נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

יאנקעל פעדראטשיק
שר ששת אלפים
תגובות: 6090
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעל פעדראטשיק »

זאכליך האט געשריבן:Using the JPL ephemeris, the closest predicted approach to Mars between now and 2030 is 7 million km on 2020 Oct 8. This is still well outside Mars' gravitational sphere of influence

In contrast, the Roadster will not return anywhere near Earth by 2030; closest it gets after this month is Mar 2021 at a distant 45 million km

Summary: Starman will be lonely for a long time to come

האט מעדעך שוין פאר די זעלבע געלט געקענט מיטשיקן א פאסאזשיר זאל ער כאטש האבן צו וועם צו רעדן א ווארט, שלעכטע מענטשען טראכטן נישט פון יענעם...
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

די רוסן גרייטן זיך פאר א מיסיע צו דעליווערן קארגאו צו די אינטערנאציאנאלע ספעיס סטאנציע, היינט פארטאגס אום האלב פיר.

זיי גייען די ערשטע מאל פרובירן די fast track מהלך, דאס מיינט א שנעלע צוזאמען טרעף מיט די אינטערנאציאנאלע ספעיס סטאנציע, און נישט מער ווי 3 אהאלב שעה נאך ליפטאף.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

דער זאכליך גייט אן, ער געט נישט אויף.

בד"וו, וואס איז דאס פעסט טרעק?
לעצט פארראכטן דורך צל עובר אום מוצ"ש פעברואר 10, 2018 11:26 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

פארוואס געט נאס"א זייער טעכנאלגיע מיט אזא ברייטקייט, עס קען דאך אנקומען צו נארט קאריע וכדומה?
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2918
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

צל עובר האט געשריבן:פארוואס געט נאס"א זייער טעכנאלגיע מיט אזא ברייטקייט, עס קען דאך אנקומען צו נארט קאריע וכדומה?


זיי געבן טאקע נישט מיט א ברייטקייט, נאר אמעריקאנער קאמפאניס באקומען דאס, עס איז דא שטרענגע געזעצן אפילו איבער וועלכע בילדער די קאמפאניס מעגן ארויסגעבן,

פונדעסטוועגן האט שוין זשעף בעזאס פון BLUE ORIGIN געשריבן אין 2003 למס' אז אן נאסא וואלט קיין איין פרייוואט קאמפאני נישט געהאט די מעגליכקייט צי טון סיי וואס איבער ספעיס, ער געט א דוגמה פון עקסרעם סאפיסטיקירטע סאפטוועיר וואס נאסא האט מיטגעטיילט מיט פריוואטע קאמפאניס. זע א ציטאט פון זיינע ווערטער

[align=center]
The ONLY reason any of these small space companies
have a chance of doing ANYTHING is because they get to stand on the
shoulders of NASA’s accomplishments and ingenuity.
If you want a specific example: consider that all these companies use
extremely sophisticated computer codes for analyzing things like
structures, heat flows and aerodynamics, which codes were developed
(over many years and meticulously tested against physical reality) by
NASA!
[/align]
זקן מלא רחמים.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

קען זיין אז בעזאס זאגט אזוי, ווייל עס פאסט אים נישט, אז ספעיס עקס פאקט אים איין.
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2918
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

צל עובר האט געשריבן:קען זיין אז בעזאס זאגט אזוי, ווייל עס פאסט אים נישט, אז ספעיס עקס פאקט אים איין.


איך קען נישט מאריך זיין אבער עס זיכער נישט געווען בעזאוס סיבה צי שרייבן אזוי.
זקן מלא רחמים.
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

און צוגאב צו וואס דערבארעמדיגער שרייבט, האלט נאסא אויך קאנטראל וועם מ'הייערט ביי ספעיס עקס. יעדע ארבייטער דארט דארף דורכגיין א געוויסע סעקיוריטי קלירענס.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

כ'האב באוויזן צו לייגן א האנט אויף די ליסטע פון די קארגאו וואס ליגט אין די רוסישע ספעיס שיף.

1,962 פונט ברענשטאף צו קאנטראלירן די סטאנציע
110 גאללאן וואסער
53 פונט פרישע לופט
48 פונט אקסיגען
און נאך בערך 100 פונט עקוויפמענט.
אטעטשמענטס
photo_02-09-10.jpg
photo_02-09-10.jpg (631.48 KiB) געזען 1743 מאל
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

צל עובר האט געשריבן:בד"וו, וואס איז דאס פעסט טרעק?


