועטאר
בילדער
שר חמש מאות
תגובות: 644
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 3:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בילדער »

איז די סיבה פארוואס די געלע זאנע האט א העכערע שאנס איז נאר וויל דארט מאכט ער דארט דעם דריי? דאס מיינט אז 'סאטיסטעקלי' קען עס דארט ענדערש געשען?
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

פערדס מיניסטער האט געשריבן:וואו אין די וועלט וועט עס פאלן?

דאס קען מען נישט וויסן ביז געציילטע שעות פאר ס'הייבט אן פאלן, זינט ס'פליט ארום די וועלט 16 מאל א טאג, ממילא אויב הייבט עס פאלן א האלבע שעה שפעטער ווי פארגעשאצט וועט עס פאלן די אנדערע עק וועלט.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

בילדער האט געשריבן:איז די סיבה פארוואס די געלע זאנע האט א העכערע שאנס איז נאר וויל דארט מאכט ער דארט דעם דריי? דאס מיינט אז 'סאטיסטעקלי' קען עס דארט ענדערש געשען?

ריכטיג.

אין אנדערע ווערטער, ווייל ס'פליט מער צייט העכער יענע געגענטער.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

די כינעזער ספעיס סטאנציע פארלירט ספיד שנעלער ווי געראכטן, לויט די לעצטערע שאצונגען וועט עס אראפפאלן די ערשטע טאג יו"ט נאכמיטאג.

DZNxur2WkAAa8RV.jpeg
DZNxur2WkAAa8RV.jpeg (139.06 KiB) געזען 2648 מאל


א פרישע מאפע טוט אנצייגן אלע מעגליכקייטן ווי ס'קען פאלן, אויב וואוינט איר נישט אינטער א רויטע ליניע, קענט איר זיין רואיג.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9090
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

וויזוי פארלירט עס בכלל ספיד, אויב זיין מאטאר ארבעט נישט? לכאורה ברויך ער אנהאלטן זיין ספיד, נאר ווערן צוגעשלעפט צום ערד, און ווערן פארברענט, ניין?
רשעות קאלטע סעלצער
דניאל בוימענגארטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 457
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 12:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל בוימענגארטן »

גייט כאטש טשיינע דארפן צאלן א טאריף אויב פאלט עס אריין אין אמעריקע?
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8114
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

פסח׳דיג מאכן די שירעמעס, חברה...
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

האט איר שוין געהערט פון דעם קאליפארניער איינוואוינער מייק היוס? ער איז א פארשוין וואס האט זיך באקאנט געמאכט מיט אינטערעסאנטע און ווילדע טעאריעס און קאנספיראציעס איבער דער וועלט און אנדערע פלאנעטן.

דאסמאל האט ער באשלאסן צו זיין עכט איינער וואס "קומט פון די לבנה" אדער כאטש "אויפן קאפ געפאלן"... דער חכם עתיק יומין פון די מאנישטאנא, האט זיך צאמגעשטעלט א ראקעט, און באשלאסן צו ארויפפליען אין די הויכע ספערן. פארוואס? ווייל דער האט א שיטה, אז די וועלט איז פלאך, אזויווי פארשער האבן געגלייבט אנהייב פון די וועלט באשאף (זיי האבן נישט געגלייבט אין די באשאף זעלבסט, אבער אין זיינע שטותים זענען זיי געווען פארגלייבט ווי משוגע).

איי, די פארשער זאגן אז די וועלט איז ווי א באלל, ווי קען ער עס לייקענען? אה, די פארשער זאגן אזוי ווייל זיי ווילן אונז איינרעדן, ער וועט זיך נישט לאזן פון זיי... דער מייק האט באשלאסן ארויפצופליען, און ווייזן איינמאל פאר אלעמאל אז די וועלט איז פלאך, כאטש אזויווי זיין קעפעלע.

