נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
עין טובה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4062
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עין טובה »

Wow! טענקס!
...
רה''ק דקהל פורים
שר האלף
תגובות: 1098
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 19, 2017 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רה''ק דקהל פורים »

ש'כח זאכי!

@קיסריה, וואס איז די כפירה צו גלייבן אז אזא צוזאמענשטויס מאכט גאלד?
(איה''נ אז צו זאגן אז אלעס אויף די וועלט איז אזוי באשאפן געווארן איז לכאורה יא, אבער דאס מיינט נישט אז בהמשך קען דאס נישט זיין.)
מיין נישט ענטפערן איז וויבאלד דו האסטו נאך קיינמאל צוריקגעצויגן, אפי' נאכ'ן ווערן געפראווד ראנג.
אוועטאר
בילדער
שר חמש מאות
תגובות: 644
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 3:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בילדער »

Wow

גאר אינטערעסאנט
באקסער בוים
שר האלף
תגובות: 1858
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 12:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באקסער בוים »

סופער סופער הרב זאכליך, נישטא קיין ווערטער איבער דיינע ברייטע ידיעות און קריסטאל קלארע שריפט!

א ריזיגע ישר כח.
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4860
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

קומט אריין די מוראדיגע נייעס אז די felcon heavy ראקעט פון ספעיס עקס איז שוין כמעט גרייט און לויטן יעצטיגן פלאן, אויב אלעס גייט געשמירט, וועט עס מאכן די ערשטע רייזע שוין אזוי פרי ווי ענדע דעצעמבער.

יעצט ווארטן מיר אויף א פולע באריכט פון הרב זאכליך, וואס פונקטליך איז דאס די פעלקאן העווי און פארוואס די נייעס ארום דעם איז אזוי איבערראשענד און היסטאריש.

לאקינג פארווערד!
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

דו ביסט אבנארמאל קלאר רב זאכליך
לאלתר לחיים
שר האלף
תגובות: 1462
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 18, 2012 11:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאלתר לחיים »

ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4860
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

לאלתר לחיים האט געשריבן:https://en.wikipedia.org/wiki/Falcon_Heavy


א באריכט פון זאכליך, אויף מאמע לשון, קוקן מיר שטארק ארויס דערויף...
צד תמות
שר חמש מאות
תגובות: 824
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 05, 2015 2:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צד תמות »

אין אנדערע נייעס, א אינטערעסאנטע שמועס פון פנחס גלויבער, אין זיין "על רגל אחת" אפטיילונג אויף ק"מ, איבער קויפן ריעל עסטעיט אין ספעיס.
גאר וויכטיג אויסצוהערן פאר ווער סוויל זיך אריינלאזען און דעם פעלד...
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

ממה נפשך האט געשריבן:קומט אריין די מוראדיגע נייעס אז די felcon heavy ראקעט פון ספעיס עקס איז שוין כמעט גרייט און לויטן יעצטיגן פלאן, אויב אלעס גייט געשמירט, וועט עס מאכן די ערשטע רייזע שוין אזוי פרי ווי ענדע דעצעמבער.

יעצט ווארטן מיר אויף א פולע באריכט פון הרב זאכליך, וואס פונקטליך איז דאס די פעלקאן העווי און פארוואס די נייעס ארום דעם איז אזוי איבערראשענד און היסטאריש.

לאקינג פארווערד!


די פאלקאן העווי איז אויף וואס איך ווארט מיט שפאנונג, דאס אנטשפרעכט צו זיין מער מאכטפול ווי סיי וועלכע ראקעט וואס איז יעצט דא אין באנוץ.

פאר א ליסטע זעה דא.
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 3#p1480953

ספעיס עקס האלט אין איין אפשטופן די פאלקאן העווי טעסט פלייט, די לעצטע מאל זיי האבן עס אפגעשטופט איז געווען 3 וואכן צוריק, ס'איז דעמאלסט געווארן אפגעשטופט פון נאוועמבער צו דעצעמבער.

איך בין כמעט זיכער אז סגייט נאכאמאל ווערן אפגעשטופט, די איינציגסטע סיבה פארוואס איך טראכט אז זיי גייען עס נישט נאכאמאל אפשטופן איז כדי עס אריינצוכאפן נאך אין 2017.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

אפשר באלאנגט עס אין קאמישע נייעס...