געווענליך נעמט אפאר טאג ביז די ספעיס שיף טרעפט זיך צוזאם מיט די אינטערנאציאנאלע ספעיס סטאנציע.

די רוסן האבן א שנעלערע וועג פון 6 שעה, דאס איז 4 ארביטס, ביז זייער ספעיס שיף טרעפט זיך צוזאם מיט די סטאנציע. יעצט גייען זיי פרובירן נאך א שנעלערע מהלך, פון נאר 2 ארביטס, דאס בערך 3 אהאלב שעה.

ליפטאף איז געפלאנט אויף 3:58:45. סאו צווישן 7ע און 8ע גייט שוין די ספעיס שיף אנקומען צו די סטאנציע.

דאס איז רעקארד ברעיקינג שנעל.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
פאקטען
שר האלף
תגובות: 1693
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 03, 2015 9:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאקטען »

זאכליך האט געשריבן:כ'האב באוויזן צו לייגן א האנט אויף די ליסטע פון די קארגאו וואס ליגט אין די רוסישע ספעיס שיף.

1,962 פונט ברענשטאף צו קאנטראלירן די סטאנציע
110 גאללאן וואסער
53 פונט פרישע לופט
48 פונט אקסיגען
און נאך בערך 100 פונט עקוויפמענט.


קוקט אויס אין ספעיס איז א פונט לופט טייערער פון א פונט מצות..

שכח זאכליך פאר די קלארע באריכטן

בד"וו דער אשכול איז א סעמפל וויאזוי א אשכול דארף אויס קוקען
איך בין גרייט צו פארן פון מאנסי קיין ברוקלין, ווען אין די וועטער אשכול וועט געמאלדן ווערן אז מען קען...
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

פאקטען האט געשריבן:
שכח זאכליך פאר די קלארע באריכטן

בד"וו דער אשכול איז א סעמפל וויאזוי א אשכול דארף אויס קוקען


גם אני מצטרף.
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

די רוסישע מיסיע איז געווארן אפגעשטיפט די לעצטע מינוט, אויטוימאטיש דורכן קאמפיוטער. זיי גייען נאכאמאל פרובירן מארגן, אבער נישט מיט קיין פעסט טרעק, ווייל די פעסט טרעק איז נאר אוועילעבעל אין געוויסע טעג, ווען די אינטערנאציאנאלע ספעיס סטאנציע איז אויף א ספעציפישע אויסשטעל. לויט די מארגענדיגע אויסשטעל גייט עס נעמען 2 טעג ביז ס'גייט זיך צוזאמען טרעפן מיט די ספעיס סטאנציע.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

ויהי ממחרת, ס'איז שוין דורך אפאר טאג, און מ'האט זיך אויסגעניכטערטעט פון די פאלקאן העווי שאודאון. וואס איז נעקסט פאר ספעיס עקס?

ערשטענס האט זיך ספעיס עקס אראפגעשטעלט אלס די קעניג פון ספעיס לאונדזש, מיטן האבן די שטערקסטע ראקעט אין באנוץ, די קאסטומערס מיט די שווערסטע סעטעלייט ווייסן יעצט צו וועם זיך צו ווענדן.

ספעיס עקס האט שוין אפאר מיסיעס פאר די פאלקאן העווי אויף זייער מעניפעסט. און די פרייז איז מוראדיג ביליג, פאר א נישטיגע 90 מעלאנעס קענסטו נוצן די ראקעט. אין פארגלייך די דעלטא 4 העווי פון ULA קאסט א קיימא לן פון 400 מיליאן.

צווייטענס, האבן זיי דעליווערט א מעכטיגע PR, די גאנצע צוגאנג צו די מיסיע, און די לייוו פיעד פון די קאר אין ספעיס האט זיי געגעבן די פאבליק רילעישאנס וואס זיי דארפן.

כדי צו קענען אנגיין מיט זייערע פלענער דארפן זיי האבן געלט, און דאס באקומען זיי פון די אלגעמיינע מיסיעס, פאר זייערע קאסטומערס. און כדי די קאסטומערס זאלן קומען צו זיי אנשטאט צום קאנקורענט דארפן זיי די PR.