למעשה איז אים געלונגען די ארויפשיס, ווען דער שוטה האט זיך סוקסעספול ארויפגעשאסן 1,875 פיס אין דער לופטן, אין א ראקעט וואס ער האט אליין צוזאמגעשטעלט, אינעם מוהאווי מדבר אין קאליפארניע, האבנדיג דערויף אויפגעשריבן די ווערטער "פארשט די פלאכע ערד".

זיין ראקעט איז טאקע סוקסעספול ארויפגעשאסן געווארן, אבער ביים לאנדן איז ער געווען געצוואונגען צו נוצן אן עמורדזשענסי פאראשוט, און געלאנדעט מיט א שטארקן זעץ צוריק אויף דער ערד, פון וועלכע ער האט געליטן וואונדן אויפ'ן רוקן און איז אפגעפירט געווארן אין שפיטאל.

בלוט וועט זיך גיסן, אבער דער וועלט איז פלאך!

נו, פרעג איך דיר...
אטעטשמענטס
unnamed.jpg
unnamed.jpg (84.78 KiB) געזען 2511 מאל
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
פערדס מיניסטער
שר האלף
תגובות: 1539
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 10:39 pm
לאקאציע: איך ווייס נישט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פערדס מיניסטער »

זאכליך האט געשריבן:די כינעזער ספעיס סטאנציע פארלירט ספיד שנעלער ווי געראכטן, לויט די לעצטערע שאצונגען וועט עס אראפפאלן די ערשטע טאג יו"ט נאכמיטאג.

DZNxur2WkAAa8RV.jpeg


א פרישע מאפע טוט אנצייגן אלע מעגליכקייטן ווי ס'קען פאלן, אויב וואוינט איר נישט אינטער א רויטע ליניע, קענט איר זיין רואיג.


ניו יארק איז אונטער די רויטע ליניע (אנטשולדיגט אויב עס איז א דאמב קשיא, איך קען נישט די מעפ אן ווערטער)
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:וויזוי פארלירט עס בכלל ספיד, אויב זיין מאטאר ארבעט נישט? לכאורה ברויך ער אנהאלטן זיין ספיד, נאר ווערן צוגעשלעפט צום ערד, און ווערן פארברענט, ניין?


די אטמאספערע שלעפט אים צוריק

וויבאלד ס'פליט אזוי נידעריג/ נאנט צו די אטמאספערע, געפינט זיך דארט אביסל ברעקלעך פון די אטמאספערע. און ווען ס'פליט אזוי שנעל קלאפט עס אריין אין די ברעקלעך לופט וואס פארשטייטערט אים.

ווי מער ס'פארשטייטערט זיך אלס נידעריגער פליט עס, און ווי נידעריגער ס'פליט אלס מער לופט ברעקלעך איז דא, פארשטייטערט ער זיך נאך מער... ביז... ס'פאלט אראפ.

DZSnAo9XcAEsb4b.jpeg
DZSnAo9XcAEsb4b.jpeg (47.1 KiB) געזען 2419 מאל


דא קען מען זעהן יעדן טאג וויפל ספיד ס'פארלירט.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

פערדס מיניסטער האט געשריבן:
זאכליך האט געשריבן:די כינעזער ספעיס סטאנציע פארלירט ספיד שנעלער ווי געראכטן, לויט די לעצטערע שאצונגען וועט עס אראפפאלן די ערשטע טאג יו"ט נאכמיטאג.

DZNxur2WkAAa8RV.jpeg


א פרישע מאפע טוט אנצייגן אלע מעגליכקייטן ווי ס'קען פאלן, אויב וואוינט איר נישט אינטער א רויטע ליניע, קענט איר זיין רואיג.