עפעס אן 11 יעריגע אינגל פון רוסלאנד טענהט אז ער האט אמאל געוואוינט אויף מארס בעפאר ס'איז חרוב געגאנגען דורך א נוקלעאר מלחמה.

ער זאגט אז ער פלעגט זיין א ספעיס פילאט פון מארס, זיי פלעגן אטעמען קארבאן מאנאקסייד, און ווען ער פלעגט באזוכן ערד פלעגט ער דארפן מיטנעמען א אטעמען טאנק נישט אריינצואטעמען די שעדליכע אקסיטשון...

זיינע עלטערן זענען פארגלייבט אין זיינע מעשיות, זיי זאגן אז ער האט שוין געקענט רעדן ביי אפאר חדשים אלט. זיי האבן אים קיינמאל נישט ספעציעל געלערנט איבער ספעיס און אסטראנאמיע, אבער פון יונגווייז אן פלעגט ער אלץ רעדן פון מארס.

ער זאגט אז ער איז געשיקט געווארן צו ערד,אונז צו ווארענען איבער די געפאר פון נוקלעאר, אז ס'זאל נישט פאסירן דאס וואס האט פאסירט אויף מארס...
אטעטשמענטס
marsboy2.png
marsboy2.png (131.97 KiB) געזען 2666 מאל
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9090
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

זאכליך האט געשריבן:אפשר באלאנגט עס אין קאמישע נייעס...

עפעס אן 11 יעריגע אינגל פון רוסלאנד טענהט אז ער האט אמאל געוואוינט אויף מארס בעפאר ס'איז חרוב געגאנגען דורך א נוקלעאר מלחמה.

ער זאגט אז ער פלעגט זיין א ספעיס פילאט פון מארס, זיי פלעגן אטעמען קארבאן מאנאקסייד, און ווען ער פלעגט באזוכן ערד פלעגט ער דארפן מיטנעמען א אטעמען טאנק נישט אריינצואטעמען די שעדליכע אקסיטשון...

זיינע עלטערן זענען פארגלייבט אין זיינע מעשיות, זיי זאגן אז ער האט שוין געקענט רעדן ביי אפאר חדשים אלט. זיי האבן אים קיינמאל נישט ספעציעל געלערנט איבער ספעיס און אסטראנאמיע, אבער פון יונגווייז אן פלעגט ער אלץ רעדן פון מארס.

ער זאגט אז ער איז געשיקט געווארן צו ערד,אונז צו ווארענען איבער די געפאר פון נוקלעאר, אז ס'זאל נישט פאסירן דאס וואס האט פאסירט אויף מארס...

ברויכן זיי לערנען די קינדער זייערע אז ווען זיי קומען אהן אויפן מארס, וויזוי צו איבער געבן די נוקלערע געשיכטע פונעם דאהי׳גן ערד קיגעל...
רשעות קאלטע סעלצער
חנן בן עכבור
שר מאה
תגובות: 112
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חנן בן עכבור »

ווי איז ער געבוירן געווארן? דא אדער אויף מארס? זיינע עלטערן קומען אויך פון מארס? ווען - אין די לעצטע 11 יאר - זאגט ער איז געווען די אויפרייס אויף מארס?

קאם איין @זאכליך, קום אריין קלאר ווי שטענדיג מיט די מעשה.
רה''ק דקהל פורים
שר האלף
תגובות: 1098
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 19, 2017 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רה''ק דקהל פורים »

לכאורה דערציילט ער וואס ער האט 'מיטגעלעבט' אין פריערדיגן גלגול אלס פילאט אויף מארס..
מיין נישט ענטפערן איז וויבאלד דו האסטו נאך קיינמאל צוריקגעצויגן, אפי' נאכ'ן ווערן געפראווד ראנג.
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

זאכליך האט געשריבן:עפעס אן 11 יעריגע אינגל פון רוסלאנד טענהט אז ער האט אמאל געוואוינט אויף מארס בעפאר ס'איז חרוב געגאנגען דורך א נוקלעאר מלחמה.

ווער האט מלחמה געהאלטען מיט וועם?
זאכליך האט געשריבן:ער זאגט אז ער איז געשיקט געווארן צו ערד

פון וועם?