---

די קומענדיגע מיילשטיין פאר ספעיס עקס איז צו דיוועלאפען די "מאנשאפט דרעגאן", צו קענען פירן אסטראנאטן אין ספעיס. דאס איז די איינציגסטע זאך וואס ספעיס עקס קען נישט אבער אנדערע קענען יא.

די רוסן זענען די איינציקע וואס קענען ביזדערווייל טראגן אסטראנאטן אין ספעיס.

לויט ווי ס'הייסט יעצט, וועט ספעיס טעסטן די קרו דרעגאן נאך היי יאר.

---

צוריק צו ביזנעס, ספעיס עקס האט נאך 2 מיסיעס אויף זייער סקעדזשועל פאר די קומענדיגע פאר טאג.

1. שב"ק תרומה, גייען זיי ארויפשיסן א סעטעלייט פאר שפאניע פון קאליפארניער. דאסמאל גייען זיי נאכאמאל נוצן א גענוצטע ראקעט.

2. דאנערשטאג תצוה, גייען זיי ארויפשיסן א קאמיוניקאציע סעטעלייט פון פלארידע.

דאס גייט די 4טע און 5טע מיסיע פאר היי יאר.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
ע.ב
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 26, 2017 11:40 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ע.ב »

זאכליך האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:בד"וו, וואס איז דאס פעסט טרעק?


געווענליך נעמט אפאר טאג ביז די ספעיס שיף טרעפט זיך צוזאם מיט די אינטערנאציאנאלע ספעיס סטאנציע.

די רוסן האבן א שנעלערע וועג פון 6 שעה, דאס איז 4 ארביטס, ביז זייער ספעיס שיף טרעפט זיך צוזאם מיט די סטאנציע. יעצט גייען זיי פרובירן נאך א שנעלערע מהלך, פון נאר 2 ארביטס, דאס בערך 3 אהאלב שעה.

ליפטאף איז געפלאנט אויף 3:58:45. סאו צווישן 7ע און 8ע גייט שוין די ספעיס שיף אנקומען צו די סטאנציע.

דאס איז רעקארד ברעיקינג שנעל.

I just wanna understand, doesn't every object have a set orbit around every planet? I mean to ask doesnt every object have just 1 orbit according to the weight and size? please explain Thank you
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9082
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

וואס איז טייטש זיי קענען נישט שיקן קיין אסטראנאטן, זיי קענען נישט, אדער זיי טארן נישט? און פארוואס?
רשעות קאלטע סעלצער
אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5017
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

זיי קענען נישט.
א מענטש קען מען נישט סתם ארויפזעצן אויף א ראקעט און אפשיקן קיין ספעיס. מען ברויך האבן ספעציעלן קאפסול, אוו נאך פארשידענע זאכן וואס מאכו עס פיל מער קאמפיליצירט ווי סתם אפשיקן א סעטעלייט קיין ספעיס.
Get your facts first, then you can distort them as you please.
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

ע.ב האט געשריבן:I just wanna understand, doesn't every object have a set orbit around every planet? I mean to ask doesnt every object have just 1 orbit according to the weight and size? please explain Thank you

יישר כוח פאר דיין שאלה.

די ISS פארט ארום די וועלט יעדע בערך 90 מינוט, צוליב דעם וואס די וועלט דרייט זיך, קומט אויס אז יעדע מאל פארט עס אריבער א צווייטע שטח.

דא האט איר א בילד פון א דוגמא וויאזוי ISS טרעוולט איבער די וועלט, יעדע מאל אויף אן אנדערע שטריך.

main-qimg-4f10dbba1695b821142a45632e109e4a.gif
main-qimg-4f10dbba1695b821142a45632e109e4a.gif (118.99 KiB) געזען 1485 מאל


די צווייטע העלפט פון דיין שאלה האב איך נישט פונקטליך פארשטאנען. אבער די ארביט האט נישט מיט די וואג אדער סייז.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

משהזוךמיר האט געשריבן:זיי קענען נישט.
א מענטש קען מען נישט סתם ארויפזעצן אויף א ראקעט און אפשיקן קיין ספעיס. מען ברויך האבן ספעציעלן קאפסול, אוו נאך פארשידענע זאכן וואס מאכו עס פיל מער קאמפיליצירט ווי סתם אפשיקן א סעטעלייט קיין ספעיס.

נאר צוצילייגן.