ניו יארק איז אונטער די רויטע ליניע (אנטשולדיגט אויב עס איז א דאמב קשיא, איך קען נישט די מעפ אן ווערטער)


יא, פערדס מיניסטער. ניו יארק איז אין די העכערע ריסק זאנע.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

לעצטע שאצונגען שטעלט עס יא און חול המועד!
אטעטשמענטס
DZY6A7VWAAIynt_.jpeg
DZY6A7VWAAIynt_.jpeg (132.78 KiB) געזען 2320 מאל
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלפיים
תגובות: 2957
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלי' מקוה יוד »

@שמעלקא, וואס ווייזן זיינע בילדער איבער די פלאכקייט פונעם ערד?..
בוידעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6639
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוידעם »

עס ווייזט די פלאכקייט פון יענעמס מח
רצונינו לעשות רצוניך.
אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר האלף
תגובות: 1318
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל אלצווייסער »

;l;p-
בוידעם האט געשריבן:עס ווייזט די פלאכקייט פון יענעמס מח
איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4860
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

זאכליך האט געשריבן:לעצטע שאצונגען שטעלט עס יא און חול המועד!


ס'האט אראפגעקראכט היינט בערך 8:15 ביינאכט העכער די פאסיפיק אושען.
אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלפיים
תגובות: 2957
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלי' מקוה יוד »

בוידעם האט געשריבן:עס ווייזט די פלאכקייט פון יענעמס מח

:lol:
אוועטאר
פערדס מיניסטער
שר האלף
תגובות: 1539
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 10:39 pm
לאקאציע: איך ווייס נישט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פערדס מיניסטער »

ממה נפשך האט געשריבן:
זאכליך האט געשריבן:לעצטע שאצונגען שטעלט עס יא און חול המועד!


ס'האט אראפגעקראכט היינט בערך 8:15 ביינאכט העכער די פאסיפיק אושען.


די מענטשן האבן איבערגעלעבט? (עס איז בכלל מעגליך?)
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4860
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

נישט געווען קיין מענטשליכע שאדנס, וויבאלד ס'האט געקראכט העכערן וואסער וואו מענטשן געפונען זיך נישט
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29294
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

פערדס מיניסטער האט געשריבן:
ממה נפשך האט געשריבן:
זאכליך האט געשריבן:לעצטע שאצונגען שטעלט עס יא און חול המועד!


ס'האט אראפגעקראכט היינט בערך 8:15 ביינאכט העכער די פאסיפיק אושען.


די מענטשן האבן איבערגעלעבט? (עס איז בכלל מעגליך?)


שוין לאאנג נישט דא קיין מענטשן אין די סטאנציע.
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

נאך 7.5 חדשים זיך ארומקריגן אויף קאפיטאל הילל האבן די סענעטארן ענדליך געשטימט 50-49 צו אפראוון פרעזידענט טראמפ'ס נאמעני דזשים בריידענשטיין אלס די קומענדיגע נאסא אדמיניסטראטער.

די דעמאקראטן זענען געווען שארף אקעגן בריידענשטיין צוליב דעם וואס ער האט נישט געגלייבט אינגאנצן אין גלאובעל ווארעמינג, זאגענדיג אז מ'דארף נאך פארשן צו זעהן ווי ווייט קלימאט טויש איז טאקע א מציאות, און וויפיל מענטשן זענען די גורם.

אויך האבן זיי אים נישט ליעב געהאט ווייל ער האט נישט ארויסגעוויזן גענוג שטיצע פאר די נארישקייט גרופעס, מיטן זאגן אז ס'איז נאך דא מענטשן אין אמעריקע וואס רעספעקטירן מאראלישע ווירדן.

ס'איז צום האפן אז ער וועט קענען ארויספירן נאסא פון פאוקעסן אויף גלאובעל ווארעמינג, און אנשטאט זיך פארלייגן אויף ספעיס עקספלארעישאן. און אזוי אויך פאוקעסן אויף פרישע אויפטרעפונגען אין סייענס, און נישט זיין פארנומען מיט פאליטישע אגענדעס ווי דייווערסיטי א.ד.ג.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”