וויפיל מענטשען וואוינען אויף מארס? און וועליכע שפראך רעדען זיי?
און וואס האט דארט פאסירט? מען דארף אים ווארענען אז אויב ער וועט נישט דערציילען וועט מען אים מוזען צוריק שיקען; און דאס מאל זיי דערציילען אז דא אויף דער ערד האט ער בכלל נישט געדארפט אטעמען און פלעגט זיין אינטער וואסער און שווימען פון איין עק צום צוויטען מיט איין שאס; און נאר ארויף קומען יעדען צווייטען טאג פאר נייעס.

אויך וואלט זייער געווען אינטרעסאנט צו וויסען, וואס די מארשען'ס האבען געטוהן ווען די צוויי ראווערס האבען דארט געלאנדעט; איינס אין א וועלדעל, דאס צווייטע אינעם גארטען פון די מארשען הויפט-מאן.
חנן בן עכבור האט געשריבן:ווי איז ער געבוירן געווארן? דא אדער אויף מארס? זיינע עלטערן קומען אויך פון מארס?

זיין מאמע קומט פון ווענוס און זיין טאטע פון דער לבנה, האבען זיי א זוהן וואס קומט פון מארס.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

חחחח

ער טענה'ט אז אלע איינוואוינער, די גאנצע מארשאן ציוויליזאציע, איז געשטארבן ביי א נוקלעארע מלחמה וואס האט פאסירט דורות צוריק אין זיין פאריגע גלגול...

צילוב דעם וואס ער איז געווען אין ספעיס אלס א פילאט האט ער עס איבערגעלעבט....
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
רה''ק דקהל פורים
שר האלף
תגובות: 1098
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 19, 2017 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רה''ק דקהל פורים »

לפי זה קומט אויס אז די וואס גלייבן אז עס זענען דא מענטשן אויף די אנדערע פלאנעטן גלייבן לכאורה דעם אינגל, וואס לויט אים איז אויף מארס (מער) נישטא קיינער....

עט ליעסט אויף איין פלאנעט איז מען זיך דורכגעקומען...
מיין נישט ענטפערן איז וויבאלד דו האסטו נאך קיינמאל צוריקגעצויגן, אפי' נאכ'ן ווערן געפראווד ראנג.
אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3898
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צווייפעל »

שוין געהערט אזאנס.

איך געדענק אז אין מיין חדר האט געלערנט א אינגל וואס דער מלמד האט קלאר געזאגט אז דער קומט פון די לבנה..

כמיין אין משוגעים הויז איז מסתם דא הינדעטער אזעלכע...
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

זאכליך האט געשריבן:חחחח

ער טענה'ט אז אלע איינוואוינער, די גאנצע מארשאן ציוויליזאציע, איז געשטארבן ביי א נוקלעארע מלחמה וואס האט פאסירט דורות צוריק אין זיין פאריגע גלגול...

צילוב דעם וואס ער איז געווען אין ספעיס אלס א פילאט האט ער עס איבערגעלעבט....

און דערובער האט ער שוין געקענט רעדן ביי אפאר חדשים אלט? עפעס איז דא ווראנג; אזא איינער וואלט שוין געדארפט רעדען דאס ערשטע טאג און אויס פירען זאפארט זיין מיסיע
פאר וואס ער איז געשיקט געווארן צו ערד, אונז צו ווארענען איבער די געפאר פון נוקלעאר, אז ס'זאל נישט פאסירן דאס וואס האט פאסירט אויף מארס.

פארפאלען, ער האט מועל געווען בשליחותו. ער האט נאך געקענט סטאפען דער איראנער דיעל ווען ער רעדט ווען א ביסעלע פריער.

שיק אים אבער נישט צוריק ווייל עס ווארט אויף אים טויט שטראף (און מגולגל ווערען נעקסט אין נארט קאריע אדער אויף Pluto).
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
שואלכענין
שר האלף
תגובות: 1969
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שואלכענין »