קודם כל צו שיקן אסטראנטען דארף עס זיין מער פארזיכערט, אויב מ'שיקט א סעטעלייט אין ס'פלאצט אויף, איז נישט געפערליך, מ'האט טאקע פארלוירן א ביליאן דאלער אבער דאס איז אלעס. משא"כ א מענטש קען מען נישט נעמען קיין שאנסן. ממילא דארף זיין ספעציעלע מיטלען אין פאל פון נויט, וויאזוי די אסטראנטען גייען זיך ראטעווען.

נאכדעם פאר אסטראנטען דארף מען צושטעלן לופט צו אטעמען א גאנצע וועג, און מ'דארף קאנטראלירן די טעמפרעאטור.

אויך ביי א סעטעלייט קען מען עקסעלערעיטן וויפל מ'וויל די סעטעלייט גייט זיך נישט אפרעדן אויף די קראפט וואס ס'שפירט, אבער ביי א מענטש קען מען לייגן צופיל דריק, אויב גייט די G-force ארויף העכער 5 קענען די אסטראנטען חלש'ן. אויב גייט עס העכער 10 קען עס זיין פאטאל.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13864
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

הרב לכתחילה סארי.. הרב זאכליך קענט איר מיר אפשר מסביר זיין וויאזוי מען די אפאלא מיסיעס איז צוגעגאנגען אנצוקומען די לבנה?
עפעס האב איך געליינט וועגן א שיפע ארביט עפעס אזוי קענט איר דאס מסביר זיין אין קורצן?
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

פאטאקי08 האט געשריבן:הרב לכתחילה סארי.. הרב זאכליך קענט איר מיר אפשר מסביר זיין וויאזוי מען די אפאלא מיסיעס איז צוגעגאנגען אנצוקומען די לבנה?
עפעס האב איך געליינט וועגן א שיפע ארביט עפעס אזוי קענט איר דאס מסביר זיין אין קורצן?

איר מיינט דאס? (צום סוף פון די תגובה).
viewtopic.php?p=1506505#p1506505
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13864
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

יא פון דעם רעד איך
עס איז זייער בקיצור, וואס איך פארשטיי נישט איז וויאזוי קען מען אנשטעלן ווי ווייט מען זאל אנקומען?
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

ארביטל מעקעניקס איז טאקע קאמפליצירט, אבער מורא'דיג פונקטליך!

די זעלבע ווי מ'קען אויסרעכענען ווען די ליקוי חמה גייט זיין אין ווייסעך וויפל יאר ארום אויף די ספליט סקונדע, די זעלבע קען מען אויסרעכענען ווי שנעל מ'דארף פליען און אין וועלכע דירעקציע כדי אנצוקומען אויף א געוויסע פלאץ אין ספעיס-טיים.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

4 נייעסליך, דעטאלן וועלן מעגליך נאכפאלגן.

כינע האט סוקסעספולי ארויפגעשיקט נאך 2 סעטעלייט פאר זייער נעוויגאציע סיסטעם.

די רוסן האבן סוקסעספולי ארויפגעשיקט די פראגראס סופליי שיף צו די ISS.

אילאן מאסק זאגט אז ספעיס עקס בויעט נאך א דראון שיף פאר די מזרח בארטן.

פרעזידענט טראמפ האט ארויסגעלייגט זיין בודזשעט פלאן, ס'אנטהאלט אסאך טוישונגען פאר נאסא.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2918
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:
זאכליך האט געשריבן:די ארביט פעריאד פון די טעסלא קאר איז 2.4 יאר, דאס מיינט יעדע 2.4 יאר גייט עס מאכן די סייקל פון ערד ארביט צו מארס ארביט און צוריק.

אין פעברואר 2030 גייט עס אריבערפליען נאנט צו די ערד.


דאס איז מאטעמאטיש ריכטיג, אבער ביז דעמאלט וועט שוין נישט בלייבן קיין שריד ופליט פון די גאנצע זאך, די ראדיעישאן מיט די קליננע שטיינדלעך אין ספעיס וועלן חרוב מאכן די קאר בעפאר 2030 למס'

זע איך יעצט אז ס'איז דא מחלוקת בדבר... מאנכע האלטן אז שטיינדלעך וועלן אריינקלאפן אינעם קאר, אנדערע האלטן אז די שאנסן פאר א ערענסטע ציזאמשטויס מיט א שטיין איז זייער קליין
זקן מלא רחמים.
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”