אלע וויצן זענען געשמאק... איך האב היבש אינטערגעלאכט.
צי ער זאגט עפעס ממשות'דיג? איך וואלט נישט געצאלט דערפאר קיין דאלער...
אבער, סתם פאר די אינטערעסאנטקייט, האט דאס קינד פארשידענע זאכן, וואס מאכן טראכטן, אז עפעס איז דא מאדנע.
דאס קינד האט אנגעהויבן רעדן פרי, און מיט א משונה'דיגע קלארקייט געשילדערט קאמפליצירטע זאכן וואס קינדער (און אפילו ערוואקסענע) האבן קיין השגה נישט. מעגליך איז אלעס דמיונות (אדער ליגנט פון די עלטערן), אבער ער האט גלייך געוואוסט "ווי ביים טאטן אין וויינגארטן" וויאזוי ספעיס ארבעט, און וויאזוי מען פארט ארום דארט, און אויך מערערע ידיעות איבער די ספעיס מאשינען (יו.עף.או'ס) וויאזוי זיי זעען אויס אינעווייניג, און האט געמאלן דעטאלירטע מאנאגראמ'ס און פלענער מיט מושגים וואס מען דארף זיין געלערנט צו כאפן און פארשטיין וויאזוי עס ארבעט.
גוגלט אים אביסל, וועט איר זען, אז עפעס מאדנע איז דא אין אים, כאטש מען מוז נאכנישט גלייבן "אלעס" וואס ער זאגט...
בקיצור, עפעס איז דא "נישט נארמאל"...
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

און דו גלייבסט דאס אלעס וואס דו האסט דא געשריבן?
שואלכענין
שר האלף
תגובות: 1969
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שואלכענין »

ליין ביטע איבער, איך האב געשריבן אז איך וואלט נישט באצאלט דערפאר קיין איין דאלער.
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

דאס אליינס אז ער ווייסט אזוי פיל וועגען אזא ענין (אויב עס איז בכלל אמת) איז א סימן אז מען האט אים די אלע זאכען געפיטערט שוין פון אלץ קליין קינד. (די רעפארטערס זענען נישט געווען דארט ווען ער איז געווען גאר קליין צו זעהן צו ער האט יא גערעדט צו ער האט נישט גערעדט, און ווי הויעך איז געווען זיין IQ. מען האט עס זיי דערציילט "נאכטרעגליך".

ווען, נאר ער זאגט, און דער טאטע מאמא זענען דומע קאלבען און ווייסען פון גארנישט, וואלט מען געקענט דאס זאגען; אבער אז די עלטערען האבען די זעלבע משוגעת איז א סימן אז אוודאי שותא דינוקא או דאבא או דאמא.

דא איז עס שותא דאבוה ודאימיה.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

שואלכענין האט געשריבן:ליין ביטע איבער, איך האב געשריבן אז איך וואלט נישט באצאלט דערפאר קיין איין דאלער.


דו האסט געזאגט אז דו וואלסט נישט געצאלט קיין דאלער פאר וואס דאס קינד זאגט, אבער דאך, ס'דא פארשידענע מאדנע פאקטן ארום זיין פערזענליכקייט, ווי דאס אז ער האט גאר יונג גערעדט וכו' וכו'..

פרעג איך צו די אלע מאדנע פאקטן גלייבסטו יא?
אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2905
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

א פרישע משוגענער, און א פרישע נבואה; דאס מאל איבער א געוועזענע מארזשן וואס האט אנגעבליך באזוכט אונזער ערד קוגל מיט א 70 טויזנט יאר בעפאר תליית המאורות...

גראדע איז דער רוסישער בחור שוין קיין אינגל, מען רעדט דא פון א 21 יעריגער רוס וואס האט אנגעהויבן גיסן מארסישע פאנטאזיעס מיט בערך 10 יאר צוריק ווען ער איז אלט געווען 11 יאר. ווי די עלטערן געבן איבער, איז באריס קיפריאנאוויטש (אין קורצן "באריסקא") א וואונדער קינד וואס האט שוין געקענט רעדן ביי 4 חדשים, און ליינען צייטונגען ביי די צוויי יאר. ער איז געווען אזוי שארף אז ער האט זיך נישט געקענט צופאסן צו די שולע קוריקולום ווארים ער איז געווען פיל מער קלוג און אינטעליגאנט ווי זיי. אין אנדערע ווערטער, סך הכל א געזונטע קעפעלע וואס האט אנגעפילט זיין אינטעליגאנץ מיט 'נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען', אזש ביז זיין אווער-דרייוו IQ האט אים געמאכט "זעהן" זיין נישט געשטויגענעם עבר אויף מזל מאדים.
לעצט פארראכטן דורך מונאוויטש אום זונטאג נאוועמבער 12, 2017 4:09 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”